מזמור שיר ליום השבת

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

מזמור שיר ליום השבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זיצט זיך דער אידעלע ביי לכו נרננה, און ווי שוין אמאל געשמועסט, ער פרובירט זיך אנצוכאפן די די זיסע מעלאדיע, און זיך געבן א ווארעם אן מיט'ן שבת'דיגן אטמאספערע. אמער, נאך אביסל זעצט מען זיך צום טיש, און מ'דארף לערנען מיט די קינדערלעך, און זיי אריינשיינען א טראפקעלע ווארעמקייט און געפיל אין אידישקייט. נו, וויאזוי קען א קאלטע נשמה אנווארעמען א לעכטיג קינד?

ביי אור זרוע לצדיק איז ער שוין מער ווייניגער אין די זאך, ער זאגט שוין הויעך די קאפיטלען, ער געט א דערמאנעלע זיין אינגל וואס זיצט אים קעגן איבער, ווי צו זאגן: קינד מיינס, קוק נישט אויף מיר, דו האסט נאכנישט מיינע נסיונות איבער די וואך, געב דיר א צינד אן דיין נשמה'לע, און שטעל אהער א דאווענען א ווי יאך האב זיך געוואונטשן מיינע אלע טעג.

ווען עס קומט צו בואו ונצא דאן איז שוין אונזער אידעלע געהעריג אין די פעדערן, ער שטעלט זיך אויף מיט אן אימפעט, און מאכט אזעכע הוויות, אזש דאס גאנצע טיש שטעלט זיך אויף ביינעזאם. און מיט קולות (נישט ממש) הייב זיך אן א מזמור לדוד, איי איי איי הבו לה' בני אילים.... אזוי פאר אנא בכוח ווערט דער פייער'ל אביסל פארלאשן, און מ'זאגט אזוי צושטיל דעם אנא בכוח, ווי זיך גרייטנדיג צום שטייטן ניגון פון לכה דודי...

ביי לכה דודי קוקט ער אריין אין איינע פון די פולע אויסגאבעס, די פלוג-בלעטלעך וואס דרייען זיך לרוב אויף די טישן. ווען די קאפ איז אים נישט אויפ'ן פלאץ, כאפט ער אזא מזל טוב אויסגאבע צו וויסן צו וועמענס קידוש און זכר ער וועט נישט גיין מערצעשעם. און אזוי שווערצט מען דורך ביז לא תבושי. אבער דא טוישט זיך דער מציאות, דאס גאנצע גשמיות פון די גאנצע וואך ווערט ווי פארשוואונדן, ביי ימין ושמאל לויפן זיי אויף רעכטס און אויף לינקס. עס שפארט זיך ארויס דאס הייליגע ברען, און ווער רעדט נאך ווען מ'זינגט בואו בשלום, וואס אלע דרייען זיך אויס מקבל זיין די הייליגע כלה, בואי כלה בואי כלה.

אבער וואס פאסירט מיט דעם אידעלע, נאך וואס ער קערט זיך קריק אויף זיין פלאץ, ער זאגט צו שטיל לכה דודי לקראת כלה פני שבת נקבלה, שוין נאכדעם וואס ער האט מקבל געווען דעם שבת. מ'קען דאך נישט קוקן אין פנים פון דעם איד, די קדושה שיינט, די קדושה שטראלט, ער הייבט אן מיט א רעש דקדושה,
מזמור שיר ליום השבת...........
עס הערט זיך און עס רעש'ט זיך פון איין עק שטאט ביז'ן צווייטן, יעדעס בית המדרש מיט זיין אייגנארטיג נוסח. און וואס זאגט דארט דער אידעלע, אוי אוי אוי טוב להודות לה', עס איז גוט צו דאנקן דעם גאט, יא רבותי, איר הערט אלע? נאך די אלע מוטשענישן פון די וואך, נאך אלע שוועריגקייטן ברוחניות ובגשמיות, שרייט דער שבת: אוי טוב להודות לה', יא עס איז גוט לזמר לשמך עליון, עס איז גוט צו זינגען פאר דיר באשפער. אפילו ווען עס איז נישט שבת, איז 'להגיד בבוקר חסדך', קען מען יעדן צופרי פארציילן דיינע חסדים. ואמונתך בלילות, ווען די אויגן-גלעזער איז נאכט, דאן האבן מיר אידן א כוח פון אמונה, מיר גלויבן אז אלעס איז חסדים. מיט אלע כלי שיר איז ווערט זיך ארויסצולאזן מיט א טאנץ צום רבוש"ע פאר אזויפיל גוטסקייט מיט וואס השי"ת מאכט אונז פרייליך.
אוי מאוד עמקו מחשבותיך, מיר אידעלעך קענען נישט דיינע חשבונות, איש בער לא ידע, וכסיל לא יבין את זאת. דער קליינער מענטשעלע איז נישט דער וואס זאל פארשטיין דעם חשבון פון בלילות, ער פארשטייט נישט פארוואס עס קומט אים די שוועריגקייטן, און ער דארף נישט פארשטיין פארוואס בפרוח רשעים כמו עשב, ס'דארף אים בכלל נישט אנגיין פארוואס א דבר שבקדושה קומט אים אזוי שווער אן, פארוואס שמועסן ביים דאווענען באדערט אים נישט, פארוואס דאווענען פון מה טובו ביז נאך עלינו שטייט און געלאסן איז כמעט מסירת נפש, ניין דאס איז נישט אונזער דאגה, אזוי איז עס, להשמדם עדי עד, דער רבוש"ע וועט נאך נקמה נעמען אין די שלעכטס, און נישט נאר דאס, דאס גאנצע פריחה איז אן הקדמה צום להשמדם עדי עד. און איין זאך וואס בלייבט אונז אויסצושרייען איז: ואתה מרום לעולם ה'. דו באשפער, דו בלייבסט גרויס, דו בלייבסטו אונזער משען ומשענה. צו דיר וועלן מיר זאל אלעמאל ווענדן. און אזוי ווייטער די אלע פסוקים, ביז מ'ענדיגט צו מיט איין ווארט: ולא עוולתה בו, דער באשעפער מאכט נישט קיין עוולות, דער באשעפער טוט נאר גוט, און וואס מיר דארפן טון איז, דאס אויסצושרייען פאר אונז און פאר אונזערע קינדער.
נאכדעם אז מ'קומט אהיים, דער מלאך רע ווערט פארשוואונדען, און דער אידעלע הייבט אן זינגען: מזמור מזמור שיר, שיר ליום השבת
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נאך אזא ארטיקל זינגט זיך טאקע פון זיך אליין.
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

איי איי איי ה'(קרעכץ)הע הע העם מלללללך!.... איי איי, וואו נעמט זיך די פעדער, און ווי נעמט זיך דער סאכדעס אראפצולייגן אזא דביקות, גאות לבש, לבש ה' עוז התאזר... מקקקקקולות, מ(קרעכץ)ים רבים אדי(צי ארויף)רים, מ(קרעכץ)שברי ים, אדיררררררר.....במרום ה', עדותיך נאמנו מאוד לביתך נאווה קודש, ה' לאורך ימים...

איי סאכדעס, סאכדעס (מיטן קבלת שבת'דיקן נוסח)... אפשר קע'מיר ארלעדיגן א זיץ לעבן דיר פרייטאג נאכט?.... אוי הוייייי.... (ווייטער מיטן נוסח), דו ברענגסט דאך אריין אזא ווארמיקייט און אזא התלהבות און אזא געשמאק, אזש עס ווילט זיך מיר יעצט שטעלן דאווענען, און איך שפיר מעין דעם שבת'דיקן זיסקייט אינעם וואכעדיקן אנטועכץ דא.... איי (ווייטער מיטן נוסח, געבט נישט אויף) זאל דער אייבירשטער העלפן אז ביז אויפדערנאכט, זאל דער ברען בלייבן פלאקערן (ווען שירה העלפט ווען מיטן דאווענען וואלטן זיי דא געברימט [אויף אראפ]....), איי איי און אזויייייייי, און נא(קרעכץ) אה-אה-ר אזוי-אי אי, (איצט גיימיר ארויפציען דעם אויסלאז) וועמיר קענען מקבל זיין דעם שבת ווי עס באדארף צו זייןןןןן!!!!.... (אויב האט איר מיטגעהאלטן ביז דא, דא ענדיגט זיך דער נוסח)...
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

הערליך שיין , נשמה'דיג, און שבת'דיג,
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

מוראדיג שיין פארטייטשט די שבתדיג'ן זמר, א אינהאלטסרייכע (סארא לאנגע שווערע ווארט) אפהאנדלאנג, מאוד מאוד נהניתי.

אין צי דיר יענטאאש,
וויסן זאלט איר (ס'לשון נקבה?) אז אייער זיסער קול האט מיך לאכן געמאכט. סארי אבער ס'מער געפאלן!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

מזמור מזמור שיר, שיר ליום השבת, מזמור מזמור שיר, שיר ליום השבת,
מזמור מזמור שיר, אוי שיר ליום השבת, מזמור מזמור שיר, שיר ליום השבת,
מזמור שיר, שיר ליום השבת, מזמור שיר, אוי שיר ליום השבת, טרא לא לא אוי לא לא לא רא לא, וכו',
איי סאכדעס ווי נעמט דאס געפיל פארן שבת, ווי שיין ארויסגעברענגט די חסדים פונעם באשעפער און וויפיל מיר גלייבן אין אים,
האסט באוויזן אריינצוברענגען א ווארעמקייט שוין אינעם ערב שבת, און יעצט קענעך שוין קוים ווארטן ווען קומט שוין דער שבת.
בכלל איז שבת א טאג וואס נאר מיר אידן פארמאגן, און קיין איינער אויסער מיר אידן קען דאס פארשטיין, א העכערקייט, א ווארעמקייט, א רוחניותדיגע אטמאספערע, ארום דעם שבת טיש זיצן די צאן קדשים ווען עס שיינט זיי די פנים אז זיי קענען פארברענעגן מיט די עלטערען, ווער רעד נאך ווען זיי וערען אביסעלע עלטער אין זינגען מיט זייער ב'חן'טע זיסע קעלעכלעך די שבת ניגונים פון חדר אדער סקול, איי ווי זיס איז דאס און ווי גרויס זענען די חסדים פונעם באשעפער.
סאכדעס האסט מיך אוועקגעפירט צו א צווייטן פלאנעט, שכח פארן ארטיקעל, עס איז זייער אין פלאץ.

יענטאאש, עטליכע מאל אינמיטן ליינען האבן מיר צושפרייט די לעפצען...
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

סאכי, כ'זע דו פארלירסטעך נאך אמאל פון צייט צו צייט, און ווארפסט אונז אריין א לאנגס און א ברייט'ס, ב"ה, יישר כחכם, הערליך און ווארעם אראפ געלייגט א פרייטיג צו נאכטס דאווענען.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קרעמער, ני וויאזוי האצעך עס געזינגען דעם שבת?

יענטאאש, מיין ליבער יענטאאאש, כ'גלויב נישט אז דו ביסט געווען דער וואס איז געזעסן נעבן מיר ביי קבלת שבת.

פרייליכערהיינט, שערקויעך.

שמאטע, דיינע לאנגע ווערטער זענען זייער גוט.

אבי'לע, ש'כוח פאר'ן העלפן זינגען....

יאכער, דו ווייסט אז דאס איז ווייט פון א לאנגס און ברייטס, אבער פארוואס האסטו געלייגט דעם שטרעכל נאך די טית פון ברייטס, אדער פאר די סמך, וועא"מ.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אויף וואס ארויף האט דער גבאי פארפאסט צו איינמעלדן אויף די באקנטמאכונג טאוולען אז דער דיין זז"ג גייט זאגן א שובבי"ם ער"ש דרשה? צוליעב דעם בין איך איצט אנגעקומען ווי א בעל ברית שוין נאכן והוא רחום, וואלטן מיר געוואוסטפון פראנהויז און מיטגעהאלטן וואלטן דאך די הכנות לשבת און דאס שבת'דיגן דאווענען אנדערש אויסגעזען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דער גבאי מאכט שוין צרות אפאר יאר, וואקעמען טון?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

יא יא, יעדער מיט זיין אייגענעם גבאי. ביי ר' שלמלה איז קיין גבאי בכלל נישט געווען.
ריכטיג?
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

נו, ר' שלמה'לע לעבט דאך אויך שויניש אפאר יאר.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

אה יא יא! אין אנדערע ווערטער,
אידער וועי וואלט ער שוין נישט דא געווען אדער נאטורליך אדער וויבאלד ער האט א גבאי...
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

סאכדעס!!!!
איך האב אמאל געהערט א טייטש אקוד על אפי, ואפרוש לך כפי, עת כי אפתח פי בנשמת כל חי,
ס'קומט םרייטאג צונאכטס ווען דער שבת קומט אריין מ'צופאטשט זיך די הענט ביי מזמור שיר ליום השבת, אבער שבת צופרי דארף מען גרויס רחמים מ'זאל דעם נשמת זאגן ווי א מענטש...,
אקוד על אפי, איך פאטש מיט די הענט, בשעת אפרוש לך כפי ווען דער שבת איז פורס אויף מיר - פרייטאג צונאכט'ס, איך בעט אבער אז עת כי אפתח פי, איך זאל מיך קענען עפענען דאס מויל אויך בשעת "נשמת כל חי"......

על הא קבכינא רבי, אקוד על אפי, אונז העמיר פאטשן די הענט פאר אזא ארטיקל, אבער עת כי אפתח פי ווען וועט מען זיך נאכמאל קענען עפענען דאס מויל פאר נאך איינס.....

משום הוספה: (מיין מנהג ווען איך שרייב תורות אין ידיעות התורה - שבת בשבתו צו מאכן אזא הוספה:) מ'זאגט א ווערטל אז ס'איז דא דריי מזמור שיר ליום השבת'ן,
איינס שרייט מען,
איינס זאגט מען,
איינז שמועסט מען,

דאס ערשטע שרייט מען ווי סאכדעס מיטן טיש,
דאס צווייטע ביי ספוקי דזמרא זאגט מען רואיג און געלאסן,
דאס דריטע ביים שיר של יום איז שוין אינמיטן א שמועס מיט א חבר....,

יעצט לינק נאכאמאל מזמור מזמור מזמור, שיר ליום השבת,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אנאנימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנאנימער »

מי לנו גדול פון כ"ק הרב סאכדעס אריינצוברענגן און צוצוגרייטן צו א שטיקל פון מרן רבינו ערעב שלמה

איש בער לא אדע...... די היינטיגע נערנים וויסן וואספארא געווינס דאס איז אז סאכדעס האט געשריבן אין "קרעטשמע"..... וויי וויי ווי האלטן מיר אויך דער וועלט?
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

סאכדעת, היצטערט געלעזט און זעהר געקוואלן,

יישר כח פאר די הארציגע דיבורים,
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

געלעגער האט געשריבן:סאכדעת, היצטערט געלעזט און זעהר געקוואלן,

יישר כח פאר די הארציגע דיבורים,
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

דער דיין האט זיך צולאזט.... ס'קומט בעסערע צייטן העע?...
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

לכבוד שבת
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: מזמור שיר ליום השבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

פ''פ

לכבוד שבת קודש
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”