דו מוזסט פארשטיין. פליז האב נישט קיין טענות צו מיר. ווען איך שרייב ווען א קעפל "א באגעגעניש מיט פלוני אלמוני", וואלסטו דאך מסתמא נישט געקליקט אויף דעם אשכול. נאך אלעם איז דאך "א באגעגעניש" מעשים בכל יום, און נישט אלעמאל איז עס אזוי אינטערעסאנט.
אבער אין אונזער פאל איז אנדערש. קודם כל איז "פלוני אלמוני" א מענטש וואס מ'קען זייער שווער כאפן. איך בין עלטער פון ענק, איך האב אים נאך געקענט ווען ער האט געהייסן "פלוני" סתם, עכ"פ אזוי האבן אים זיינע חברים גערופן, אפשר ווייל מ'האט נאך דעמאלטס נישט געוואוסט זיין לעצטע נאמען.
עכ"פ, דער פלוני איז א מענטש א טמיר ונעלם, וואס אסאך מענטשן האבן זיך שוין געפלאגט אים צו טרעפן, ולא עלתה בידם. פלוני באהאלט זיך אין צייטונגען, אויף מודעות אין ביהמ"ד, אין די מעות קדימה פון אלט-פארצייטישע ספרים, און אויף נאך אסאך פלעצער. כמעט אין יעדע מעשה שטעקט ער זיך אריין די נאז: "פלוני איז געקומען, פלוני איז געגאנגען, פלוני האט גע'חלש'ט". פלוני איז געווארן כמעט אזוי פאפולער ווי ראובן און שמעון פון די אידישע היסטאריע. (נישט פארמישן מיט'ן "פלוין פון ממרא", אונז רעד מיר פון אן אנדערע מין פלוני).
שפעטער האט ער שוין צובאקומען דעם נאמען "אלמוני", און זינט דעמאלטס איז ער געווארן אינגאנצן טמיר ונאלם (מלשון אלמוני). ס'איז אפילו דא א שיטה אז "פלוני" און "אלמוני" זענען גאר צוויי באזונדערע מענטשן, אבער דער טעאריע איז נישט באגרינדעט אויף קלארע פאקטן (נישט די ניק).
די פונקטליכע לאקאציע (מיט א פינטל אונטער די סגול) פון "פלוני אלמוני" איז נישט פונקטליך באקאנט. דער "שטערן" טענה'ט אז ער דרייט זיך צווישן די בערג פון טורא-בורא, אבער דער "שפאקטיוו" שרייט אז ער ווייסט קלאר אז ער געפינט זיך צווישן די הרי ה'קעטסקילס.
אזוי צי אזוי, איז זיין גאנצע קערפערשאפט ארומגעהילט מיט א געהיימע מיסטעריע, און ווערט אסאך גענוצט דורך יונגע מאמעס צו לייגן די קינדערלעך שלאפן ביינאכט און זיי האלטן רואיג.
פארזעצונג גייט אי"ה.
עניוועי, פארגאנגענע וואך האט זיך געמאכט א סיבה אז כ'האב געדארפט זיין אין קרית יואל (ווער ס'ווייסט אז איך וואוין אין קרית יואל, זאלן ביטע נישט לאכן הויך, כדי די מענטשן פונעם נעקסטן קיוביקעל זאלן נישט געוואויר ווערן דעם סוד. ווי די אנדערע זאלן ווייטער מיינען וואס זיי מיינען). עכ"פ, האב איך אנגערופן מיינס א חבר, א ידיד נאראנים, וואס איז אויך אין א בחינה פון א "פלוני אלמוני". ווען איך רעד צו אים פרעגט ער מיך
ווער בין איך?, הפנים ער ווייסט אליינס נישט ווער ער איז.
ווען כ'האב אים געמאלדן אז כ'בין אין זיין געגנט, האט זיין פנים ממש אויפגעשיינט (אזוי האט מיר זיין שכן פון קעגנאיבער דערציילט). ער האט פשוט נישט געקענט גלייבן זיין גוטן מזל. "איך בין אינדערהיים, און דו ביזט געלאדענט פאר א באזוך", האט ער מיר געמאלדן מיט פאטאס (וועא"מ).
נאכ'ן זוכן דעם הויז, האב איך עס ענדליך געטראפן (יגעתי מצאתי טעמים). אבער דא האט זיך אנגעהויבן די מעשה פון די עלעוועיטער.
(אקעי, יעצט ווייסטו שוין אז די מעשה איז "נישט" געווען אין קרית יואל, אויסער אויב פלוני אלמוני וואוינט אין "קרן ויואל משה" אדער אין "עזרת חולים"...)
דער עלעוועיטאר האט זיך זיין אייגענעם סיסטעם, a mind of its own ווי מ'זאגט אויף ענגליש. ער גייט זיך נישט לאזן שאנטאזשירן פון עפעס א מאשקע וואס האט באשלאסן העכער צו ווערן מיט דריי שטאקן. (ס'איז עכט געווען צוויי, אבער משום גילוי זאג איך דריי... גיי פיגער...).
קודם כל איז דער מיסטער עלעוועיטער געווען היבש אנגעטרונקען, אין פולן טרונק פון ווארט. דריי מאל האב איך אים געבעטן אז ער זאל זיך אפשטעלן אויפ'ן אונטערשטן שטאק, אבער לא דובים ולא נאר, ער האלט נישט דערביי. ער וואקעלט זיך, ער פארט קודם ארויף, נאכדעם אראפ צום בעיסמענט, נאכדעם צוריק ארויף צום צענטן שטאק, איבעראל וועט ער זיך אפשטעלן אויסער ביי מיר.
ענדליך האט ער זיך שוין אפגעשטעלט, אבער ער עפנט זיך נישט. נאך א קורצן טעלעפאנישן קאל האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער עלעוועיטאר איז פון דעם סארט וואס מ'דארף פערזענליך עפענען דעם טיר ווען ער לאנדעט אויף דיין שטאק. ביים אראפלייגן דעם טעלעפאן איז דער עלעוועיטאר שוין לאאאאנג נישט דארט געווען, און איך האב מיך געלערנט אויף די אייגענע בארד (דאס איז געווען נאך פאר גרויזאמער'ס אשכול...) אז גלייך ווען דער עלעוועיטאר לאנדעט דארף מען עפענען דעם טיר, ווייל ער איז זייער אן אומגעדולדיגער. אויב עפנט מען נישט גלייך דעם טיר, דארף מען ווארטן אויפ'ן קומענדיגן געלעגנהייט, וואס וועט מעגליך קיינמאל נישט אנקומען.
ענדליך האט זיך מאשקע געפונען אינעם עלעוועיטאר, וואס איז דאס לעצטע מאל אינספעקטירט געווארן מיט 3 יאר צוריק, און דער עלעוועיטאר הייבט אן זיין נסיעה אויף ארויף. אזוי האב איך געמיינט. נאך א קורצע קאלקולאציע האב איך איינגעזען אז ער איז קודם געפארן אין בעיסמענט עפעס ערלעדיגן, און ערשט נאכדעם איז ער ארויפגעפארן.
פארוואס האט אויסגעפעלט א קאלקולאציע? פשוט, ווייל די נומערן אינעם עלעוועיטאר ארבעטן נישט. ער וועט שטענדיג ווייזן אז ער איז אויפ'ן ערשטן שטאק, כדי לערבב ה'שאטן.
דער עלעוועיטאר איז ארויפגעפארן אזוי לאנגזאם, אז ווען ער וואלט געפארן אויפ'ן טרואוועי וואלט ער באקומען א טיקעט פאר'ן אפהאלטן דעם טרעפיק... איך וואלט נאך געוואלט טרעפן די אלטע שווארצע פרוי וואס האט געדרייווט די עלעוועיטאר...
ענדליך ענדליך בין איך אנגעקומען אויפ'ן באשטימטן שטאק (קענסט צוריקקוקן אויב דו ווילסט דוקא וויסן וועלכע שטאק ס'איז געווען, אבער וועסט גארנישט געוואויר ווערן דארט, ווייל ס'איז געווען א פלעינע ליגנט...), און דער עלעוועיטאר טיר האט זיך ברוב רחמיו וחסדיו געלאזט עפענען דורך מיינע הענט.
במשך די גאנצע צייט איז אנגעהאלטן געווארן א טעלעפאניש פארבינדונג מיט'ן הויפטקווארטיר פון "ווער בין איך", אזוי אז גלייך ווען דער עלעוועיטאר טיר האט זיך געעפנט, האט זיך - גענוי ווי אין די קעי-דזשי-בי מעשיות - געעפנט א טיר פונעם צווייטן עק קארידאר, און א שמייכל איז ארויסגעקומען פון דארט. דער שמייכל האט אויך געהאט הענט און פיס און אנדערע מענטשליכע סימנים.
א ברייטע שלום עליכם (בערך ווי צוויי קרשים אין משכן) איז אויסגעטוישט געווארן צווישן אונז צוויי, און מיט א העפליכקייט איז מאשקע אריינגעפירט געווארן אינעם הערליכן וואוינונג (נו, "לא תחמוד את בית רעיך" האט מען שבת געלייענט) פון דעם "אינו יודע מה הוא" (נישט פון ליפא'ס סאנג).
א גוטן. ווער ביזטו? איך ווייס נישט. ווער בין איך? איך ווייס נישט. המממממ יא. גוט אז מ'האמיר זיך געטראפן.
אויפ'ן טיש איז געווען צוגעגרייט לעקאך און מאשקע, אבער בעיקר האט מיך געכאפט דאס גרויסע שאכטל פאפיטעס, וואס איך האב פארלענדעט מיט די אויגן, ווייל איך בין ב"ה געקומען זאט.
עס איז גלייך פארוויקלט געווארן א שמועס (שמערי, ביטע שטעל צו א בילד פון א פארוויקלט שמועס, ס'דארף צו זיין אינטערעסאנט...) על דא ועל הא, איבער דאס און יענץ און געשטאפטע גענץ, און ביז א קורצע צייט האט מען געמוזט אפשטעלן דעם שמועס צוליב די תקנות הקרעטשמע...
דער שמועס איז דאן פארקירעוועט געווארן (שמערי, כ'דארף נאכאמאל דיין הילף) צו פארשידענע טעכנעלאגישע ענינים, וואס מ'האט באהאנדעלט א שטיק צייט, און דאן איז געקומען מיין צייט צו פארלאזן דאס פלאץ, אויף ווידערזעהן אי"ה.
איך האב געוואלט מסיים זיין מעין הפיצא, אבער דעם קאשמארישן וועג אראפ מיט'ן עלעוועיטאר קען איך ניטאמאל שילדערן. איך האב אייביג געמיינט אז אראפ איז גרינגער ווי ארויף, אבער קוקט אויס אז איך האב געגרייזט... ווערי, מיין נעקסטע באזוך ביי דיר וועט זיין אין לאבי אי"ה... מסכים?