אויפן ריכטיגן וועג געפינט מען אלעס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

אויפן ריכטיגן וועג געפינט מען אלעס

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך מאי 12, 2010 10:44 pm

אויפן ריכטיגן וועג געפינט מען אלעס

זייער שווער האבן די לאנדסלייט אויפגענומען די שלעכטע בשורה אז די שכינות'דיגע מדינה וועלכע האט דעם גרעניץ ממש הארט לעבן דעם גרעניץ פון אונזער לאנד האט ביטערליך אטאקירט מיט א הייסע אטאקע די גרעניץ שטאט שיקנדיג מיט דעם א קלארע צייכן אז ער איז גרייט אויף א קריג און ער רישט זיך אויף א מלחמה, און וואס א קריג מיינט און וואס דאס ברענגט מיט זיך האבן די מענשטן גאר גוט געוויסט, מיט די לעצטע בשורה איז קלאר געווארן אז רוב ארבעט'ס פעאיגע מענטשן העכער 25 יאר וועל זיך מוזן אריין ריקן אין מליטער דינסט, וואס דאס וועט זיין א דירעקטע גורם פון שוואכע עקענאמיע צוליב ווייניג מענטשליכע ארבעטס קראפט אין לאנד, און אוודאי וועט דאס אויך מיינען אז פיל מענטשן וועלן אומקומען ל"ע אויפן שלאכט פעלד.

אינעם הויפט קאבינעט זיצן שוין די הויכראנגיגע מיליטערישע פירער וואס טראגן שוין א רייכן היסטאריע מיט פילע אויסצייכענונגען אויף זייער הארץ, און מ'פארהאנדלט מיט מאפעס אויף די ווענט וועלכע סטראטעגיע צו נעמען און ווי אהין מ'זאל גיין און וואס איז די בעסטע פלאן אנידער צו שלאגן דעם שונא, דער קעניג זעלבסט צוליב דעם וויכטיגקייט פון אזא זיצונג וויבאלד ס'הערש אזא סכנה אויף זיין לאנד האט זיך אויך פערזענדליך באטייליגט און מיטגעהאלטן די פארהאנדלונגען פון די גענערלער,

ווען די מליטערישע גענעראלן האבן פארבירט אויסצוארבעטן דעטאלן און פלענער פונעם קריג, איז אויפגעקומען די ברענעדיגע פראגע אז ווען מ'שלעפט אהין צום שלאכט פעלד אזא גרויסן מיליטער פון ווי נעמט מען עסן און קליידונג ובעיקר פרישע געווער אין די צייט וואס מ'וועט זיין אזוי ווייט פון די הויפט שטאט און אזוי ווייט פון די גרויסע מאגאזינען, דא האט דער קעניג אליין גענומען דאס ווארט און געזאגט אז ער האט ביי זיך סודות המלוכה וואס ער האט קיינמאל נישט ארויס געגעבן און מיטגעטיילט מיט אנדערע, אז ער ווייסט ווי עס זענען פארהאן אין די טיפע וועלדער אויפן וועג נאנט צום שלאכט פעלד באהאלטן אוצרות מיט עסן און קליידונג, טאקע צוליב דעם צוועק אז אויב ס'וועט זיך מאכן אזא מלחמה זאל זיין איבעראל אוועק געלייגט גענוג צו קענען שפייזן אלע סאלדאטן און קענען אנגיין ווייטער מיטן קריג אומגעשטערט,

נו אז דער קעניג זאגט אז ס'איז דא גענוג האט מען אנגעהויבן צו גיין מיט דעם סטראטעגיע וויסנדיג אז עסן קליידונג און געווער מוז נישט זיין א באזונדערע טראספארט ווארום ס'איז דא אונטערוועגנס גענוג אוצרות, דער קעניג האט אנגעצייכנט אויף די מאפע בערך ווי זיי זענען באהאלטן און אויף דעם וועג האט מען אוסגעארבעט א מהלך וויאזוי צו פירן דעם קריג און ווי צו מאשירן פאראויס.

נאכדעם וואס אלע באשטעטיגטע פלענער זענען פארטיג געווארן און די מיליטער מיט אלע זעלנער האט זיך פארזאמלט און מושטירט און טרענירט האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צום שלאכט פעלד, צופיל איבריגע עסן און קליידונג האט מען נישט מיטגענומען וויסנדיג אז אונטערוועגנס איז דא גענוג, די מעשה איז אבער געוועהן אז מיט אזא גרויסן פאלק איז דאס גיין אהין פארשפלעפט געווארן און ס'האט געדוירט לענגער ווי מ'האט געטראכט, די וועטער איז געוועהן קאלט, און עסן איז למעשה נישט געוועהן, מ'איז שוין אויפן וועג עטליכע טעג און די סאלדאטן פאלן ממש אום פון קעלט און הונגער, ווי קען מען געפינען עסן דא אינעם טיפן וואלד, עטליכע האבן גענומען די שטארקייט און מ'טרעט צו צום הויפט גענעראל און מ'זאגט אים אז דער מצב טויג נישט, ס'איז נישטא קיין עסן און קיין קליידונג,

דער גענעראל שטייט פארווינדערט דער קעניג האט דאך מיר בפי' געזאגט אז אונטערוועגנס איז דא אוצרות מיט עסן און קליידונג, ווי איז מעגליך אזא זאך אז איר האט גארנישט געפינען?, לאמיר נאכמאל אפיר נעמען די מאפע לאמיר זעהן ווי געפינען מיר זיך יעצט און ווי זענען די אוצרות, ווייל דאס איז זיכער אז אויפן ריכטיגן וועגן איז דא גרייטע אוצרות פון קליידונג און עסן, און אויב מ'טרעפט נישט גארנישט איז א סימן אז מיר זענען נישט אויפן ריכטיגן וועג, וכן הוה, זיי האבן באמערקט אז זיי זענען אביסל פארקראכן פונעם וועג און דערפאר האבן זיי גארנישט געטראפן צו עסן,

הנמשל מובן, יעדע מענטש יעדע נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט צו א שווערע ביטערע מלחמה, דער יצר אטאקירט מיט אלע כוחות, בראתי יצה"ר בראתי תורה תבלין, מיר שלאגן צוריק מיט די תורה, א מענטש גייט ארויס אין די גאס מ'האנדלט מ'מאכט געשעפטן מ'איז אויסגעשטעלט טאג טעגליך אויף מלחמת היצר, תורה דאס איז די מלחמה קעגן אים, האט דאך אבער א מענטש די שטערקסטע דאגה, אויב נאר תורה פון ווי וועל איך לעבן, פון ווי קען איך אויסקומען, דערפאר האט קב"ה געגעבן תרי"ג מצות ווי יעדע מצוה האט זיך זיין סגולה, איין מצוה ברענגט קינדער, איין מצוה ברענגט פרנסה, איין מצוה איז א סגולה פאר געזונט, די תורה ומצות זענען ארום גענומען מיט אורך ימים בימינה ובשמאלו עושר וכבוד, אויב מ'גייט אויפן דרך התורה איז נישטא וואס צו דאגה'ן ווייל אויפן וועג וועט מען טרעפן די אוצרות, אויב ח"ו מ'טרעט אוועק פון די תורה דאן איז מען שוין נישט פארזיכערט אז מ'וועט טרעפן די אוצרות, נאר מער אויב טרעפט מען נישט די אוצרות איז א סימן אז מ'איז נישט אויפן ריכטיגן וועג א שטייגער ווי דער גענעראל וואס זעהט אז ער איז נישט אויפן וועג אדאנק דעם וואס ער געפינט נישט די אוצרות.

המשל והנמשל עפ"י היהודי הק' מפארשיסכא זי"ע

מ'קען צולייגן א קליינע הוספה, ווען ס'קומט יו"ט שבועות זאגט די גמ' הכל מודים בעצרת בעינן נמי לכם ווייל יום שנתנה תורה, פרעגן דאך אלע די קושיא פונקט פארקערט אז ס'איז יום שנתנה בו תורה דארף מען ווען מער לערנען נישט עסן?, לפי הענין פארשטייט מען גוט, ווייל אז מ'גייט אויפן דרך התורה ווארטן דאך אפ די אוצרות, קומט אויס שבועות איז דער טאג וואס א מענטש איז זיך מקבל צו גיין אויפן דרך התורה והמצות, ס'איז א קבלת התורה מחדש בכל שנה ושנה, דעמאטס איז דער זמן וואס דער מענטש באקומט די הבטחה אז יא ס'ווארט דיך אפ די אוצרות אונטערוועגנס, נו איז טאקע רעכט אז שבועות איז דער זמן וואס בעינן נמי לכם,

שטייט טאקע פון החיד"א פארוואס ביי קבלת התורה זעהט מען איז אלעס דריי, אוריין תלתאי לעם תלתאי בירחא תלתאי וכו', ווייל סגולת התורה איז אויך דריי, אורך ימים בימינה ובשמאלו עושר וכבוד, איז דא דריי אורך ימים, עושר און כבוד, ווי דער הייליגע טריסקער מגיד האט געזאגט שבועות ביינאכט רבוש"ע ווילסט אידן זאלן מארגן מקבל זיין די תורה, ביי קבלת התורה איז געוועהן נאך ביזת הים און ביזת מצרים, אלע חולים זענען נתרפא געווארן, האט דער טריסקער מגיד ממשיך געוועהן רבש"ע אז אידן וועלן זיין געזונט ווי לייבן און רייך וועט מען קענען מקבל זיין די תורה, עכ"פ לפי זה איז דער בעינן נמי לכם גאר א תנאי....

איצט די זעלבע מחשבה אויפן גראם

(ניגון כל זמן די נשמה איז דא)
וסימנך -–ערשטע פאל,
"הויכע פאל,
=דריטע פאל

--די כח פון תורה צו פארשטיין מער,
פון יוד הק' נאך זאגן במילין יקירין,
א מלך האט געשיקט זיין מיליטער,
א גרויסע מלחמה אנצופירן,
--זיי האבן געמוזט אדורך פארן,
א גרויסע מדבר א וועג א ווייטן,
דער מלך האט דאס גענומען אין זכרון,
וויאזוי צו שפייזן און קליידן אלע סאלדאטן,
--ער האט צוגעגרייט אוצרות ביז גאר,
פון אלע מיני עסן און קליידער,
אנגעצייכנט אויף א מאפע קלאר,
אז מ'וועט גיין אויפ'ן ריכטיגן וועג מיט א סדר,

"אויף וועלכן פלאץ ליגט די אוצרות גרייט,
יעדע זאך קלאר באשטומט,
פארשריבן מיט א פונקטליכקייט,
מ'זאל אלעס טרעפן ווען דארטן מ'קומט,
"אבער מיט אמאל זיי בלאנזען ארום,
און טרעפן גארנישט צוגעשטעלט,
שוואכערהייט זיי פאלן אום,
פון גרויס הונגער און שטארקע קעלט,
"דער גענעראל נעמט די מאפע אין דער האנט,
ס'מוז זיין אז מ'זעמיר נישט אויפן גוטן וועג,
ווייל אויפ'ן ריכטיגן וועג איז אלעס קראנט,
מ'וואלט געטראפן די גוטע אוצרות אויפן וועג,

=כל זמן די וועג איז גלייך, טרעפן מען דארט פון אלעם גוטן,
מיט קלארע סימנים יעדע זאך, אונטערוועגנס אינדערמיטן,

--דער נמשל פארשטייט מען יעצט,
אז מ'טראכט אריין מסתמא,
דער באשעפער דער מלך על כל הארץ,
שיקט מענטשן אריין צו א מלחמה,
--דער מלחמת היצר מיט די נשמה,
זייער א לאנגע שווערע וועג,
מ'קריכט אריין אין א מדבר שממה,
אסאך יארן וואכן און טעג,

"טאמער מ'גייט אויפ'ן דרך התורה,
באזארגט אונז דערצו דער הייליגע יוצר,
פון ווי מ'וועט לעבן דארף מען נישט האבן מורא,
ווייל ביי יעדע מצוה טרעפט מען א אנדערע אוצר,
"ווייל אויפ'ן ריכטיגן וועג בדעת ובתבונה,
איז עס קיינמאל קיין דבר האבוד,
אורך ימים בימנה,
ובשמאלו עושר וכבוד,
"אויב מ'קריכט חלילה אוועק איז נורא ואיום,
מ'זעהט נישט די אוצרות פונעם רבון עלם,
נאר דרכי' דרכי נועם,
וכל נתיבותי' שלו',

=כל זמן די וועג איז גלייך, טרעפן מען דארט פון אלעם גוטן,
מיט קלארע סימנים יעדע זאך, אונטערוועגנס אינדערמיטן,
לעצט פאראכטן דורך שאץ מאץ אום מוצ"ש מאי 15, 2010 9:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » מיטוואך מאי 12, 2010 11:08 pm

הערליך!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מאי 13, 2010 7:04 am

ווערטער לאז!

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דאנארשטאג מאי 13, 2010 8:16 am

געוואלדיג! החיתנו...

יייש"כ
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מאי 13, 2010 12:18 pm

געענדיגט מיט די קרעדיטס? ווער האט דיר צוגעשטעלט די גראמען? 8.)

יישר כח פאר די הערליכע משל ונמשל.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג מאי 13, 2010 2:06 pm

קרעמער האט געשריבן:געענדיגט מיט די קרעדיטס? ווער האט דיר צוגעשטעלט די גראמען? 8.)

יישר כח פאר די הערליכע משל ונמשל.


נאך אזויפיל באקומען גראמען פון אנדערע ווי אין מיינע אלטע יו"ט ארטיקלען האב איך מיר אביסל אליינס צוגעלערנט, דאס איז שוין אייגנס....

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג מאי 13, 2010 4:57 pm

שיין שיין שצי,
כאפ איך נאכנישט די טאן, וועט שוין מיזן זיין גיט אזוי.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11239
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג מאי 13, 2010 5:05 pm

אריין אין דזשורנאל

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מאי 13, 2010 5:20 pm

הערליך, מלא תוכן.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג מאי 13, 2010 5:29 pm

הערליך שאץ. איין זאך איז זיכער, אז מיר האבן דיר אויפ'ן וועג צום יו"ט וועלן מיר שוין אלעס טרעפן....

הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

תגובהדורך הערשעלע » דאנארשטאג מאי 13, 2010 6:15 pm

יישר כחכם הרב שאץ מאץ!!

הערליך שיין, מלא תוכן!

האטשוו
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 1:16 pm

תגובהדורך האטשוו » דאנארשטאג מאי 13, 2010 9:17 pm

זייער שיין הרב שאץ נהניתי
האהאהאהאאאאאטטטטששוווו.... אאההה צום געזונט... א טישו האט איינער ביטע?

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דאנארשטאג מאי 13, 2010 9:54 pm

הערשט יעצט געליינט ר' שאץ. מלא תוכן ומדע!

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » פרייטאג מאי 14, 2010 11:42 am

יישר כח הרב שאץ

זייער שיין ומלא תוכן
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג מאי 16, 2010 3:24 pm

שצ'ל, קענסט שוין אליינס גראמען? נעמסט שוין אן חתונות אויך????????

יישר כחכם, זייער שיין, און ווארעם.

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » זונטאג מאי 16, 2010 9:16 pm

הערשט יעצט אנגעקומען צי לעזן
שאץ, אזא דרשת הכנה ליום טוב האב איך שוין לאנג (בנקידת דגוש על הא' של לאנג) נישט געהערט
והשי"ת יעזור שתזכה לדלה ולהשקות ללמוד וללמד לאורחי הקרעטשמע הצמאים לדברי התעוררות הטהורות היוצא מפיך ומקולמוס כבוד תורתו

אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 12:34 am

תגובהדורך גיי_ווייס » מאנטאג מאי 17, 2010 12:00 pm

שאצי דיינע ווערטער ברעכן אייזן
יישר כחכם
_________________________x


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן, מלמד און 10 געסט