איי דער צוגארעטל - מיין געזעגענונגס בריוו צום צוגארעטל!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארשטענדליך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:12 pm

איי דער צוגארעטל - מיין געזעגענונגס בריוו צום צוגארעטל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטענדליך »

איי דער צוגארעטל, איי דער צוגארעטל... ( בניגון "דער שלימזל"... ).

איי ווי עס בענקט זיך צום צוגארעטל... וואס פאר א זיסע זכרונות אט דעי ווארט צגארעטל ברעגט ארויף פון די נישט ווייטע, און אפילו פון די גאר נאנטע פארגאנגענהייט, הערשט פאר ארום א טאג צוריק האב איך נאך געכאפט א צוגארעטל, ווען בשעת מעשה האב איך זיך אזוי הארציג געזעגנט מיט 'פיליפ מאריס' און מיט סיי וועלכע אנדערע פירמע וואס פארקויפט אט דעם זיסן ברען שטאף. איי, ווען איך דערמאן זיך צוריק ווי סיי וואס פאר א מצב עס האט זיך נאר פארמירט, איז דער צוגרעטל אלס געווען מיין 'טייערן' (דמים תרתי משמע!) באגלייטער, אלס האב איך געפיהלט אז אין 'דעם סיטואציע' ווי איך בין 'יעצט' וועט א צוגארעטל דאס בעסטע אריין שטימען...

דער חשבון איז פשוט, ווען איך בין נארוועיז, א צוגארעטל. ווען איך בין אין א גוטע שטימונג, א צוגארעטל. ווען איך בין הינגעריג, א צוגארעטל, ווער רעדט נאך אין א "תענות" ? לייגט מען דאך נישט אמאל אוועק דעם שאכטל... ווייטער ווען מ'איז איבער געגעסן, גייט מען ווידער ארויס פארפעסטעווען די לופט מיט א צוגארעטל, הכנות, קאסט ביי מאנכע פילע צוגארעטן... פאר די מקוה א צוגארעטל, נאך די מקוה א צוגארעטל, ווען עס קומט א גוטע בסורה, קענט איר באמערקן, ווי פילע רויכערער וועלן אלס האבן דעם זעלבן צוגאנג, זיך אנצורופן מיט א שמייכעל: "'יעצט' קע'מען כאפן א צוגארעטל", און דאס גייט אן אפילו ער האלט נאך אינמיטן דעם פאריגן צוגארעטל... אז עס זאל ח"ו קומען א שלעכטע בסורה, וועט דער רויכערער ווערן פונקט אזוי דערשראקן/פארלוירן ווי די גאנצע גרופע, זיין רעאקציע אבער וועט זיין ווי פאלגנד; די שאק - פונקט ווי יעדער - א בליק אויף אן אום זעבארן פינטעל אין די הייעך, דערנאך וועט ער נעמען טאפן מיט א אנגעצויגנקייט אין די טאשן, און א מינוט דערויף וועט ער פרעגן זיין שכן ( אויך א רויכערער ) האסט א צוגארעטל ?... ( כך ה-י-ה המעשה עם 'השרייבער פון די שירות', ויש לחלק עמו בשאר סיפורים ), ווען מען שטייט אויף, א צוגארעטל. ווען מען גייט שלאפן א צוגארעטל. ווען מען שטייט אויף א צוגארעטל. ווען מען איז אויסגערוהט א צוגארעטל. ווען מען איז מיד, א צוגארעטל. נאך א ווארימען דאווענען, א צוגארעטל. אינמיטן א טיפן תוס', א צוגארעטל. ליל שישי, איז כמעט נאר רויעך... ( ווענט זיך ביי וועם ). ווען נישט מיין אזוי הארציגע 'געזעגעניש צערעמאניע' צום צוגארעטל, פאר אביסל מער ווי א טאג צוריק, וואלט איך נאך בשעת'ן שרייבן דעם ארטיקל פארויכערט א צוגארעטל...

הינט צוטאגס ווען איך דערמאן זיך צוריק פון יענע צייטן ווי איך פלעג מיט אזא רואיגקייט פארברענען א שאכטל טאבאקא - אדער מער - איבערן טאג, וועקן זיך מיר אויף מיינע זכרונות פון אמאל, יענע בא'טעם'טע צוגארעטן וואס איך האב נאך אריין געכאפט צו פארברענען אין מיינע נישט ספעציעל לאנגע ישיבה יארן, די לילי שישי'ס וואס איך פלעג פארברענגען אויסניצנדיג א שאכטל צוגארעטן, א פעקל פאפיטעס, און א סעיף או"ח הלכות שבת סי' שי"ח...

עס דערמאנט זיך מיר ווי אין די גרעסערע ישיבה קטנה יארן - ווען איך בין נאך געווען א פרישע רויכערער - אין די געציילטע טעג פאר פורים, ווען דער משגיח האט געכאפט א בחור'ל רייכערן ביי די זייט פונעם בנין הישיבה, און ער האט אים אהיים געשיקט אויף ביז פורים בכדי צו פארטרייבן דעם צו פריען פורים גראך וואס האט זיך אזוי - קעגן זיינע אינטערעסן און אנשויאונגען - אריין געכאפט אין ישיבה.

אלזא, דעם נאכפאלגנדן שושן פורים האט טאקע אט דער בחור זעלבסט - זייענדיג דער בדחן פון ישיבה - זיך אויף געשטעלט 'מעורר זיין' אויף די דברים הצריכים חיזוק אין ישיבה אויף גראם, צוברענגענדיג דעם עולם צו שמייכלען יעדע וויילע, מיט אמאל האט ער 'הארציג' גענומען אויסגראמען זיין אייגענע געשיכטע מיט'ן צוגארעטל... פונקטליך געדענק איך נישט ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען, אבער דער פזמון - וואס איז פאר א לאנגע צייט געבליבן ווי דער 'לאגא' ביי די בחורים איז געגאנגען עפעס אזוי;

(בניגון אין ערוך - הויכע פאל)
צוגארעטל צוגארעטל,
דו טיסט אונז באגלייטן,
פון איין ישיבה צום צווייטן,
מ'ציט אריין, מ'בלאזט ארויס,
פון אלע צרות לאכט מען זיך אויס...

יעצט דערמאנט זיך מיר גאר פונעם שיעור בספרי חסידות וואס איך פלעג לערנען (שוין אין די ישיבה גדולה) יעדן אינדערפרי נאך די מקוה צווישן די צוויי בוימעלעך הינטערן בנין הישיבה אין די שיינע וועטערס, וואס די שיעור פלעגט אלץ קאסטן לפחות צוויי צוגארעטן.

וכו' וכו', מעשיות וואס עס שפאצירן אריין אין מיין מוח אין די לעצטע איינס און א האלב טאג וואס איך רויכער שוין נישט... אבער נישט דאס וויל איך ארויס ברענגען דא, וואס איך וויל ארויס ברענגען זענען מיינע קעגן זייטיגע געפיהלן צום צוגארעטל... פון איין זייט האב איך שוין גענוג געלט פארברענט וועגן דאס ביסל תאוה וואס דאס ברענגט מיט זיך, אבער פון די אנדערע זייט ברענגט מיר מיין מוח ארויף אזאנע זיסע זכרונות פון יענע פאר רויכערטע תקופה...

איך פיהל זיך ממש צוריסן אין מיר, אבער איך ווייס אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון - וואס איך וואלט ווען שוין געמעגט טון אביסל פריער אין די זעקס יאר פון די היסטאריע וואס איך רויכער...

יא, אזוי בין איך געווען, א טיפן תוס' אן א צוגארעטל איז מיר זייער שווער געווען צו פארשטיין, נאך דערצו אלס בחור, אבער אפילו שפעטער, אלס האבן כאטשיג אביסל רויעך און טאבאק זיך געמוזט צו הערן צו מיין קול תורה...

אזוי זענען זיך פארלאפן יארן אין וועלכע אסאך זאכן האבן זיך געביטן, ווען אינצווישן האבן זיך געמאכט אסאך סיבות פארוואס איך זאל אויפגעבן דאס פארשפרייטן פלאציע אין מיינע לונגען (מיינט נישט אז איך בין א דעמאקראט ח"ו!...), אבער איך האב עס אלץ אפגעשטופט אויף אנדערע געלעגנהייטן פאר אנדערע נער'ישע סיבות, היצטערט אבער, האב איך ערנסט אנגעהויבן צו טראכטן (צוליב פריוואטע סיבות...) אז דער גאנצער 'ברענענדיגער' נושא וועט מיר קענען צוטרעטן צו די שלום בית, האב איך געהויבן הענט...

איר מיינט אבער אז עס גייט אזוי גרינג... נעעעע... דאס איז א איינרעדעניש! נאך דערצו וואס צוליב סיבות שונות בין איך נישט אזוי פיזיש אקטיוו, האב איך אזוי צו מיר באשלאסן אז יעדעס מאל איך וועל פיהלן א שטיקל גלוסטעניש צום פאר רויכערטן ניקאטין וועל איך זיך אביסל אויסגעבן אויף איינע פון מיינע "ווארד פיילס", און ווען עס וועט זיין א דבר השלום, וועל איך דאס ארויף לייגן אויף 'אייוועלט' און זען וואס דערוילעם האט צו זאגן אויף'ן פאקט אז פארשטענדליך פרובירט זיך אפצוגעוואוינען פון רויעך...

ווי עס קוקט אויס לויט דאס געשריבענע, האב איך זיך פארגליסט היפש ווייניגער מאלן ווי איך האב זיך געראכטן אבער דאך,אין איין ווארט, איך בענק זיך שטארק נאך אט דעם שיין פארפאקטן, גוטן טאבאק. יא, וואס זאל איך טון ? דאס איז דער פאקט; איך בענק זיך נאך אביסל רויעך...

און יא, דאס איז מיין ציל, איינמאל איך האב שוין יא גענומען דעם פעדער אין די האנט, וויל איך זיך עפנטליך געזעגענען פונעם צוגארעטל אויף'ן פאפיר איבערלאזנדיג בענקעדיגע געפיהלן פאר מארלבארא... יא, פיליפ מאריס! עס איז נאך דא איינער אויף דער וועלט וואס טראכט פון דיר אפילו ער גיט דיר שוין נישט צו לייזן דעם צען'ער יעדן טאג...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

וואויל און פארשטענדליך
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הרב פארשטענדליך, איך בין עכט העפי אז דו גיבסט אויף דאס רייעכערן, ס'איז ממש א שאאאד יעדע מינוט וואס דו רייכערסט, אין די זעלבע צייט קענסטו דאך שרייבן א ארטיקל, דו האסטעך א זיסע פעדער!

טענקס, וויכי.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פארשטענדליך, א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע ארטיקל, האסט א שיינע שריפט, קיינעהארע.

און צו דיין רייכערן געסטאפעכטס, עלעך דיר זאגן חזק ואמץ, דער פון אויבן זאל דיר געבן די כוחות אז דו זאלסטעס קענען אנהאלטן פאר אייביג.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

אפשר געסטו מיר די איבריגע פאר קארטאנ'ס וואס האסט באהאלטן אין שאפע....
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

חזק ואמץ! טוהסט א ריכטיגע שריט! אויסער וואס דו שפארסט דיך געלט און שטוב פראבלעמען, געסטו פאר דיינע קינדערלעך בעסערע שאנסן צו האבן א געזונטן פאטער לאורך ימים.

טייערע רייכערער; איר זענט אפשר די רוב, און איר האט א נויגונג אראפצורייסן און שענקן אזא סארט בליק אויף די אומרויכערער, אבער איך דאנק דעם אייבערשטן אז דאס איז פון די תאוות וואס האבן זיך קיינמאל נישט פארשטאנען מיט מיר און איך נישט מיט זיי. זייט נישט קיין נאראנים, כאפט אייך ארויף אויף מיין וואגן! עס איז ביליגער און געזונטער.

און ביטע, אויב איר זיצט אין ביהכ"ס שטובעלע נעבן מיר, מאכט מיך נישט אין כעס מיטן פאררויכערן א לולקע אויף מיינע עצבים, עס קען אייך באנעצן מיט א גלעזעלע וואסער.
די גרויסע עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גרויסע עפל »

איך אלץ לאנג יעריגע ציגרעטל פיינט האבער, וויל איך דיר ווינטשען גרויס הצלחה, ממך ילמדו וכן יעשו.
זאל דער אויבערשטער העלפען זאלסט נישט דארפען נאכאמאל סטאפען. (אווי מיין חבר וואס "קוויט סמאקינג" בערך פופצען מאל א יאר)
אגב, די סטאקס פין פיליפ מאריס איז היינט געפאלען, לכאורה
וועגען די ארטיקל, כ'זעה פשוט נישט קיין אנדערע סיבה.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

דו רייכערסט שוין נישט?????.... האסט מיר גאנישט געזאגט...

מאך א ניגון אויך אין ערוך לך (ערשטע פאל) לכבוד דיין סטאפן...

צוגרעטל צוגרעטל, א גאנצע פשעטל,
האב איך ארויף געלייגט אויף אייוועלט,
דעם אטעם צו כאפן, מ'מוז סטאפן,
ס'קאסט דאך אזויפיל צייט און געלט,

(הויכע פאל)
מ'בלאזט נישט אריין, מ'בלאזט נישט ארויס,
אבער א גאנצע ארטיקל מ'שיסט אויס,
אלטע זכרונות, מיט גוטע חשבונות,
וואס באגלייט דעם צוגרעטל פון אמאל,

מיסטער פארשטענדליך, ענדליך ענדליך,
דו פארדינסט זיך ערליך אפאר רענדלעך,
אוועק מיט די רויך, א גרויסן ישר כח,
א פיינע ארטיקל כמותך ירבו בשראל,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

געהערט אמאל פון א גוטע איד:

קוואוט: איך ווייס נישט פארוואס מען מאכט אזא מצב פון אויפערן רויכערן; איך אליין האב שוין צוואנציג מאל געסטאפט רייכערן!
...
שאץ, ס'פיינע נייעס...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

אויפהערן רייכערן איז פון די גרינגסטע זאכן... איך האב עס שוין געטוהן אזויפיל מאל!
תכלית גערעדט; וויאזוי הערט מען טאקע אויף? איך פראביר שוין פאר יארן אויפצוהערן!
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

איך אלץ געוועזענע ציגערעטל ליבהאבער, אין נאכדעם מיין לעבן ליבהאבער, פארשטיי איך זייער גיט ווי שווער ס'קימט דיך אפשר אן דאס אוועקווארפן דאס באליבטן ציגערעטל. וויסן זאלסטו אבער אז נאך א שטיק צייט וואס מ'האט זיך איינגעהאלטן, אין אויפגעהערט צי רויכערן, איז שוין אסאך גרינגער זיך איינציהאלטן, אין מקען אפילו דורכגיין לעבן איינעם וואס רייכערט אין ס'זאל דיך נישט פארגליסטן,
איך למשל קען היינט שטיין לעבן א רויכערער בשעת'ן רויכערן, אין איך זאל נישט צישפרינגען צי עם אין בעטן " זזאא זאאגג נא....נאר, ה..האס....האסטט א..א...אפש...אפשר. א.. א... ציגערגטל ?? ..."

איך זאג נישט, ס'קען מיך אמאל אריינגיין אין קאפ א איינרעדעניש אז איך דארף א ציגערעטל, אבער אין אמת'ן אריין הייב איך נישט אן צי דארפן, והא ראיה אז איך נעם עס נישט.....

עניוועי, טא זע ענד! סיז נישט דא קיין בעיסיק וועג צי קוויטען סמויקען. יעדער מענטש פאר זיך דארף זיך מאכן זיינע אייגענע גדרים אין מיטלען וואס דאס זאל עם ציריקהאלטן אין צישטיפן צי אפלאזן דעם ציגערעטל,

זאל דיר השי"ת געבן די כוח זיך איינציהאלטן אין שלא נבוש מפני האמאליגים, וואס דאס איז בדרך הטבע די שווערסטע זאך ווען איינער וויל זיך נעמען אין די האנט אריין
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3092
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

געווען אין די ארץ ישראל'דיגע אויסגאבעס
אטעטשמענטס
1.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעכער »

חזק ואמץ!

לויט ווי די לייגסט אראפ וואסערע רויכערער די ביזט געווען, איז צום ערווארטען נאך אזעלעכע שיינע באשרייבונגען...
פארשטענדליך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטענדליך »

שקויעך,שקויעך, שקויעך ענק מיינע פריינד, שקויעך פארן מיר געבן חיזוק און שטיצע, סיי אלס נייע שרייבער דא, און בעיקר יעצט מיטן מיר מחזק זיין מיט מיין רויכערן געקוויטאכטס.

אזוי ווי 'ווער בין איך' האט זיך אויסגעדריקט אז ער זוכט נייטיג עצות און הדרכות ווי אזוי צו סטאפן סמאוקן, האב איך געטראכט דא ארויף צו לייגן מיין געשיכטע, און ווער עס וויל וועט קענען נעמען פון דעם עדווייס (ווי אויך וואלט איך מער ווי מסכים געווען אז דער עולם זאל דא ארום שמועסן איבער דעם גאנצען 'ברענענדיגען' נושא. און בעיקר, עצות הדרכות חיזוק, און אייגענע געשיכטעס, בנוגע 'קוויטן' דאס רויכערן).

און יעצט צום ענין, ביי מיר - ווי ביי רוב אנדערע - איז אויך נישט דאס ערשטע מאל וואס איך האב אויפגעהערט צו רויכערן, דאס ערשטע מאל וואס איך האב פרובירט, ווי איך דערמאן זיך יעצט, איז געווען ווען איך בין נאך געווען א בחור אין ישיבה, דאס לעצטע מאל וואס איך געדענק יעצט אז איך האב פרובירט צו 'קוויטן', איז געווען ארום איינס און א האלב יאר צוריק, אלס האב איך געהאט אן אנדער סיבה פארוואס צוריק אנצוהויבן, געווענליך, נאך א שווערע טאג זיך געטראפן מיט חבירים/משפחה וואס האבן גערויכערט, כ'האב געטראכט אז 'יעצט איין מאל וועט מיר נישט שאטן', אבער כולן שווין אז עס האט זיך גע'ענדיגט (כ'מיין, אנגעהויבן...) ביים קויפן א שאכטל דעם נעקסטן טאג...

דאס לעצטע מאל וואס עס האט זיך מיר צעווילדעוועט דער נערוו אז איך דארף 'קוויטן' איז געווען פארגאנגענעם חוהמ"פ ווען עס האט מיר געכאפט אן 'אטאקע' ( א אקטיווער רויכערער וועט בעסער פארשטיין וואס איך מיין...), איך האב געפיעלט ווי 'איך ווער משוגע' נאכן צוגארעטל, דער פראבלעם איז אבער געווען, אז איך האב נישט געהאט קיין איינס. בלית ברירא, האב איך זיך צוריק אנגעטון (עס איז געווען בערך 2:30, אריבער געפארן דעם בריק און געזוכט ביז איך האב געפונען א געשעפט וואס פארקויפט די פאר רויכערטע ווארע וואס האט מיר אהין געשיקט...

דאן האב איך זיך זעלבסט גענומען פרעגן 'עד מתי ?' ווי לאנג נאך ? ביז ווען וועל איך נאך זיין משעובד ווי אן עבד נרצע פאר אביסל טאבאק ?

און טאקע שוין אויף'ן וועג צוריק, מיטן פרישן שאכטל אין טאש האב איש באשלאסן אז 'ל"ג בעומר' וועט אי"ה זיין דער לעצטער טאג וואס איך וועל רויכערן. און איך האב פון דאן אן גענומען רעדן דערפון ווי א זיכערע פאקט וואס גייט זיכער געשען אום ל"ג בעומר...

בעיקר האב איך גערעדט פון דעם חלק אז נאך ל"ג בעומר גיי איך מער נישט רויכערן ווי דער זייט אז ביז דאן גיי איך יא, פשוט, כדי צו פראגראמירן מיין מוח אז ווי נאר עס ווערט דער זמן מוצאי ל"ג בעומר וועל איך מער נישט זיין אדיקטירט צו קיין ניקאטין...

ווי דער 'דעד-ליין' האט זיך אנגעהויבן צו דערנענטערן האב איך אנגעהויבן נארוועיז און מסופק צו ווערן צו איך וועל דאס קענען דורכפירן, בעיקר האבן מיר געדריקט צוויי קשיא'ס
#1 וואס גייט זיין אויב איך גיי דורכפאלן ?
#2 וואס וועל איך טון אויב כאפט מיר נאכאמאל אזא אטאקע ?

אויף מיין ערשטע קשיא האב איך גאנץ שנעל געטראפן א תירוץ, נעמליך, איך נעם נישט אן אזא אפציע... איך גיי (בל"נ) נישט דורכפאלן, פינטל.

בנוגע מיין צוויטן פראבלעם האב איך זיך היפש געמוטשעט פראבירנדיג אויף צו קומען מיט א לעזונג, און טאקע בעזר ה' אויף געקומען מיט א המצאה; איך האב זיך באשטעלט. אן עלעקטראנישן צוגארעטל, אז על כל צרה שלא תבא זאל איך האבן א אנדערע אלטערנאטיוו ווי אריבער פארן דעם בריק...

למעשה איז ל"ג בעומר אנגעקומען אביסל שנעלער ווי איך האב געוואלט, און איך בין נאך נישט געווען אינגאנצן גרייט, מיין עלעקטראנישע צוגארעטל האט נאך נישט געהאט אנגעקומען (עס איז נאך יעצט נישט דעליווערט געווארן), און ווי אטאמאטיש בין איך געווארן זייער אנגעצויגן שטעלנדיג מיין גאנצע פלאן אונטער א גרויסן פראגע צייכן.

אויף'ן וועג אהיים פון ביידע חתונות ווי איך בין צוגעגאנגען ווינטשן מז"ט, בין איך געווען אזוי נארוועיז אז איך האב מורא געהאט אז איך וועל נישט קענען איינשלאפן, און אזוי האט זיך טאקע ארויס געשטעלט צו זיין דער פאקט ווען איך בין אהיים געקומען...

האב איך זיך געשטעלט פראווענען א 'וואך נאכט' מיט גרויס אנגסט וואס עס וועט זיך אויס לאזן פון מיין פלאן ווען יעדע וויילע צינד איך אן א פרישע צוגארעטל...

מיט האלטן'דיג דעם מצב, האב איך באשלאסן מיט א פעסטקייט אז פון ווען איך גיי שלאפן גיי איך נישט רויכערן מער בל"נ. ד. מ. אז איך וועל כאפן מיין לעצטע צוגארעטל פאר איך גיי שלאפן.

אויף פונעף אזייגער האב איך גענומען מיין לעצטן צוגארעטל באגלייט מיט ווארימע געזעגענונגס געפיהלן, און דערנאך בין איך מיט א תפילה אויף די ליפן זיך געגאנגען לייגן...

דאס איבעריגע איז היסטאריע... און פאקט איז שוין איבער זעכציג (60) שעה (!) פון מיין לעצטן צוגארעטל... איך בין שוין זינט דאן אפילו געשטאנען און געשמועסט מיט רויכערער בשעת זיי האבן גערויכערט און עס האט מיר נישט אפעקטירט!
יא מיר קענען!!!....
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יא איר קענט זיין א מח שליט על הלב! און יא איר קענט זיין א מח שליט על אצבעות הידים אפצושרייבן א גוטן וועטשערע.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

דאס איז די ערשטע 60 שעה, וואס ס'איז פארקומען די נעקסטע 60 שעה????.

פארזעצונג קומט????....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

פארשטענדליך סהערליך ארטיקעל ישר כח

איך פערסענאל האבך קיינמאל פארשטנען דעם טעם פונעם צוגערעטל

כהאב געהאט א חבר וואס מהאט געקענט זאגן אויף אים אז די קוימן רייכערט ווי אים ער האט מסייעם געווען צוויי שאכטלעך א טאג און צומאל
כמעט געפערטיגט א דריטע

ביז איין טאג ער איז ארויס געקימען פין א סטאר און ער האט געטראפן
א צעטיל אויף זיין קאר quite smokeing with hypnosis ער האט געזען
דערין א סימן פין הימל ער איז אריבער צום היפנאוטיסט און פון
דעמאלטס אן האט ער נישט גענימען קיין ציגערעטל און מויל אין ער
עקלט זיך פונעם גראך פון צוגערעטל
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

פארשטענדליך האט געשריבן:דאס לעצטע מאל וואס עס האט זיך מיר צעווילדעוועט דער נערוו אז איך דארף 'קוויטן' איז געווען פארגאנגענעם חוהמ"פ ווען עס האט מיר געכאפט אן 'אטאקע' ( א אקטיווער רויכערער וועט בעסער פארשטיין וואס איך מיין...), איך האב געפיעלט ווי 'איך ווער משוגע' נאכן צוגארעטל, דער פראבלעם איז אבער געווען, אז איך האב נישט געהאט קיין איינס. בלית ברירא, האב איך זיך צוריק אנגעטון (עס איז געווען בערך 2:30, אריבער געפארן דעם בריק און געזוכט ביז איך האב געפונען א געשעפט וואס פארקויפט די פאר רויכערטע ווארע וואס האט מיר אהין געשיקט...
מען דער-ציילט אויף א געוויסן ת"ח אז ביי אים איז אויך געווען די זעלבע מעשה, א [מוצאי שב"ק] אין מיטן די נאכט,
ער האט גענומען א קאר סערוויס וואס זאל איהם אריבער פיהרן דעם בריק, צו-ריק קומענדיג,
האט ער זעך געמאכט א חשבון וואו פיהל דער שפיל האט איהם אף געקאסט,
האט ער אן געכאפט דעם פרישן פושקע און אוועק געטראסקעט,
וחסל, סדר מעלה עשן כל שהוא.
ועמך כולם צדיקים
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

פאשטענדליך טייערע: נאך דיין הערליכע הארציגע געזעגענונגס בריוו-מוז איך פשוט כאפן א ציגארעטל!!!

זעכציג שעה ציגארעטל פרי!! טאקע א [שטיקל] דערגרייכונג. אז מען דערלעבט דערלעבט מען, און אבי מ'לעבט,

דארפסט דיך נישט זארגן: קיינער איז נאכניש געשטארבן פון "נישט רויכערן" קיינער איז נאכנישט פארחלישט געווארן פון "נישט קענען כאפן דעם ציגארעטל אטעם!" פארקערט יא! [לויט רוב שטודיעס\און ווער עס גלייבט דערין.]

אבער מכותלי דבריך ניכר, אז דיין מח איז שליט על הלב, איצט, ווייל ס'נאך פאן נישט צו רויכערן, עס איז אן אקטיווער שפיל, און די ערשטע סצענע נעמסטו די מעין אקטיאר חלק, דו ביזט די הירוי, דו ביזט על הגובהה, דו באזיגסט, דו לאכסט דעם ציגערעטל אין פנים אריין, דו ווייזט אים דיינע פויסטן, דו שרייבסט לאנגע ארטיקלן וועגן אים, בקיצור די ציגערעטל באלעבט דיך יעצט פול פול.

דו זעטיגסט דיך טאקע מיט זיין אפוועזנהייט, ביזטו אבער נאך גאר פעסט און שטארק צו אים מקושר.די אייזערנע קייטן וואס די שנירלעך רויעך האבן יארן לאנג געקניפט צו דיין זעהל, די פעסטע קניפן וואס די שארפע גערוך האט דיך צוגעבונדן זענען נאכנישט אויפגעלעזט, זיי גארטלן דיך נאך ארום, טאקע פון אונטן, נישט פון אויבן-אויף, ביזטו אבער פון אים כללל נישט פטור... און מיין נישט פאר איין זעכציג שעה אז יא!

ווען די קונץ פון "נישט רויכערן" וועט אויסוועפן, און דו וועסט דיך טרעפן בינך לבין ציגארעטלך, בין איך נישט זעכער ווער עס וועט לאכן, פיליפ מארריס אדער דער פארשטענדליך!!! דער מארריס האט שוין אסאך אזוינע שפילן גע'ענדיגט בכי טוב, ענד דעי ליווט העפילי עווער עפטער... די וועלט זאגט אז כדי צוצוקניפן א שטריק ברויך מען איר קודם אביסעלע אויסציען, האקסט אפ מיטן ציגארעטל בלויז נענטער צו ווערן מיט אים!

און נאכדעם וועט ער געבן א וויקטארי ספיטש, און דו וועסט שלינגן יעדעס ווארט דערפון, און דו וועסט ריכטיג שפורן-וויפיל די ציגארעטל העלפט דיר באמת ארויס, און די שווערסטע מצבים און אין די פרייליכסטע מאמענטן, וועסט דיך דאן דערמאנען די פאר וואכן אנעם ציגארעטל ווי שווער ס'געוועהן דאס לערנען, מען האט נישט פארקאטשעט די שטערן מיט א ציגארעט אך ווי שווער די תוספות האט זיך געטייטשט, קיין דאווענען איז נישט געוועהן כדבעי', און שטוב איז געוועהן אנגעצויגן ווייל אז מען בלאזט נישט קיין ציגארעטל רויעך, בלאזט מען גרימצארן פון די נאז-לעכער....און אזוי ווייטער און ווייטער.

ער וועט פייערן א יו"ט דיך שוין אויף אייביג צו האבן, ער וועט שפרונגען א בואי בשלום טאנץ מיט דיר, און דו וועסט אים ארומהאלזן, און מער קיינמאל נישט פארלאזן,.....ביז ביז די שטודיע'ס וועלן [חלילה] נעמען שריט, און באווייזן וואס זייי קענען (ח"ו, און דאן וועט שוין זיין שפעט)

אלזא: דיין צוגאנג, דיין רייץ, דיין געזעגענונג, דיין הארציגע נאסטאלגיע צום ציגארעטל, דיין באשלוס אז מארגן גייט זיין דאס לעצטע, דיין טיפעעע אטעם אינעם לעצטן, אויף איר לעצטן וועג, טויג נישט, ניין! עס טויג נישט!!!

די איינציגע עצה: פיר נישט קיין קאמף-ווייל ער איז שטערקער פון דיר. האלט נישט מלחמה-ווייל ער קען בעסער די תכסיסי מלחמה, צייג נישט קיין חכמה'לעך-וויייל ער האט שוין סך קלוגערע פון דיר איבערגעקלוגט. "פארגעס פון אים" מאך דיך ווילד פרעמד פאר אים. האסט מיט אים קיינמאל נישט גערעדט, קיינמאל נישט געלעבט גוט מיט אים, אמאל זיך געטראפן דא דארט אויף א שמחה אדער פארקערט, אבער כאילו לא היה, האסט מיט אים קיינמאל נישט געהאט קיין טיפע נפשיותדיגע פארשטענדעניש, און שוין...אזוי העט ער פלאצן.

בהצלחה!!!
[און אזוי מיט אלע בעד העבידטס-ואין כאן המקום להאריך בזה-מערצשעם ביי די פסיכלאגיע אשכול]
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

איז נישט די גרינגסטע וועג צו קוויטן דורך אנהייבן צו נעמען נאר אפאר שטיקלעך א טאג?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מורי ורבותי, די ארטיקל פאר זיך איז געהויבן, עס שרייבט זיך ארויס מיט א הערליכע שריפט. כ'זאג נישט, אסאך ספעלינג מיסטעיקס, וואס פארשטענדליך דארף דאס וויסן אין זיין בעגינינג פון זיין קעריער אלס שרייבער. אבער די וועג איז הערליך, די איידיעס זענען וואונדערליך.

איצט לאמיר צוטרעטן צום ענין, איך אני הקטן סאכדעס, רויכער ציגארעטלעך. (עיין ברייכערן אשכול, פאר ווער ס'קען פארנעמען די רויעך) איך האב שוין געסטאפט עטליכע מאל, אויף לענגערע אדער קורצערע תקופות, אבער וויאזוי האט פרייליכערהייט געזאגט? פיר נישט קיין קאמף.

איך הער אויף רייכערן, די זעלבע וועג וויאזוי איך הויב אן. ווען איך רויכער נישט, דאן שטערט עס מיך נישט, און ווען יא, אויך נישט. וואס יא? כ'רייכער נישט צופיל, כ'רייכער א טאג, מערסטענס 10 ציגארעטלעך, און געווענדליך 5 ציגארעטלעך. ניין, כ'רויכער נישט אין אלע מצבים, נאר טאקע נאכ'ן עסן, אדער אין שווערע מינוטין. די וואס רייכערן אן א חשבון, אין אלע מצבים, די סטאפן, און הויבן אן צוריק מיט א כעס.
איך נאכן נישט רויכערן 7 חדשים, האבעך אנגעהויבן מיט א פרישקייט, א_ווי כ'ווואלט קיינמאל נישט גערייכערט. אין די 7 חדשים, האסטו געקענט רייכערן אין מיין קאר, פונקט ווי איך וואלט אליינס גערייכערט.
אין איין ווארט: ציגרעטעלע, יאך בין באלעבוס אויף דיר, און דו נישט אויף מיר. די פאקט איז, מ'האט אין אלע דורות גערייכערט, און געווענדליך טאקע נאך סעודות. די היתר פון רויכערן יום טוב, איז דאך אויך נאר טאקע וועגן די עסנס. אזוי האבן גע'פסק'עט אסאך גדולי ישראל.
אני כשלעצמי, רייכער איך טאקע נישט יום טוב, און פסח אויך נישט. ווייל ווי געזאגט, יאך בין זיין באלעבוס, ער איז נישט מיינס. כ'רויכער ווען מיר שמעקט, נישט ווען אים שמעקט. (וויאזוי האט יענער געזאגט, ווען מ'רויכערט, שמעקט זיכער...)
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אני לכשעצמי האבעך גערויכערט כמעט צוויי שאכטלן א טאג, און רויט מארבעלרא, אבער פאר איבער א יאר צוריק האבעך מחליט געווען אז "דאס איז עס", אן קיין שום NOTICE האט מען געזאגט אינעם קאפ צו זיך אליין "איך רייכער מער נישט" און ב"ה אז ס'העלפט.

כ'זאג נישט אז פרייטאג נאכמיטאג פארן זמן האט מיר נישט אנגעכאפט א תשוקה פארן ציגראטל, כ'האב שוין אפי' געחלומט אז כ'רייכער... אבער ווי האט סאכדעס געשריבן, מ'דארף זיין בעה"ב נישט נאר אויף זיך נאר אויפ'ן ציגראט אויך! היינט ב"ה אינטערסירט עס מיר נישט לגמרי! כ'פארנעם נאך א רויכערער, און ווען דער וועטער איז הערליך אין א קאלטער מוצאי שבת וויל זיך ארויסלויפו כאפן א ציגראטל מיט א הייסע קאווע, אבער ס'איז יצא שכרו בהפסדו.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

יעצט נאך דורך ליינען די גיטע ארטיקל גיימיר כאפען א ציגערעטיל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2009 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי_ווייס »

אזוי ווי די זאגסט גיימער כאפען א ציגרעטיל

אזויווי מען טרינקט אלקהאל מיט א מאס איז נישט קיין פראפלעם? און ווען מ'טרינקט צי אסאך איז שוין נישט געזינט? עסן איז געזינט. אבער ציפיל שוין נישט.
די זעלבע איז ביי רייכערן. אפאר ציגרעטליך א טאג קען נישט שאטן...

איך בין לעצטנס געווען ביי א דאקטאר וואס האט מיך זייער אנגשריגן פארוואס איך רייכער. בקיצר וואס ער האט מיר יא געזאגט איז אז די מענטשען וואס וווינען און די סיטי און נאך-דער-צי און ווילימסבארג. און נאך העכר די הייוועי. איז אסאך ערגער פין רייכערן.
די פלאשען וואס אלע טראקס באס'ס געבן ארויס איז געפערליך שעדליך...

בקיצר די פראפלעם איז אז מ'איז נישט באלבאס אויף די ציגרעטל? מ'איז אדיקטעט?
פאר דיין סעל-פאן (איך רעד שוין נישט פלאס אינטערנעט) ביסטו נישט אדיקטעט? די קענסט עס יעצט אויפגעבן?
איך קען יעצט נישט אויס-רעכנען אלעס באט ציגרעטלעך איז די אייציגסטע זאך וואס מ'איז אדיקטעט?
_________________________x
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

גיי_ווייס האט געשריבן:אזוי ווי די זאגסט גיימער כאפען א ציגרעטיל

אזויווי מען טרינקט אלקהאל מיט א מאס איז נישט קיין פראבלעם? און ווען מ'טרינקט צי אסאך איז שוין נישט געזינט? עסן איז געזינט. אבער ציפיל שוין נישט.
די זעלבע איז ביי רייכערן. אפאר ציגרעטליך א טאג קען נישט שאטן...

דערמאנסט מיר א גוט'ס, כ'האב אמאל געהערט ווי א גרויסע רויכערער טענה'ט, עסן ארענדזשעס איז א פראבלעם? זיכער נישט,
משא"כ עסן א באקס ארענדזשעס איז זיכער נישט געזינט,
די זעלבע זאך מיטן צוגרעטל!
ודפח"ח.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”