שר המאה!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

שר המאה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

בס"ד
העהעם כ'האב מיר באמת נישט פארגעקוקט, אבער אין מסרחין לגדול מ'האט מער געבעטען קענעך נישט אפזאגען, כ'מיין כאשוין פראבירט איינמאל און געזעהן ס'גייט נישט, זיי זאגען אז יעדער טוט אזוי, נו א פורש מן הציבור ווילעך אויך נישט זיין איז מילא וועלעך מוזען נעמען דאס ווארט און רעדן, נו צורי ורבותי כאמעך דאסמאל טאקע נישט פארגעקוקט, כאנישט געוואוסט אז יעדער טוט אזוי, אבער אז מ'הייסט פאלגט מען, נו איבער וועלכע טעמע זאלעך שרייבען? וואס זאלעך שרייבען? כ'בין דאך אזא גרויסע עניו , כ'האלט דאך באמת אז איך קען גארנישט, אבער איר ווייסט וואס לעקאבעדען אפצייכענען מיין הונדערטסטע תגובה דא, וועלעך אראפלייגען אן עמעסע געשעעניש ביי מישפאכאס יאכעסאוויטש פאריגע וואך כ'האף אז דער עולם וועט האבען מיטלייד מיט מיר און אריין שיקען טשעקס.....
יום ג' שנכפל בו כי טוב פר בשלח תש"ע ניו יארק
ס'איז יעצט 7:00 ביינאכט און יעדע אידישע שטוב הערט זיך בערך די זעלבע אויסגעשרייען, "נו הערשי טו דיך שוין אויס!" נאכאיינמאל איך דארף דיך הייסען רוף איך טאטי צו דיר!" און איך אויפן קאוטש מיט די פארמאכטע אויגען מאך מיר ווי כ'הער נישט און טראכט צו מיר, נאנא הערשי זאלסט מיר בעסער פאלגן וויל אויב דארף איך אויפשטיין פון דא בין איך דיר גאנץ ווייניג מקנא...
למעשה איז שוין 7:05 און הערשי האלט נאך 2 סטעפס צוריק פון ווי ער האט געהאלטן 5 מינוט צוריק זעהט אויז אז ער האט נישט געגלייבט אז טאטי קען עכט אמאל ארויסקומען פון קאוטש, נו דאס מאל האמיר שוין נישט געהאט קיין ברירה אנגעטוהן די פאנטאפל און היידא ארויס פון דא. " נו הערשי כ'גלייב נישט וואס כ'זעה די האלטסט נאך דא???!!!"
און ער מיטן שמייכל לאכט מיך אויס, "טאטי כ'האלט 'שוין' דא, כאמיך שוין צוריק אנגעטהן" און מיין געדולד פלאצט..
אקיצער נאך 2 מאל סטראשען און איין מאל אויפהייבען דעם סעלפאון און מאכען ווי איך רעד צו זיין רעבע האט ער מיר ענדליך א טובה געטון און אויסגעטון די רעכטע שיך, אזוי אינמיטן זיך שלאגן מיט אים האב איך מיר פארשטייט זיך מיך געמוזט מאכען פאר איין מינוט ווי ס'גייט מיך אהן וואס ס'טוט זיך און קאך און ארויס העלפן די פלוניסטע אביסל, נו האבעך גענומען א האנטוכל און די האנט אריין ארויס גענומען איין גלאז פונם הויפן און אנגעהויבן צו ווישען, אויס מישענדיג מיט די געשרייען " נו הערשי כ'קאל נאכאמאל דיין רעבע" און הערשי'ס "אנאו האסט נישט עכט געקאלט האסטעך נאר געמאכט" אזוי בעק און פארד, און פלוצים טטטררראאאאך.... די גלאז איז צו מיין שלימזלות (נישט אזוי זיכער אפשר גאר גוט מזל אזוי וועט זי מיר מער נישט געטרויען צו ווישען געשיר...) אראפ געפאלן און זיך צובראכן צום גרויס פרייד פון מיין הערשעלען...
נו רעזיגנירטערהייט גיי איך אריין און קאך נעמען דעם בעזעם, פראבירענדיג אויסצומיידען פאר אלע געלטער די פארוואורף בליקען וואס ווערן צו מיר געווארפן אן רחמנות, ווי צו זאגען אה האסטעך שוין א ריר געגעבן,
און אזוי אינמיטן דעם גאנצען באלאגאן הערט זיך דער גריצעלדיגער קלינג פונ'ם אזוי פארהאסטער אפאראט, איך לויף עס שנעל כאפן מורא האבענדיג אז אפשר איז עס די שוויגער און באלד וועל איך הערן " נאו נאטינג מעידזשאר העפענד, הי דזשאסט דראפט די גלעסס, כ'האף אז ער קערט עס אויף" און "ניין מוזט נישט אריבער קומען נאר אז די ווילסט....", נו פארשטייט זיך אז צו מיין גוטן מזל פון היינט נאכט האט די איי די באשלאסן צו גיין יעצט אויף א קורצן אורלויב, מיט גרויס פחד הייב איך אויף, פראבירענדיג אנצוגרייטען עפעס אן אויסרייד פארוואס מיין ווייב קען יעצט נישט צוקומען..
פון די אנדער זייט טרייבל קומט ארויס א קול מיט א מאדנעם אידיאנעם אקצענט:
האאלאוו קען איי פליס ספיק טו מיסטער מויש עה מאושע יאטשעס פליז??
יעס איטס מי ספיקינג האו קען איי העלפ יא?
היי מיי נעים איז קרעפדי ענד איי עם קאלינג פראם עיטש עס בי סי טו פיינד אוט האו אר יו טודעי?
אה ווערי נייס אף יו (דער יאכעס ממינט נאך עמעסדיג אז עיטש עס בי סי קען נישט גיין שלאפן פאר זיי ווייסען נישט פונקטליך וויאזוי כ'שפיר היינט) איים פיין ענד האו אר יו?
איי עם פיין טו, עה מיסטער יאטשעס דא יו מיינד איף איי קאל יו מאשע?
נאו פראבלעם
אקעי מאשע ווי עט עיטש עס בי סי וואנט טו אפפער יו עי ספעשל אפפער סינס יו אר עי ווערי ספעשל קאסטומער וויט אס פאר 3 יעירס אר יו רעדי טו היער די ספעשיל אפפער?
יעס איי עם (הערשי האלט שוין בשעטו"מ ביי די לינקע זאקן, זעהט אויס ער זעהט איך רעד יא צו איינעם אויפען טעלעפאון..)
אקעי מאשע ווי וואנע אפפער יו עי ספעשל קרעדיט קארד וויט זיראו פרעסענט אינטערערסט פאר די פוירסט וויק, ענד נאו עניועל פי פאר די פוירסט מאנט, פלאאס יו געט טו קליימב אם די עמפייער סטעיט בילדינג פאר פרי!, ענד אלל דיס יו געט איף יו סיין אפ וויט אס טונייט!,
אה דא וועריך שוין אנגעצויגען, איך זאג שוין כמעט יא, אבער כ'האב זייער א שטרענגע פאליסי קיינמאל נישט אנצונעמען א פאון אפפער, איך זאג אייביג איט לוקס ווערי אינטרעסטינג, זיי מוחל ביטע שיק מיר אריין א בראשור אויף פאסט און כ'וועל עס איבערטראכטן, און דא הייבט זיך אן די טענהרייען,
סארי מיר קענען נישט שיקען אויף פאסט, יו פוירסט העוו טו סיין אפ וויט אס, ענד דען ווי סענד יו עי בראשור, ענד איף יו דאנט וואנט יו קען אללוועיס סיין אוט,
נאו סאררי מיסיס דיס איז עגעינסט מיי פאליסי איי ניד פוירסט טו סי איט אן פעיפער, ענד דען איי דיסייד.
באט מיסטער דיס איז עגעינסט די קאמפאני פאליסי
מיסיס איי עם נאט ענטייטעלד טו העב עני פאליסי? איי עם די קאסטומער רייט?
דא ווערט שוין די אינדיאנע שיקסע צומישט, די קשיא טרעפט זי נישט און איר דעטע בעיס, זי קען דאך נישט קיין ענגליש און קען נאר ענטפערן וואס מ'האט איר פארגעשריבען.... און אינצווישען האט שוין הערשי באוויזען צו עפענען "אליין" זיין פאסיק סארא שמחה..
מיסטער מאושע, איי עם נאט עיטש עס בי סי, איי עם דזשאסט ווארקינג פאר דע קאלינג סענטער איי קען אנלי טעל יו וואט דעי טעלל מי טו דא
און דא הייבט זי מיר אן ארויסצוליינען פון קאמפיוטער זייער גאנצע פאליסי וואס כ'פארשטיי נישט קיין איין ווארט, ענדליך נאך פינף מינוט וואס אינמיטן האב איך שוין געווארפן נאך צוויי שטרענגע בליקען אויף הערשין און יא ער האלט שוין ביי די העמד, הערט זיך דער שוין אזוי באקאנטער
" סאו מיסטער מאושע דיד יו אנדערסטענד די עגרימענט?"
אה דא ווערט שוין מיין אושפיזון... אויף דעם ווארט איך שוין אגאנצע צייט,
סארי מיסיס באט יו דידענט ריד איט טו מי קלעיר אינאף, קען יו פליז סטארט אווער?
אזוי טו איך בערך 3 מאל יעדעס מאל מיט א אנדער נוסח, געבענדיג דאס געפיל פארן צויושעטער אינדיאנער געצן דינער אויף די אנדערע זייט ים אז ער קען צו קיין אמעריקאנעם יו טי עי גרעדשועט נישט רעדן..., און יעדעס מאל הער איך נאך בערך די זעלבע נוסח באגלייט מיט עטוואס א באליידיגטער טאן
מיסטער מאושע דא יו מין טו סעי דעט איי וואזנט קלעיר אינאף פאר יו?
נאו איי מין טו סעי דעט יו וואר ווערי אינויאינג!!
אה איי עם סארי טו העיר דעט
מי טו,
יעצט הייב איך אהן מיין קרייץ פארהער, און וואגען זאל זי זיך ארויס צודרייען, אמער איך רייט אויפן פאקט אז זיי מעגן נישט אראפ לייגען פאר מיר, (צומאל ווען איך האב נישט צופיל צייט צו רעדן, זאג איך זיי אז איך לייג זיי אויף האלד און כ'צינד דאן אהן א טעיפ און ווען כ'קום צוריק נאך פינף מינוט פרעג איך זיי אויב זיי קענען שוין די ניגון, ווען די ענטפער איז ניין לייגט מען זיי צוריק אויף האלד ביז זיי לערנען זיך אויס דעם ניגון...)
וויר דא יו ליוו?
און אינדיע
וואט טיים איז איט דער נאו?
4:10
אה, יו נאו וואט טיים איטס היער אין ניו יארק נאו?
7:10
יו נאו דעט עווערי באדי און ניו יארק איז פאטינג נאו דער קידס טו סליפ?
יעס
האו דער קען יו קאל מ י עט דעט טיים??!!! פליז טעל יור באס דעט איי סעיד (זי ציטערט זיכער...) דעט עט דעט טיים אף די דעי יו שוט פליז קאל אנלי טו קאליפארניע!!
אקעי איי וויל טעל הים, ענד מיסטער וואט עבאוט דע אפפער דא יו וואנט טו עקסעפט איט?
דא האט שוין מיין כעס געפלאצט איך זאג איר און אידיש ברחל בתך הקטנה
פליז גיי אראפ פון מיינע נערוון זאפארט!!
הערנדיג מיין כעס אויסברוך האט זי זיך שוין דערשראקן. און צוזאמען מיט איר הערשעלע וואס איז שנעל געקומען צולויפן "טאטי מאך אויף מיין אויבערשטע קנעפל"
אקעי מיסטער מאושע איי געס איטס עי ראנג טיים טו קאל יו, מעיבי ווי וויל קאל בעק ענאדער טיים:?
יעס שאר נאו פראבלעם באט פליז קאל מי אן מיי סעלפאון, ווער איך פליצליג העפליך (או. סי. די ?)
אקעי שאר וואטס יאר נאמבער?
שנעל לויף איך צו צום פאון בוק און מיש אויף צום לאקאלן האום דיפאוט געשעפט, זייער נאמבער ווערט ארויס געבארגט - אזוי ווי אלע אנדער זאכן פון האום דיפאוט- אלץ מיין סעל נאמבער און ווי האט יענער געזאגט? מוישע זיך מעך...
מיט דעם איז געקומען צום ענדע דער אזוי שטורמישער טעלפאון קאל, אראפ לייגענדיג זעה איך מיין ווייב רעדן אויף איר סעלפאון צו די שוויגער......
נו שיק עס און מזל טוב איך בין שר המאה וואס האלטסטו יעצט קענן איך שוין קאווערן די באנק?
נ.ב. פאר ווער עס דארף הילף צו טרענסעלירען דעם ארטיקעל אויך אידיש איז דא צוגעשטעלט דורך גוגל א ספעציעלער סערוויס גערופן גוגל טרענסלעיט..
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

גוט איז געווען דאס ווארט ביז דער ארטיקעל איז איבעגעטייטשט געווארן אויף גוגעל טרענסעלעיט, יעצט וואלט איך דאס אנגערופען, אםם.. וואס זאליך זאגן? אהה.. טשאדאש!! יוא איז דאס טשאדאש.. אקוצער ביזט ריזיג, אין דיין הערשעלע נאך ריזיגער.

די מערסטע האבעך געשוינט דעם פלוניסטע, ביים דריטען מאל איבערזאגן די גאנצע 'נו דיל' וואס זי האט צו פארקופען, די האסט מיר אריינגעלייגט אין די מעשה ממש ווי איך זעה עס ווען לייוו, כ'מיין קענסט יעצט מאכן א די ווי די פון דעם מעשה, ס'וועט זיין א היט מיט א פורים שטריימעל צונאזאם.. סאך מער פאפולער פון מיכאל'ס, אבער זיי גערישט אז מגייט עס אסר'ן צילוב וואס די געסט ארויס הוים דיפאוט נומבער אזוי אן רשות...

דער עיקר גיי אן אין זיי בעשימחע בעשימחע.....(קרעדיט: יוסי גרין)
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

הערסטע? קיינמאל אבער קיינמאל בל"נ גיי איך נישט ארבעטן פאר א קאלינג סענטער.. איי מיען וואט עי דיגרעיטינג מ'גייט דורך פון דעם מוישע יאטשעס...

מוישע!!!! דו בוסט אנריעל, כשם שנכנס להונדערט כן יכנס לאלף ולמ. ראה"ק ולראה"ק ולמייסד והלאה (מיינט צו זאגן פליען פון קרעטשמע..)..
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שיינע ארטיקל, אבער דו טוישסט ארום פון ער צו זי (ביי די אינדיאנע אויפן אנדערן זייט טרייבל), אויך די זייגער שטימט נישט (דארט איז בערך 10-11 שעה שפעטער ווי ניו יארק).
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ריזיג? עה, אינטערגעשאצט...

(אגב, קרעמער, ער האט געמיינט צו זאגן 4:10 עי עם, און דאס איז געווען ווען די זייגער דא איז געווען אויף די ווינטערדיגע, און די זייגער אין אינדיע איז געווען שוין אויף הערבסט).
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

שקויך אידישע וועלט פאר די חיזוק ווי אויך פאר די קריטיק מ'דארף דאס אויך האבן (קרעדיט: מיכאל)

און צו דיר קרעמער, דאס ואס איך טויש ארום פון ער צו זי איז טעוס הדפום, ווידער די זייגער האבעך נישט געדענקט פונקטליך, ווייל בשעת מעשה איזעס מיר אויך באמת נישט אנגעגאנגען וואאס זי גייט מיר ענטפערן, די ציל איז געווען פשוט נקמה, די קריכסט? איך קען אויך...
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

;l;p-

יא ר' משה, ביזט מעכטיג, האלט דיך נישט אזוי קליין און זיי מהנה דעם עולם אפטער... אפשר קען איך פויעלן ביי הערשעלען ער זאל אפטער זיין שלעכט העלען מיר שנעלער זוכה זיין צו נאך א נארטיקל, קיפ עט קאמינג... (ע' גוגל טר')
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יאכעס, שיין באשריבן האבעך הנאה געהאט, יישר כחכם. קיפ אן.
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

איך דריי זיך נישט גענוג דא צו קענען וויסן וואס דיינע אנדערע ארטיקלן זענען. אבער דער ארטיקל איז א מעסטערפיס, פאר אזא ארטיקל לוינט זיך צוריקצוקומען צום קרעטשמע. קיפ איט אפ, ענד מאר אלד קאסטומערס וויל ריטארן. ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

משה'לע, מורא'דיג ;l;p- ;l;p- ;l;p-
געווענליך האב איך נישט צייט צו ליינען אזעלכע לאנגע ארטיקלען, אבער זעענדיג מען רעדט פון א נושא וואס איך האב זייער ליב (? דער שלאק זאל זיי באטרעפן) די אלע וואס קאלן מיט אפפער'ס, אה! דאס מוז איך ליינען.
גוט צו וויסן אז די טארן נישט אראפלייגן ווי לאנג אין ענדיג
נו גוט
מיר גייען האבן פאן
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

מיסטער קרעמער וואלטסט געמעגט אביסל מער בעלענסן דיין תגובה....

מוישע, וווואלאאאוואלאלאלא וויאזוי גייט עס נאר.... אזאנס האבעך מיך טאקע געריטשט... יוא ביזטו פאר די בוקס, זינט איך גלייך דיין סטייל פון דיינע תגובה'לעך דא דארט, האב איך מיך גערישט פאר א גוטס, און איך זעה טאקע איך האב זיך נישט געפאפ-קארןט.

און איצטערט א מזל טוב צו דיין 100'סטע תגובה, די ווייסט דאך אז משה יאכסע באטרעפיקט פימפלעך וויפיל ס'באטרעפט ווי וואנט מאר... ווי זאגט מען נאר נאך פון קרעטשמענע רבי.... זאלצט שרייבן און פירקלען אזוי לאנג ביז ס'וועט באטרעפן משה יאכעס
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

דאס איז גאר געווען נישט פארגעקוקטערהייט, זייער א גוטע מעשה מיר קענען ניצן אפאר טיפס.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”