פארוואס דארפסטו א שבת זייגער?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

פארוואס דארפסטו א שבת זייגער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

מיט אפאר וואכן צירוק קומט צו מיר צו מיין שכן און אן א טראפ בושה זאגט ער מיר, איך זעה ווי יעדען שבת גייט דיין דיינינג רום לעקטער א גאנץ שבת, איך האלט אז עס וואלט געווען א גוטע עצה ווען דו לייגסט ווען אריין א שבת זייגער צו שפארן לעקטער.

האב איך געכאפט א שמועס מיט מיין חבר א עלעקטרישאן, (ער ווייסאך נישט צו ער האט א ניק, זיין ברודער האט גראדע יא..) האט ער מיר געמאכט אזא חשבון.

לייגטס צו קאפ.

די ערשטע זאך בון איך געגאנגען קוקן וויפל איך צאל פאר לעקטער, איך האב געטראפן אז איך צאל בערך צעהן סענט פאר א קילעוואט (kilowatt) לעקטער, א קילעוואט איז טויזענט וואטס.

אין מיין דיינינג רום האב איך א 23 וואט ענערדשי סעווינג באולב וואס איז אזוי שטארק ווי א געהעריגע הונדערט וואט באולב.

יעצט לאמיר מאכן א חשבון, אויב האב איך א שבת זייגער, וועט מיין דייניג רום לייט זיין פארלאשן פון בערך צוועלעווע ביינאכט ביז צענע אינדערפרי , דאס איז צעהן שעה, איז צעהן מאל פיר און צוואנציג (וואטס) קומט אויס צוויי הונדרעט און פערציג, גיי איך זיך שפארן א וואך צוויי הונדרעט פערציג וואטס, איין קילעוואט איז דאך טויזענט וואטס, דאס מיינט אז אין בערך פיר וואכן וועל איך זיך שפארן איין גאנצע קילעוואט וואס קומט אויס פונקטליך איין גאנצע דיים! און במשך פון א יאר וועל איך זיך שפארן איין דאללאר מיט צוואנציג סענט.

וועסטו מיר דאך זאגן אז א טאללער איז אויך געלט, א טיימער צו קויפן קאסט בערך דרייסיג דאללער דאס מיינט אז אויב איך וועל ניצן דאס טיימער פאר דרייסיג יאר וועט זיך עס האבן אויסגעצאלט, און דאס אלעס איז נאר אויב איך אינסטאל עס אליינס אבער אויב קען איך נישט דארף איך נאך רופן אן עלעקטארישאן פאר נאך א הונדערטער...

איז פאר דעם געלט זאל איך שוין האבן א לעכטיגן שבת און לאזן די לעקטער גיין דורכן שבת.

אבער פארשטייט זיך דעם חשבון איז פאר מיין דייניג רום וואס האט נאר איין באולב, איינער וואס האט א טשענדעליער קומט עס אויס אביסל מער, און איינער וואס האט ספאט לייטס אויך קומט עס אויס נאך מער, דעמאלטס קען זיין אז ס'לוינט יא.

א לעכטיגן שבת!
אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראצער »

וואס איז מיט די באלב?
די לענגער סברענט די שנעלער סברענט אויס!
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

קודם כל קענסטו עס לאזן אויסגעלאשן ביז 12:00 צופרי און נישט 10:00 איז שוין נאך 2 סענט. און אלע ימים טובים האסטו אויך נישט גערעכענט. נאך 2-3 סענט. עכ"פ פרוטה פרוטה מצטרף. איך גלייב אז די וועסט דיך יא שפארן מיט א שבת זייגער.

נ.ב. דארפסט פארשטיין כ'האב א נגיעה. כ'האב אפאר וואכן צוריק אריינגעלייגט א שבת זייגער ביי מיר אינדערהיים, ס'האט מיר אבער געקאסט א 80 טאלער שוין מיט'ן עלעקטרישן אינאיינעם.
אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראצער »

איך האב אויך א נגיעה, כקען מאכן 50 טאלער דא :lol:
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)
bobke
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bobke »

איך האב אויך געמאכט בערך די זעלבע חשבון
בד"וו ווייסט איינער פארוואס אין קאך אדער האלוועיס לייגט קיינער נישט קיין שבת זייגערס ?
איך מיין אז דער תירוץ איז אז אונזערע טאטעס און זיידעס האבען אלע געהאט טשענדעליערס אין דיינונג רום ממילא האט זיך די עולם איינגעוואוינט אז אין דיינונג רום קומט א שבת זייגער. 
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די איינציגע שבת זייגער וואס איך נוץ, איז אויפן האט-פלעיט, און אויך נישט צוליב געלט שפארן (הגם דאס ציהט מער ווי א לייט-באלב לכאורה), נאר צוליב די איבריגע היץ וואס דאס געט ארויס.

אויסערדעם ארבעטן ביי מיר אלע לעקטערס א גאנץ שבת, ביז די קליינע זענען זיך מרחם און פארלעשן די וויכטיגע (און צינדן אן די לייטס פון די שלאף צימערן).
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הערשל, געוואלדיג וואו תורה דארט חכמה!

קרעמער, ביסט א פשעווארסקער?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

bobke האט געשריבן:איך מיין אז דער תירוץ איז אז אונזערע טאטעס און זיידעס האבען אלע געהאט טשענדעליערס אין דיינונג רום ממילא האט זיך די עולם איינגעוואוינט אז אין דיינונג רום קומט א שבת זייגער. 

ביי מיר איז דאס געווען א פשטות, איך האב פארשטאנען אז הערשי רעדט טאקע פון "זיין" דיינינג רום וועלכע האט א באלב, א דבת זייגער קומט טאקע געוויס נאר ווי עס איז דא א שענדעליער וואס ציעט אסאך מער לעקטער.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

א ווי קרעמער זאגט... אסאך מאל איז די שבת זייגער מער ווייל מ'וויל ס'זאל זיין אויסגעלאשן ווי דאס שפארן לעקטער.

אין פאקט ציעט א שבת זייגער אויך א באנטש לעקטער, חוץ די וואס האבן באטערי'ס, און דאס לויפט א גאנצע וואך נישט נאר שבת.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

הערשי יישר כח פארן אונז מיטטיילן מיט דיין עספיריענס, אבער איך קען מיך נישט פארשטעלן א אידישע שטוב און א שבת זייגער, ס'קומט שוין אזוי נאכן דריטן פייף ווען די אשת חיל זיכט דעם פארטוך צו צינדן ליכט און די קינדער שרייען און וויינען זה בכה וזה בכה, לויפט דער טאטע פארסאפעט אנשטעלן דעם שבת זייגער, כ'פארשטיי נישט פארוואס דו ווילסט אונז צונעמען די הנאה...

דרך אגב, אפשר אויב דו וועסט דיר שפארן געלט אויף די לעקטער וועסטע קענען קויפן א טשענדעליר...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

farshlufen האט געשריבן:הערשל, געוואלדיג וואו תורה דארט חכמה!

קרעמער, ביסט א פשעווארסקער?

לאו דוקא, ווען יא וואלט איך נישט געהאט קיין איינס.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

קרעמער האט געשריבן:די איינציגע שבת זייגער וואס איך נוץ, איז אויפן האט-פלעיט, און אויך נישט צוליב געלט שפארן (הגם דאס ציהט מער ווי א לייט-באלב לכאורה), נאר צוליב די איבריגע היץ וואס דאס געט ארויס.

אויסערדעם ארבעטן ביי מיר אלע לעקטערס א גאנץ שבת, ביז די קליינע זענען זיך מרחם און פארלעשן די וויכטיגע (און צינדן אן די לייטס פון די שלאף צימערן).


same here ;l;p-
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

קרעמער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:הערשל, געוואלדיג וואו תורה דארט חכמה!

קרעמער, ביסט א פשעווארסקער?

לאו דוקא, ווען יא וואלט איך נישט געהאט קיין איינס.


אוי וויי קרעמער, ביסט נישט קיין פשעווארסקער, האסט נישט קיין שבת זייגער, נישט קיין תורה און נישט קיין חכמה, וואס וועט זיין..................
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

נו, וואס אידאס? אוועקדענמען דעם שבת זייגער וואס אידישע קינדער האבן איינגעפירט נאך אינדערהיים?! אויב זאל געמאל זיין אז כ'האב נישט קיין שבת זייגער, וואלטן מיר געלעזט (אדער געלערנט, הלואי) עד האשמורה, כ'מזל אז ס'לעשט זיך אויס, זוי קען מען שלאפן אויך.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א שיינער אשכול.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

עטליכע תירוצים:

1) א קילא-וואט קאסט עטוואס מער פון זיבעצן סענט דא אין ניו-יארק, צוזאמען מיט די טעקסעס וואס קומט צו, אויסער אויב הערשי קנייהויז וואוינט ערגעץ-וואו אין פאקיסטאן, וואס דאן קען עס אים אויסקומען ביליגער, אבער איך בין נייגעריג אויב פון פאקיסטאן קען מען שרייבן אויף איי-וועלט.

2) א געווענליכע דיינינג-רום ווערט באלאכטן מיט א גרעסערע מאס באלב ווי דריי-און-צוואנציג וואטס, וואס אזוינס איז פונקט גוט פאר א בית-הכסא, סא, עס איז שווער צו גלויבן אז איר פארמאגט אזא דיינינג רום אזוי גרויס ווי א בית-הכסא, סיידן איר וואוינט אין פאקיסטאן... דאס פארשטארקערט מיין השערה אז איר דארפט וואוינען ערגעץ-וואו אין פאקיסטאן...

3) ביי חסידים האט מען נישט געדאוונט שבת פאר ניינע, סא סיידן איר וואוינט אין פאקיסטאן, קען אייער לעקטער זיין פארלאשן כאטש צוועלף שעה. אין פאקיסטאן מיין איך אז די מנינים פון די ספרדי'שע אידן זענען אביסל פריער, דאס גיבט אביסל חיזוק פאר מיין טעאריע אז איר מוזט וואוינען אין פאקיסטאן.

4) לאמיר מאכן דעם חשבון; איר נוצט א ספיירעל באלב (ענערדזשי סעיווינג) לאמיר זאגן א פערציגער (גאנץ בחסד), איר לעשט עס אויס פון צוועלף ביז צוועלף, אריינגערעכנט צוויי-און-פופציג שבתים און דרייצן ימים טובים, גע'חשבונ'ט אז איר צאלט זיבעצן סענט פאר א קילא-וואטס, שפארט איר זיך יערליך פינף דאלער מיט פינף-און-דרייסיג סענט, אויף דעם איינעם באלב אין דיינינג-רום, וואס דאס מיינט אז ביז זעקס יאר איז די שבת-זייגער אויסגעצאלט, אבער איר מוזט נעמען אין חשבון אז דאס איז נאר אויב איר קויפט דעם שבת-זייגער אין ניו-יארק און איר נוצט עס אין פאקיסטאן, ווייל אין פאקיסטאן זענען די שבת-זייגערס ביליגער, אזוי אז איר קענט עס אויסצאלן פיל פריער, ווידער אויב איר נוצט דאס אין ניו-יארק דאן שפארט איר זיך פיל מער...

5) לאמיר גיין א טריט ווייטער; די געווענליכע דיינינג-רומס ביי אונז אין ניו-יארק, איז גרעסער ווי ביי אייך אין פאקיסטאן, ביי די אשכנזי'שע אידן אין ניו-יארק (און אויך ביי די ספרדים ביי אונז) ווערט אין א געווענליכע דיינינג-רום גענוצט אן ערך פון פיר באלבס, און איך רעד נישט פון "מענדל דער פרנס" וואס פארמאגט א מעיד ביי זיך אין שטוב און שיקט זיינע וועש צום לאנדרי וואשן, איך רעד פון "בערל קבצן" וואס העלפט זיין ווייב יעדן מוצאי שבת וואשן די פלאסטישע געשיר... אדרבה! קוקט אויף אייערע רעכטע און לינקע זייט שכנים וועט איר זען אז איך האב היבש אונטערגעשאצט... ווער רעדט נאך פון די וואס פארמאגן טשענדעלערס און טשילאס אינדערהיים, איך ווייס נישט אויב ביי אייך אין פאקיסטאן ווייסט מען וואס דאס הייסט, אפשר ביי מושאראפ'ן אינדערהיים קענט איר אזוינס געפינען... אבער לאמיר זיך דערווייל האלטן צום חשבון פון פיר באלבס אין דיינינג-רום.

אויב איר וועט מאכן דעם חשבון, וועט אויסקומען אז א דיינינג-רום מיט פיר פינף-און-זעכציגער באלבס (וואס זענען נישט פריינטליך צום ענוויירעמענט...), וואס נוצט א שבת זייגער וואס איז אויסגעלאשן פון צוועלף ביז צוועלף, וועט מען זיך שפארן דערויף א קיימא-לן פון פינף און דרייסיג דאלער מיט אכט-און-זיבעציג סענט א יאר, און לאמיר נישט פארגעסן אז דא רעדט מען פון "בערל דער קבצן"... ביי "מענדל דער פרנס" וועט זיך דער שבת זייגער אויסצאלן נאך עטליכע קנאפע וואכן...

6) אבער לאמיר נישט רעדן דוקא פון שפארן לעקטער, לאמיר זען וואס דו פארדינסט פון א שבת-זייגער. אן עווריטש האט-פלעיט ציעט פיר-הונדערט-און-פופציג וואטס א שעה, שבת מיטאג, בערך 1:36 (בערך.... פונקטליך קען איך נישט זאגן...) ביז 7:00 ביינאכט, וואס דאס איז דער עווריטש צייט וואס ווערט מוצאי שבת – געוואנדן זומער צו ווינטער – אמאל 5:30 און אמאל 9:00.

7) פאר איך גיי ווייטער; זעצט אייך אוועק איידער איר ליינט די שורות; נוצן א וואסער-קעסל (איך רעד פון די נייע וואס ציעט ווייניג לעקטער), קאסט הונדערט און פופצן דאלער מיט צוואנציג סענט, אויב מען ריפילט עס קיינמאל נישט. (איך רעד פון די אמעריקאנער פרייזן – אין פאקיסטאן ברויכט איר פרעגן הערשי קנייהויז...). וויפיל יונגעלייט זענען פאראן וואס צינדן אן דעם קעסל ביים אויסשטאפירן די דירה א וואך פאר די חתונה, און לאזן דאס שוין אזוי ביז עס צוברעכט זיך און מען קויפט א פרישע... דאס הייסט אז יעדע יאר פארלירן זיי הונדערט און פופצן דאלער א יאר.... און אויף מארגן שרייען זיי אין בית-המדרש אז מען דארף קויפן סיזי שטיינער ביי די חתונות.... נישט אז איך מאך עס אוועק, הערשי וועט מעיד זיין אז אין פאקיסטאן זענען די חתונות זייער ביליג, אויסער דעם וואס די חתנים און כלות זענען צוועלף יאר אלט... אבער לענינינו איז דער הוצאה וואו מען דארף שפארן אויך אין שטוב...

איין זאך איז זיכער; די קרעטשמע שרייבער ע"פ רוב קומען נישט פון פאקיסטאן, סא, איז דער אשכול נישט אזוי ווייט שייך פאר אונזער עולם... אפשר פאר הערשי'ס מוסלומעינישער לעקטארישנ'ס ברודער וואס האט א ניק דא אינעם קרעטשמע...
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

איינער קען מיר דא העלפן ציילן וויפיל מאל זיס (יא די ניק) האט געשריבן די ווארט "פאקיסטאן" אין זיין תגובה???

הערשי א גוטער חשבון געמאכט. ביי מיר איז דאס גאנצע זאך נישט שייך ווייל איך האב אריין געמופט מיט א בוילד אין שבת זייגער.
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

איך ווייס נישט אויב הערשי וואוינט אין פאקיסטאן, אבער זיס'נס תגובה איז היבש טאליבאניש מיליטאנטיש געשטינקט.
צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווענגל »

bailout האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב הערשי וואוינט אין פאקיסטאן, אבער זיס'נס תגובה איז היבש טאליבאניש מיליטאנטיש געשטינקט.
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב זיס, און פאקיסטאן נוצט מען א שבת זייגער פאר אנדערע צוועקן..

איר זענט אפשר א סעילסמאן פאר Aube אדער Intermatic?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

יעצט פארשטיי איך שוין וואס עס מיינט ביטער זיס אדער סוויט ענד סאוער...

טוה מיר א טובה ליין ביטע 'גוט' איבער מיין תגובה, און רעכן אויס דיינע חשבונות וואס דו האסט געמאכט און קוק גוט איבער דיינע פאקטן, און אויב ס'איז דיר נאך אלס עפעס שווער פרעג איבער.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

זיס, כ'האב געוויסט אז די צוויי פארבליבענע אידן אין אפגאניסטאן האבן זיך "ביטער" געריסן צווישן זיך, אבער אז אין פאקיסטאן זאך מען זיך קריגן האבעך שוין נישט געוויסט...
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

זיס קוקט אויס וואו די ביזט נישט באקאנט דא אין נוי יארק, וואו רוב הייזער וועכע פארמאגן פערצוגער באלבס אינעם דיינינג רום פארמאגען אויך לכה"פ פערצוגער באלבס אין קאך, איז דארט אויך דא סיזי שטיינער אינעם שבת זייגער? אוואו נוח צוהר תעשה לתיבה לויט איין מאן דאמר.

ועוד זיסער, (לשוטתך אז ווען מען ענדיגט דאווענען אין פאקיסטאן דארף זיך די לעקטער אנצידען ס'הייסט די לעקטער דארף נאר גיין ווען מען עסט די סעודה) און דיינע דרייצען ימים טובים איז ווארשיינליך אריינגערעכענט שבת חנוכה, שבת חוה"מ, שבת בראשית, פורים, כ"א כסליו, און י"ט כסליו, תשעה באב ע"ש העתיד, און די ערשטע טעג סוכות ווען און פאקיסטאן עסט מען אין די סוכה, און האסט פארגעסן אראפצורעכענען דריי טאג יו"ט וואס פאלן געווענליך אויס שבת, א קיצור איך רעכן נישט צו פאר די ימים טובים מער וואו זיבן טאג, פיר פאר פסח, צוויי פאר שבועות, און צוויי פאר ר"ה און צוויי פאר די צווייטע טעג סוכות, און אז די וויסט יא נתפתל ווערן איז דא ביי אינז אין פאקיסטאן פירט זיך רוב ציבור אז אדער שבועות אדער די צווייטע טעג סוכות איז מען נישט אינדערהיים קומט מען צוריק צו אכט טעג ביי אינז שטייט זיך, רעכן צו די שבתים וואס נעמען אראפ נאך דריי טאג, איז עס שוין נאר פינעף טאג אראפ, ועוד לכה"פ צוויי שבתים א יאר איז מען אויף שמחות, און צוויי שבתים א יאר איז מען אויף וועקאציע, דריי שבתים א קימפערטורען, שבת הגדול עסט מען אין קאך, האלט איך שוין אינטער פיפצוג טאג א יאר.

הערשל: איר זענט גערעכט, ביי מיר ארבעט עס אויך גאנץ שבת, אבער מיין חשבון איז געווען אז די שבת זייגער ניצט לעקטער א גאנצע וואך.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

הערשי קניהויז; איך זאג נישט אז דו שרייבסט עפעס פאלש, איך טענה נאר אז דו מוזט וואוינען ערגעץ וואו ארויס פון ניו-יארק, ווייל אין ניו-יארק צאלט מען נישט קיין צען סענט, נאר כאטש זיבעצן סענט, אויסער אז דער מיט וועמען דו שערסט א מיטער איז א בהמה און כאפט נישט אז ער צאלט איבער אויף דיין חשבון.

cano; נארמאלע מענטשן זענען רוב רובם פון שבתים אינדערהיים, און סוכות פירט מען זיך ביי אונז אין ניו-יארק, אז רוב שטיבער פארמאגן אפענע לעקטער אין דייניג-רום, אפילו אום סוכות (אפשר אין פאקיסטאן איז דאס אנדערש... אבער דארט ווייס איך נישט צי מען לאזט מאכן א סוכה און אפשר איז מען גאר געצווינגען צו עסן אינדערהיים...), אזוי אז עס קומט אויס אז סך-הכל וואס מען דארף אוועקנעמען זענען די ימים-טובים וואס געפאלן אויס שבת... (דרך אגב; דער מספר דרייצן ימים טובים איז באזירט לויטן שולחן ערוך וואס רעכנט אויס דרייצן ימים טובים וואס איז אסור בעשית מלאכה).

נאר לויט דיינע רייד קומט אויס אז דו ביזט א שנה-ראשונה יונגערמאן וועלכע פארט כסדר אוועק צו די עלטערן, אבער לויט דעם פאסט עס נישט אז אזא יונגער יונגערמאן שרייבט אויפן אינטערנעט... דיין שווער קען נאך געוואויער ווערן און דערנאך וועט נישט זיין גוט... ווער רעדט נאך אויב דיין ווייב געפינט אויס...

צוריק צום אונזער ענין; אפילו לשיטתך איז הערשי נישט גערעכט, ווייל אפילו אויב זאל מען האלב פון די שבתים נישט זיין אינדערהיים, וועט מען זיך נאכאלס שפארן מער פון א דאלער א האלב פון וואס הערשי רעדט, מען שפארט זיך פיל מער... און אויך, אפילו מען נוצט פערציגער אין דייניג-רום נוצט מען אבער מער פון איינס...

נ.ב. די אלע גערעדערייען איז ביז איינער ווערט געטשעפעט פערזענליך, אויב איינער שפירט זיך געטראפן פון מיינע רייד, האב איך גארנישט געזאגט...
DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 9:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DONE »

i don't understand he is writing that he has one bulb and you are saying that he has a few?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”