דער צוריסענער זייגער(צווייטער קאפיטל)אין דעם קאפיטל... ר' שלום האלט מיט די אינוועסטיגעישאן ווי דעטעקטיוו ענדרו פרובירט אויס צו געפינען ווער איז דער שולדיגער, ער באמערקט עטליכע זאכן וואס דער פארברעכער האט פארזעהן צו פארווישן זיינע פיסטריט וואס נאר א איד קען עס באמערקן
--------------------------
קודם אפאר שורות פון פריער:“די משפחה איז אויפן וועג צוריק פון א חתונה אין שטאט, און נאר אפאר פון די געהילפן וואס זענען אנטלאפן פון א הינטער טירל זענען יעצט אין הויז” זאגט דער פּאליציאנט וואס איז געשטאנען לעבן די געיט.
“זייער גוט, זיי וועלן זיכער קענען פארציילן די גאנצע מעשה”
“ניין, די פייער האט זיך אנגעהויבן פון די צווייטע שטאק, אבער זיי זענען געווען אינטן אויף די ערשטע שטאק, אזוי אז זיי קענען נישט זאגן וואס האט פאסירט אויבן” זאגט דער פאליציאנט
-------------------------
און איצט הערט ווי הרב שלום קארפען פארציילט ווייטער... “יא איר זענט לכאורה גערעכט”
ווען מיר זענען אנגעקומען אינעווענדיג זעה'ען מיר דריי געהילפן מיט עטליכע פּאליציאנטן. איך קוק מיך ארום, דער ערשטער שטאק איז כמעט אומבארירט דורך די פייער אויסער די טרעפּ און אביסל פון די שטח ארום. מיר זענען אריין אינעם סאלאן א הערליכער אויפנאמ'ס צימער וואס איז געווען אנגעפילט מיט שיינע און טייערע מעבל.
“איצט, לאמיר אנהייבן אונזער אויספארשונג” זאגט דעטעקטיוו ענדרו מיט א זיכערע מינע, ער נעמט ארויס זיין קליינעם נאוט-בוק פון זיין בוזעם טאש, ער ציט ארויס א בליי פון אונטערן אויער, און ער זעצט זיך אוועק אויף דער סאפע
“ווי זענט איר געווען אין די צייט פונעם אינצידענט?” פרעגט ער
“איך בין געווען אין קאך, ווען פלוצלינג הער איך דעם באלעבאס שרייען”, זאגט דער קעכער א דיקער מעקסיקאנער שגץ אויסגלייכנדיג זיין שירצל
“איך בין געווען אויפן וועג אראפּ די טרעפּ צו שטעלן דעם טיש פאר נאכטמאל” האט געזאגט דער צווייטער דינער א הויכער דארער פאליאק מיט בלאנדע האר ביז צו זיין פּלייצע
“און ווי זענט איר געווען?” ווענדעט ער זיך צום דריטן געהילף. אן נידעריגער סירישער בחור מיט א קליין קאפעלע באהאפטן מיט א באבי-פּין צו זיין קליינעם פּאוניטעיל
“איך בין געווען אינדרויסן"
“וואס האט איר געטון אינדרויסן?”
“איך בין געגאנגן קויפן פרישע טאביק פאר די פּופּקע פונעם מיסטער כּהן”
“ווי פיל מענטשן זענען געשטארבן אינעם פייער?”
“נאר מיסטער כּהן” זאגט דער בחור מיטן פּאוניטעיל, און לאזט אראפ די אויגן מיט א אויסדריק פון צער
“ווי איז די משפּחה זיינער געווען?”
זיי זענען געפארן צו א חתונה” זאגט דער פאליאק מיט א געבראכענעם ענגליש
“און מיסטער כּהן?”
ער איז נאך געווען ביזי מיט זיינע געשעפטן, און איך האב אים געזאלט אריינדרייוון שפעטער” איז דער סירישער בחור מסביר
“אקעי, איצט, לאמיר רעדן וועגן מיסטער כּהן. וואס פאר א סארט פון מענטש איז ער בכלל “
“ער איז געווען א שטילער פיינער מענטש, אזא צוריקגעצויגענער טיפ” זאגט דער קעכער מבינות
“ער פלעגט שטענדיג זיצן אין זיין קליינעם ספרים שטוב אויבן, מיט א ספר, ער איז האט זייער ליב געהאט צו לערנען “ פארציילט דער בחור
“ווי מיינט איר האט דער פייער זיך אנגעהויבן?"
“מעגליך פון די צימער לעבן דעם ספרים שטוב” זאגט דער פוילישער.
“פון ווי ווייסט איר דאס?”
“ווייל די צימער לעבן דעם ספרים שטוב איז רעכטס העכער די קאך און איך מיין אז דער קלאנג פון מיסטער כּהן'ס קולות איז געקומען פון דארט, אבער איך בין נישט צו זיכער, עס איז נאר א געדאנק” האט ער זיך אליינס פארראכטן נאכדעים וואס ער האט זיך איבערגעבליקט מיט די אנדערע געהילפן
“זענט איר דריי די איינציגסטע איינגעשטעלטע אינעם הויז?"
“יא” האט געזאגט דער סירישער בחור.
“און ווי אזוי זענט איר אנטלאפן פונעם פייער”
“פון דעם הינטער טיר” זאגט דער סירישער בחור
איך - פארציילט ווייטער ר' שלום - בין ביז יעצט געשטאנען שטיל, אבער די גאנצע מעשה האט מיר נישט געשטימט “אויב זיין משפּחה איז געפארן צו א חתונה, פאר וועם זענט איר געווען אויפן וועג אראפּ די טרעפּ צו שטעלן דעם טיש פאר נאכטמאל?” פרעג איך דעם לאנגן פאליאק
ער איז געווארן שטיל און פארטראכט פאר א מינוט ווי איינער זוכט א תירוץ, אבער נאכדעם האט ער ארויסגעקעקעצט,” מיר דארפן דען הונגערן, מיר זענען אויך פּארט אף די פעמעלי”
“און מיסטער כּהן וועט שוין אנקומען צו די חתונה נאר צום טאנצן, ממילא וואלט ער מסתמא געגעסן פארן פארן” האט אים דער קעכער צוגעהאלפן
“פּארט אף די פעמעלי?” פרעג איך מיט ווינדער
“פאר צוואנציק יאר זענען מיר שוין דא די איינציגסטע געהילף, זענען מיר דען נישט פּארט אף די פעמעלי?” זאגט דער קעכער.
עס האט מיר נישט געשטימט די גאנצע מעשה, מיר האט אויסגעקוקט ווי זייערע תירוצים זענען אפגעשמועסט, קיינער פון זיי האבן נישט געגעבן קיין קלארע ענטפער'ס און זיי האבן אלע אויסגעקוקט ווי ליגנערס, למשל, אז ער האט געזאגט אז זיי ארבעטן דא פאר צוואנציק יאר, אבער זיי זענען אלע געווען אונטער די דרייסיג.
דעטעקטיוו ענדרו, אטעמט טיף אריין און נעמט צוריק איבער די לייצעס, און פרעגט מיט א אפיציעלע שטימע פונם סירישן הויז בחור
“צי קענט איר האנס מארגענסן?”
“יא. ער איז זייער נאנט מיט מיסטער כּהן, זיי טוען אסאך געשעפטן צוזאמען, ער פלעגט אסאך קומען אהער"
“ווען איז די לעצטע מאל וואס האנס מארגענסן איז געקומען זיך צו טרעפן אים?"
“היינט זיבן א זייגער אוונט”
“ווען איז ער אוועקגעגאנגען?"
“נאך בערך א האלבע שעה”
“צי ווייסט איר וועגן וואס זיי האבן גערעדט?"
“ניין”
“מיסטער כּהן נעמט אייביג אויף קליענטן אין ספרים שטוב?”
“גראדע נישט געווענליך נעמט ער אויף מענטשן דא אונטן אין סאלאן, נאר אזוי ווי עס איז געווען א פלוצליגער וויזיט עס איז ניט געווען אין מיסטער כּהן'ס סקעדזשיועל האט ער אים אויפגענומען אויבן”
“אקעי איצט, לאמיר ארויפגיין אין ספרים שטוב זעהן וואס דארט טוט זיך”
מיר גייען ארויף אויבן צוזאמען מיט דעטעקטיוו ענדרו, די געהילפן און צוויי פּאליסלייט.
"די טיר פון די ספרים שטוב איז געווען פעסט פארשפארט און כאטש עס איז געווען פארברענט, און די פייער האבן לעשער האבן עס געמוזט אויפברעכן” זאגט איינער פון די פּאליסלייט.
עס איז נישט געווען קיין גרויסער שטוב. עס איז געווען א ספרים שאנק אויף יעדער פון די פיר ווענט פון דעם צימער. און אינמיטן שטוב איז געווען א לערן טישל מיט עטלעכע פארברענטע ספרים און א צושפאלטענער פלאש עפל דזשוס מיט אפאר צולאזטע פלעסיק גלעזלעך. מיסטער כּהן'ס ברייט ביינערדיגען גוף אינגאנצן פארשווארצט רח”ל איז נאך געווען אויף זיין שטול אין א זיצעדיגע פאזיציע מיט זיין קאפּ פארווארפן אויפן טיש. איך גיי נענטער צום טיש און באטראכט די ספרים, דער איד האט געהאלטן אינמיטן לערנען חומש רש”י, מיט א אפענער רמב”ן על התורה מיטן געפינטעלטן פירוש פון טוב ירושלים. און ווי איך הייב אויף דעם דעקל צוצומאכן דעם אפענעם מקראות גדולות חומש זע איך אז עס איז דא אן אש-טעצל אונטער דעם. איך שפיר א שוואך גערוך פון בּענזין קומט ארויס פון דעם אש-טעצל.
“די עפל דזשוס באטל שמעקט פון בּענזין” זאגט דעטעקטיוו ענדרו “דאס מיינט לכאורה אז דער פייער האט זיך פון דא אנגעהויבן”
“אבער ווי אזוי קען זיי אז דער פייער האט נישט פארברענט דאס פּלאץ ביז אש” האק איך איבער דעטעקטיוו ענדרו “און נאך מער דער נעקסטער צימער זעהט אויס אסאך מער פארברענט
“יא, גערעכט! לאמיר גיין צו דעם דערנעבנדיגן צימער”
דער צימער נעבן דעם ספרים שטוב איז געווען דער דיינונג רום און עס איז טאקע געווען פיל מער פארברענט ווי דער ספרים שטוב. די גרויסע קויטשן די הילצערנע פורניטשער בענקלעך און דער גרויסער טיש זענען געווען אינגאצן דורכגעברענט. איך באטראכט די גאנצע פּלאץ אבער גארנישט האט נישט אויסגעקוקט ספעציעל צו מיר. איך האב נאר געטראכט וועגן דעם גלאזערנעם עפל דזשוס באטל און די אש טעצל וואס האבן געשמעקט פון בּענזין. עס האב אויסגעזעהן אז איינער האט אפשר געלייגט אביסל בּענזין אין דעם אש טעצל אז ווען מיסטער כּהן וועט אראפשטעלן זיין פּופּקע אין דעם זאל זיך עס אנצינדען און ווען דער פייער וועט זיך אנכאפן אין די ספרים וועט ער כאפן דעם באטל עפל דזשוס אויסצולעשן דעם פייער וועט ער גאר צוגעגאסן בּענזין צום פייער אזוי ארום וועט זיך דער פייער פארשפּרייטן זייער שנעל. אבער דורכן זען די דיינונג-רום עס איז מיר געווארן כמעט קלאר אז די מקור פונעם פייער האט זיך אנגעהויבן פון דארט. און אזוי ווי איך בין אנגעקומען צום פענצטער וואס איז געווען זייער שטארק פארברענט, האט זיך מיין מיינונג אינגאנצן געטוישט און עס איז מיר בייגעפאלן א צווייטע געדאנק.
“איך וויל א מינוט ארויסגיין שעפן אביסל פרישע לופט, דער אש גערוך גייט מיר שוין אין קאפ אריין” האב איך געזאגט צו דעטעקטיוו ענדרו, און ארויס אין הויף
אויף די פרישע לופט איז מיר די קאפ קלארער געווארן אין איך פארטיף מיך אין מיינע געדאנקען לאמיר זאגן אז איינער האט אויסגעפלאנעוועט די גאנצע זאך דא, אויב אזוי וויל איך פארשטיין אפאר זאכן...
1. פארוואס איז נישט יענער נישט צוריק געקומען פטור צו ווערן פון די שפורן וואס ער האט איבער געלאזט אינעם ספרים שטוב
2. פארוואס האט נישט מיסטער כּהן געשמעקט די שארפע גערוך פון בּענזין אין דעם ספרים שטוב בשעתן לערנען
3. ווי האט יענער געהאט גענוג צייט צו שטעלן די בּענזין אין די אש טעצל אן דעם וואס מיסטער כּהן זאל באמערקן אז איינער דרייט זיך אין זיין פריוואטן ספרים שטוב
4. און ווי אזוי איז יענער זיכער געווען אז ער וועט אריינלייגן זיין פּופּקע אין די אש טעצל פאר די בּענזין וועפט אויס
5. ווי קען ער זיין אז מיסטער כּהן איז געבליבן רואיג זיצן און לערנען ווען ער האט באמערקט דאס פייער
6. פארוואס איז נישטא קיין אש טעצלאך אינטן אין סאלאן אויב מיסטער כּהן איז א רויכערער
אזוי ווי איך שפאציר אהער אין אהין פארקלערט אין די זאך בין איך אנגעקומען צו די זייט פון פון דער ספרים שטוב ווי עס איז געווען א קליין פענצטער. און איך באמערק א גרויסן בוים אין פראנט פון די פענצטער פונעם דיינונג-רום. איך באטראכט דעם בוים פון דער נאענט און איך באמערק עפעס בליטשקעט אויף דער ערד, איך בייג מיך צו און איך זעה איך א טייערן גאלדענעם האנד-זייגער אויף דער ערד. עס איז נישט געווען פארברענט און איז געווען צוריסן ביים לעדערנעם פאסיגל. איך לייג אריין דער זייגער אין מיין טאש און איך קריך ארויף אויפן בוים ביז איך קום אן צום פענצטער פון ווי איך שפרינג אריין אין דיינונג-רום, קיין איינער איז נישט דא, איך באמערק א פארברענטע יארמולקע אויף דער ערד מיט א לאך אינדערמיט. איך ווענד מיך צו די ספרים שטוב דערנעבן, אבער דארט איז שוין אויך קיינער נישט דא. איך גיי צו צום גוף פון מיסטער כּהן און באטראכט אים האב איך באמערקט אז זיין קנייטש היטל איז אנגעטון פארקערט ס'איז מיר געווען פארדעכטיגט, הייב איך אונטער דאס היטל זעה איך אז אונטער דעם איז נישטא קיין קאפל, נאר נישט מער און נישט ווייניגער עס איז דא א לאך אין זיין קאפּ ווי פון א רעוואלווער ר”ל. יעצט ווייס איך שוין קלאר אז עס איז געווען א קאלט בלוטיגער מערדער, און דער גאנצער פייער איז געווען א קאווער-אפ, די שאלה איז נאר ווער...
איך לויף אראפ אראפּ געשווינד. דעטעקטיוו ענדרו און די איבעריגער עולם זענען געווען אין דעם סאלאן .
“ווי קומסטו פון אויבן? ביזטו נישט ארויס אינדרויסן פאר לופט?” שטעלט דעטעקטיוו ענדרו א פראגע ווי נאר איך קום אריין אינעם סאלאן
“מען ווארפט מיך ארויס פון טיר, קום איך צוריק דורכן פענצטער” ענטפער איך מיט א וויץ צו פארדעקן מיינע ברויזנדע געפילן
“צי ביסטו עפּעס געוואר געווארן?”
“יא”
“איז דאס אן עקסידענט אדער א געפּלאנטע אקציע?”
“קיין עקסידענט איז עס זיכער נישט” זאג איך מיט א פעסטן טאן.
“וואס? איר ווייסט שוין ווער עס איז דער פארברעכער?” האט ער געהויבן זיינע ברעמען.
“איך קען נאכנישט זאגן זיכער”
אין דעם מאמענט קומט אריין א פאליציאנט.
“האנס מארגענסן וויל אריין קומען אין הויז” זאגט דער פּאליציאנט.
“וואס קען ער וועלן” האב איך געזאגט.
“ער זאגט עס איז זיין פריינד'ס הויז און ער האט די רעכט אריין צו קומען”
“גוט, וועל מיר אים אריינלאזן?” זאגט דעטעקטיוו ענדרו.
“יא, ער איז אונז ממילא שולדיג אפאר ערקלערונגען” לייג איך צו סארקאסטיש
“אקעי, ברענג אים דא אריין” האט דעטעקטיוו ענדרו געזאגט צו דעם פּאליציאנט.
“און מאך זיכער אז ער זאל נישט קענען אנטלויפן, איך האב נאך אלץ א חשד אויף אים” האב איך געזאגט
נאך א פאר מינוט איז האנס מארגענסן אריינגעקומען אין באגלייטונג פון צוויי פּאליסלייט.
“א גוטן, אלעמען” האט ער יעדן איינעם העפליך באגריסט ווען ער איז אריינגעקומען
“פארוואס האמיר דעם כבוד אז איר זענט דא אהער געקומען מיסטער מארגענסן?” פרעגט דער דעטעקטיוו מיט א פריינטליכן טאן
“ווייל מיסטער כּהן איז מיר א נאנטער פריינד און איך וויל אים שוין זען. ווי איז ער איצט? “ האט ער געזאגט מיט באק-ציינער, מעשה עושר.
וואס האט איר געטאן ווען מ'האט אויסגעלאשן דעם פייער?”
“איך בין נישט דא געווען”
“ווי זענט איר געגאנגען?”
“די בעטערי פון מיין סעלפאון איז אויסגעלאפען און איך האב געמוזט מאכן א וויכטיגע קאל בין געגאנגן צו מיין קאר איינגעשטעקט אינעם טשארדזשער און אזוי געקאלט”
און “פארוואס זענט איר דא געקומען איידער דעם אינצידענט?”
“איך געקומען צו באזוכן מיסטער כּהן ווי געווענליך פאר א געשעפט. שפעטער בין איך צוריקגעקומען ווייל איך האב מיך דערמאנט אז איך האב פערגעסן מיינע פיילס אין זיין הויז. ווען איך בין צוריקגעקומען האב איך שוין פונדערווייטנ'ס געזען רויך קומען פונעם הויז. האב איך אפגעשטעלט מיין קאר און איך בין געקומען צו לויפן ווי איך האב געטראפן ראביי קארפען, און ווייטער ווייסט איר שוין וואס האט פאסירט” דרייט ער זיך אויס צו מיר
“אויב וואלט איר ווען געווען אזוי באזארגט וועגן אייער נאנטער פריינד וואלט איר נישט אפּגעטראגן נאך דעם אנקומען פון די פּאליציי” רוף איך מיך אן.
“איך האט נישט אפּגעטראגן נאכן אנקומען פון די פּאליציי” האט ער געלייקנט.
“אקעי, פארגעס וואס איך האב געזאגט” האב איך פרובירט צוריקצוצוען מיין אומבאגרינדעטען באשולדיגונג
“נאו פראבלעם” האט ער געמאכט מיט די האנט
"ווי זענט איר געגאנגען בשעת מ'האט פארלאשן דאס פייער, איך האב אייך געזען ביים אונטערשטען זייט פון הויז" פרעג איך
“איר זענט זיכער איר האט מיך געזען ביים אונטערשטען זייט פון הויז? וואס האב איך דארט געטוהן?” ער האט געפרעגט, ווי איינער וואס פרובירט זיך צו פארטיידיגן.
“איך האב נישט געקענט זעהן עס איז געווען זייער טונקל דארט, ווייל עס איז נישטא קיין גאסן לעמפ” האב איך געזאגט מיט א אומזיכערע שטימע
“איר מאכט זיכער א טעות, איר האט מיך נישט געזען אין בעק פון דעם הויז נאכן פייער, ס'איז זיכער געווען איינע פון די געהילפן, איר זאגט דאך אליין אז ס'איז געווען טונקל”
“פון ווי ווייסט איר אז די געהילפן זענען ארויסגעלאפן פונעם הינטער טיר?”
“מ'דארף נישט זיין קיין דעטעקטיוו דאס צו פארשטיין “
“איך פארשטיי, איך בין אויך נישט קיין דעטעקטיוו אבער איך בין פשוט נייגעריג ווי אזוי איר האט דאס אויסגע'חשבונ'ט”
“די פּאליס האט נישט אריינגעלאזט פון פאדערשטען טויער ממילא בין איך געגאנגען צום הינטער טיר”
“איר זענט צוריק אריין ווען עס האט נאך געברענט אין הויז”
“ניין, איך מיין צו זאגן אז איך האב געזען די די געהילפן לויפן ארויס ווען איך בין אנגעקומען הונטערן הויז”
“איך מיין מ'זאל איבערפרעגן די געהילפן העמיר זעהן וואס זיי וועלן זאגן” רופט זיך אן דעטעקטיוו ענדרו.
“ניין, מיר דארפן נישט איבערפרעגן. ער זאגט לכאורה אמת” זאג איך מיט א אראפגעלאזטע שטימע