פארוואס גרויזאמער טאר נישט איבערטרינקען...

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

פארוואס גרויזאמער טאר נישט איבערטרינקען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

כיכיכיכי.. אח--ח-חחחחח.... צולאכט זיך דער גרויזאמער שיכור פורים נאכמיטאג, פארנט פון דעם בלויען לעוואר וואס א צדיק'ל האט אים אהין געשאנקען, וואס ער האט נארוואס פארענדיגט אנפולן מיט כל מילי דמיטב.. און ער איז נאכנישט פערטיג, ער שטייט און טאנצט און שפרינגט, ווען דעס קען ווען בכלל ווערן אנגערופן געטאנצט.. ער מאכט דאך נישט קיין איין גראדן טריט, פון הונטער זיינע געלע פייכטע און וויין-שמעקעדיגע וואנצן הערט זיך ארויס "הוי, תשועתם, היית לנצח.. ושמחת, בפורים, והיית, אך שיכורים... און אט אזוי צונעמט ער ניגונים, אנע סדר און אנע סיסטעם, און אזוי ווי דער דרך השיכורים, טוט ער זיי אינגאנצן פארדרייען און פארפירן.. מאסן דורכגייער און שלויח מנות טרעגער טוען אים בכלל אינגארירן, בלויז א קליינער געזעמל פון עטליכע קינדער צווישן זיי א יונגער שנארער א נייער אין דעם פעלד, וואס האלט אינמיטן אויסהאמערן א שטיק ווי אזוי ארויסצוציען פון דעם שיכור א גלאטן הונדערטער, ס'פאלט אים נישט ביי אז זיין ווייב האט אים גענצליך אויסגעליידיגט די טאשן פאר ער איז אנטרינען געווארן פון שטוב מיט א שלויעך מאנע אין די האנט.. און אזוי ווי עס שטייט דאך נכנס יין יצא סוד, שטייט ער דארטן און עס גיסן זיך פערל ווערטער פון זיין מויל, אינדערמיט ציוויינט ער זיך ווי א קליין קינד "טאטע אין הימל, איך האב דיך ליעב!! איך וויל תשובה טון.." און אט צולאכט ער זיך מיט א ווילדן געלעכטער "וכל קרני רשעים אגדע... ציוניסטן מזרחיסטן אגודיסטן פוי... פוי... פוי!!! פישעלע שגץ, שלמה'לע אפיקורס, אברהם'עלע צודרייטער, ימח שמם וזכרם.. אוי הייליגע באשעפער, שיק שוין משיח ווי קאן מען דאס נאך אויסהאלטן".. און ער וויינט ווידער..
און אזוי פאלן אויף אים אסאך בליקן פון די צענדליגע דורכגייער וועלכע טראכטן ניטאמאל זיך אפצושטעלן און ווארפן א בליק אויף דעם איד, מיטן אויסנאם פון עטליכע בילדער וואס מאנכע פרובירן צו כאפן, וואס קוים איינס פון עטליכע געלונגט געהעריג...

ביז... ביז.. פנחס גרין שפאנצירט דורך דעם שיכור. דער פנחס, ווער דאס איז גיי איך דא נישט פארציילן, אבער אזויפיל קען איך ענק זאגן אז דער איז א שטיקל וויכטי"ג מאכע"ר, נו.. ווער עס פארשטייט פארשטייט, נישט טראגן ווייטער ביטע. מען קען נישט זאגן אז ער איז טויט שיכור, ווייל למעשה אטעמט ער נאך, אבער, ער איז בגילופין, טאקע נישט אזוי ווייט אמער ער וואקט דאך מיט דאס גאנצע געזונדל מיט א טראק שלויח מנות, דעם גרויזאמענס בליקן פאלן אויף דעם פנחס'ן, און ער שרייט אויס מיט א ווילדע שטימע "וויכי"!!!! פנחס דרייט זיך אויס, ניטאמאל פרובירט ער צו פרעגן, ער שרייט צוריק "גרויזי"!!!!!!! און אט אזוי אנטוויקלט זיך א תשועתם תענצל דארט אויפן טראטואר, פארנט פון אלע גערעגטע דרייווער....
און אט אזוי ווערט ארויסגעשאסן דער ערשטער גילו קויל אויף ליע עוועניו העכער די הייוועי, וואס דאס ברענגט אן אטאמישע גילוי-קייט רעאקציע אין גאנץ וויליאמסבורג, וואס די אומבאהאלפענע קרעטשמע-גילוי-אגענטור שטייט אין די זייט מיט פארלייגטע פלייצעס און קען גארנישט טון דערינען....
אין וויליאמסבורג גופא פאנגט זיך אן מאסיווע ערדציטערנישן כוואליעס, מיט מעכטיגע עפטער שאקס איינס נאכן צווייטן, דער עולם פראבירט צו אנטלויפן רעכטס און לינקס... אבער עס איז נישטא ווי, שווערע און ריזיגע פעסער רויטן טרוקענעם וויין זענען פריער אויסגעליידיגט געווארן אין די קרעטשמע לכבוד פורים, און דאס זענען די רעזולטאהטן..
שווערע שטארק אומ-מסודרדיגע טריט ווערן געראכטן צום הויז פונעם מייסד, הרב קרעמער שיחי', מיטן ציל צו כאפן א געמיינזאמן טענצל, בשעת די גאנצע גאס קוקט אויף זיי טייל מיט וואונדער אויף דעם מאדנעם גרופע, און טייל מיט באהאלטענע כוונות, וועלעכע פאלגן נאך דעם פארל וואס הערט נישט אויף שרייען וויכי! גרויזי! וויכי! גרויזי! ווי איז סאכדעס? ווי איז שמערי? און אזוי נאך פארשידענע מאדנע טערמינען וועלכע נאר יחידי סגולה קען מיטהאלטן אינגאנצן..
ווי אהין גיימער, פרעגט גרויזי?
-סא-שאלה, קיין ניי וויליאמסבורג, געדענסקט נישט ווי קרעמער וואוינט..?
- אבער ווער אידאס, וויאזוי הייסטער, ווי וואוינטער?
- איך ווייס אויף נישט, מעט שוין זעהן, "לאמיר גיין!" שרייען זיי ווי די בני יעקב ביים גיין אויסהארגענען מצרים..
די קרעטשמע מארש פאנגט אן צו מארשירן...
שוין א שעה וואס די צוויי חברה קרייזן ארום גאנץ ניי וויליאמסבורג, האלטס ענק רואיג, דערשרעקטס ענק נישט וועם זיי האבן אנגעטראפן אינמיטן וועג.. נישט קיין צווייטן ווי דעם ארעסטאנט ירום שמוידוי... און ער איז נישט געווען בגילופין, נאר אביסל מער.. שלומי!! פנחס!! אהה, ווער אידאס..? אה, די שרייבסט אויכעט? ו--ו--א-ס..?! גרויזאמער, סערגעי, די ביסט דאס?? רבונו דעלמא כולא.. וואס איז נייעס.. אקעי, לאמיר צוזאמען גיין צו רב קרעמער'ן, אטע דא וואוינט ער.... זיי אלע רוקן זיך ארויף צו קרעמער, צום זאך מיט מאשקע מיט סאכדעס ווארטן זיי שוין אפ אויבן ביי קרעמער אין שטוב, און די חברה זענען צולאזט, מען טרונקט נאך אפאר באטלעך, און ווען עס איז נישט דא מער וואס טוט מען....!? די גאנצע חבורה פאנגט אן צו מארשירן ווייטער... וויכי זאגט ער ווייסט ווי צייטליך וואוינט, און צום זאך שרייט איבער יעדן איינעם אז משה קאפויער האט לויפער'ס וויין, והעיר וויליאמסבורג צהלה ושמחה..

אויף צומארגנס ענטפאנגט א קליין טעוועלע אין קרעטשמע דעם גאנצן עולם:

"מודעה"
די קרעטשמע איז דערווייל געשלאסן פאר אלע אלטע ניק'ס;
זיך אריינצושרייבן, דארף מען האבן א נייע ניק, בלי שום יוצא מן הכלל.
מיט אנטשולדיגונג, צוות המנהלים והאחראים

די בילד וואס איך האב אראפגעלייגט די ערשטע קערנדלעך דערפון, קוקט אויס זייער שרעקעדיג, אבער מעג מען דאס צולאזן עס זאל געשעהן? כ'מיין.. עס וועט מער נישט זיין אזא באגריף פון גילו מער, אזש מען וועט וועט פארגעסן די עכטע נעמע מען רופן דעם עולם נאר אויף די קרעטשמע נעמען...
אלזא, נישט געזארגט, עס איז פארהאן די רפואה פאר די מכה.
ווי עס געדענקט יעדער איינער, איינע פון די סיבות פארוואס דער צאר בלומבערג האט געטענה'עט אז ער ברויך זיצן אויפן שטוהל נאך 4 יאר איז געווען, ווייל ער גייט מאכן עפעס א נייע מין טעכנעלאגיע וואס גייט פארבאטן פאר גענג'ס צו זיין צוזאמען. דהיינו, עס זענען פארהאן פארשידענע גרופעס, וואס וואלטן זיי געווען יעדער פאר זיך וואלט נישט געווען קיין פראבלעם; עס פאנגט זיך נאר אן ווען מען קומט זיך צוזאם ווערט עס פראבלעמאטיש.. דעריבער איז ער אויפגעקומען מיט א נייעם טשיפ וואס יעדער פון די חבורה ברויך דאס טראגן מיט זיך, און אויב די פאליציי זעהט אויפן ג'י פי עס אז זיי זענען צו נאנט זעהט מען גלייך אז זיי זאלן זיך צוטיילן..

אונזער גאנצע פראבלעם איז לכאו' נאר ווען מען טרעפט זיך צוזאמען, נו אויב קען מען איינהאנדלען דעם נייעם טעכנעלאגישן אויסטרעף איז דאס אפשר א שטיקעלע לעזונג פאר אונז? צוזאמען מיט א נייע תקנה אין די קרעטשמע אז קיין איינער טאר נישט האבן די מינדעסטע שייכות מיט אן אנדערען חבר הקרעטשמע - אויב מען איז בגילופין, באיזה אופן שהוא! דאס איז א פארשלאג, די מנהלים זאלן דאס ערנסט אין אכט נעמען איידער עס ווערט צו שפעט!
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

שעפטיל האסט פארגעסן צוצולייגן משום מעשה שהיה!..

עס דענקט נאך יעדער ווען ברוך דאסקאל כ'מיין יאנאש האט געמאכט דעם קידוש לרגל הולדת הבת דעם פארגאנגעם חודש טבת אין דזשערישע ביהמ"ד, נישט קיין צווייטער ווי שעפטיל איז זיך אנגעקומען נאך א שיינע פאר על כן ביירעכס און געשאסן גילוי כעמישע וואפן אויף רעכטס און לינקס, וואס דאס האט פאראורזאכט אז אסאאאך אלטע ניקס האבן געמוזט טוישן, דאס האט ווארשיינליך גורם געווען דעם פארפלייצונג פון נייע ניקס אין קרעטשמע..
וואס דאס איז גלייכצייטיג די סיבה פארוואס די הנהלה האט אים אויסגעשלאסן אלס קנס פאר 2 חדשים, איז טאקע פאסיג אז ער זאל מאכן זיין וועלקאם בעק מיט אזא זאפטיגע ארטיקל..

שעפטיל א אימפעקט!!! כ'מיין א גרינע..
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראצער »

;l;p- קומט נאך א פארזעצונג?
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)
אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראצער »

זאג נאר האסט געטרינקן? פארוואס צוויי מאל דעם זעלבען אשכול? אדער אפשר האב איך געטרינקען?! מיינע אויגן שווינדלען?
שגיות מי יבין
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דערווייל קען מען ארויפקומען צו מיר... איך גאראנטי 'נישט' צו פרעגן די ניקס, יעדער וועט קענען בלייבן אנאנים.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

שעפטילינו זכר לנו איי...

דער האצעך דערמאנט אין אונזער/אייער/ענקער/זייער קרעשטמע...

כא כא כא... פארוואס מ'טאר נישט איבערלייגן גרויזי...

נעמעסן הייבעך נישט אן צו כאפן וואס די פראבלעם איז, לאמיר זאגן אז ניקלאז טרעפט מיר פורים נאכמיטאג אין הארץ פון ווילי אויף מוירטל העכער די הייוועי (יא, מ'גייט דארט אויך בויען א "העכער די הייוועי".. ווילאמסבורג דארף שוין נאך א הארץ...) און באפאלט מיך "יונתן!!!", ווי וועלעך זעך אהינטוען פאר צער גילו באנדל??!! אמער יעדער קען מיר דאך אלץ 'צום זאך', טא וועלעך נאר פארדינען פון די איבערגעטרינקהייט, מ'עט מיר נאר רופן אויפן ניק...

גרויזי, פייף אריין. לייג.. כ'מיין טרינק דיך איבער!
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

להוי ידוע הארטיקל נכתב שלא בהסכמתינו, למרות שזה נכתב מאוד הומריסטי, ונהניתי במאוד, אבל אין מי שיעכב אותי מלשתות, ואי משום גילוי לא חיישינן, כי הוא גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

העי שעפטיל. ס'טוט זיך? די דארפסט האבן א אייזערנער זכרון! פון וואנעט געדענקסטו נאך דיין פעסווארד צום שעפטיל ניק?...

דיין ארטיקל איז פורים'דיג מיט אלע קאלירן, כ'מיין מיט אלע פלעיוואר'ס. איך האב הנאה דערפון און גלייב מיר בנאמנות אז אזעלעכע פאסירונגען וועט פארקומען בעז"ה אין דעם קומענדיגען יו"Yט פורים, נישט זיכער אויף לי העכער די הייוועי אדער צוישן וויכי און גרויזאמער, אבער עס וועט ערגעץ ווי פארקומען צווישן צוויי שיכור'ע חברי ה'קרעטשמע.

האסט עס איייזן אראפגעלייגט!

קרעמער, מיר דענקן פון דיינע פארגאגענע יארן אז די הייבט אן דיין פורים טאג זייער פרי, עס קוקט נישט אויס אז 'מקען דיך נאך טרעפן אינדערהיים בעת מיר טראגן משלוח מנות.

ווי זאגט מיר מיינס א חבר ווען איך האב אום געפרעגט ווען קען מען ארויפקומען צום אום, זאגט ער מיר, מאכט נישט אויס .קלאפ, אויב קיינער עפענט נישט לאז עס ביים טיר...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

שעפטיל געוואלדיג ווי גיימער זיך טרעפן פורים?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איי שעפטיל!!! דו ביסט נאך דא???

מ'דארף שוין מאכן א ריקאל אויף די "שטארבער'ס" שטודיע, דער אידעך פעסט צוריקגעקומען, און נאך סאאאאך בעסער וואו סיי ווען!!!

דערעמעסיז, אז די גאנצע שעפטיל אין קרעטשמע קומט ווען ער האט געזעהן פאראיאר וואו יגר'ל מיט צייטליך האבן זיך געטראפן, און זיי זענען ארויף צו גרויזי, ס'געווען מעכטיג!!! גאנץ קרעטשמע עוועניו העכער די הייוועי האצעך געשאקעלט!!!!

שעפטיל, וואט עי קאם-בעק!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

שעפטיל איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר איבער עס האט זיך געלוינט צו ווארטן,

אין דיי מאכען א טי שערט וואס גייט שטיין "נא גילו"
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

איי איי איי, וואו טרעפט מען נאך אזא שעפטיל וואו?
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”