מיינע טייערע ברודער, הילף ביטע...

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

מיינע טייערע ברודער, הילף ביטע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

ד' ניסן תשצ"ט, פה קרית חזקת הבתים.

ס'טוט מיר וויי די קאפ, (און קיין טיילענאל איז נישט דא צו באקומען) ס'איז מיר שווער זיך מצמצם צו זיין צו שרייבן, ווי אויך האב איך קוים געקענט געפינען א קאמפיוטער דא אין די צוריקגעשטאנענע אמעריקע, אבער דאך שפיר איז אז איך מוז זיך אויסגעבן מיינע געפילן און עס פאוסטן אויף די נעט, אז אונזערע רייכע ברודער וואס וואוינען אינעם אזיאנעם קאנטינענט זאלן וויסן און שפירן אונזער בראך.

איך בין יעצט 65 יאר אלט, איך האב געארבעט ביטער שווער אין מיינע אינגע יארן זיך אנצוזאמלען אפאר דאלער צו קענען חתונה מאכן די קינדער בכבוד, און זיך אויסלעבן די יארן במנוחה, יא, דאן איז נאך אנגעגאנגען דער דשאוק פון סאשל סעקיורעטי, ס'איז נאך געווען נארנים וואס האבן געגלייבט אז דרייסיג יאר שפעטער, (ד.ה. יעצט) וועלן זיי ארויסנעמען דאס וואס זיי האבן דאן באשטייערט צו דעם פראגראם, אבער דאס איז יעצט פון מיינע קליינע פראבלעמען, דער אמעריקאנער דאלאר אין וואס מיין געלט איז געווען האט גענצליך פארלוירן איר ווערט, און דערביי בין איך געווארן א עני ואביון, ווי אלע מיינע שכנים.

לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, פאוואליע, איך וועל אייך אראפלייגן די ראשי פרקים וויאזוי איך בין צוגעקומען צו דעם מצב.

ס'איז געווען יארע 2010 למספרם, (דאכט זיך בערך שנת תש"ע) אמעריקע איז נאך דאן אנגעגאנגען ווי גלייך זי איז די וועלטס גרויסמאכט, זי האט געשפילט פאליטיק ווי גלייך זי פירט די וועלט, אבער די מיט שארפע נעזער האבן שוין געכאפט אז אינטערן טיש איז דער מצב גארנישט אזוי פויגל'דיג, מאחורי הפרגוד האט זיך שוין געהערט א ווארט דא א ווארט דארט אז אמעריקע גליטש זייער שנעל, דער דעמאלסדיגער פרעזידענט באראק כוסעין אבאמא האט ארויסגעשטעלט א בודשעט פארן לאנד אינעם סכום פון אביסל מער ווי דריי מיט א האלבן "ט"ריליאן דאלאר, דער דשאוק דערפון איז געווען, אז די הכנסה פון די פאראייניגטע שטאטן פארן יאר 2010 זענען געווען געשאצט צו זיין בערך האלב...

דער עמטליכער רעגירונגס דאקומענט האט אבער באריכטעט א לאך נאר פון בערך איינס א האלב טריליאן, זיי האבן גענארט זיך און אלע טיפשים דורך רעכענען די געלטער וואס איך און אנדערע צאלן איין פאר סאשל סעקיורעטי, און מעדיקער, וואס גייט אראפ פון מיין פעיראל טשעק איך זאל עס האבן אויף מיינע עלטערע יארן, אבער די גנבים אין די רעגירונג האבן גערעכנט די קרוב צו א טריליאן דאלער כאילו ס'איז א הכנסה... און מיט דעם אלעם האבן זיי פארגעזאגט א לאך פון אנדעטהאלבן טריליאן דאלער.

וואלט דאך יעדער נארמאלער מענטש פארשטאנען אז עפעס דארף געטון ווערן, ווען איך פלעג פארדינען 60 טויזנט דאלער א יאר (ווען דער דאלער איז נאך געווען געלט) האב איך נישט געקענט אויסגעבן 100 טויזנט דאלער, כ'האב געהאט א שכן וואס האט יא אזוי געלעבט, ער האט יעדע וואך אויסגעגעבן היבש מער וויפיל ער האט פארדינט, ער האט געניצט קרעדיט קארדס, געבארגט פון גמ"ח'ן, געדרייט פון רעכל צו מעכל, אבער יעדן יאר זענען די חובות אים געווארן גרעסער און גרעסער, ביז עס האט געפלאצט... ער האט נישט געקענט מער באצאלן, האט מען אים אויפגעהערט צו בארגן, און ער איז געבליבן די שטאטס נאר...

און פונקט אזוי האט פאסירט מיט אונזער אמעריקע, אנשטאט די רעגירונג זאל מאכן א חשבון אז מ'קען נאר אויסגעבן וויפיל ס'קומט אריין, האט דער אבאמא ארויסגעשטעלט א בודשעט מיט א פלאן אויסצוגעבן געלט כאילו לא הי', ווי דער גאנצער געלט פראבלעם עקזעסטירט נישט, און הונדערטער ביליאנען זענען געספענדט געווארן אויף שטותים והבלים, 105 ביליאן דאלאר איז געלעגן אינעם בודשעט אינטערן נאמען "אדער" ניטאמאל האט מען געקענט טרעפן א קאטעגאריע אין וואס עס אריינצולייגן...

אנשטאט מען זאל איינציען דעם פאסיק האט אמעריקע פארטיילט ביליאנען אין שטיצע צו אנדערע לענדער כדי צו שפילן די ראלע ווי ער איז נאך א וועלטסמאכט, ווי יענער עושר וואס איז שוין לאנג געווארן א יורד אבער האט נאך געבארגט געלט פון אלע זייטן צו בלייבן אורח הכבוד... הונדערטער ביליאנען האט אמעריקע ווייטער אויסגעגעבן צו בויען דעם מיליטער, דער טיפש זעהט נישט אז דאס בארגן טריליאנען וועט אים שנעלער אינטערברענגען ווי א מאנגל אין וואפן... ביי יעדע דיזעסטער וואס פאסירט אין די וועלט איז אמעריקע דער הויפט מחותן, ער זאגט צו ביליאנען וואס ער לויפט נאכדעם בארגן אויף אינטערעסט, שיקט די מיליטער מיט הילף וואס קאסט אים נאך ביליאנען וואס ער דארף נאכדעם ווידער בארגן...

ביליאנען האט אמעריקע דאן אויסגעגעבן צוליב א טיפשית'דיגע איינרעדענישט פון אפאר ליידיג'גייער בימים ההם אז די וועלט ווערט ווארימער... לאכט נישט... אזוי האבן אפאר משוגעים דאן געגלייבט, און אונזער רעגירונג האט לכבוד דעם נאך טיפער איינגעזינקען אין חובות, אויסגעבענדיג ביליאנען אויפצוקומען מיט וועגן צו ראטעווען די וועלט... און ארויפלייגענדיג שטייערן אויף פעקטאריס כדי צו מינומיזירן זייער הילף אנציווארימען די וועלט... צענדליגער פעקטאריס האבן זיך צוליב דעם ארויסגעצויגן פון די פאראייניגטע שטאטן, און דאס האט נאך ליידיגער געמאכט די רעגירונג קאסע...

שוין דאן האט מען פארגעזאגט אז סאשל סעקיורעטי וועט ביז אפאר יאר אנהייבן ארויסצוצאלן מער וויפיל זי באקומט אריין, וואס דאס וועט נאך סאך מער פארשנעלערן דעם קראך, יענעם יאר (2010) האט סאשל סעקיורעטי אריינבאקומען 940 ביליאן דאלער, און ארויסגעצאלט קרוב צו 700 ביליאן דאלער, אבער פון יאר צו יאר קומט אריין ווייניגער, און מ'גיבט אויס מער, ביז געציילטע יארן איז טאקע אזוי געווארן, און דער לאך פון די רעגירונג האט זיך ציוואקסן מיט א אומגעהויערע שנעלקייט.

דער מכה בפטיש וואס האט פארערגערט דעם מצב איז געווען העלט קער, אנשטאט די רעגירונג'ס לייט זאלן זיין אחריות'דיגע מענטשן און איינזען אז די רעגירונג האט נישט קיין געלט, און לכבוד דעם זיכן צו פטר'ן די רעגירונג פון וואס מער התחייבות'ער אויסצוגעבן געלט, האבן די ליידיגייער מיט'ן חשבון צו געווינען שטימען איבערגעמאכט דעם גאנצן העלט קעיר סיסטעם אין אמעריקע, וואס דאס האט עווענטועל געקאסט פאר די רעגירונג פרישע טריליאנען דאלער וואס זי האט נישט געהאט, אזש אז ס'איז שוין כמעט נישט געווען פון ווי צו בארגן...

אין יאר 2019 איז די אינטערעסט אליינס וואס אמעריקע האט געצאלט פאר אירע חובות געווען איבער א טרילאן דאלער, אין די שפעטע 1980 איז דער גאנצער אמעריקאנער בודשעט נאך באשטאנען פון אינטער א טריליאן דאלער, און קנאפע 30 יאר שפעטער צאלט אמעריקע נאר אינטערעסט אויף אירע חובות מער פון דעם... אין די שוטים אין וואשינגטאן זענען זיכער אז דער פראבלעם איז נאר ווייל זיי נעמען נישט גענוג פון די רייכע צו גיבן פאר די ארימע... שוטים! טיפשים! די רעגירונג האלט שוין אויף א מצב אז אפילו זי זאל צונעמען פון יעדן אמעריקאנעם "אלעס" וואס ער פארדינט דעם יאר, וועלן זיי נישט קענען דעקן זייערע חובות.

און אזוי האט זיך עס געריקט ווייטער און ווייטער אין די 2020'גער יארן, אמעריקע האט נישט געקענט איינהאלטן די טערמינען צו באצאלן חובות, מ'האט אויפגעהערט צו בארגן, האבן זיי פארשטייט זיך זיכער נישט געקענט באצאלן, די געשעפטן האבן מער נישט גענומען קיין פוד סטעמפס, ווייל די געלט איז קיינמאל נישט אנגעקומען, האבן מענטשן ווייניגער געקויפט, איז די פרייז פון עסן מורא'דיג ארויף, רעגירונג אפיסעס האבן זיך פארמאכט איינס נאך איינס, נאכדעם וואס דער פעיראל פון וואשינגטאן איז נישט אנגעקומען, גאווערמענט טשעקס האבן געקראכט, און די בענק האבן עס אויפגעהערט צו נעמען, וכו' וכו'...

איך האב אייך פארגעסן צו דערציילן, במשך די גאנצע צייט האט כינע געזאמלט מער און מער געלט, זיי זענען שנעל פטור געווארן פון די דאלארן, (וואס דאס האט אויך צוגעגעבן צום טראסקענען פונעם דאלער) זיי האבן געקויפט גאלד אין אלע זייטן, זייער רייכטום איז געוואקסן פון טאג צו טאג, און די מדינות ארום די וועלט האבן איינס ביי איינס מחליט געווען אז ס'לוינט זיך ענדערש צו לעבן גוט מיט די כינעזע... (פארשטייט זיך אז די אמעריקאנע טשעקלעך זענען מער נישט געקומען...)

און ווען דער טאג איז געקומען, דער קראך איז געשעהן, דער בראך האט אויסגעפלאצט, איז די גאנצע וועלט געשטאנען ארום אין געלאכט, קיינער איז אונז נישט געקומען צו הילף, אלע באהאלטענע שונאים וואס האבן נאר לפנים מחמת יראה מיטגעשטימט מיט אמעריקע שטייען האנט ביי האנט מיט כינע און לאכן פון אונז.

יעצט איז דער מצב ממש כאאס, ס'נישטא קיין געלט מיט וואס צו האנדלען, ס'נישטא קיין לעקטער, וואסער, און אלע אנדערע מענטשליכע באדינונגען, ווייל די קאמפאניס זענען פארמאכט, די רעגירנוג איז צופאלן, די מיליטער איז צוברעקלט, ממש ווי סאוועיט רוסלאנד נאך קאמוניזם, רויבער דרייען זיך ארום פראנק און פריי, ס'נישטא קיין פאליציי ווייל ס'נישטא קיין רעגירונג צו באצאלן...

עכ"פ דער מצב איז געפערליך, אומדערטרעגליך, ווען איך האב אין מיינע דרייסיגער יארן אויפגעצויגן מיינע קינדער האב איך נישט גע'חלומ'ט אז ווען זיי וועלן זיין אין מיינע יארן און זיי וועלן דארפן געבן צו עסן פאר זייערע קינדער וועט א שטיקל ברויט נישט זיין בנמצא, און איך וועל גארנישט קענען טון זיי צו העלפן.

דעריבער בעט איך ענק אונזערע טייערע ברודער אין כינע, זייט מודיע פאר אייער רעגירונג אז דער ציבור אין אמעריקע איז גרייט זיי אויפצונעמען מיט אפענע ארעמס, בעידשינג קען אייננעמען וואשינגטאן אן קיין שאס, כ'גלייב אז רוב אמעריקאנע וועלן זיך פרייען אז ענדליך זאל א מסודר'דיגע רעגירונג מאכן אביסל סדר דא אין לאנד, כ'גלייב טאקע נישט אז ס'וועט זיין די פרייהייט וואס מיר האבן אמאל פארמאגט, אבער דאך וועט כאטש זיין עפעס א מוראה של מלכות, און ווי איך הער שטארבט מען כאטש נישט אין כינע פון הינגער...

אוי, ווען די רעגירונג פירער פון דעמאלס וואלטן נאר געהאט אביסל שכל, ווען זיי וואלטן באלאנצירט דעם בודשעט און נישט אויסגעגעבן געלט וואס זיי פארמאגן נישט, אוי ווי גוט וואלט ווען געווען, מ'וואלט נישט געדארפט אנקומען צו דעם מצב...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

שרעעעק....

אוי מיי גאש, האסט א גאלדענעם פעדער אין האנט!
תמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים »

מתיקות איז נאר א משל אזה חכם הרואה את הנולד,די נקודות וואס דו ברענגסט ארויס איז אפגערעט אז עס איז וואנדעבאר נאר אויך אזא הערליכע לשון מיט אזא שיין שפראך ממש געגאסן
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

גראאאדער, גוט איז נישט דאס ווארט!
איך טראכט צו פארווערדאן די ארטיקל צו ראש לימבאו עט שאן הענעטי פינטעל קאם סלעש מארק די גרעיט וואן..
זאלן זיי פארליינען אזאנס פאר די אלע מיליאנע צוהער'רס וואס זיי האבן.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

גראדער ביזט עי וואן!

צופעליג ביסטו נאך היפש אפטימיסטיש געשטימט אין דיין באשרייבונג...
לויט דיר קען מען נאך אין תשצ"ט שרייבן בריוו פון די פאראייניגטע שטאטן, דאס הייסט אז מיט איראנ'ס אמביציעס האט זיך ענדגילטיג גארנישט אויסגעלאזט, היל"ת.
לעצט פארראכטן דורך שטארק זיך אום דאנערשטאג מארטש 18, 2010 11:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודע למשגב »

איד די מצב אין די גאנצע פאראייניגטע שטאטן אזוי אומדערטרעגליך אדער נאר אין קרית חזקת הבתים? אדער אפשר וועט גאר חזקת הבתים זיין א שטיקל לעזונג צו די אלגעמיינע פראבלעמען?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

זיין אפטאמיסטישע חלק האט זיך נישט ביי דעם אפגעשטעלט, דאס אז די חזקת הבתים האט זיך אויסגעארבעט איז א קלארער באווייז אויף זיינע אפטאמיזטישע פאנטאזיעס
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

אוי מיין באבע איז דאס גוט אדער וואס??
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

גראדער, זייער ריכטיג. דאס איז דאך דער טייטש פון איזהו חכם הרואה את הנולד. כאטש דא דארף מען נישט קיין איבריגע חכמה צו זעהן ווי אמעריקע קייקלט זיך בארג אראפ און וואס א מינוט גייט פארביי, אלס שנעלער. ווי ריכטיג איז דיין משל פון דעם חבר וואס האט אויסגעגעבן מער וויפיל ער האט פארדינט...

אגב: נישט אלע זענען אזוי אפטימיסטיש ווי דו. נעם למשל דעם סטעיט טרעזשורער פון מאסאטשוסעטס, טים קעיהיל. ער זאגט אז טאמער זאל מען איינפירן אין די פאראייניגטע שטאַטן די זעלבע רעגירונג העלט קעיר אזוי ווי אין מאסאטשוסעטס, דאן וועט די לאנד גיין באנקראט אונטער פיר יאר!

לייען, ס'איז העכסט אינטערסאנט.

"If President Obama and the Democrats repeat the mistakes of the health insurance mandate in Massachusetts on a national level, they will bankrupt this country within four years," Cahill said. "It is time for the President and the Democratic Leadership to go back to the drawing board and come up with a new plan that does not threaten to wipe out the American economy."


זעה דא
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

גראדער: די שריפט איז עפעס אייזן, הערליך שיין, פראפעסיאנאל און צוציענד!

מיט די נקודות בין איך -פארשטייט זיך- מחולק מיט דיר, אבער היות מיינע הענט זענען פארשמירט מיט מיסטער קלין און ווינדעקס, האב איך נישט די כוחות אפצוענטפערן יעדע נקודה.

איין זאך האסטע פארגעסן, אז אבאמא גייט נישט בלייבן פרעזידענט אויף אייביג, און ליבי אומר לי אז דער קומענדיגער רעפובליקאנער פרעזידענט וועט איבערדרייען און טוישן יעדע איינציגע זאך וואס אבאמא האט נאר געטון במשך זיינע 4 (8?) יאר, סאו וועט דער "Apocalypse" ווארשיינליך נישט צושטאנד קומען...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

ייש"כ פאר די וואס זאגן אז איך בין נאך אפטעמיסטיש... כ'ווייס אויך אז ס'קען זיין שנעלער און ערגער, פונקט אזוי קען עס פאסירן שפעטער און שוואכער. אבער די היסטאריקער זאגן אז "אלע" וועלט גרויסמאכטן האבן זיך געענדיגט ווייל זיי זענען געבליבן אן געלט.

ידידי ר' עס עפעס, דיין טענה אז ס'וועט נאך קומען א רעפאבליקאנער פרעזידענט איז נישט קיין טרייסט, א' ווייל אמעריקע איז שוין אזוי אין דער ערד אז ס'פאדערט זיך גאר דראסטישע שריט איר ארויסצונעמען פון די חובות, און "יעדער" פרעזידענט, אריינגערעכנט רעפאבליקאנער, זוכט נאר דורכצושטיפן זיינע 4-8 יאר, קיינער זיכט נישט צו מאכן קיין דראסטישע ענדערונגען בפרט אזעלכע וואס וועט זיכער נישט זיין באקוועם פארן פאלק, ווי למשל שניידן בענעפיטן, ממילא איז א שוואכע נחמה צו טראכטן אז א רעפאבליקען וועט ראטעווען דעם מצב.

אבער אזויפיל האב איך האנה אז אין בעק אף יור מיינד ווייסטו אז די רעפאבליקענס ווישן אפ די טינופת מיט וואס די דעקמאקרעטס לאזן אונז איבער....
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

כהאב געזאגט א לשיטתו תורה...

לויט דיר אז דעמאקראטן לאזן איבער טינופת, זאלסטו זיך נישט זארגן, ווייל ס'וועט קומען א רעפובליקאנער.

אגב, האלט איך יא אז דער קומענדיגער פרעזידענט וועט ערנסט איבערדרייען א וועלט און סטאפן אלע אדער רוב רעגירונגס פראגראמען, ווייל די טי פארטי'ס און אנדערע גרופעס וועלכע שרייען און רופן פאר קליינע רעגירונג, ווערן שטארקער און מער מאכטפול מיט יעדן פארבייגייענדן טאג, אזש אז דעיוויד ברוקס, דער קאנסערוואטיווער ניו יארק טיימס קאלומניסט האט געזאגט אז די מעגליכקייטן פאר א דריטע-פארטיי פרעזידענט איז שטארקער ווי אייביג בעפאר.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך עגרי מיט עס עפעס, (יא!!! דאס אומגלויבליכע!!!) אויב זאכן גייען ווייטער וואו ס'איז, און אבאמא נעמט נישט ספענדינג אונטער קאנטראל... ניין, איך מיין נישט א 100 מילאון דאלער באדזשעט קאט... איך מיין אונטער קאנטראלל... גייטעם דאס פאלק ארויסשיסן בשין ועין, כבלעו כך פלטו, פלאס טעקס!!!

דאן וועט אריינקומען עפעס א טים פעלאנטי, מיט ראמני, און האקן שטיקער פאר 3 יאר, מאכן זיכער אז די פון די דעפעציט ווערט א סורפלאס...

(וואס דאס אליין וועט שטארק העלפן די עקאנעמי, ווייל אז מענטשן וועלן זעהן אז ס'איז דא א אחראיות, וועלן זיי מער אינוועסטן, און ענדערש בארגן פאר די גאווערמענט, די גאווערמענט וועט נישט דארפן באצאלן אזויפיהל אינטערעס... און די עקאנעמי וועט וואקסן כגלגל החוזר... הוי... הלואי...)

די 4'טע יאר, וועט ער געבן א פאר דאלער פאר די ארעמע, און יעדער וועט זיין צופרידן...

גראדער, ס'איז זייער שווער צו קאמעטן אויף דיין ארטיקל, ס'איז מעכטיג גוט אראפגעשריבן, און זייער צו די זאך... אבער וואס זאלעך טוהן אז איך קעניש שרייבן אז כאב הנאה געהאט? איך וויל נישט טראכטן פון אזא מצב...

אוי השלך השלך על ה'... השלך על ה' יהבך... יודעלע פארלאז דיך אלא על אבינו שבשמים...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

בד"וו, מענטשן מיינען אז די פאראייניגטע שטאטן איז שוין א 'סופער פאוער' ווייסעך ווילאנג;
להוי ידוע אז אום 1940 למס' איז די us געווען אינגאנצן די 27סטע שטארקע מאכט. קוקט עס נאך.

ערשט נאך WW_II
איז אמעריקע געווארן דער גרויסער וועלט מאכט.

דאס הייסט אז לויט די היצטיגע אויסקוק אויף זאכן, וועט אמעריקע'ס פריים טיים זיין זייער א קורצע אין געגנווארג צו אנדערע גרויסמאכטן דורכאויס די וועלסט היסטאריע.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

הרב גראדער
יעצט געליינט דיין ארטיקל. עפעעס מוראאאדיג.

הפלא ופלא.

שוין כגיי מיך נעמען קויפן גאלד.

און גראבן א בונקער אין מיין הויז.

איין זאך איז זיכער טאמער די העלט קער גייט יעצט דורכגיין. קענען די דעמאקראטן פארגעסן פון האבן א פרעזידעט א דעמאקראט און די קומענדיגע צוויי צענדליג יארן
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

גארנישט איז זיכער, דו שאצט איבער דאס אינטעליגענץ פון די אמעריקאנער יענקיס.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

גראדער:

הערליך און זאפטיג אראפגעלייגט, האסט א שפיציגן פעדער, און פליסיגע טינט, און דו נוצט עס גוט!

די פונקט איז גוט ארויסגעברענגט די "איין זייט מטבע", די פעיר מאנגעררערס, די פחד ווארפערסט, די שרעק אנזייער, ברענגסט גוט ארויס וויזוי דער עולם וואס לאזט זיך פארפירן פון די ......קוקן אויס, און מיט וואסארא שרעקעוודיגע געפילן זיי דרייען זיך ארום, נעבעך!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פרייליכער ידידי, ביסטאונז נאך שולדיג א המשך ארטיקל איבער היימישע אינגעלייט טאלק שויס והמסתעף,
ווען קומט עס?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

שטארק זיך: געדענקסט נאך? !

איצט אבער פאר די לעכטיגע יו"ט, פרובירט מען צו זיין פארנומען מיט די עבודת היום, און ווען נישט, אביסקעלע שיר השירים!
הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעלע »

גראדער, מורא'דיג גוט אראפ געלייגט!

אבער, כ'מיין אז דו קוקסט צו גראד...

איך מיין אז עס עפעס איז גערעכט מיט די נקודה אז ערגעץ ווי אין די קומענדיגע פאר יאר וועט זיך אמעריקע אויפוועקן פונעם טיפן שלאף, אין עס וועט קומען דראסטישע טוישונגען אין די אמעריקאנער סיסטעם.... עס איז נישט מעגליך אז די מצב זאל אזוי אנגיין נאך פאר צו לאנג...
תמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים »

הערשעלע האט געשריבן:גראדער, מורא'דיג גוט אראפ געלייגט!

אבער, כ'מיין אז דו קוקסט צו גראד...

איך מיין אז עס עפעס איז גערעכט מיט די נקודה אז ערגעץ ווי אין די קומענדיגע פאר יאר וועט זיך אמעריקע אויפוועקן פונעם טיפן שלאף, אין עס וועט קומען דראסטישע טוישונגען אין די אמעריקאנער סיסטעם.... עס איז נישט מעגליך אז די מצב זאל אזוי אנגיין נאך פאר צו לאנג...

הערשלע האסט גוט צוגעטראפן, און איך שטעל מיך פאר אז דא איז געווען איינע פון די סיבות פארוואס גראדער האט דאס געשריבן, ער האט געוואלט זאגן אביסל דברי התעורורת אז דו אמערקאנע פאליטקאנטן זאלן זיך אויפוועקן פון זייער טיפע בערן שלאף
הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעלע »

ר' תמים, ס'איז נישט די אמעריקאנע פאליטיקאנטן וואס שלאפן, די אלע פאליטיקאנטן ווייסן גאנץ גוט וואס זיי דרייען אן, אין אזויווי גראדער האט שוין פריער דערמאנט,זיי זארגן זיך נאר צו דורך שטיפן די פאר קארגע יאר וואס זיי זענען דארט, דערנאך זאלן זיך ד קומענדיגע חברה פארען מיט וואס זיי האבן אנגעדרייט...

די פראבלעם איז, די אמעריקאנע פאלק דארף זיך אופוועקן און אנהייבן צו פאדערן מען זאל נישט באגראבן זייער לאנד בידים....

אבער ווי ס'קוקט יעצט אויס דארף נאך קומען עפעס א גוטן זעץ אז די זאך זאל זיך אנהייבן רוקן...
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

תמים האט געשריבן:הערשלע האסט גוט צוגעטראפן, און איך שטעל מיך פאר אז דא איז געווען איינע פון די סיבות פארוואס גראדער האט דאס געשריבן, ער האט געוואלט זאגן אביסל דברי התעורורת אז דו אמערקאנע פאליטקאנטן זאלן זיך אויפוועקן פון זייער טיפע בערן שלאף


הייסט אז ווען איינער וויל עפעס מודיע זיין פאר אמעריקאנער פאליטיקאנטען שרייבט ער און די אידישע וועלט... גאנץ גוט ;l;p- :lol:
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

גראדער, דיין שרייבן איז עפעס נישט פלעין גוט. מעכטיג

אבער דיינע השקפות אוי אוי... חחח
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דער ארטיקל ליגט שוין כמעט פארשטויבט אויף די הונטערשטע פאליצעס פונעם ערשטן בלעטל פון היימישע קרעטשמע, אבער דאס איז נישט קיין תירוץ זיך ארויסצודרייען פון באדאנקן זיך פאר די קורת רוח וואס דער שרייבער "גראדער" האט אונז פארשאפט ביים ליינען זיין דראמאטישן ארטיקל.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”