ס'איז דא מענטשן און ס'איז דא מענטשן.

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

ס'איז דא מענטשן און ס'איז דא מענטשן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ס'איז דא מענטשן וואס פארקויפן, און ס'איז דא מענטשן וואס קויפן.

ס'איז דא מענטשן וואס שרייבן, און ס'איז דא מענטשן וואס ליינען.

ס'איז דא מענטשן וואס ווען זיי זעען עפעס האבן זיי אלץ א גוט ווארט, און ס'איז דא מענטשן וואס ווען זיי זעען עפעס וועלן זיי קריטיקירן.

ס'איז דא מענטשן וואס האבן אינזין אז פאר יעדע זאך זאל זיין א גמ"ח, און ס'איז דא מענטשן וואס האבן אינזין אלץ אויסצוניצן דעם גמ"ח.

ס'איז דא מענטשן וואס א זמן מיינט ביי זיי פינעף מינוט פריער, און ס'איז דא מענטשן וואס א זמן מיינט ביי זיי פינעף מינוט שפעטער.

ס'איז דא מענטשן וואס דרייוון, און ס'איז דא מענטשן וואס כאפן היטשעס.

ס'איז דא מענטשן וואס בויען, און ס'איז דא מענטשן וואס צו ווארפען.

ס'איז דא מענטשן וואס האבן סעלפאנס, און ס'איז דא מענטשן וואס וועלן עס אלץ בארגן.

ס'איז דא מענטשן וואס וועלן אלץ זיין פרייליך, און ס'איז דא מענטשן וואס וועלן ענדערש זיין טרועריג.

דער סך הכל

ס'איז דא מענטשן און ס'איז דא אוומענטשן.

יעדער קען זיך אויסוועלן וועלעכע העלפט ער וויל, ס'איז א גרויסע פראצענט, אז די זעלבע מענטשן וועלן אלץ זיין אויף די רעכטע חלק פון וואס איך האב געשריבן, און אויך פארקערט, די לינקע חלק וועלן אויך אלץ זיין די זעלבע מענטשן.

איך מיין נישט קיינעם, איך האב נאר פונקט באמערקט איינעם נעמען עטליכע טישוס, פונעם טישו באקס אין בית המדרש, און ס'איז מיר בייגעפאלן דער אויסדרוק פונעם קעפל, און אויף דעם ארויף האב איך געשריבן דאס גאנצע, גלייבט מיר, אז דער אינגערמאן איז אומשולדיג, און איך מיין אפילו נישט אים, אבער נאך אלץ איז ער געווען דער גרמא צו דעם ארטיקל.

( ווער ס'וויל קען צו לייגן אויב איך האב עפעס אויסגעלאזט, ס'איז געווען תני ושייר.)
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

שלמה המלך אין משלי האט שוין צוגעלייגט עת לחשות ועת לדבר
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

און איך לייג צו, א לימוד זכות אויף יענעם אינגערמאן, ווייל צומאל טוה איך טאקע פונקט דאס וואס ער האט געטאן, און איך האלט אז אויב איך בין פארקילט, און איך פלאן צו זיצן דא אין ביהמ"ד א וויילע, אדער איך האב נאך א ווייטע וועג צו גיין ביז מיין הויז, קען איך זיך רואיג פארלאזן אויפן פופציגער וואס איך האב געגעבן ביי מלוה מלכה פונעם שוהל וואס האט לכאורה געדעקט די פאר טישוס.

אין אלגעמיין שרייבסטו אבער גוט, יש ויש, ס'דא און ס'דא.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א לימוד זכות פעלט אויס ווען איינער רייסט איינעם ארינטער, איך האב קלאר געזאגט אז יענער איז אומשולדיג, זיין גאנצע שולד איז נאר, אז איך האב אים פונקט דעמאלטץ געזען און באלד געטראכט עפעס צו שרייבן דערפון אין די קרעטשמע.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

איך ליין סך מער וואו פיל איך שרייב
איך העלף גמ"ח'ן מער וואו איך ניץ זיי
א זמן מיינט ביי מיר 15 מיניט שפעטער לכה"פ
איך דרייוו- איך גיב נאר היטשעס פאר עלטערע אידען אדער ווען עס קאלט אדער רעגענדיג וועלען טינגערע אויך באקימען היטשעס און פארשטייט זיך מיר איינטיילען וואס איך זאל יא אנצינדען אין וואס נישט און דעס איז דער הויפט סיבה פארוואס איך האב אויפגעהערט געבען היטשעש און ווען עס שנייט געב איך נישט קיין היטש פאר איינעם וואס שטייט אויף די גאדער אפי' ער איז א בן תשעים
איך האב א סעל פאון- און איך בארג עס נאר אויב מען לייגט איין ביי מיר דעם היט
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

זאג וויפיל היטן האסטו שוין אזוי ביי דיר צאמגעזאמעלט?
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

יגר ער געט עס ציריק ווען מען ברענגט אים ציריק די טעלעפאן " מסתם "
קנאי עס איז א מורא'דיגע עצה איך מייין אז איך גיי אונהייבען אויך אזוי צי טיען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

ס'איז נישט אמת. ער זאגט נישט אז ער געט עס צוריק.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

איך האב געהאט א פאל, פין איינעם וואס האט געהאלטען מיין סעלפאון בערך א שעה, פארשטייט זיך אז ער האט עס נאר געבארגט פאר איין מיניט, ווייל ער האט זיך געשטעלט שחרית'ן, אויף מיין פיקעל, מיטען מיין אייגענע סעלפאון, אין זיין אייגענע טאש, אשר ע"כ האט מען געדארפט איינפירען דעם מנהג, און ב"ה ועבד נפלאות, איט יארקד וואנדערס, בדוק ומנוסה קיין איין היט האב איך נישט געדארפט האלטען מער פון 3 מיניט
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אוי חכם איינער, (סארי פאר דעם טיטל אויב ס'געפעלט דיר נישט..) מיטן שחרית קענסטו זיך נישט אזוי ארויסקראצן ער ניצט דאך נישט דעם היט (פונעם מוח איז אפגערעדט, ער זאך דאך נאך אנהייב: לשעבד בזה תאוות ומחשבות לבינו וכו' הנשמה שבמוחי...) לכאורה פארטאגס אויב בארגסטו דיין סעל מוז יענער איינלייגן זיינע 5 דאלער וואס ער דארף אויסטיילן ביים דאווענען...

נישט שלעכט, אמת?
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

זיי ציפרידען אז ער איז כאטש געבליבען אין בהמ"ד איך האב געהאט איינער איז אהיים געגאנגען אין ער האט נישט אויפגעהויבן ,אין ציפרי קימט ער נאך צי מיט א שמייכעל אין זאגט מיר איך האב דיר נישט געטרפען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

יגרסהדותא האט געשריבן:אוי חכם איינער, (סארי פאר דעם טיטל אויב ס'געפעלט דיר נישט..) מיטן שחרית קענסטו זיך נישט אזוי ארויסקראצן ער ניצט דאך נישט דעם היט

די מעשה האט פאסירט מיט א בחור פערצופאל

(פונעם מוח איז אפגערעדט, ער זאך דאך נאך אנהייב: לשעבד בזה תאוות ומחשבות לבינו וכו' הנשמה שבמוחי...) לכאורה פארטאגס אויב בארגסטו דיין סעל מוז יענער איינלייגן זיינע 5 דאלער וואס ער דארף אויסטיילן ביים דאווענען...

נישט שלעכט, אמת?


מגיבט דיר א פינגער ווילסטי א הענט, נישט געניג איך גיב דיר ארויס די איינצעלהייטען פון די מעשה, דארף איך דיר נאך ארויסגעבען צי עס איז אמת צי נישט?
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

איך גלייב cano אז פאר דו האסט געבארגט פאר א בחור א סעל.פאן האסטו אראפגעבראכן דיין קאלערפיל סקרין, ער זאל חלילה נישט גליטשן אינטער סעקונדעס אינעם שאול תחתית..
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

פאר וואס, נאר וואס איך זאג נישט, גלייב'סטי, אבער וואס איך שרייב דיר יא, דאס גלייבסטי מיר שוין נישט,
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

יא, יא, יש... ויש... ארבע מדות ב...
ס'דא מענטשן וואס ווייסן גארנישט און רעדן גארנישט; ס'דא מענטשן וואס ווייסן גראדע יא אלעס אבער רעדן נישט; ווידער איז דא מענטשן איז דא מענטשן וואס ווייסן אלעס און רעדן אלעס; אבער אויך איז פאראן, א געוויסע סארט קאטאגאריע מענטשן, וואס ווייסן ווייסן זיי גארניקס און ווען ס'קומט צו רעדן רעדן זיי מיט א גרויס מויל כאילו זיי ווייסן אלעס!... און גראדע צו די קאטאגאריע מענטשן וויל איך זיך באציען

איז אזוי: די קאטאגאריע מענטשן וואס ווייסן גארנישט און רעדן גארנישט - א שטייגער ווי דער ליפא'לע מיין באליבטער שכן - נו, וואס שייך אים צו באהאנדלען? ער שמעקט נישט ער שטינקט נישט, ווען איך באגעגן אים נאר איז ער מיט די דריי-פיר צוקנייטשע געבויגענע פאסן אויף זיין שטערן... אז איך שאקל אים מיטן קאפ "א גוטן", גיט ער מיר שאקעלע צוריק, ברומענדיג אונטער נאז, א גוטן, א גוטן. אז איך פרעג אים וואס זאגסטו עפעס גוטס? ברומט ער מיר צוריק, אזוי אונטער די נאז, "בארכאשעם" און געגאנגען ווייטער. שטענדיג איז אן ערנסטקייט אויסגעגאסן אויף זיין געזיכט, קיינמאל ערלויבט ער זיך נישט קיין שמייכל צו טוהן, גארנישט קען ער נישט גארנישט ווייסט ער נישט, ס'אינטערסירט אים נישט מיטצוהאלטן קיין נייעס, גארנישט... גארנישט... הקיצור, א זויער אנגעצויגן פיקל'דיגער בריאה אן אויסגעטריקנטע הושענא... נו וואס שייך אים צו באהאנדלען?

ווייטער די קאטאגאריע מענטשן וואס ווייסן גראדע יא אלעס אבער רעדן ווינציג, לאזן זיך זעלטן הערן זייער שטימע אין פובליק. נו, לאז זיי וואויל באקומען. און ווידער די וואס ווייסן און גראדע ווייסן זיי וואס זיי רעדן, איז דאך אויך נישט צופיל שייך צו באהאנדלען, אז ער ווייסט און ער דערציילט איז דאך גוט, א חוץ ווען ער רעד שטותים...

אבער וואס טוהט זיך ווען מען קלאפט זיך אן און מען באגעגנט זיך מיט אזא סארט "שישקע און גרויסמויל מאכער" וואס רעד און רעד און רעד כאילו, מ'שטיינס געזאגט, ער ווייסט אלסדינג וואס טוהט זיך אויף די ארענע? און ווער רעדט נאך אז געווענדליך האבן די קאטאגאריע מענטשן א הויך-דיקע שטימע, וועלכע גריזשעט אריין ביז אין די זיבעטע ריפ אריין, וואס אפי' דו ווילסט נישט צו לייגן אן אויער צו זייער הבל פיהם ביזטו אבער ווי א געפאנגענער, ער שטופט דיר אריין זיין רוח פיו אין מויל אריין... צי דו ווילסט יא צי דו ווילסט נישט. הוי רבוש"ש שתצילנו היום, ובכל יום, מפגע רע...

אט אזא איינער – מוישעגרויסמעך לאמיר אים אנרופן - האט זיך מיר אין די לעצטערע צייט פלאצירט אין מיינע דל"ת אמות, און וואס זאל איך זאגן – רבותי - ס'שוין כלו כל הקיצין! עך ברעך שוין! ס'שוין טו מאטש!
איך האף אז איר פארשטייט מיר, אבער טאמער זענט איר נישט גענוג כיטרע צו כאפן וועל איך אייך אראפגעבן א ביישפיל פון דעם מוישעגרויסמעך, און וואס אלס איך מאך מיט אין זיין געגנווארט.

דער מוישעגרויסמעך איז דאך אזא קלוגער, באלערנדער, אלס-ווייסער אז וועלכער נושא מען זאל נאר רעדן, וואו דו זאלסט נאר אנהויבן, וואספארא טאפיק דו זאלסט נאר ערווענען, איז ער מער צו אלע צרות באלד אינדערהיים... און מיט זיין גרויס קענטעניס און פקחות הויבט ער באלד אן צוגיסן זיינע דברי פקחות אזש ס'איז צום ברעכן. ער איז א מבין צו ביזנעס און אויך צו פאליטיק; ער פארשטייט צו טעכנעלאגיע און אויך צו דאקטערי; ער איז מומחה אין חינוך און ווער רעדט נאך אין שלום בית; ער איז א דענקער אין היסטאריע און א ווארט זאגער אין אידישקייט; ועל כולם איז ער דאך דער גרויסער מלומד תלמוד חכם ויודע ספר...

אז ס'פארווארפט זיך א שמועס איבער ביזנעס איז ער דאך באלד ווי אינדערהיים, ער רעדט, ער פרעגט, ער זאגט, און פארשטייט זיך ער גיט עצות... אבער נישט סתם נאר ס'קען זיך גאר אויסדאכטן אז ער איז עפעס מוישע-סויכער פון פארטי-סעווען... און ווארט נאר ווארט, אין ביזנעס זעלבסט איז ער דאך דער גרויסער מבין אין יעדן סארט ביזנעס וואס נאר פאראן; רעדט מען פון דיימאנד, איז ער אין דיימאנד קלאב; רעדט מען פון ריעל איסטעיט, איז ער אין פראפערטיס; רעדט מען פון אימפארט עקספארט, איז ער אין טשיינע...; רעדט מען פון אינשורענס איז ער באלד אינדערהיים און פלאפעלט און פלאפעלט; רעדט מען פון סטאקס, איז ער אין וואל-סטריט, אזש ס'קען זיך אנדאכטן אז דו רעדסט דא מיטן גרעסטן ביזנעסמאן וואס נאר פאראן...

מאכט זיך אמאל א מעשה וואס דער מוישעגרויסמעך שטייט אזוי ארומגענומען מיט אזא קופקע אפרוחים-יונגעלייט'לעך און דרשענט זיי אן איבער זיינע גרויסע מומחיות'שאפט אין ביזנעס. די אפרוחימ'לעך, פארשטייט זיך, שטייען אלע מיט האלב אפענע מיילער און גרויסע פארקלאצטע אויגן און שלינגען מיט דורשט יעדעס ווארט וואס דער מוישעגרויסמעך פארקויפט זיי. אזוי רעדנדיג, מיט זיין גרויס מויל, וואגט זיך אזא יונגערמאנטשיקל אים א פרעג טוהן: "זאגטס נאר וואס טוהט איר פאר א לעבן?" וואס נישט? - ענטפער דער מוישעגרויסמעך צוריק מיט אזא אונטער-חכמה'דיגער שמייכל - ס'הייסט, איך זע דאך אז איר פארשטייט צו אלעם, איר רעדט איבער אלעם, און יעדן ענין האט איר א מיינונג איז דאס פון עקספיריענס, אדער וואס? פרעגט דער יונגערמאנטשיקל צוריק מיט דרייסט.

הער זיך איין, לאמעך דער מסביר זיין: נו וודאי האב איך עקספירענס... אבער נאך ווי אן עקספיריענסד... אן עקספיריענסד וואס שטעלט דעם מענטש אויף די פיס אין אלע הינזיכטן צוגלייך... אט גיב א קוק, למשל היצט, ווען מען רעדט מער פון ביזנעס. צו נעמען א שטעלונג אין ביזנעס דארף מען גארנישט קענען, מ'דארף אפי' נישט דערלייגן קיין איין פיאסטער, מ'דארף קענען איין זאך, פלאזשען און פלאזשען רעדן און רעדן... און נאך אלעם, פון אזויפיל רעדן, ווערט מען עפעס געוואויר... מ'נאשט א ווארט דא א ווארט דארט... ביז מ'דערשנאפט זיך צו פארשטיין דערצו... און יא, דער עיקר, פארשטייט זיך, אז נאך יארן עקספיריענס פון נאשן ווערטער דא, ווערטער דארט, קען מען קומען אין ס'מעדרעש אין זיין א מענטש צום טיש...

כ'האב דאך אזוי פיל צו דערציילן איבער דעם מוישע גרויסמעך, אבער והמשך יבא לכש...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זארעך;

הערליך, זייער שיין באשריבן!

מיין עצה: אין געגנווארט פון אזעלכע משה'לעך, ברויך מען ווערן א כלומר'שטע ליפא'לע, אננעמען א מויל מיט וואסער און אן אויער מיט וואטע, ווי גלייך מען זעט נישט און מען הערט נישט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כ'על זיך נישט באציען די צרה, כ'מיין מ'שטיינס געזאגט, ס'איז דא מענטשן וואס מיינען אז זארעכ האט אן ערענסטן פראבלעם מיט יענעם, א שטייגער ווי קרעמער, וואס גיבט איהם באלד אן עצה אנצוהערן וואס ער האט צו טוהן, און... ס'איז דא מענטשן וואס פארשטייען אז זארעכ האט נישט קיין שום פראבלעם, א שטייגער ווי איך, ער האט נאר געוואלט אראפשרייבן א געוויסן סארט קערעקטאר וואס האט זיך לעצטנס זיך געזעצט נעבן איהם אין שוהל ביין ליינען וכדו', אבער קיין פראבלעם האט זארעכ נישט דערמיט, און אפילו אויב ווערט דאס נערווירנד, קען זיך זארעכ זעהר לייכט זיך אויפזעצן און טוישן פלאץ, אדער לויפן הכנות צוויי מאל ביז יענער וועט זיך טרעפן אליינ'ס און ער וועט אפיאגן.

אלזא אלס דער צווייטער קאטעגאריע, וויל איך ארויסברענגן פאר זארעכ'ן א דאנק אויף די שיינע באלערנדע ארטיקל.

כאב זיך צושמייכלט עטליכע מאל בשעת'ן ליינען.
יישר כוחך.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מעסטערמיינד, געמיר ביטע דיין ביקס פאר א מינוט.
אקעי, שכוח.
בום, בום, בום, בום, בום, בום, בום!!!
אקעי, דערשאסן!!!
(א געשריי הערט זיך): מאשקע, וועמען האסטו געשאסן? וואס האט ער געטון? פארוואס? פארווען? פארוואו?
איך וועל ענק זאגן. איך האב געשאסן דעם ימח שמו'ניק, דעם "שטורם נענא", וועלכער האט געהאט די חוצפה צו באהאלטן פון מיר דעם אויבנדערמאנטן זיסן און רייכן תגובה פון אונזער באליבטן שריפטשטעלער זארעכפעפער יר"ה, שוין איבער א טאג צייט, און מיר צוגענומען דעם פארגעניגן פון ליינען די דברים מתוקים מדבש.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

סאכדעס האט געשריבן:כ'על זיך נישט באציען די צרה, כ'מיין מ'שטיינס געזאגט, ס'איז דא מענטשן וואס מיינען אז זארעכ האט אן ערענסטן פראבלעם מיט יענעם, א שטייגער ווי קרעמער, וואס גיבט איהם באלד אן עצה אנצוהערן וואס ער האט צו טוהן, און... ס'איז דא מענטשן וואס פארשטייען אז זארעכ האט נישט קיין שום פראבלעם, א שטייגער ווי איך, ער האט נאר געוואלט אראפשרייבן א געוויסן סארט קערעקטאר וואס האט זיך לעצטנס זיך געזעצט נעבן איהם אין שוהל ביין ליינען וכדו', אבער קיין פראבלעם האט זארעכ נישט דערמיט, און אפילו אויב ווערט דאס נערווירנד, קען זיך זארעכ זעהר לייכט זיך אויפזעצן און טוישן פלאץ, אדער לויפן הכנות צוויי מאל ביז יענער וועט זיך טרעפן אליינ'ס און ער וועט אפיאגן.

אלזא אלס דער צווייטער קאטעגאריע, וויל איך ארויסברענגן פאר זארעכ'ן א דאנק אויף די שיינע באלערנדע ארטיקל.

כאב זיך צושמייכלט עטליכע מאל בשעת'ן ליינען.
יישר כוחך.


סאכדעס;

ווען איך ווייס ווען פון פאראויס אז דו ביסט אט דער משה'לע, וואלט איך טאקע אנדערש גערעדט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כ'בין נאך נישט אזוי זיכער אויב אבער זאגסטו גוט, דאן נאדיר צען פון די סארט. o-h?e
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

נקוט האי כללא בידך:
וויפיל מענטשן ס'זענען דא אויפן וועלט - אזויפיל סארט מענטשן זענען דא!
קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגליך »

;l;p- ;l;p- איינס פאר איך הער איינס פאר זאראככפער
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

;l;p- און איינס פאר חוח
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

איך פערזענלעך טריי נאך צע פארשטיין די סארט (אומ)מענטשן וואס לאזן געניצטע טישוס און קאפי קאפס אויפן טיש אין שול

איי מין, וואס טראכטן זיי?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

וואס עפעס? האט געשריבן:איך פערזענלעך טריי נאך צע פארשטיין די סארט (אומ)מענטשן וואס לאזן געניצטע טישוס און קאפי קאפס אויפן טיש אין שול

איי מין, וואס טראכטן זיי?

אויב האסטו עס נישט פארשטאנען ביז יעצט וועסטו עס קיינמאל נישט פארשטיין (זאג אמן!)...
פונקט ווי שכל קען מען נישט באקומען אויב מהאט זיך פונקט פארשמועסט ביים טיילן, אזוי קען מען די הבנה אויך נישט צובאקמען שפעטער...

דאנק דעם רבש"ע ביי "שלא שם חלקנו עמהם".

איך האב נאך אין מיין לעבן נישט גענוצט א טישו אדער געטרינקען א קאווע אין ביהמ"ד! פונקט ווי פאר ביה"כ'ס זענען דא באשטימטע פלעצער.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”