א בריוו צו מיין דריי יעריגער צדיק'ל לכבוד זיין ערשטע אפשערן!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

א בריוו צו מיין דריי יעריגער צדיק'ל לכבוד זיין ערשטע אפשערן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

צו מיין ליבליכער געצערטעלטער צדיק נשמה ברוך נחום נירו יאיר ויזרח!

עס קומט מיר אן שווער צו רעדן, אבער איך שפיר אז צו די געהויבענע געלעגנהייט פון דיין אפשערן למז"ט איז דאס פאסיגסטע וועג ארויסצוגעבן מיינע געהויבענע געפילן צו דיר דורך אט דעם בריוול.

פאר 3 יאר צוריק 2 וואכן נאך פסח, אין פונקטליכן דאטום י' אייר, איז דיין גליקליכער טאטע געווען אין די גרויסע געביידעס פון NYU שפיטאל אין די רוישענדע מאנהעטן, און געשעפשעט א תפילה צום בוכ"ע אז דו זאלסט זיין א געזונט ערליך לעכטיג קינד. און חסדי הויה היינט פונקט דריי יאר שפעטער מיט אביסל, אין דעם הייליגן טאג ל"ג בעומר גיי איך האבן די זכי' אפצושערן דיינע העל-בלאנדע לאקן און באצירן דיינע צוויי זייטן מיט דעם צלם אלוקים די זיסע צוקער-וואסער פאות.

דאס הארץ איז מיר איבערגעפילט מיט פרייד, און די געפילן שפילן אין מיר, ווען איך גיי אי"ה דיך איינוויקלען אין א מלכות טלית פון הונדערט פראצענט שעפסן וואל און ציצית מנופץ לשמה דורך הרשקוביץ בהשגחת הבד"ץ, און אריבערגיין דעם שוועל פון די סאטמאר'ע תלמוד תורה געביידע (פרעג נישט וועלכע.. ווען דו וועסט עלטער ווערן וועל איך דיר דאס אי"ה אויך פארציילן און פריידן) און ארויפשפאצירן מיט שטאלץ צו די דריטע שטאק דארט וואו דו וועסט אנהייבן דיין אידישע קאעריע און לעקן האניג פון די אותיות א'מ'ת'.

צדיק'ל מיינס; זייט וויסן אז האניג שפילט א גרויסע ראלע ביים כלל ישראל, אנגעהויבן פון דעם פארכטיגן טאג ראש השנה ביז שבת בראשית (יא שעפעלע! דאס איז א מנהג ישראל תורה צו וואס איך קלע"ב זייער שטארק!) טונקט מען די חלה אין האניג. ווען דו וועסט עלטער ווערן און האבן א מלמד פון העכער די יאר-גאנג וואס מ'קען לערנען מורה נבוכים (נעם אין אכט נשמה! אין קיין מורה נבוכים זאלסטו בעפאר די פערציג קיינמאל אריינקוקן!) און ער וועט דיך שיקן אין מלמדים שטיבל מאכן א טיי זאלסטו וויסן אז דו דארפסט דערין אריינגיסן האניג. און אזוי ווייטער און ווייטער. אלזא זאלסטו אבאכט געבן צו היטן אלע מנהגי ישראל מיט א תמימות.

צו דיין זייט וועלן מארשירן מיט פרייד זיידי און באבי זאלן לעבן (חני באבי מיט יוטי באבי), פארגעס נישט די אידישע מידה פון הכרת הטוב, זיי גייען באצאלן דעם פרישטאג וואס כ'מאך לכבוד די שמחה עד פ"א, זעה לאכן צו זיי אגאנצן צייט, און ווען באבי שתחי', דאס הייסט מיין שוויגער (א זאך וואס דו וועסט אויך געוואויר ווערן ווען דו וועסט עלטער ווערן), וויל כאפן פון דיר פיקטשערס זאל דער לשון 'טשיז' זיין שגור על לשונך.

אזוי אויך זאלסטו זיך שיין באדאנקן פאר מיין קליינע שוועגערין חנה'לע וואס האט געארבעט וואכן לאנג, און ארויפגעקלעבט 3 שטריק אויף יעדע עק פון די פעקלעך וואס דו גייסט אויסטיילן אין חדר, אזש אז ס'קוקט אויס אקוראט ווי עכטע ציצית.

און אביסל מוסר אויף די קומענדיגע טעג און יארן, איך ווייס אז עס קומט דיר אן שווער צו ליינען, וועל כ'רעד פון הארץ, און הערצער שפירן זיך, די אויגן זענען מיר פארפלייצט פון טרערן ווען כ'משל זיך נאר אויס וויאזוי דו זעצט דיך אראפ אויף דעם קליינעם טישל וואס מיר האבן אויף די פארטש ליינען די פאר שורות. אבער לאמיך דיר זאגן צדיק מיינס, די וועלט איז ווי א שטורעם, וואלקעינאס איז שוין נאר א קלייניגקייט צו וואס אלץ עס שפילט זיך אט אפ אויף אונזער קליין וועלטל. זעה צו בלייבן בשמחה_תמיד און ווען דו שפירסט אין דיר עצבות נעם אין די האנט די שיינע באלערנדע מתנה וואס איך האב דיר געקויפט, און דאס וועט זיכער זיין א וועג ווייזער פאר דיר וויאזוי זיך אומצוגיין אין די שווערע מצבים.

געדענק דיין הייליג נאמען ברוך נחום ע"ש אונזער זיידע ר' ברוך בענדיט ... (בענדיט האב איך נישט געקענט געבן ווייל מיין שווער הייסט עפעס ענדליכ'ס - באנדיט) און נאך דעם עלטער פעטער פון דיין מאמע'ס זייט, ר' נחום ... וועם כ'האב נאך אזוי גוט געקענט און ער האט נעבעך נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק. נאך וועם דו הייסט, דאס איז געווען חסידישע אידן פון אמאליגען דור, איך דענק נאך א שבת ביים זיידן, איי איי איז דאס געווען מעין עולם הבא.

(די נעקסטע פאר פארגראפן איז ארויסגענומען געווארן צוליב אינהאלט וואס קען צוברענגן צו גילוי, מיט אנטשולדיגונג)

איך ענדיג מיינע פאר ארימע שורות און וואונטש דיר פון אלעם גוטן, אצינד גיי צו צום שער-מאשינדעל מיט די רעכטער פוס בשעה טובה ומוצלחת.

וואו עס שרייבט:
טאטי בשם מאמי

(רצו"פ המתנה דו"ד לכבוד השמחה "מכבי אש טראק" - פייערלעשער טראק, נוץ עס געזונטערהייט!)

---

די אלע תגובות וואס וועלן נאכפאלגן וועל איך סייווי צענזורירן פאר כ'געב עס איבער פאר מיין חתן המגולח. ממיילע האלט אייך נישט אפ פון שרייבן באלייכטענדע הערות וואס קענען צוניץ קומען פארן עתיד פון מיין צדיק.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

ארעסטאנט, דאס האסטו געשריבן אדער גאר ערהאלטן?
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

כיכיכיכי.... איך היס פאר געלעכטער....

ארעסטי מזל טוב.... סאך לאכעס, זאג מיר די אמת האסט אוועקגעלייגט די בריוון פון די פריערדיגע קינדער אויך? אדער איז עס געווען די זעלבע נוסח בערך?

אהער דערמיט...
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

איך מיין אז מען זאל מאכן א פאלדער ויקרא שמו בריוון
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

ארעסטאנט, דו ווייסט וואס איך וויל דיר עכט זאגן? ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

גאנץ א שיינע פייער לענזשדער
אטעטשמענטס
פייער טראק.jpg
פייער טראק.jpg (11.38 KiB) געזען 2843 מאל
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

לץ דו
גאליציאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנער »

ארעסטאנט, ריזיג, ;l;p-
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ארעסטאנט האט געשריבן:צו מיין ליבליכער געצערטעלטער צדיק נשמה ברוך נחום נירו יאיר ויזרח!

געדענק דיין הייליג נאמען ברוך נחום ע"ש אונזער זיידע ר' ברוך בענדיט ... (בענדיט האב איך נישט געקענט געבן ווייל מיין שווער הייסט עפעס ענדליכ'ס - באנדיט)

וואו עס שרייבט:
טאטי בשם מאמי

ארעסטאנט, נאָאָ!!! אויף אן אייגענעם טאטען....
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

אסע גוט אסע גוט!!!
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

יא יא, די יארן לויפן ווי א פייערטראק... כ'געדענק נאך ווען ארעסטאנט איז נישט לאנג צוריק באקרוינט געווארן אלץ "שר האלף" און באקומען אלץ דו"ד א "בריקברעיקר" געים. דאן האט ער נישט געלעקט קיין האניג.. איצט ווערט זיין צדיק'ל באקרוינט מיט א יארמלוקע אין זיסע לאקן און וועט לעקן האניג און ווערן א שר האל"ף בית... אסאך אידיש נחת!

(אגב ווערט מיר שוין יעצט פארענטפערט פשט פון ארעסטאנט'ס אפוועזנהייט פון קרעטשמע פאר 3 יאר צוריק אזא צייט..)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מזל טוב אסך נחת ארעסטאנט!

כשם שנכנס לבריוו זה כן יכנס לבריוון אחרים
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

יוי איז דאס גוט, אזוי געלאכט!!! :lol: :lol: :lol:

ארעסטאנט האט געשריבן: אין דעם הייליגן טאג ל"ג בעומר גיי איך האבן די זכי' אפצושערן דיינע העל-בלאנדע לאקן און באצירן דיינע צוויי זייטן מיט דעם צלם אלוקים די זיסע צוקער-וואסער פאות.



היינטיגע צייטען ניצט מען שוין דיפירידו...... ודי
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

טאטי, איך האב געליינט דיין בריוו מיט 15 יאר שפעט, כא'נישט געוואוסט וויזוי צו עפענען די ענוועלאופ, אבער איך מוז דיר זאגן דו ביסט שוין געווען א גוטע שרייבער דעמאלטס...

נ.ב. די פייערלענדזשער טראק האט נישט קיין בעטעריס.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
גאליציאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנער »

א ארעסטאנט א איידעם ביי א באנדיט, ווער איז געווען שדכן ?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

צוקער זיס ארעסטי, דיין פעדער איז גאלד.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

גאליציאנער האט געשריבן:א ארעסטאנט א איידעם ביי א באנדיט, ווער איז געווען שדכן ?
ענדערש א זון פון איינס קוק וואס ער אליין שרייבט:
ארעסטאנט האט געשריבן:געדענק דיין הייליג נאמען ברוך נחום ע"ש אונזער זיידע ר' ברוך בענדיט ... (בענדיט האב איך נישט געקענט געבן ווייל מיין שווער הייסט עפעס ענדליכ'ס - באנדיט)
טאטי בשם מאמי.
איז געדרינגן אז די מאמע זאגט עס אויף איר שווער.

די אמת איז אז דער ארעסטאנט האט זיך שוין איינמאל אנגעשטויסן מיט פראבלעמן ער שרייבט ביי די מעשה פונעם פייער ביי בעדפארד ווילסאן:
ארעסטאנט האט געשריבן:די סכך האט אפגעברענט.
איך נעם פאראנטווארטליכקייט אויפן פייער (האלא?! נאר כאמאס מעג?..)

האלאו, וואסי נייעס?
-------
ארי אייםסארי כ'בעטיך שוין איבער אז כ'בין מיך מחי' מיט דיר, עניוועיס לאטס אויף נחת ביי דעיע און ביי אלע אנדערע
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

פליגל האט געשריבן:
גאליציאנער האט געשריבן:א ארעסטאנט א איידעם ביי א באנדיט, ווער איז געווען שדכן ?
ענדערש א זון פון איינס קוק וואס ער אליין שרייבט:
ארעסטאנט האט געשריבן:געדענק דיין הייליג נאמען ברוך נחום ע"ש אונזער זיידע ר' ברוך בענדיט ... (בענדיט האב איך נישט געקענט געבן ווייל מיין שווער הייסט עפעס ענדליכ'ס - באנדיט)
טאטי בשם מאמי.
איז געדרינגן אז די מאמע זאגט עס אויף איר שווער.

די אמת איז אז דער ארעסטאנט האט זיך שוין איינמאל אנגעשטויסן מיט פראבלעמן ער שרייבט ביי די מעשה פונעם פייער ביי בעדפארד ווילסאן:
ארעסטאנט האט געשריבן:די סכך האט אפגעברענט.
איך נעם פאראנטווארטליכקייט אויפן פייער (האלא?! נאר כאמאס מעג?..)

האלאו, וואסי נייעס?
-------
ארי אייםסארי כ'בעטיך שוין איבער אז כ'בין מיך מחי' מיט דיר, עניוועיס לאטס אויף נחת ביי דעיע און ביי אלע אנדערע


יא שוואגער לעבן! דו האסט מיך דערווישט... מאך א שווייג!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
ווילדער קאפ
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2009 2:35 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילדער קאפ »

אויב טאקע האסטו א זוהן וואס ווערט יעצט 3, און האסט מחליט געווען אז די גייסט עפעס שרייבען, וזה מה שעלת בידך, האב איך רחמנות אויף דיין זוהן.
אויב הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה, און דאס איז נאר את תגובה פאר "גראדער"ס בריוו צו זיין טאכטערס 11טע געבארטס טאג, נאדיר א גרינע ;l;p-

אוי אריסטי די ביסט גוט מעשיגע
קיפ איט אפ
"Anyone who has never made a mistake has never tried anything new."
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

ארעסטאנט יוא איז עס גיט האסט מעך אויפגשליידערט
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
די גרויסע עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גרויסע עפל »

יויש איז דעס גיט............ מעכטיג !
איך האב קיין פייערלעשער ניט באקומען, עד היום ווארט איך נאך.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיין באבע ע"ה פלעגט דערציילן אז ביי די מכירת יוסף שפיל וואס זי האט געזען אלס קינד אין קראקא, האט מען זיך געזארגט אז ווען יוסף וועט זיך באגעגענען מיטן טאטען וועלן די ביישויער חלילה אויסגיין פאר עמאציאן, האט מען אויסגעשטעלט אז צו דערצו האט זיך אויך א לץ (בבחינת יחצאל) פונקט געטראפן מיט זיינס א באקאנטן, און דאס האט ארויפגעצויגן שמייכלן אויף די אנוועזנדע פנימ'ער.

לענינינו?

גראדער האט ארויסגעשטעלט א הארציגע בריוו פון א טאטע צו זיין טאכטער וואס גייט אריין אין די 12'טע יאר פון איר לעבן, יעדער וואס האט דאס געליינט איז איבערגענומען געווארן דערפון, ווי די תגובות זענען עדות. האט מען זיך געזארגט אז חלילה וחלילה דער עולם וועט אויסגיין פאר התפעלות אדער ווייסעך-וואס, איז געקומען דער ארעסטאנט ווי א מלאך מושיע און אויפגעשאקלט דעם עולם מיט אן ענליכע אבער גאר קאמישע בריוו, וינועו אמות השטופערס...

זאל דיר גערעכנט ווערן די שמייכלעך!
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

זאג נאר עס איז דיין בכור? אדער דו האסט א מיידעלע קודם?.. אויב יא, עצה טובה קא משמא לן, קויף איר אויך א פייערלעשער, אויב ווילסטו שלום צווישן זיי...

עניוועי, יו אר גוד..
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אוי באשעפער ווי בין איך?

היות איך שער אפ אי"ה דעם ל"ג בעומר מיין זון, און איך זעה דעם זיסן קעפל מיין דריי יעריגע צדיק'ל לכבוד זיין אפשערן, טראכט איך אקעי לאמרי אריין גיין אהין מיטן גאנצן ערנסקייט, פאקטיש איז קרטעשמע געווארן א ציל ברעט לעצטנס פאר דרשות מיט מוסר והתעוררות,

אוי האב איך געלאכט...., די האניג אין חדר המלמדים פארדינט א ארטיקל פאר זיך,

יעדעס ווארט איז ציקער זיס,
כה לחי
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

זאג נאר ארעס. די בריוו איז קאפירייט ? אדער מען מעג עס ניצען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”