דער צוריסענער זייגער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

תגובהדורך קראצער » מיטוואך פאברואר 24, 2010 5:48 pm

זייער שיין, זשאסט געקויפט געדולד.
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10684
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך פאברואר 24, 2010 7:17 pm

וואוי וואוי וואי, ;l;p- ;l;p-
ביטע איך בין מסכים די וואך אז די זאלסט עס לייגן דאנערשטאג... אווי טריאוי זאגט.
יישר כח די פאקט האלט אן.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 7:10 am

זייער אינטערעסאנט, איך ווארט אויף די נעקסטע.

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » מיטוואך מארטש 03, 2010 4:49 pm

משה קאפויער האט געשריבן:נו ווען גייט שוין זיין די נעקסטע פארזעצונג?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10684
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 03, 2010 5:04 pm

thefact האט געשריבן:באמת ווילן מיר זיך אנשטרענגען צו לייגן יעדן דאנערשטיג

דאנערשטאג ביי נאכט אדער בייטאג?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך מארטש 03, 2010 8:54 pm

פיין אנגעצויגן, שוין דא וואס צו צולייגן ביי די פארזעצונג אשכול, כ'האלט שוין מיט נאך צוויי פארזעצונגען.

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

תגובהדורך אינגערמאן » מיטוואך מארטש 03, 2010 9:47 pm

הערליך שיין. אבער וואס איז די מעשה? ס'האט געשעהן - גייט געשעהן - קיינמאל נישט געשעהן?

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דאנארשטאג מארטש 04, 2010 7:48 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
thefact האט געשריבן:באמת ווילן מיר זיך אנשטרענגען צו לייגן יעדן דאנערשטיג

דאנערשטאג ביי נאכט אדער בייטאג?


??
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

תגובהדורך הערשעלע » דאנארשטאג מארטש 04, 2010 1:18 pm

די פאקט,
אונז ווארטמער בכליון עינים אויפ'ן פארזעצונג :roll:

פליז לאזט אונז נישט ווארטן..

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12472
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מארטש 04, 2010 2:09 pm

האללאו. ס'איז דארנשטאג! נו???

איך וויל חלילה נישט לייגן קיין פרעשור, ס'איז בלויז א פריינדליכער דערמאנונג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג מארטש 04, 2010 2:13 pm

רבותי

היום קצר, עס איז א קורצע וואך, והמלאכה מרובה, אבער וועלן מיר זיך פרובירן אנצושטרענגען עס ארויף צו לייגן היינט און אויב נישט, כאטש מארגן צופרי
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » פרייטאג מארטש 05, 2010 6:04 am

מיר ווארטן מיט שפאנונג
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

מעכיל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2009 10:37 am

תגובהדורך מעכיל » פרייטאג מארטש 05, 2010 8:36 am

נאך אלץ נישט?!!!!!!!!!! :-(

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » פרייטאג מארטש 05, 2010 9:01 am

דער צוריסענער זייגער

(קאפיטל 3)

אין דעם קאפיטל...
ענדליך טרעפט ר' שלום צו ווער עס איז דער פארברעכער הינטער די פייער

---------------------

אין קורצן פון פריער:

    נאכדעם וואס ער ברעכט אויס א פארדעכטיגטער פייער אין הויז פון א רייכער ביזנעס מאן מר. כהן און ר' שלום קארפען האלט דאס מיט פון דערווייטענס איז ער דער ערשטער עדות פאר די פאליציי. נאכן ארומגיין מיט דעטעקטיוו ענדרו כאפט ר' שלום אויף עטליכע מיסטריעזע זאכן אינעם הויז וואס ברענגט אום צו אויספיר אז דאס איז געווען א קאלט-בלוטיגער מארד.

    ר' שלום נישט וויסענדיג פונקטליך ווער דאס איז האט אינמיטן אנגעטראפן א פריינד מיטן נאמען האנס מארגענסן וועלעכער ער האט שוין געטראפן ביים פייער נעבן הויז. האנס וועלעכער איז פארדעכטיגט די גאנצע צייט שטייט אויס פאר א קרייץ פארהער דורך ר' שלום.


--------------------

קודם די לעצטע פאר שורות פון פריערדיגן קאפיטל...

    "ווי זענט איר געגאנגען בשעת מ'האט פארלאשן דאס פייער, איך האב אייך געזען ביים אונטערשטען זייט פון הויז" פרעג איך
    “איר זענט זיכער איר האט מיך געזען ביים אונטערשטען זייט פון הויז? וואס האב איך דארט געטוהן?” ער האט געפרעגט, ווי איינער וואס פרובירט זיך צו פארטיידיגן.
    “איך האב נישט געקענט זעהן עס איז געווען זייער טונקל דארט, ווייל עס איז נישטא קיין גאסן לעמפ” האב איך געזאגט מיט א אומזיכערע שטימע
    “איר מאכט זיכער א טעות, איר האט מיך נישט געזען אין בעק פון דעם הויז נאכן פייער, ס'איז זיכער געווען איינע פון די געהילפן, איר זאגט דאך אליין אז ס'איז געווען טונקל”
    “פון ווי ווייסט איר אז די געהילפן זענען ארויסגעלאפן פונעם הינטער טיר?”
    “מ'דארף נישט זיין קיין דעטעקטיוו דאס צו פארשטיין “
    “איך פארשטיי, איך בין אויך נישט קיין דעטעקטיוו אבער איך בין פשוט נייגעריג ווי אזוי איר האט דאס אויסגע'חשבונ'ט”
    “די פּאליס האט נישט אריינגעלאזט פון פאדערשטען טויער ממילא בין איך געגאנגען צום הינטער טיר”
    “איר זענט צוריק אריין ווען עס האט נאך געברענט אין הויז”
    “ניין, איך מיין צו זאגן אז איך האב געזען די די געהילפן לויפן ארויס ווען איך בין אנגעקומען הונטערן הויז”
    “איך מיין מ'זאל איבערפרעגן די געהילפן העמיר זעהן וואס זיי וועלן זאגן” רופט זיך אן דעטעקטיוו ענדרו.
    “ניין, מיר דארפן נישט איבערפרעגן. ער זאגט לכאורה אמת” זאג איך מיט א אראפגעלאזטע שטימע

-------------------------

און יעצט לייענט ווייטער ר' שלום'ס ערצעהלונג...

א געניט אויג האט קלאר געקענט זעהן א צייכן פון דערלייכטערונג אין די אויגן פון האנס מארגענסן, און עס האט מיר באנג געטאן אז עס איז נישטא קיין באווייזן דערויף,

“וויפיל אזייגער איז שוין איצט” האב איך געפרעגט האלב דרך אגב'דיג און האלב צו פארדרייען די שמועס. מיינע אויגן זענען געפאלן אויף האנס מארגענסן ער האט אויפגעהויבן זיין רעכטע ארעם ווי איינער וואס וויל זוכן צו זאגן די זייגער. אבער ער האט נישט אנגעהאט קיין זייגער.

“ווי איז אייער זייגער?” האב איך געפרעגט.

“איך האב עס מסתמא פערגעסן אנצוטאן” ענטפערט מארגענסן.

“זענט איר זיכער אז איר האט געלאזט אייער זייגער אין שטוב?”

“יא! אויב איך האב עס נישט אן מיינט דאס פשוט אז איך האב עס געלאזט אין שטוב” זאגט האנס מארגענסן נערוועזליך.

“איר וואלט געווען גערעכט אויב איר וואלט געזאגט דעם אמת”

“איר זאגט אז איך בין א ליגענער? ווי וואגט איר זיך!!!” האט ער געשריגן.

“איר זענט א ליגנער און א פארברעכער דערצו אויך”

דער גאנצער זאל איז שטיל געווארן אז מ'האט געקענט שניידן דאס שטילקייט מיט א מעסער, און אלעמענ'ס אויגן זענען געווען אנגעשפיצט אויף אונז ביידן

“וואס מיינען די ווערטער אז איך בין א פארברעכער?” האט ער געשוימט פון כעס.

“איר זענט פאראנטווארטליך פאר דעם גאנצן אינצידענט”

“ראביי קארפען? זענט איר זיכער מיט אייער באשולדיגונג?” רוימט מיר דעטעקטיוו ענדרו אריין אין די אויערן.

“איר קענט קיינעם נישט באשולדיגן אן קיין שטארקע באווייזן” האב האנס מארגענסן געזאגט נערוועז.

“איך האב יא שטארקע באווייזן” האב איך געזאגט מיט א זיכערן שמייכל

און נעם ארויס פון מיין קעשענע דעם טייערן זייגער וואס איך האב געפונען נעבן דעם בוים “איז דאס אייער זייגער?”

האנס מארגענסן האט נישט גענטפערט, ס'האט אויסגעזען ווי ער האט פארלוירן זיין לשון, און איך האב געמוזט איבער'חזר'ן מיין קשיא, “איז דאס אייער זייגער?”

“ניין, עס איז נישט” האט ער געלייקנט

“איר קענט נישט באהאלטן, דאס איז יא אייער זייגער!” האב איך געזאגט פעסט “קודם כל עס איז א צוואנציג טויזענט דאלער'דיגע ראולעקס אכצן קאראט ווייס גאלדענער זייגער ואס איר האט געווינען פאראיאר צוריק ביי א גרויסע ביזנעס קאנווענשאן און ס'איז געווען באריכטעט אין אלע צייטונגען, און צווייטנס קוק אין די בעק אייער נאמען איז אריינגעקריצט האנס מארגענסן”

“שוין, האסט געטראפן מיין זייגער, דאס איז גארנישט אזא שטארק באווייז” זאגט האנס אינגאנצן פארלוירן.

“איך קען אייך נישט זאגן פארוואס איר האט עס געטוהן, אבער איך ווייס אייער גאנצן פּלאן, איר זענט פריער געקומען נישט וועגן ביזנעס, נאר אים צו הארגענען. און איר האט אים טאקע געשאסן “

“וואס? מיסטער כּהן איז געשאסן געווארן?” פרעגט דעטעקטיוו ענדרו מיט ווינדער

“אבער איר האט אים נישט געשאסן אים אין ספרים שטוב. איר האט אים געשאסן אין דיינונג-רום” רעד איך ווייטער צו האנס מארגענסן איגנארירנדיג דעם דעטעקטיוו

“וואס? זענט איר זיכער? פרעגט דעטעקטיוו ענדרו.

“און דאן האסטו אים אריינגעטראגן אין זיין ספרים שטוב. דערנאך האסטו געשפריצט בענזין אין דעם דיינונג-רום און עס אינטערגעצינדן”...

“ווי אזוי האב איך געקענט אנטלויפן? אויב איך בין געווען אין די פּאלאץ און אונטערגעצינדן די בענזין וואלט איך שוין יעצט נישט געווען פון די לעבעדיגע” פרעגט האנס מארגענסן פרובירנדיג צו טרעפן א סתירה אין מיין מעשה'לע.

“האסט אונטערגעצינדן א שטריקל וואס איין עק איז געווען אין די בענזין אזוי אז עס זאל זיך נישט אונטערצינדן תיכף און איר זאלט האבן גענוג צייט צו אנטלויפן דוירכן אראפּ קריכן דעם בוים פון לעבל די פענסטער און לויפן צו דיין קאר. אזוי וועט אייך קיינער נישט באשולדיגן אז איר זענט דא געווען בשעת דער פייער. און די זייגער, האב איך געפונען לעבן דעם בוים. “

א יעדער אין צימער, די פּאליסלייט דער דעטעקטיוו די געהילפן און האנס מארגענסן זענען אלע געווען ערשטוינט פון מיין ערקלערונג.

“איצט... זייט מודה אויך אייער פארברעכן!” האב איך אויפגעהויבן מיין שטימע.

“ווי אזוי האב איך זיך געקענט אריין באקומען אין דעם ספרים שטוב בשעת עס איז געווען פארשלאסן מיטן ריגל פון אינעווענדיג”

“עס איז זייער פּשוט. נאך דעם וואס איר האט געלייגט מיסטער כּהן אויף זיין שטול האט איר פארשפארט די טיר פון אינעווייניג און אנטלאפן פון די פענצטער. און נאכדעים ווען דער פייער איז שוין געווען אויסגעלאשן זענט איר צוריק אריינגעקראכן פון די פענצטער און געלייגט די אשטעצל מיט בענזין דערין און אריינגעגעשפריצט אביסל בענזין אין די צושפאלטענעם עפל דזשוס באטל אז ס'זאל שמעקן פון בענזין צו ווייזן אז די פייער האט זיך אנגעפאנגען פון דער ספרים שטוב. אבער איר האט געמאכט עטליכע טעותים

    1. איר האט נישט געוויסט אז פייער לאזט נישט איבער קיין גערוך פון בענזין הינטער זיך

    2. איר האט איבערגעלאזט זיין קאפל אין דיינונג רום אויף דער ערד

    3. איר האט אנגעטון מיסטער כּהן'ס הוט פארקערט

    4. פון ווי ווייסט איר אז די טיר איז געווען פארשלאסן מיטן ריגל פון אינעווענדיג אויסער אויב איר האט עס פארריגלט בידים”

    5. און די לעצטע זאך איז, אז איר האט געצווינגן די געהילפען אייך צו העלפן צו מאכן דעם קאווער-אפ

האנס מארגענסן האט געקלאצט אויף דער סאפע מיט זיין קאפּ אראפּגעלאזט.

“ווי אזוי האט איר דאס אויסגעפינען!” פרעגט דער סירישער בחור מיטן פּאני טעיל מיט באגייסטערונג.

“טאקע פון דיינע נאריש ענטפערס.

    1. ווי אזוי קענט איר שוין ארבעטן דא פאר צוואנציק יאר און איר זענט נאך יונג?

    2. איר האט קודם געזאגט אז איר זענט געגאנגן ברענגן טאביק פאר זיין פופקע נאכדעים האט איר געזאגט אז איר זענט אנטלאפן פון דער הינטער טיר”

    3. מיסטער כּהן האט קיינמאל נישט גערויכערט אין זיין לעבן

"א שיינע מעשה ראביי קארפען" האט זיך האנס מארגענסן אנגערופן נישט אראפנעמענדיג זיינע אויגן פון די סאפע ווי דעטעקטיוו ענדרו איז געזיצן "יעצט דארפט איר עס נאר אויפווייזן! איך האב די בעסטע לויער'ס אין לאנד צו מיין דעספאזיציע, און קיין שום דזשורי וועט מיך נישט באשולדיגן, דאס גאנצע וואס איר האט איז און נאכמער אויב בין איך דער פארברעכער וואלט איך שוין געדארפט זיין אין א פליגער אויפן וועג קיין בראזיל, פארוואס בין איך פרייוויליג אהערגעקומען?"

"איר זענט געקומען אויף פיקן דעם הייסן רעוואלווער און אוועקצוווישן די לעצטע פון אייערע שפורן , נאר צו אייער שלעכטער מזל זיצט דעטעקטיוו ענדרו דערויף א גאנצע צייט, דעטעקטיוו! זוכט אונטער די קישן פון דער סאפע וועט איר טרעפן דעם רעוואלווער וואס האט ערמארדעט מיסטער כּהן הי"ד און לויט מיין שאצונג האט עס די פינגער אפדרוקן פון האנס מארגענסן"

דער דעטעקטיוו האט ארויפגעלייט א פאר פלאסטישע הענטשיך אויף זיינע הענט און נאך א האלבע מינוט זוכן שלעפט ער אויס א רעוואלווער פון צווישן די קישעלעך

“זענען אייערע אויגן צוגעקלעבט צו דער ערד” פרעגט דעטעקטיוו ענדרו פון האנס מארגענסן וואס האט יעצט געקלאצט אויף דעם גלאנציגען מארמארענעם פאדלאגע מיט זיין פנים בלאסער ווי די וואנט און זיינע פינגערס האבן געציטערט “איר זענט א מערדער! איר וואלט ווען געקענט האבן געהארגעט די אומשולדיגע געהילפן, טראגט'ס אים ארויס פון דא! איך וויל אים נישט זעהן פאר מיינע אויגן!” האט דעטעקטיוו ענדרו געשריגן

און צוויי פּאליסלייט האט אים אנגעכאפט ביי די צוויי הענט און אים געקייטעלט פארזאגנדיג זיינע רעכטן...

די ענדע
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12472
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג מארטש 05, 2010 10:09 am

יישר כח די פאקט פארן שפאנענדען געשיכטע און שנעלער ענדע...

נאך ווי א גמרה קאפ! אינטערסאנט ווי א מענטש האט אזוי שנעל צוזאמגעשטלעט דעם פאזל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » פרייטאג מארטש 05, 2010 10:46 am

יישר כח מורדיג שיין!! ;l;p-

מיר ווארטען נאך צו הערן אויב די מעשה איז אמת אדער יא????
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » פרייטאג מארטש 05, 2010 10:59 am

צייטליך האט געשריבן:יישר כח די פאקט פארן שפאנענדען געשיכטע און שנעלער ענדע...

נאך ווי א גמרה קאפ! אינטערסאנט ווי א מענטש האט אזוי שנעל צוזאמגעשטלעט דעם פאזל.

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » פרייטאג מארטש 05, 2010 11:33 am

א גרויסן ישר כח, ס'עפעס מורא'דיג שיין.
נא נאך א מעשה ביכל צוצילייגן צום ליסט.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 05, 2010 11:38 am

פון וואו האט ער געוואוסט אז די רעוואלווער ליגט אונטערן קאוטש?
און בכלל פארוואס האט ער געהרג'ט מר. כהן ע"ה? איז ער געווען א נאצי?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11978
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש מארטש 06, 2010 7:29 pm

שוועמעל די ווילסט פרעגן אדער די ווילסט ליינען?

פאקטעלע, גאאר גוט...

אפשר פאנגסטו אן נאך איין? זעהסט'ך אז דער עולם דארף עס און גלייכט עס,

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » זונטאג מארטש 07, 2010 12:27 am

א גרויסן שכח "די פאקט" מיר האבן גאר שטארק הנאה געהאט. עס איז געווען א געשמאק צו ליינען. וואו אויך דאס גאר שטארקע מעלה פון אנציען דעם עולם מיט א גבול

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10684
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג מארטש 07, 2010 7:26 am

יישר כח די פאקט זייער שיין געווען.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24525
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 07, 2010 7:29 am

יישר כחך שכתבת, א שיינע מעשה.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 07, 2010 11:42 am

הערליך שיין. האפנטליך פאלש...

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » פרייטאג מארטש 12, 2010 2:33 pm

משה אהרן: האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם

http://www.buzzle.com/articles/a-house-on-fire.html


וואס האט דיר אויס געפעלט אוועק צו לייגן אזא טייערער איד ווי מר. כהן? לאז עס אויפן גוי מיט וועם די מעשה איז "אריגינעל" געשען...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הויעך, משהלע און 10 געסט