פארוואס דארף דזשעי נעט שלאפן? (איבערגעשריבן)

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

פארוואס דארף דזשעי נעט שלאפן? (איבערגעשריבן)

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג ינואר 04, 2010 12:17 pm

שלום וברכה,

נישט ווייל כ'וואלט ח"ו געוואלט האבן פאר איין מינוט אומריינע אינטערנעט, אבער געוואלד, וויפיל איז דער שיעור, שוין די צענטע מאל היינט און אפשר מער ווי כ'ווער פארפרארען ניצענדיג דזשעי נעט, איז דאס נארמאל?

שוין א צוויי וואכן וואס כ'האב נישט געהאט קיין דזשעי נעט, ניצענדיג בלויז א פייער וואלל אבער נישט קיין פילטער, היינט האמיר צוריקגעלייגט דזשעי נעט און מפטירן כדאתמול, שרייבענדיג די תגובה (זעהט אויס זיי האבן דערשפירט...) האט מיר דזשעי נעט אינטערגעשטעלט א פיסל אז ס'געגאנגען קראכן און דא האלט מען שוין ביים איבער שרייבן, פארשטייט זיך אין ווארד נישט ווידעראום צו זיין שטאטס חוזק!

כ'האלט אז ליידער האלטן זיך אסאך אידן צוריק פון האבן א פילטער וועגן ס'שטאטירט זיי געפערליך אראפ, כ'בין זיי מיט דעם דן לכף זכות אז זיי קענען זיך נישט עפארדען צו פארלירן א שעה א טאג זיך עסענדיג איבער א געקראכטער אינטערנעט. ותוצאתיה מי ישורנה.

כ'וויל ח"ו נישט קריטיקירן די הייליגע ארבייט, יא הייליגע, פון האלטן אידישע מוחות ריין, די פאר וואכן וואס מ'האמיר נישט געהאט קיין פילטער, נישט אז ס'איז געווען ח"ו אומריינע זאכן רח"ל, אבער ווען מ'גייט אריין אינעם באנק'ס וועבסייט דארף מען נישט זעהן די חזרת במלואה וואס קומט שפעטער ארויף אין געדאנק פונקט ווען מ'האלט ביי והאר עינינו, מהדרין דזשעי נעט (דארף אויך א שטיקעל תיקון, אבער איז עפעס געוואלדיג) פארשווארצט זיי ס'פנים אז ס'וויל זיך נישט קוקן דערויף, אבער ווען מ'שטעלט עפעס צו וואס איז נישט אכטציג פראצענט גוט, האבן מענטשן א וועג ארויס, מ'וויל נישט פארשטאטערן די ביזנעס וועגן דעם, מ'דארף נישט אפשר, נאר זיכער יא האבן ס'בעסטע פילטער ס'שייך, פרנסה קומט נישט פון אינטערנעט, דער זן ומפרנס לכל האט פון דיר נישט פארגעסן, אבער דער נסיון איז ליידער גרויס.

----

ס'איז טאקע מיין פערזענליכע התעוררות, אפשר נאר איך בין אזוי, אבער אפשר נעמט זיך איינער פאר צו לייגן דזשעי נעט אז אין דעם זכות זאל דער אינגערמאן וואס האט נעבעך נישט געקענט גיין צו א קינדס חתונה ווערן געזונט און שטארק און נאך האבן נחת פון בנים ובני ובני בנים?!


ווי ס'פרעגט דער קליינער יוסלמאן

--

ואגב, יעצט ביים אריינשרייבן האט ער מיר אויך אפגעפלאצט, לייג אריין נאכאמאל דעם נאמען אינעם פעסווארד און ווארט אפאר מינוט ביז וועסט עס דארפן אריינלייגן נאכאמאל, ס'נישט קיין לצנות!
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג ינואר 04, 2010 1:06 pm

א גוטע זאך קומט אן שווער...

אמת'דיג גערעדט ביסטו גערעכט, דאס מיט די אנדערע פראבלעמען זייערע האלטן זיכער צוריק אסאך אידן פון כשר'ן דען טריפה'נעם נעץ.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מאנטאג ינואר 04, 2010 1:08 pm

זענען דען אנדערע ווי ישיבה און פילטער נעט בעסער?
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג ינואר 04, 2010 1:11 pm

אלץ א JNET באנוצער, שוין גאר לאנג נישט געהאט קיין פראבלעם.

אפשר האט עס מיט דיין קאמפיוטער, נעטווארק וכדו'?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מאנטאג ינואר 04, 2010 1:12 pm

גם אני בתוכם
איך האב נישט קיין jnet ווייל זייער ספיד איז שרעקליך שטייט
א שאד אז זיי טוען נישט עפעס דערוועגען

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מאנטאג ינואר 04, 2010 1:16 pm

נאטורליך האט געשריבן:גם אני בתוכם
איך האב נישט קיין jnet ווייל זייער ספיד איז שרעקליך שטייט
א שאד אז זיי טוען נישט עפעס דערוועגען


אלס והייתם נקיים שרייב ארויס אז אנשטאט Jnet האסטו עפעס אנדערש, נישט אז איינער זאל חלילה חושד זיין, אדער עס נוצן אלס א פוילע אויסרייד פאר חלילה נוצן אומגעפילטערטע אינטערנעט.
קאמענטארן זענען איבריג

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג ינואר 04, 2010 1:30 pm

פריילאך האט געשריבן:אפשר האט עס מיט דיין קאמפיוטער, נעטווארק וכדו'?


פארדעם האמיר צוויי וואכן נישט געהאט דזשעי נעט, צו זעהן ווי דער פראבלעם ליגט, ולדאבינו הרב האט דער בחור פיין געארבייט ביז היינט ווען מ'האט צוריק געלייגט דזשעי נעט.

---

וועגן ישיבה און פילטער ווייס איך נישט, כ'האב נאכנישט גערעדט צו איינעם וואס האט דאס.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג ינואר 04, 2010 1:31 pm

דזעי נעט איז זיכער בעסער ווי די אנדערע מיט פארשידענע סיפיסטיקאציעס און אפציעס. (שנעלקייט ווייס איך נישט)
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מאנטאג ינואר 04, 2010 1:44 pm

איך נוץ פילטערנעט עס ארבעט א מחיה, איך בון זייער צופרידן.

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

תגובהדורך אינגערמאן » מאנטאג ינואר 04, 2010 2:27 pm

איך האב אויך JNET און איך קען נאר קאנפירמען וואס יוסלמאן האט געשריבן.... נישט איינמאל האט זיך געמאכט אז ווארטנדיג אויף א וויכטיגע אימעיל וכדו' איז ער געגאנגען שלאפן. און דאן...(כ'וויל בעסער נישט שרייבן ווייטער)

אבער איך מיין אז זיי האבן א שטיקל סיסטעם יעדע צוויי וואכן גייען זיי שלאפן פאר אפאר שעה... נישט אזוי?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג ינואר 04, 2010 4:10 pm

אבי נישט יעדן טאג פאר אכט שעה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג ינואר 05, 2010 11:35 am

די חילוק פון JNET ביז די אנדערע פילטער'ס ווי "ישיבה נעט" און אנדערע איז אז JNET איז א אייגענער נעטווארק און די ניצט זייער ליין. אנדערש ווי ביי די אנדערע וואס לייגן עס בלויז ארויף אויף אייער קאמפיוטער אבער די ליין ניצט מען ווייטער ווערייזאן אדער פראנטיער.

JNET קען גיין שלאפן און גיין דאון, ביי אלע אנדערע איז נישט שייך אזא זאך. זיי האבן גארנישט מיטן ליין.

איך האב JNET און איך האב גראדע נישט קיינע פראבלעמען. (כ'האב די שנעלסטע ספיד און טייערסטע ליין)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג ינואר 05, 2010 9:52 pm

כ'מיין אז עס ווענד זיך אין די עריע. אין ווילי אינעם טשולנט טאפ, (זוך עס אויף...) איז עס זייער שטייט. פרוביר אויב נאך 5 אזייגער איז עס נישט בעסער.

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » דינסטאג ינואר 05, 2010 11:16 pm

איך ניץ אןיך דשעי נעט און אסאך מאל איז עס ביטער שטאט, איך מיין אבער אז ס'האט צוטוהן מיט די ראוטער וואס איך ניץ, ס'קען זיין??
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מיטוואך ינואר 06, 2010 6:56 am

חושים, יא, ס'קען זייער מעגליך זיין, א "אוט דעטעד" מאדעם קען פאראורזאכן אסאך קאפוויי.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך ינואר 06, 2010 7:07 am

יעך ניץ א פראגראם וואס רופט זיך covenant eyes דאס טייטש "שותפות'דיגע אויגן". עס האט אויך א פילטער און ס'ארבעט זייער פיין ב"ה.
סאיז שטארק געאיינגענט פאר די וואס האבן לעפטאפס און ברויכן נאר דא און דארט אמאל זיך אריינכאפן אינעם נעץ.... קענמען דאס אינסטאלירן אויף וויפיל קאמפיוטערס מ'וויל אנע עקסטערע טשארדזש! (און שטייצעך ס'ארבעט אויף סיי וואסערע אופן מ'כאפט א קאנעקשאן ווייל סאיז אן אינסטאלירטער פראגראם).

כ'ביניש קיין העקער... אבער כ'האב גערעדט מיט אפאר שארפע מוחות... זיי זאגן אז סאיז כמעט אוממעגליך דאס אויסצושפילן!

די פרייז איז נישט מער ווי א פאר פרוטות.

פארוואזשע זאג איך עס דא? פאר די דאזיגע וואס פארנעמען נישט דזשעי-נעט (כנ"ל) זאלן זיך נישט דרייען ווי קלעצער, און ביז דערווייל זיכן עפעס אנדערש....

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2925
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך ינואר 06, 2010 7:10 am

איך האב עקסטשעינדש און קאשערנעט און עס פלעגט קיינמאל נישט האבן די ספיד וואס עס האט געדארפט זיין, די ארבייטער דארט האבן געהאט פארשידענע תירוצים פארוואס מען קען גארנישט טיען דערוועגן, און איין מאל ביי א ביזנעס מיטינג האב איך אנגעטראפען איינע פון די פירערס פון די קאמפעני און איך האב אים פארגעהאלטן היתכן, און נאך בו ביום איז מיין ספיד געשפרינגן 3 מאל אזויפיל ווי ס'איז געווען בעפאר.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך ינואר 06, 2010 8:55 am

פונקט היינט באקום איך א בריוועלע פון איש.קאם איבער א פראמאשן אויף דעם פראגראם וואס כ'האב דערמאנט ביניך דאס מעתיק כלשונו.

[Special 2 week free trial to all Aish.com readers. See below for details]
Dear Friends,With the encouragement and endorsement of many leading Rabbis and community leaders we are happy to introduce a very important new program to the Aish community. The initiative hopes to assist and encourage individuals using the internet to do so in a safe and responsible manner. As Jews, it is imperative that we use every available means by which to protect ourselves and our families from the dangers found on the internet.

The program is called

"WebChaver" and is based on the well known

Covenant Eyes accountability system. Webchaver allows you to designate a "chaver", for example a close friend or spouse, who will receive a weekly email with a summarized list of the sites you visit on the internet. All websites are rated for inappropriate content and only "high scoring" sites will appear on the list thereby protecting user privacy. The program has already been successfully implemented in various homes, communities and educational institutions, to the overwhelming benefit of all involved.

Webchaver is an important tool for any family that wishes to continue to take advantage of the tremendous power of the internet while keeping family members safe from all the danger that it holds. Likewise Webchaver provides an individual the opportunity to use the internet with integrity and accountabilty. In addition webchaver offers customizable monitoring solutions for organizations, schools and offices. Details of WebChaver, as well as pricing and sign-up, can be found at

http://www.webchaver.org. To receive the

two weeks free trial period use coupon "aishpromo2010" during signup.

*WebChaver is a non-profit organization.


עכ"ל

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג פאברואר 04, 2010 12:25 pm

איך בין לעצטענס געוואר געווארן וועגן א קאמפאני וואס הייסט "פילטער נעט" איך הער אז ס'האט נישט דעם פראבלעם ווי "דזשעי נעט", ווייל דאס בלאקט אפ דעם גאנצן הארד דרייוו, און דו קענסט מיט סיי וועלכע קאנעקשאן דו האסט, נישט אנקומען אין ערגעץ
אויב איינער ווייסט אויב דאס האט אויך עפעס א חסרון, אל ימנע טוב מבעליו
(איך רעד נישט פון א חסרון ווי אויסשפילן דעם סיסטעם, ווייל דאס קענסטו ביי דזשעי נעט אויך, און ווען מען זוכט שטארק שמוץ קען מען דאס דארט אויך טרעפן, איך רעד פון די רעגולער בלאקעדזש)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 12:34 am

תגובהדורך גיי_ווייס » פרייטאג פאברואר 05, 2010 2:59 am

איך האב פילטער נעט אין ב"ה קיין מאל נישט געהאט א פראפלעם הען בגשמית און הען ברוחניות
_________________________x

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

תגובהדורך אינגערמאן » פרייטאג פאברואר 05, 2010 8:10 am

אגב דזשעי נעט איז נאכאמאל איינגעשלאפן די וואך ערגעץ אינמיטן וואך.

אבער אזויפיל יא אזא איינער וואס וויל האבן א ווייט ליסט א שטייגער ווי ישיבה נעט שטעלט צו, איז א שאד צו צאלן די 60 דולר וואס זיי בעטן פאר א חודש, מ'קען עס אנשטעלן אויפ'ן קאמפיוטער אליינס. דהיינו די בעטסט א חבר אז ער זאל אזוי ווי ווערן די אדמיניסטרעטאר פונעם קאמפיוטער (ער טוישט צו א פעסווארד וואס די זאלסט נישט קענען), און די באקומסט נאר א געסט אקאונט קען ער דיר אנשטעלן פונקטליך אין וועלכע סייטס זאלסט אריינגיין.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » פרייטאג פאברואר 05, 2010 8:54 am

מי יודע האט געשריבן:איך בין לעצטענס געוואר געווארן וועגן א קאמפאני וואס הייסט "פילטער נעט" איך הער אז ס'האט נישט דעם פראבלעם ווי "דזשעי נעט", ווייל דאס בלאקט אפ דעם גאנצן הארד דרייוו, און דו קענסט מיט סיי וועלכע קאנעקשאן דו האסט, נישט אנקומען אין ערגעץ
אויב איינער ווייסט אויב דאס האט אויך עפעס א חסרון, אל ימנע טוב מבעליו
(איך רעד נישט פון א חסרון ווי אויסשפילן דעם סיסטעם, ווייל דאס קענסטו ביי דזשעי נעט אויך, און ווען מען זוכט שטארק שמוץ קען מען דאס דארט אויך טרעפן, איך רעד פון די רעגולער בלאקעדזש)


סאיז איין קאמפאני

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » פרייטאג פאברואר 05, 2010 9:25 am

וואס איז איין קאמפאני?

צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

תגובהדורך צווענגל » פרייטאג פאברואר 05, 2010 9:28 am

איך האב אויך פילטערנעט און איך בין זייער צופרידן

ס'האט א מוראדיגע מעלה אז אפילו א סייט וואס איז אפגעשלאסן און די דארפסט עס יעצט אויף די מינוט געסטו א טשעט מיט זיי לייף און ביז געציילטע סקונדעס איז עס אפען

משא''כ דזשעי נעט דארף מען ווארטן זייער לאנג ביז מ'שיקט א אימעיל און ביז זיי עפענען עס
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג פאברואר 05, 2010 10:23 am

ווי געשריבן אין די טעכנאלאגיע פארומס האב איך אמאל גענוצט פילטערנעט, אבער עס האט זיך נישט פארשטאנען מיט גוגעל-קראום.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: shalsheles און 21 געסט