די פארלאזטע טיי-זעקעלע..

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

די פארלאזטע טיי-זעקעלע..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

שמעון גייט זיך אריין צו נאכט-שיעור אין זיין לאקאלע סמעדריש, א ציפעדיגע פראסט בוזשעוועט אינדרויסן, זייער אויערן זענען געפרוירן, ער קומט אריין אין שוהל, טוט זיך אויס ס'פעלץ שליידערט עס אראפ אויפן סטעפ'ס רעילינג, ריכט זיינע טריט צו קאווע-צימער, א הייסע טיי (אדער טע, ווי מאנכע רופן דאס..) וואלט נישט געשאדט יעצט.

אומר ושותה, ער שפאנט אריין אין צימער, א הייסע פארע ענפאנגט איהם, מזוכט אויף דאס גלעזלעך הויפן, שלעפט ארויס א גלעזעלע פון אינטן, פילט אן מיט הייס וואסער פונם קאכעדיגן קעסל, און פליפ פלאפ, ער טינק און טינק דאס 'ליפטאן טיי-זעקעל' אראפ און ארויף אראפ און ארויף שבע פעמים ולא היה מכוון לא למעלה ולא למטה נישט צו הויעך און נישט צו טיף אלע כמצליף אזוי בערך'דיג געטינקען... ביז ער איז זיכער אז די קאליר גענוג גוט, נישט צו ליכטיג נישט צו טונקל, אט אזוי, אצינד שפריטץ מען אריין אביסעלע צוקער, קוועטש א פיצי לעמאנע, און דאס טיי איז גרייט צו דעליווערט ווערן צום מקום קבוע אין שוהל קעגן די חברותא.

דאס געטינקענע טיי-זעקעלע, אזוי נעבעכדיג ווי ער קוקט אויס, אוואו א הושענא נאכן קלאפן, אבער ניין! מקען איהם נישט אוועק זרקנ'ן, אפשר דאך וועט א צווייטער קענען ניצן דאס איבעריגע לחליחות וואס איך האב נישט עספייסט אויסצוטינקן, ווערט אט דאס זעקעלע אנידערגעשטעלט אויפן אייזענע טישל אראפצו פונם קעסל-שלויך, דאס ווערט אנידערגעלייגט העכער דאס דינטשיק פאפיר'ל וואס איז צוגעסטעיפעלט מיט א פיצי סטעיפל צו א דינטשיק בענדעלע, וואס דעראויף ליגט א קליין האנט צעטעלע וואס ברויך צו דינען אלטס טינקער אבער איז שוין נאס פונם טבילה אינם טיי, מען האט איהם ליידער געמוזט ראטעווען מיט א לעפעלע... בקיצור אזוי שווער און סאפיסטעקירט ארבעט שמעון אנידערצולייגן דאס זעקעל אין איר ריכטיג פאזיצע גרייט פארן נעקסטן וואס וועט דא אפשר וויל איבערניצן...

הן כבר נודע ומפורסם זה כבר אלף שנים, אז קיינער קיינער האט נאך קיינמאל נישט איבערגעניצט דאס געניצטע טיי-זעקעלע, און אונזער באטשעקעטע ציבור וועט ענדערש אויסוועלן נישט צו טרינקען בכלל ווי חלילה איבערניצן א צווייטענס זעקעלע, נאר זיינס קלערט ער וועט א צווייטער יא נעמען.. פארוואס?? ווייסעך נישט אזוי פירט זיך די וועלט ואסור לשנות ממנהג המקום.

אלף נכנסים לביהמ"ד, שטייען דארט טויזענט טיי-זעקעלעך און ווארטן פאר זייער גואל, אזוי אומשולדיג גיסט זיך פון זיי א טייכל קאלטע טיי, זיי וואונטשען זיך איינער זאל זיך מרחם זיין און כאטשיק ברענגען לקבורה, ומחה ה' דמעה מעל כל פנים וחרפות עמו יסור ונאמר אמן.

החותם בכבוד למען שוכני טיי-שטויב

הק' טעם וריח

---
פעיד ביי די א"וו טיי-אסאסיעישאן פעדערעישאן @ קנ"א.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

מזל טוב מזל טוב! א טויזענטער!!
;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:מזל טוב מזל טוב! א טויזענטער!!
;l;p- ;l;p- ;l;p-

ברוכים תהי'! און מזל טוב פאר דיר לעגא צו דיין טויזענטער שמחה! איר זענט א געשמאקע ניק און א אנגעזאפטע טיי-זעקעלע! קיעפ איט אפ!
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

גוט געזאגט.
נישט נאר דא נאר אין יעדע פון די 1000 תגובות
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע ניק »

טעם וריח האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:מזל טוב מזל טוב! א טויזענטער!!
;l;p- ;l;p- ;l;p-

ברוכים תהי'! און מזל טוב פאר דיר לעגא צו דיין טויזענטער שמחה! איר זענט א געשמאקע ניק און א אנגעזאפטע טיי-זעקעלע! קיעפ איט אפ!

גאם ביידע
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:
גאר גוט, אפילו איך נוץ נישט איבער האב איך שוין יא געזען מענטשן וואס נוצן איבער אפילו עס דא נייע ווייל עס איז א שאד.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

:grin:
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

טויזנט מענטשן זענען אדורך די טויזנט זעקלעך און גארנישט געשריבן דערוועגן...

זיס געשריבן!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

נישט אמת, אני הקטן ניצט יא איבער די טיי זעקליך
אוועטאר
עליען
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 20, 2019 9:19 pm
לאקאציע: עריע 51

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עליען »

Clm האט געשריבן:נישט אמת, אני הקטן ניצט יא איבער די טיי זעקליך

אלע טויזענט?
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

"באטשעקעטע ציבור" חחחחחחח...


אזוי גוט ארויסצוהאבן דעם געפיל פונעם זעקעלע? האסטע גוטע טעם וריח.... מזל טוב על האלף.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטאגאריש »

כאב פראבירט צי ניצן א געניצטע זעקעל סהאט נישט געהאט קיין טעם וריח
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אילעסטראציע פונם פארלאזטן נעבעכ'דיגע זעקעלע, רחמנות'דיגע עסקנים געזוכט איהם צו ברענגען לקבורה...
אטעטשמענטס
CaptureTea.JPG
CaptureTea.JPG (81.4 KiB) געזען 904 מאל
על "טעם וריח" אין להתווכח
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

איך נוץ נישט איבער קיין טיי זעקל, אזוי אויך ווען איך זעה אזעלכע אויפן טיש ברענג איך זיי לקבורה... צוליבן חשש וואס אלעס וואס קומט אהן אויף דעם טיש איז בחזקת מילכיג.

על 'טעם וריח' אין להתוכח
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע: בעיסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

האב איך אמאל געזען א צעטל פון א שמש, בערך בזה הלשון: אויב איר האלט אז איינער דארף אייערע גענוצטע טיי זעקל, פארוואס האט איר נישט גענוצט די וועלכע איז שוין אויפן טיש?

@טעם וריח: א פארצייטישע אייוועלט סטייל ארטיקעל!
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

יעצט געכאפט איינעם ביי די מעשה....
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

עירמאנט'ער האט געשריבן:יעצט געכאפט איינעם ביי די מעשה....

האסט קעמערעס? געב נישט איבער פאר קיינעם!! סקען זיין ער וויל מעקן באווייזן!!
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

טעם וריח האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:יעצט געכאפט איינעם ביי די מעשה....

האסט קעמערעס? געב נישט איבער פאר קיינעם!! סקען זיין ער וויל מעקן באווייזן!!

פאר דעם לאזט מען איבער די טיי זעקעלעך על מכונם,
נישט צו מעקן באווייזן ווען מ'וועט פארשן ווער ס'האט אויסגעגאסן די טיי
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

עירמאנט'ער האט געשריבן:יעצט געכאפט איינעם ביי די מעשה....
אטעטשמענטס
20191121_212608.jpg
20191121_212608.jpg (632.17 KiB) געזען 762 מאל
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

אן ערענסטע פראבלעם דאס...
איך האלט מ'דארף עפענען אן ארגעניזאציע וואס וועט צוזאם נעמען די אלע טיי זעקלעך און טראגן פאר....

די אלטע באבע שרה וואס ליגט אין בעט..
מיט א שמאטע צוגעדעקט..
אוי וויי געב מיר טיי..
ס'איז ממש א רחמנות וויזוי זי בעט זיך פאר א ביסעלע טיי


פיין געשריבן הרב טעם וריח!
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”