אדר + גראדער = 500

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

אחראי: איך_הער

אדר + גראדער = 500

הודעהדורך גראדער » מאנטאג פבואר 08, 2010 4:15 pm

א קאר פארט ארום אין די גאסן פון גראדער טאון:

"די משא ההספדים פון הרב הישיש ר' גראדער גראדאוויטש וועט פארקומען היינט נאכט אום אכטע זייגער – אויסגעריפן דורך עפעס קארס און ווען סערוויסעס" (ווער געדענקט נאך...)

איז אזוי די מעשה, בנוהג שבקרעטשמע ווען איינער ווערט 500 תגובות אלט זאגט ער א בר מצוה פשעטל, זה בכה וזה בלא וזה בלא בלא בלא וכו', און דערנאך הייבן זיך אן די הספדים... יעדער ניק מיט זיין זיסקייט ווארפט אריין אפאר ווערטער מספיד צו זיין דעם חתן דינן, ווי גוט און ווי געלונגען ווי קלוג און געראטן די תגובות זענען געווען ביז אהער, יעדער בעל מספיד אויף זיין אייגנארטיגן שטייגער, האבעך מחליט צו וואס זיך פארלאזן אויף יענעמ'ס חסדים...

א שטילקייט נעמט ארום דעם גאנצן ציבור, דער עולם שטייט מיט אראפגעלאזטע נעזער, און דער גבאי רופט ארויף עפעס א גרויזאמען בעל מספיד... ער טרעט צו, און הייבט אן:

"איך האב דען געזאגט איך האלט ביים מספיד זיין, ווייל דו האסט מיך אויסגערופן דארף איך רעדן, איך האלט נישט ביים זאגן גארנישט, ווען איך וועל האבן מער צייט, אפשר אין א דריי און פערטל יאר ארום...

דער אויבערשטער זאל העלפן ס'זאל שוין זיין רופא כל בשר ומפליא לעשות מעל כל פנים ונאמר ניין..."

כליפערייען האבן זיך געהערט, בעיקר פון עזרת אנשים, ווען דער מבין איז ארויף אויף די פלאטפארמע...

"הוי מי יטן לאני קאפאראסו... נעכטן האבעך נאך גערעדט צו דיר, האסט מיך אזוי אנגעקוקט, און איך האב צוריק געקוקט... אוייייייי (כליפ כליפ כליפ וגו'...) איך האב דיר געזאגט גראדער, האסטו געזאגט מבין הויייייייי אוייייייייי (כליפ כליפ כליפ וגו'...) מ'האמיר אלע געמיינט אז וועסט אונז פירן אין באד אריין, אבער ליידער לא זאחיני, דארף מען מספיד זיין אויייייייי הוייייייי.

ומחה אמחה דמעה ותולעה אמן."

גבאי: נו, מאשקע, לאזט אדורך, נו, גייטס אין די זייט...

מאשקע קומט ארויס פון עלעוועיטער, געזעגנט זיך מיט ווייסעך וועמען, און הייבט אן:

"מ'שטיימיר יעצט (באמת זיץ איך, נאר משום גילוי זאג איך אז כ'שטיי, גיי פיגיר (נישט פייגער ח"ו)...) און מ'דארף זאגן הספדים (מיט א ציריי אונטער "פ") ווען ס'איז מתו ב'קיטל לפניו, מ'קען נישט מאריך זיין ווייל דער וואונד איז נאך געזונט אין פריש, (וויאזוי קען א טויטער זיין געזונט? נאר לערבב את השטן) וועל איך נאר זאגן איין ווארט, גייסט ארויף דארט, גיי נישט מיטן עלעוועיטער, מ'קען נאר האבן צרות ישראל והזמנים, (ווי גלייך אן דעם פעלט דיר צרות).

עלעך מסיים זיין בשבח יקר וגדולה, ס'וועט נישט זיין אזוי גראד אן גראדער. און דער אויבערשטער זאל העלפן ס'זאל שוין מקוים ווערן "אז חותם, בן חותם, חתימה לחתום" ונאמר אמן, (פרעג מיך נישט וואס ס'מיינט ווייל כ'וועל דיר ממילא נישט זאגן...)

א היסטארישע מאמענט איז געווען ווען הרב משה קאפויער האט אפגעלאזט זיין באליבטער מייקראפאן אויף געציילטע מינוטן, ער האט אויפגעהערט דרייען מיט די פינגער און ער האט אריינגעווארפן זיינע 2 סענט לכבוד'ן משא ההספדים.

"ס'שטייט אין פסוק: איש כל היש"ר בעיניו יעשה, קען מען מרמז זיין, איש גייט ארויף אויף משה, ווי ס'שטייט והאיש משה, כל איז טייטש הערן, ווי ס'שטייט כל ברמה נשמע, ישר גייט ארויף אויף גראדער, בעיניו מיינט דאך אויגן, וואס רופט זיך "איי" בלע"ז דאס גייט ארויף אויף איי וועלט, איז פשט אזוי, איש – ווען משה, כל – הערט, הישר – ווי גראדער, בעיניו – אויף איי וועלט, יעשה, מאכט עס דעם טאג!

זאל דער פון אויבן, אין וועם מיר טוען גלויבן, עפענען דעם שער דעם טויער, פאר די ברכות פון משה קאפויער, ס'זאל מקוים ווערן, וואס איך טוה באגערן, דער גראדער זאל קומען צו זיין מנוחה נכונה, בדיוטא העליונה...

ומחה השם אלקים לציון גואל ואמר כל העם אמן."

צום לעצט האט אין א סענזאציענאלער שריט זיך אויפגעשטעלט דער גראדער בכבודו ובעצמו:

"ברוכים כל הנאספים על פי דיבורי, אלע וואס זענען געקומען דא לספוד ולהספיד מיינע ארעמע 500 תגובות.

צום ערשט ווילעך זיך באדאנקען בפועל ממש פאר'ן חשובן מייסד הקרעטשמע מר. קרעמער פארן צושטעלן אזא מקום נאה ומתקבל פאר אונז אלע, דרך אגב אז איך רעד שוין צו דיר, פארוואס דארפסטו צוויי גלעזלעך וויין? אפשר קען איך האבן איינס?...

ווי אויך וויל איך מכיר טובה זיין פארן חשובן סעקרעטאר, (יא, "איך הער" גוט...) פאר'ן אלעמאל מגיב זיין נאך מיינע ארטיקלען מיט א גוט ווארט, (און צומאל א גראם...) צו ס'יא אדער נישט אמת.

א ספעציעלער דאנק פאר ידידינו מר. גימל, פאר'ן זיך אזוי אנשטרענגען די אויגן צו ליינען מיינע ארטיקלען...

און יעצט צוריק צום נושא, אין מיינע 500 תגובות וואס כ'האב געשריבן דא, האב איך הנאה געהאט צו פארברענגען מיט יעדן איינציגן חבר מחברי הקרעטשמע, אין איך האף אז דער עולם ענדיגט צו מיט א וכן למר...

בלייבט נאר איבער צו וואונטשן, מ'זאל מיר זיך דא אלע צוזאמען עלטערן אין פריידן, די תגובות זאלן וואקסן ווי אויף הייוון, יעדער זאל זיך אלעמאל אויסשרייבן, גארנישט זאל אין בויך בלייבן, שלום ושלוה זאל זיך דא מערן, אפילו ווען "עס עפעס" טוט אנדערש ווי מיר קלערן, (יא, פון אבאמא...) וויכי'ס לעמפלעך זאל'ן כסדר בליטשקען (סארי כ'האנישט קיין גראם דערויף...).

ס'איז ידוע וואס ר' איציקל וואורקער האט געזאגט, "ווען משיח וועט קומען וועט מען אים אנטקעגן גיין מיט די פלעשער ברוינפן אין די הענט, און מ'וועט זאגן, דאס האט אונז דערהאלטן אין גלות". דאס איז געווען אין רוסלאנד, לדעתי היש"ר, כהיום ווען משיח וועט קומען וועט מען אים אנטקעגן גיין מיט איי וועלט אין די הענט (ווען איי פעד וועט שוין זיין אינדרויסן...) מ'וועט זאגן "דאס האט אונז דערהאלטן אין גלות אמעריקא ואינטערנעט...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטער
גראדער
שר האלף
 
הודעות: 1070
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
געפינט זיך: אין די הויזן

הודעהדורך קרעמער » מאנטאג פבואר 08, 2010 4:19 pm

ווען גראדער וועט קומען - האבן ליידיגייער געזאגט - וועט מען צייגן מיט די פינגער "אזוי זעהט אויס א ריכטיגע קרעטשמעריסט מיט אלע מפרשים".

אנדערע וועלן אבער דאן אויפברענגן די פראגע: "נאכן פארברענגן אזויפיל צייט אין קרעטשמע, ווי קען געמאלט זיין אז איר גייט נאך גראד"?
אוועטער
קרעמער
מייסד הקרעטשמע
 
הודעות: 21613
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

הודעהדורך סימקאוויטש » מאנטאג פבואר 08, 2010 4:37 pm

איך בין נאך שאקט... נאך אזאלכע רירנדע מאמענטן... מיט אזאלכע הספדים.... וער דארף מער

שכויעך ;l;p- ;l;p-
אוועטער
סימקאוויטש
שר מאה
 
הודעות: 224
זיך איינגעשריבן: שבת ינואר 09, 2010 8:02 pm
געפינט זיך: ביי דער ארבעט

הודעהדורך מאנאגרעמס » מאנטאג פבואר 08, 2010 4:55 pm

WOW ;l;p-
איך האב נישט קיין ווערטער... און איך האב אויך נישט קיין גראם אויף דעם...
דו האסט א טאלאנט אז דו געדענקסט פונקטליך וואס יעדער האט געשריבן יענעם טאג...
אוועטער
מאנאגרעמס
שר חמש מאות
 
הודעות: 622
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נובמבר 12, 2009 8:27 pm

הודעהדורך גימעל » מאנטאג פבואר 08, 2010 5:53 pm

גראדער האט געשריבן:און דערנאך הייבן זיך אן די הספדים... יעדער ניק מיט זיין זיסקייט ווארפט אריין אפאר ווערטער מספיד צו זיין דעם חתן דינן, ווי גוט און ווי געלונגען ווי קלוג און געראטן די תגובות זענען געווען ביז אהער, יעדער בעל מספיד אויף זיין אייגנארטיגן שטייגער, האבעך מחליט צו וואס זיך פארלאזן אויף יענעמ'ס חסדים...


קום יעצט נישט מיט קיין טענות אז איך גיב דיר נישט מיינע צוויי סענט.
(כ'מיין קוואדער...)

דיס איז דה (w)רייטינג אף דה סענטיורי...
א גראדער ארטיקעל באשמירט מיט הויפענעס קרום...
קיפ אפ ;l;p-
אוועטער
גימעל
שר חמש מאות
 
הודעות: 646
זיך איינגעשריבן: זונטאג נובמבר 22, 2009 5:09 pm
געפינט זיך: נישט דא נישט דארט.

הודעהדורך ביקסאד » מאנטאג פבואר 08, 2010 6:10 pm

גראדער האט געשריבן:דער עולם ענדיגט צו מיט א וכן למר...

וכן למתוק, כצ"ל.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר שלשת אלפים
 
הודעות: 3104
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
געפינט זיך: נעבן סאטמאר

הודעהדורך מוישע_יאכעס » מאנטאג פבואר 08, 2010 7:26 pm

וויבאלד גוט איז נישט דאס ווארט, בין איך ווערטער לאז.
זויפיל קענעך זאגען גראד ביסט צופראסקעט ווי א טויסטער אבער דיין ארטיקל איז .....
טראכט גוט וועט זיין גוט!!!
אוועטער
מוישע_יאכעס
שר מאה
 
הודעות: 171
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג ספטמבר 24, 2009 3:48 pm

הודעהדורך CID » מאנטאג פבואר 08, 2010 7:31 pm

שכח בלייב פריילאך און גראד אריין אין אדר :roll: אגב האט איינאר שוין אויסגערעכנט אויב די חשבון שטימט s-l
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .
אוועטער
CID
שר מאה
 
הודעות: 127
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דצמבר 16, 2008 5:28 pm
געפינט זיך: אינטערן טיש

הודעהדורך משה קאפויער » מאנטאג פבואר 08, 2010 8:02 pm

הארציגן יש"ר כח פארן אהערשטעלן אזא הערליכן ארטיקל לרגל הכתרתך אלס איינע פון די שר"י חמש מאות! ;l;p-
די אינטערשריפט ווערט צוגעלייגט צו דיינע הודעות אין די פארומס. עס איז דא א גרעניץ פון 255 אותיות.
אוועטער
משה קאפויער
שר חמשת אלפים
 
הודעות: 5075
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 18, 2009 2:11 pm
געפינט זיך: ביים מייקראפן

הודעהדורך איך_הער » מאנטאג פבואר 08, 2010 9:14 pm

ח'ן און געשמאק צו די קרעטשמע דו געסט צו.
מ'יט יעדע ארטיקל ווערטעס בעסער און בעסער סיי די כתיב און סיי די קרי.
ש'וין פינף הונדערט תגובות אריין געריקט סיי שפעט און סיי פריה.

מ'ער און מער האט מען פון דיר הנאה.
א'זוי זאלסטו אלץ ווייטער און ווייטער אנגיין יעדע שעה.
ו'וען יעצט איך ענדיג די פאר שורות וועלעך אוודאי נישט טון קיין רעה.
ת'יכף דיר שרייבן א הארציגן יישר כח און ארויס גיין פון דא.
אוועטער
איך_הער
סעקרעטאר
 
הודעות: 23064
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
געפינט זיך: אין אפיס

הודעהדורך מבין נומ 1 » מאנטאג פבואר 08, 2010 10:41 pm

כליפ כליפ, ברענג א טאשן טיכל, אוי הייי היייי, כווייין!....

איין טעות האסטו געמאכט, ווען איך האב גערעדט האבעך געזאגט "מי יתן לנו" נישט "מי יטן לאני", סארי כ'ווייס האסט אזוי פארשטאנען מי יטן לאני, אבער געזאגט האבעך מי יתן לנו... איי וועסטו פרעגן וואסי די חילוק צווישן מי יתן לנו און מי יטן לאני, כ'מיין ביידע הערט מען דאך מי יטן לאני, סאו וואס גייט דיר אן צו האסט געזאגט מי יתן לנו צו מי יטן לאני???
עמער מוזן ווארטן אויף דיין טויזנטסטע תגובה זאלסט אויס'גראד'ן דעם קשיא....
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטער
מבין נומ 1
שר חמש מאות
 
הודעות: 928
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

הודעהדורך יוד איינער » מאנטאג פבואר 08, 2010 10:57 pm

גראדער-אדר....

וויזוי זינגט דארט יענער. אבי מ'לעבט אבי מ'לעבט....

און נישט סתם נאר אויף אלע בעקעלעך...אויך שוין אויפ'ן הספד בעט. שפרונגט ער אויף און גראד אויס די סיטואציע.

זייער שיין, גיי ווייטער און ווייטער, שרייב נאך. שטעל נישט אפ.

א גאנץ לעבן ארבעטן אויף א הספד נאך די זיבעציג? ניין! מען מאכט עס ביי פינעף הונדערט תגובות. וואט ען איידיע.
וואס טעכנעלאגיע טרעפט נישט אלס אויס.

און דאס איז טאקע דער וועג. ווען דו קומסט אריין דא זאל יעדער זיך מיט דיר פרייען.. פרוביר אבער נישט אויס אפט צו דער עולם וויינט גענוג ווען דו גייסט פון דא. בלייב דא, און קיפ איט קאמינג,.
אני ממליץ לכל אחד לזכור כי הלבוש היפה ביותר הוא "החיוך".
יוד איינער
שר חמישים
 
הודעות: 99
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דצמבר 14, 2009 10:07 pm

הודעהדורך וואדקע » מאנטאג פבואר 08, 2010 11:28 pm

אמ"ג וואס טוט זיך דא???
כ'האב בטעות אריינשפאצירט אין דעים אשכול אין יעצט וועל איך דארפען גיין צום עק גאס זיך וואשען די האנד מיט אייז קאלטע וואסער,
זאג נאר פליס, (איך געב איינעם דריי פיצי קלאפעס אויפן אקסעל) וואס גייט דא פאר??
יענער: איך ווייס נישט פונקטליך, עפעס הספידים,
סא פארוואס לאכט יעדער??
יענער: א מאך מיט די האנד אין א שוטפ ארויס די אינטערשטע ליפ אין א הייב אויף די ברעמען אין וואקט אוועק,
נ.ב, מ'דארף נישט נאכמאכען דעים גרימאס ווען מען ליינט
אוועטער
וואדקע
שר חמישים ומאתים
 
הודעות: 356
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נובמבר 19, 2007 12:47 am
געפינט זיך: אין גוגל מעפס

הודעהדורך שוועמל » מאנטאג פבואר 08, 2010 11:29 pm

;l;p-
בלויז דער קעפל "אדר" מאכט מיר שוין פרייליך......
לכן חכו לי נאם ה' ליום קומי לעד (צפניה ג')
אוועטער
שוועמל
שר שבעת אלפים
 
הודעות: 7295
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
געפינט זיך: גידולו מן הארץ

הודעהדורך bailout » דינסטאג פבואר 09, 2010 10:01 am

גאר א זיסליכע איידיע....

ווי איך זעה אויך ביזטו געווארן די ריפארטער פאר אייוועלט אין שושן, סאו בעסיקלי קומען פרייליכע טעג דא.
אוועטער
bailout
שר האלף
 
הודעות: 1808
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נובמבר 25, 2008 11:27 am

הודעהדורך הערשי קניהויז » דינסטאג פבואר 09, 2010 11:04 am

;l;p-
און איך האב נאך אויסגערעכט צו די = איז טאקע 500.
אוועטער
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
 
הודעות: 645
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דצמבר 24, 2008 2:23 pm

הודעהדורך פארדינט » דינסטאג פבואר 09, 2010 11:35 pm

וואס בלייבט נאך פאר מיר צו זאגען, בוסט גוט פארוקט קיינמאל לעבן גראד נישט געשטאנען... איין ארטיקל בעסער פונעם צווייטן קיפ אן גאוינג (כ'מיין רייטינג...)
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
פארדינט
שר חמישים ומאתים
 
הודעות: 259
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 10:53 am
געפינט זיך: אויפן טראוועי

הודעהדורך געלעגער » מיטוואך פבואר 10, 2010 6:37 pm

גאאר גוט גראדער.
נישט נאר דא, נאר איבעראל וואו די לאזט איבער דיינע צוויי סענט לויפן מיר זוך באלעקן, האלט אן און שפאן מיט גראדע טריט,
עמער זיך זעהן ביי דיין טויזענסטע בקרוב.
כי מעשה ה' במועצות ודעות רחוקות משכל האנושי.
אוועטער
געלעגער
שר האלף
 
הודעות: 1598
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm
געפינט זיך: אינטערן מאמעס פארטיך

הודעהדורך שטארק זיך » דאנערשטאג פבואר 11, 2010 12:26 am

אין די ליטע האט זיך דאס ווארט 'גערודער' געהערט ענליך צו 'גראדער'.... דער אמת איז אבער רויזי אף זו וזו קתני, נישט 'גראדער' און אוודאי ניקס 'גערודער' נאר סתם צערודערט....
.................
מעכטיג, קיפ אפ.
שטארק זיך, שטארק זיך אידעלע!
שטארק זיך
שר האלף
 
הודעות: 1496
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm

הודעהדורך מאשקע » דאנערשטאג פבואר 11, 2010 1:10 pm

מר. אדר, הער מיך צו. האסט גענומען ווערטער און עס אריינגעלייגט ביי מיר אין מויל. פליז נעם עס ארויס ווייל כ'קען נישט רעדן אזוי. פלירירירררזדזזזז נעעעם עס אוםםםחםחםרררוווירס. בלררררפפפרפפרפ. הצלה.........

באמת, ווען איך לייען מיינע אייגענע הספד ווערטער, רינען מיר טרערן פון די אויגן (נאר פון וואו דען? עכט פון די מויל, נאר משום גילוי...). איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז איך טויג דערצו. הוי, מי יתן לנו ירכתי ביתך, בניך כ'שיסעלע זיתים, סביב לשלחניך (דאסמאל יא די ניק).

האסט געמאכט א גוטן דזשאב מיט מיר. האסט עס אזוי גוט געשריבן, אז איך הייב שוין אן צו טראכטן צי איך האב עס טאקע געזאגט...
Let our servers rest in pieces
אוועטער
מאשקע
מ. ראש הקהל
 
הודעות: 11435
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נובמבר 15, 2006 3:40 am
געפינט זיך: אין די חיפוש


צוריק צו היימישע קרעטשמע

ווער איז אריינגעסיינט

באנוצערס וואס זענען איצט אין די פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער. און איין גאסט