לאמיר דעבאטירן די אהבת ישראל נוסח ע"ח

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Goodmorning
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג אפריל 24, 2018 10:23 am

The parents chose to take out his kids for the convenience of driving. Moides are allowed to have standards
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

אוועטאר
גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » דינסטאג אפריל 24, 2018 10:26 am

Goodmorning האט געשריבן:I want my child's moised to enforce an anti driving tekuna. We don't live in a mid bar. I know people who have more demanding medical situations with frequent trips and they wouldn't dream of driving.

הערטס אויף צו פארגלייכן מענטשן
רבושע וואס גייט דא פאר...
פון ווי נעמט מען דער מושג פון פארגלייכן דאס איז קיינמאל אין יודישע היסטאריע געוועהן...
נישט יעדער איז געבויעט די זעלבע
נישט יעדער קען דיעלן מיט יעדע סיטשאעשאן פינקט ווי דיר, אין דו קענסט עס נישט פארלאנגן פון יעדעם די זעלבע.

אוועטאר
גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » דינסטאג אפריל 24, 2018 10:33 am

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:צו עס גלייבטס עס יא צו נישט
פאקט איז פאקט
סדא מוסדות אין מאנסי וואס וועלען פאר די בלויזע חטא פון די פרוי דרייוון פארשיקן די קינדער
דאס איז א פאקט אין צענדיליגע אזאלאכע מעשות
אין יא זיך וויסינדיג געמאכט פון די אזהרה אין יר געלאפן צום רב
אין גארנישט...

אוודאי גלייב איך עס און ס׳איז אויך פארשטענדליך. ווען דו שיקסט א קינד אין א מוסד דארפסטן זיך צושטעלן צו זייערע תקנות. אויב האלטסטו אז די תקנות זענען נישט יושר, זייטס מוחל און שיקט ערגעץ אנדערש.

יעצט גייסטו שוין אין א דיפרענט דיירעקשאן,
דער אשכול איז פאר דעי יודען וואס שרייען איי לאוו השם
האט ער געברענגט א מעשה ווי איך זעה איינע פון צעינדליגע פאונטס ווי אזוי אזאלאכע יודן קומען ארוס
ווילסט זאגן מוסדות האבן א רעכט פאר זייערע תקנות אין דארפן נישט קערען מיט די מצב פון א יעדען יוד באזינדער פיין,
איי יודישקייט איז קיינמאל אזוי געוועהן אין געשטאנען אבער שוין,
דעמאלטס קענסטו נישט האבן קיין טענות אויב סקומט אן אנדערע יוד וואס איז נאר ביזי מיט איי לאוו השם

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג אפריל 24, 2018 10:48 am

גראף פאטאצקי האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:I want my child's moised to enforce an anti driving tekuna. We don't live in a mid bar. I know people who have more demanding medical situations with frequent trips and they wouldn't dream of driving.

הערטס אויף צו פארגלייכן מענטשן
רבושע וואס גייט דא פאר...
פון ווי נעמט מען דער מושג פון פארגלייכן דאס איז קיינמאל אין יודישע היסטאריע געוועהן...
נישט יעדער איז געבויעט די זעלבע
נישט יעדער קען דיעלן מיט יעדע סיטשאעשאן פינקט ווי דיר, אין דו קענסט עס נישט פארלאנגן פון יעדעם די זעלבע.

דו רעדסט פון היסטאריע? אין די היסטאריע איז קיינמאל נישט געווען צו דעליווערן מוסדות פאר תשב"ר אויף אזא גאלדענע טאץ ווי היינט, שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך ווי אזוי מ'האט געלערנט אין חדר אינדערהיים, דער מייסד המוסד האט רעכט צו מאכן א תקנה, און דער מנהל המוסד האט רעכט צו אינפארסן די תקנה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג אפריל 24, 2018 10:52 am

גראף פאטאצקי האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:צו עס גלייבטס עס יא צו נישט
פאקט איז פאקט
סדא מוסדות אין מאנסי וואס וועלען פאר די בלויזע חטא פון די פרוי דרייוון פארשיקן די קינדער
דאס איז א פאקט אין צענדיליגע אזאלאכע מעשות
אין יא זיך וויסינדיג געמאכט פון די אזהרה אין יר געלאפן צום רב
אין גארנישט...

אוודאי גלייב איך עס און ס׳איז אויך פארשטענדליך. ווען דו שיקסט א קינד אין א מוסד דארפסטן זיך צושטעלן צו זייערע תקנות. אויב האלטסטו אז די תקנות זענען נישט יושר, זייטס מוחל און שיקט ערגעץ אנדערש.

יעצט גייסטו שוין אין א דיפרענט דיירעקשאן,
דער אשכול איז פאר דעי יודען וואס שרייען איי לאוו השם
האט ער געברענגט א מעשה ווי איך זעה איינע פון צעינדליגע פאונטס ווי אזוי אזאלאכע יודן קומען ארוס
ווילסט זאגן מוסדות האבן א רעכט פאר זייערע תקנות אין דארפן נישט קערען מיט די מצב פון א יעדען יוד באזינדער פיין,
איי יודישקייט איז קיינמאל אזוי געוועהן אין געשטאנען אבער שוין,
דעמאלטס קענסטו נישט האבן קיין טענות אויב סקומט אן אנדערע יוד וואס איז נאר ביזי מיט איי לאוו השם

ווייטער קומסטו מיט אידישקייט פון אמאל, אידישקייט היינט איז אנדערש ווי אמאל מיט אלעם, נישט נאר מיט מוסדות
אידישקייט אמאל אין פנימיות איז געווען סאך שטערקער ווי היינט, און דאס האט משפיע געווען אויף די קינדער, דאס איז א שמועס פאר זיך.
היינט אז אידישקייט איז געווארן סיסטעמאטיש און סינטעטיש טוען עס די מוסדות אביסל ריפלעיסן און פרובירן אכטונג צו געבן אויף געוויסע עלטערן זיי זאלן נישט אפ'הרגנ'ען דאס ביסל וואס די מוסדות געבן אריין, און אויב דער מוסד פילט אז די דאזיגע עלטערן טרעטן אויף זייערע פרינציפן אפגעזען וואס דאס זאל זיין, האבן זיי א רעכט דאס צו אינפארסן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » דינסטאג אפריל 24, 2018 10:55 am

מי יודע האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:I want my child's moised to enforce an anti driving tekuna. We don't live in a mid bar. I know people who have more demanding medical situations with frequent trips and they wouldn't dream of driving.

הערטס אויף צו פארגלייכן מענטשן
רבושע וואס גייט דא פאר...
פון ווי נעמט מען דער מושג פון פארגלייכן דאס איז קיינמאל אין יודישע היסטאריע געוועהן...
נישט יעדער איז געבויעט די זעלבע
נישט יעדער קען דיעלן מיט יעדע סיטשאעשאן פינקט ווי דיר, אין דו קענסט עס נישט פארלאנגן פון יעדעם די זעלבע.

דו רעדסט פון היסטאריע? אין די היסטאריע איז קיינמאל נישט געווען צו דעליווערן מוסדות פאר תשב"ר אויף אזא גאלדענע טאץ ווי היינט, שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך ווי אזוי מ'האט געלערנט אין חדר אינדערהיים, דער מייסד המוסד האט רעכט צו מאכן א תקנה, און דער מנהל המוסד האט רעכט צו אינפארסן די תקנה

ווייל היינט דעליווערט מען אויף א גאלדענעם טאץ האט מיט ידישקייט גארנישט דעיס געבט נאך נישט רעכט זיך צו וואלגערן מיט נשמות איז דעיס א ביזנעס וואס האט אפגרעיטעט אדער וואס???
איך רעדט פון יודשקייט א מוסד האט אן אחריות אויפן קימענדיגן דור פון יודישקייט
אין היסטאריע האט מען געקערט פאר יעדען יוד באזינדער לפי זיין מצב היינט איז דאס א פארגאנגענהייט

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » דינסטאג אפריל 24, 2018 10:59 am

גראף פאטאצקי האט געשריבן:
אין היסטאריע האט מען געקערט פאר יעדען יוד באזינדער לפי זיין מצב היינט איז דאס א פארגאנגענהייט

ווער האט געקעירט?

אוועטאר
גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » דינסטאג אפריל 24, 2018 10:59 am

מי יודע האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:צו עס גלייבטס עס יא צו נישט
פאקט איז פאקט
סדא מוסדות אין מאנסי וואס וועלען פאר די בלויזע חטא פון די פרוי דרייוון פארשיקן די קינדער
דאס איז א פאקט אין צענדיליגע אזאלאכע מעשות
אין יא זיך וויסינדיג געמאכט פון די אזהרה אין יר געלאפן צום רב
אין גארנישט...

אוודאי גלייב איך עס און ס׳איז אויך פארשטענדליך. ווען דו שיקסט א קינד אין א מוסד דארפסטן זיך צושטעלן צו זייערע תקנות. אויב האלטסטו אז די תקנות זענען נישט יושר, זייטס מוחל און שיקט ערגעץ אנדערש.

יעצט גייסטו שוין אין א דיפרענט דיירעקשאן,
דער אשכול איז פאר דעי יודען וואס שרייען איי לאוו השם
האט ער געברענגט א מעשה ווי איך זעה איינע פון צעינדליגע פאונטס ווי אזוי אזאלאכע יודן קומען ארוס
ווילסט זאגן מוסדות האבן א רעכט פאר זייערע תקנות אין דארפן נישט קערען מיט די מצב פון א יעדען יוד באזינדער פיין,
איי יודישקייט איז קיינמאל אזוי געוועהן אין געשטאנען אבער שוין,
דעמאלטס קענסטו נישט האבן קיין טענות אויב סקומט אן אנדערע יוד וואס איז נאר ביזי מיט איי לאוו השם

ווייטער קומסטו מיט אידישקייט פון אמאל, אידישקייט היינט איז אנדערש ווי אמאל מיט אלעם, נישט נאר מיט מוסדות
אידישקייט אמאל אין פנימיות איז געווען סאך שטערקער ווי היינט, און דאס האט משפיע געווען אויף די קינדער, דאס איז א שמועס פאר זיך.
היינט אז אידישקייט איז געווארן סיסטעמאטיש און סינטעטיש טוען עס די מוסדות אביסל ריפלעיסן און פרובירן אכטונג צו געבן אויף געוויסע עלטערן זיי זאלן נישט אפ'הרגנ'ען דאס ביסל וואס די מוסדות געבן אריין, און אויב דער מוסד פילט אז די דאזיגע עלטערן טרעטן אויף זייערע פרינציפן אפגעזען וואס דאס זאל זיין, האבן זיי א רעכט דאס צו אינפארסן

איז גיט פיין, דעי אשכול איז נישט צו מוסדות האבן יא אדער נישט א רעכט וואס זיי טוהן
מרעדט דא פון לאחר המעשה דעי צדיקים זענען שוין דא זיי שרייען שוין איי לאוו השם
וואס ווילסטו פון דעי נשמות
האסט זיי שוין געניג געפאניגט לאז זיי כאטשיג גלייבן אז איינער האט זיי ליב כאטשיג גלייבן אז סאיז דא א באשעפער

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג אפריל 24, 2018 11:04 am

דער פותח האשכול מיין איך רעדט נישט פון די נשמות, ער רעדט פון די גופים (משפיעים) וואס זענען זיך מתלבש אין די נשמות
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » דינסטאג אפריל 24, 2018 11:06 am

קאזאבלאנקא האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:
אין היסטאריע האט מען געקערט פאר יעדען יוד באזינדער לפי זיין מצב היינט איז דאס א פארגאנגענהייט

ווער האט געקעירט?

זאל איך אנהייבן מיט נעמען??? ניין
סדא געניג אין נאך וואס לעבען נאך היינט
געדרייט ביים טאהשע וויזניצע סאטמערע קאשויער אין נאך
וואס וועלען דיר נאר פארציילן וואסערע ליבליכע שמייכל זיי האבן באקומען
איין מעשה וואס איך האב נישט לאנג צירוק געהערט
א משגיח אין וויזניץ האט אהיים געשיקט א בחור וויזניצע רבי האט געזעהן דעחם בחור ביי מנחה האט ער איהם געפרעגט וואס זוכסטו דא האט ער איהם פארציילט משגיח האט מיר פארשיקט דער וויזניצער האט איהם געהייסן צירוק פאהרן
נעקסטע טאג אודך אין די זעלבע מעשה די וויצניצער האט איהם געהייסן צירוק פאהרן האט דער בחור געפרעיגט דער וויזניצער וואס איז פשט זאגט ער איהם די משגיחס אויפגאבע איז דיר אהיים צושיקן מיין אויפגאבע איז זיכער צומאכן דו ביסט בין כותלי הישיבה
אן אמאליגע רבי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19469
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אפריל 24, 2018 11:07 am

כ'האב נישט ליב צו רעדן פון די ענינים איבערהויפט אז אפילו פון די זעלבע קהילה זענען נישט אלע געגענטער one size fits all און ווער עס ווייסט עס נאכנישט לעבט אין דמיון.

אין אזא שטאט ווי מאנסי זענען די חילוקים בין משפחה למשפחה און איין גאס און סביבה און די אנדערע כרחוק ממזרח ממערב, ס'איז גאר שווער יעדן צופרידן צו שטעלן אין די ראמען פון איין מוסד, ס'איז אבער פארשטענדליך פאר יעדן אז עפעס גדרים ברויך צו זיין צו באלאנסירן די מגושם'דיגע גאס וואס איז רייט אראונד די קארנער.

גראדע פארשטיי איך יא אביסל די אידענע וואס קלערט אז דאס דרייוון וועט איר פארגרינגערן און פארשנעלערן דאס נעמען איר קינד צו טערעפי, כאטש וואס מ'קען זיך דינגען דערויף אבער עפעס ווארהייט ליגט דערינען.

---

דער אשכול איז ערגעץ אוועק געדרייווט געווארן, גראדע נישט דורך א אידענע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » דינסטאג אפריל 24, 2018 11:11 am

מי יודע האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
אוודאי גלייב איך עס און ס׳איז אויך פארשטענדליך. ווען דו שיקסט א קינד אין א מוסד דארפסטן זיך צושטעלן צו זייערע תקנות. אויב האלטסטו אז די תקנות זענען נישט יושר, זייטס מוחל און שיקט ערגעץ אנדערש.

יעצט גייסטו שוין אין א דיפרענט דיירעקשאן,
דער אשכול איז פאר דעי יודען וואס שרייען איי לאוו השם
האט ער געברענגט א מעשה ווי איך זעה איינע פון צעינדליגע פאונטס ווי אזוי אזאלאכע יודן קומען ארוס
ווילסט זאגן מוסדות האבן א רעכט פאר זייערע תקנות אין דארפן נישט קערען מיט די מצב פון א יעדען יוד באזינדער פיין,
איי יודישקייט איז קיינמאל אזוי געוועהן אין געשטאנען אבער שוין,
דעמאלטס קענסטו נישט האבן קיין טענות אויב סקומט אן אנדערע יוד וואס איז נאר ביזי מיט איי לאוו השם

ווייטער קומסטו מיט אידישקייט פון אמאל, אידישקייט היינט איז אנדערש ווי אמאל מיט אלעם, נישט נאר מיט מוסדות
אידישקייט אמאל אין פנימיות איז געווען סאך שטערקער ווי היינט, און דאס האט משפיע געווען אויף די קינדער, דאס איז א שמועס פאר זיך.
היינט אז אידישקייט איז געווארן סיסטעמאטיש און סינטעטיש טוען עס די מוסדות אביסל ריפלעיסן און פרובירן אכטונג צו געבן אויף געוויסע עלטערן זיי זאלן נישט אפ'הרגנ'ען דאס ביסל וואס די מוסדות געבן אריין, און אויב דער מוסד פילט אז די דאזיגע עלטערן טרעטן אויף זייערע פרינציפן אפגעזען וואס דאס זאל זיין, האבן זיי א רעכט דאס צו אינפארסן

איז גיט פיין, דעי אשכול איז נישט צו מוסדות האבן יא אדער נישט א רעכט וואס זיי טוהן
מרעדט דא פון לאחר המעשה דעי צדיקים זענען שוין דא זיי שרייען שוין איי לאוו השם
וואס ווילסטו פון דעי נשמות
האסט זיי שוין געניג געפאניגט לאז זיי כאטשיג גלייבן אז איינער האט זיי ליב כאטשיג גלייבן אז סאיז דא א באשעפער

דער פותח האשכול מיין איך רעדט נישט פון די נשמות, ער רעדט פון די גופים (משפיעים) וואס זענען זיך מתלבש אין די נשמות

אסאך פון דעי משפיעים זענען פון די יונגערע דור אין די זעלבע געליטענע, דאס איז אלף
צווייטענס וואס ווילסטי אינז שפיל מיר באלל מיט זיי
נעמט א צווייטער די לייצעס

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג אפריל 24, 2018 11:18 am

אפשר דארף מען אינגאנצן מבטל זיין תלמוד תורה׳ס? יעדער זאל אויפנעמען א פריוואטע מלמד ביי זיך אינדערהיים און ער זאל אים הייסן פונקטליך וויאזוי צו מחנך זיין זיינע קינדער.

קיינער צווינגט דיר נישט צו ניצן דיין שכל אין א געוויסע וועג. דו מעגסט און דו זאלסט דינען דעם אייבערשטען אויף א וועג וואס דו פילסט אז ס׳ארבעט דאס בעסטע פאר דיר און ס׳ברענגט דיר נענטער צום תכלית הבריאה, דביקות בשם. פארשטייט זיך נאר מיט א מהלך וואס איז שוין אויסגעטרעטן געווארן דורך הייליגע אידן.

יעצט, לגבי די אויסערליכע ׳רעסטריקשענס׳ וואס א סיסטעם ברענגט מיט זיך, אויב ווילסטו בלייבן אין די סאסייעטי מוזטו זיך צושטעלן דערצו.
ממה נפשך, אויב ביסטו פון די אידן וואס האלטן אז ס׳איז נישט קיין נפקא מינה וויאזוי מ׳גייט אנגעטוהן (ס׳איז טאקע נישט קיין נפקא מינה) טא וואס גייט דיך אן צו בלייבן מיט די לבוש מיט וואס דו ביסט אויפגעוואקסן? דו ביסט אין א סאסייעטי וואס פארלאנגט עס אפילו דו האלסט אז ס׳פעלט בכלל נישט אויס, שטעל דיר צו. אפילו א גוי פארשטייט אז צו א ביזנעס מיטינג קומט מען נישט מיט שארט סליווס און קורצע הויזן, און די פאליטישאן אדער ביליאנער וואס ווערט מער נאכגעקוקט ווי א פשוטע מענטש פארשטייט אויך ס׳איז דא געוויסע לימיטעישענס וואס קומען מיט מיט די שטאנד אין וואס ער איז.

צדיקים האבן געזאגט אז פאר משיח וועט קומען וועט די מהלך זיין מיט אהבה. דו ווייסט וואספארא נחת רוח דער אייבערשטער האט ווען א איד שרייט און זינגט ״איי לאוו השם״?? ער כביכול קוועלט פון נחת!

אויב פילסטו אז א קומזיץ ברענגט דיר נענטער צום אייבערשטער, געגאנגען! זינג!

אויב א שבתון באגלייט פון ערליכע אידן און וואס די גדרי צניעות זענען איינגעהאלטן אויפן שטערקסטן פארנעם, וועקט אויף אין דיר א ריכטיגע טעם אין א הייליגען שבת, היידא! פאר!

אבער איין זאך יא. אויב האלטסטו אז מיטן דורכברעכן געוויסע גדרים און סייגים וואס זענען אנגענומען ביי אונז - וואס אונזערע פריעדיגע רבי׳ס האבן איינגעפירט ווייל זיי זענען געווען קלוגער ווי דיר. און זיי, ברוב קדושתם, האבן זיי בעסער פארשטאנען צום דור ווי סיי ווער - דאס גייט דיר ברענגן נענטער צום אייבערשטער, זיי וויסן אז דו מאכסט א גרויסע טעות! א טעות וואס גייט דיר אפקאסטן דורות.

און צום שלוס. אויב פילסטו אז די סאסייעטי איז דיר אזא שטער, אויף אזוי ווייט אז דו קענסט נישט דינען דעם אייבערשטן אויף די וועג וואס דו פילסט איז ריכטיג, האב איך פאר דיר איין עצה; מופ קיין טעקסעס.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובהדורך ווי האלט איך דא » דינסטאג אפריל 24, 2018 11:41 am

Amazing האט געשריבן:ווי די קעפל פון די אשכול זאגט איז דאס זיכער ווערט א דיבעט.

איך מיין אז יעדער וועט מודה זיין אז בדורינו איז די וועג מיט אהבה, היינו טעמא דר' אלימלך בידערמאן ור' אברהם מרדכי מלאך.

איז היינט פארהאן ברסלבע משפיעים וואס האבן א מהלך פאר שוואכע אידען וואס סטראגלען, ווער עס קען די חבורה פון אינסייד ווייסט ווי ער רייסט און מאנט פון זיינע 'נארמאלע' תלמידים ער לאזט בהחלט נישט האבן א סמארטפוין, נאר היות וואקעלדיגע נשמות קומען אהין האלט ער אז מען דארף זיי צוביסלעך מדריך זיין.

איין פראבלעם איז דא אז ווען א מנהל סטראשעט איך ווארף דיר ארויס פון ישיבה זאגט עם די בחור נאו פראבלעם איך גיי צו ....... ..... ישיבה... און איך ווייס א מעשה שהי'
איך האב היבש געטראכט ווי די לאך געפינט זיך, אונז האבן א כלל זיי נישט פארנומען צו באשולדיגען די מייז ענדערש פארשטאפ די לעכער, איך מיין אז ביי די פאל קען מען עס אויך אביסל זאגן... וד"ב

איר מיינט נישט גוט! נישט יעדער איז מודה אז די נייע וועגן איז בעסער! אבער אויב מיינט איר צו זאגען מיט די ווערטער בדורינו איז די וועג מיט אהבה אז דאס איז די אלטע וועג זענט איר גערעכט אבער אויב זאגט איר אז מען דארף עפעס משנה זיין איז נישט יעדער מודה

אוועטאר
גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » דינסטאג אפריל 24, 2018 11:43 am

גראף פאטאצקי האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:אפשר דארף מען אינגאנצן מבטל זיין תלמוד תורה׳ס? יעדער זאל אויפנעמען א פריוואטע מלמד ביי זיך אינדערהיים און ער זאל אים הייסן פונקטליך וויאזוי צו מחנך זיין זיינע קינדער.

חס ושלום

[quote=קיינער צווינגט דיר נישט צו ניצן דיין שכל אין א געוויסע וועג. דו מעגסט און דו זאלסט דינען דעם אייבערשטען אויף א וועג וואס דו פילסט אז ס׳ארבעט דאס בעסטע פאר דיר און ס׳ברענגט דיר נענטער צום תכלית הבריאה, דביקות בשם. פארשטייט זיך נאר מיט א מהלך וואס איז שוין אויסגעטרעטן געווארן דורך הייליגע אידן.

הינדערט פראצענט... איך רעדט ווען מען טוט נישט די אויסגעטרעטנע וועג

[quote=יעצט, לגבי די אויסערליכע ׳רעסטריקשענס׳ וואס א סיסטעם ברענגט מיט זיך, אויב ווילסטו בלייבן אין די סאסייעטי מוזטו זיך צושטעלן דערצו.[/quote]

סדא אזא זאך ווי זיך רעכענען מיט א יוד
איך רעדט דא נישט פון א אויסשליסלעכע אפיקורס דאס איז א שמועס פאר זיך

[quote=ממה נפשך, אויב ביסטו פון די אידן וואס האלטן אז ס׳איז נישט קיין נפקא מינה וויאזוי מ׳גייט אנגעטוהן (ס׳איז טאקע נישט קיין נפקא מינה) טא וואס גייט דיך אן צו בלייבן מיט די לבוש מיט וואס דו ביסט אויפגעוואקסן? דו ביסט אין א סאסייעטי וואס פארלאנגט עס אפילו דו האלסט אז ס׳פעלט בכלל נישט אויס, שטעל דיר צו. אפילו א גוי פארשטייט אז צו א ביזנעס מיטינג קומט מען נישט מיט שארט סליווס און קורצע הויזן, און די פאליטישאן אדער ביליאנער וואס ווערט מער נאכגעקוקט ווי א פשוטע מענטש פארשטייט אויך ס׳איז דא געוויסע לימיטעישענס וואס קומען מיט מיט די שטאנד אין וואס ער איז. [/quote]

גערעכט אבער מהאט אנגעזייעט א חורבן שוין
אין מיטן מער פארשיקן זיי וועסטן נאר מאכן א גרעסערע חורבן... אין נאך וועלען אוועקפאלען אין אייביג דארפן מאכן לימיטעשאנס אויפן חשבון פון דיין אייגענע חורבן

[quote=צדיקים האבן געזאגט אז פאר משיח וועט קומען וועט די מהלך זיין מיט אהבה. דו ווייסט וואספארא נחת רוח דער אייבערשטער האט ווען א איד שרייט און זינגט ״איי לאוו השם״?? ער כביכול קוועלט פון נחת!

אויב פילסטו אז א קומזיץ ברענגט דיר נענטער צום אייבערשטער, געגאנגען! זינג![/quote]

אזוי האלטסטו סא ווער האט דאס מחליט געוועהן
איינער אנדערש וועט שרייען אז דאס איז די זעלבע ווי איי לאוו השם

[quote=אויב א שבתון באגלייט פון ערליכע אידן און וואס די גדרי צניעות זענען איינגעהאלטן אויפן שטערקסטן פארנעם, וועקט אויף אין דיר א ריכטיגע טעם אין א הייליגען שבת, היידא! פאר!

אבער איין זאך יא. אויב האלטסטו אז מיטן דורכברעכן געוויסע גדרים און סייגים וואס זענען אנגענומען ביי אונז - וואס אונזערע פריעדיגע רבי׳ס האבן איינגעפירט ווייל זיי זענען געווען קלוגער ווי דיר. און זיי, ברוב קדושתם, האבן זיי בעסער פארשטאנען צום דור ווי סיי ווער - דאס גייט דיר ברענגן נענטער צום אייבערשטער, זיי וויסן אז דו מאכסט א גרויסע טעות! א טעות וואס גייט דיר אפקאסטן דורות. [/quote]

דאס האסטו געדארפט אריין באקן אין דעי קינדער ווען זיי זענען נאך געוועהן אין דיין מוסד אין מיט די ריכטיגע חינוך איז א סוקסעס אין אז איהר ווייסט נישט ווי אזוי זייט מוחל געבט אויף חינוך אין גייט לערען דיר קאמפיוטער

[quote=און צום שלוס. אויב פילסטו אז די סאסייעטי איז דיר אזא שטער, אויף אזוי ווייט אז דו קענסט נישט דינען דעם אייבערשטן אויף די וועג וואס דו פילסט איז ריכטיג, האב איך פאר דיר איין עצה; מופ קיין טעקסעס.[/quote]

איך בין ציפרידן דא אין טריי וויפיהל אויף מיין לעוועל איך קען העלפן

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3770
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג אפריל 24, 2018 12:27 pm

נער הייתי גם זקנתי און ווי עלטער איך ווער, ווערט דער וועלט אלץ ווייניגער שווארץ-ווייס, אלץ מער זעה איך עס זענען פארהאנען פיהל גרעי עריעס.

עס איז גוט צו געדענקען אז יעדער איז זיך מוחל די אייגענע עבירות, טא דארף מען נישט ווערען פארלוירען ווען א צווייטער איז זיך מוחל זיינע עבירות.

געוויס טאר מען נישט דערפאר מתיר זיין קיין איסורים אפילו כקוצו של יוד, ווייל די תוה"ק ווערט נישט נשתנה אפגעזעהן ווי פיהל אדער ווייניג מענטשען האלטען עס. וואס יא, דער שלום עלי נפשי קען מען יא א טראפעלע איינצוימען.

און לגבי מוסדות, יעדער פארשטייט אז מוסדות מעגען האבען תקנות און סטאנדארטען אויף עלטערען - ביז ווילאנג עס קלאפט נישט אויס אויף עצמו ובשרו. ודוק.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

צוויי שאלות אויף די מעשה מיט די פרוי וואס האט אנגעפאנגען צו דרייווען

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג אפריל 24, 2018 1:01 pm

אינגערמאן האט געשריבן:שוין ב"ה נאך אן אשכול איבער די נושא פון די קאלטע אידישקייט אין 2018

לאמיר אריינווארפן מיינע צוויי סענט מיט א מעשה פון א איד וואס איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן.. לאמיר אים רופן ר' יענקל..

יענקל איז ב"ה א וואוילער אינגערמאן, דאווענט בציבור 3 מאל א טאג, פרובירט נישט צו פארפאסן זיין טעגליכן שיעור, האט א פיינעם דזשאב ב"ה, 5 זיסע קינדער קע"ה, די עלטסטע איז 14 יאר, א עווערעדש אינגרמאן!

אביסל מער ווי א יאר צוריק האבן איינע פון זיינע קינדער געדארפט צוקומען צו א געוויסע טערעפי צוויי מאל א וואך. אנהייב האט די מאמע גענומען א קאר סערוויס, אמאל האט די טאטע געטראגן, אבער עס איז פארגאנגען די אפעטיט... ביז די מאמע האט זיך געלערנט דרייווען און זי האט אים אנגעהויבן צו טראגן.

ויהי היום, באקומט ער א טלפון קאל פון זיינע קינדערס מוסדות אז זיי האבן צוריקגעהערט אז די מאמע דרייווט און לויט זייערער תקנות טאר מען נישט דרייוון, ארויסווארפן אינמיטן יאר גייען זיי נישט, אבער פאר נעקסטע יאר זאלן זיי זוכן נייע מוסדות.

נא, נישט קיין פראבלעם, פעלט דען מוסדות אין מאנסי?? אבער למעשה ווען ער האט אנגעהויבן צו זוכן האט ער געזעהן אז עס איז יענע פרשה... אסאך גוטע מוסדות וואס לאזן יא דרייוון האבן נישט געהאט קיין פלאץ פאר אלע זיינע קינדער, צו אנדערע תירוצים. למעשה האט ער געטראפן א פיינע סקול, אבער א חדר האט ער געמוזט שיקן אין אזא חדר וואס ער האט געהאלטן אז עס איז ממש א בדיעבד, אבער אן אנדערע ברירה האט ער נישט געהאט. דאס האט זיך אפגעשפילט די אנהייב יאר.

פעסט פארווערד 6 חדשים, פארציילט מיר די אינגערמאן אז די רב אין שול האט אים געפרעגט וואס איז געשען מיט זיין 12 יעריגע אינגל, ער פלעגט דאווענען אין שול לעבן אים שיין און רואיג, און יעצט שפילט ער זיך א גאנצן ציייט אינדרויסן. און וואס האסטו אים געענטפערט? איך האב אים נישט געהעריג געענטפערט זאגט ער מיר, אבער די תירוץ איז:

א יאר פארדעם האט די רבי אין חדר אסאך גערעדט וועגן דאוונענען אין שול לעבן די טאטע, און געמאכט גורלות נאך שבת, אבער אין די מוסדות וואס איך שיק יעצט איז דאס נישט קיין ארטיקל.

א יאר צוריק האט מיין קינד מיר צודרייט געמאכט איך זאל אים אריינטראגן אין שטאט צו די גרויסע חתונה פון ---- רבי, ווייל אלע זיינע חברים זענען געגאנגען, און היינט שלעפט ער מיר צו א באל געים ווייל זיינע חברים גייען אהין.

א יאר צוריק האט זיך די גאנצע פסח געדרייט איבער תורות.. די סדר.. מאכן די מאסט.. די יאר איז ער שוין געווען ביזי אפאר וואכן פאר פסח צו מען קען גיין צו --- חול המועד ווייל צוויי פון זיינע חברים גייען אהין.

די קעמפ וואס ער איז געווען פאריאר איז שוין נישט גוט פאר אים!

עד כאן המעשה. זאל יעדער ארויסנעמען פאר זיך וואס ער וויל.

הצלחה און ברכה.

@הרב אינגערמאן,

איך האב צוויי שאלות אויף די מעשה,

איינס, האבן די עלטערען פראבירט מסביר צו זיין פאר די מוסד די סיבה פארוואס די פרוי האט אנגעפאנגען צו דרייווען?

צוויי, איז דאס אז די פרוי האט אנגעפאנגען צו דרייווען געווען אדורך גערעדט מיט זיין רב אדער רבי, אדער כאטש א רב אדער רבי ? (איך האף אז דער מאן האט א רב אדער רבי אז נישט האט ער דאך סתם אזוי א גרויסע פראבלעם..)

יעצט אויב האט דער יוד געפרעגט א דעת תורה וועגן דעם דרייווען און לאמיר זאגן יא באקומען א התיר, נוי וואלט ער דאך געדארפט דאס זאגן פאר די מוסד, און דערנאך אויב ס'העלפט נישט, בעטן זיין רב אדער רבי צו זיין בקשר מיט דעם מוסד, דערפאר זעה איך נישט ווי די מוסד איז שילדיג דא, אויב עפעס האט אדער דער מאן, נישט קיין דעת תורה, און דאס איז א ריזעגען פראבלעם פאר זיך, און האט דערפאר נעבעך אויסקלאפט אויף זיין שטוב, אדער האט דער מאן פאר סיי וואספאערע סיבה נישט אריינגעמישט זיין דעת תורה איז ווייטער נישט די מוסד'ס פראבלעם. בקיצור איך זעה נישט דא קיין שום עוולה פון די מוסד דערווייל.

עוד רגע אדבר, איך וויל מיך אביסעל מסביר זיין: דאס איז די מציאות אז אלע חסידישע רבנים און רבי'ס זענען א קעגן אז א פרוי זאל דרייווען, און וועגען גוטע און ריכטיגע סיבות. און אפי' זייער אסאך מענשטען פארשטייען עס נישט, טוישט זיך נישט די מציאות, און ווי געזאגט איז די הוראה כללית ביי אונז חסידישע יודן אז פרוי דרייווט נישט (אגב, ביי א מאן איז אויך דא א הוראה כללית אז בעסער אז מען זאל נישט דריווען ואכמ''ל). איך מיין נאר צו ארויס ברענגען פארוואס איך זאג, אז די מאן וואלט ווען געדארפט פרעגן א שאלה פאר זיין פרוי הייבט אן דרייוון , און אפי' זו האט א גוטע און ריכטיגע סיבה פארוואס זי דארף אנהייבן דרייווען, און פאר דעם פרעג איך צו די מאן האט געפרעגט א שאלה.

אגב, די נושא האט גארנישט מיט דעם אשכול און שטימט נישט מיטן קעפל...
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום דינסטאג אפריל 24, 2018 1:23 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » דינסטאג אפריל 24, 2018 1:21 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:צדיקים האבן געזאגט אז פאר משיח וועט קומען וועט די מהלך זיין מיט אהבה.

מקור?

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:דו ווייסט וואספארא נחת רוח דער אייבערשטער האט ווען א איד שרייט און זינגט ״איי לאוו השם״?? ער כביכול קוועלט פון נחת! .

מקור?

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג אפריל 24, 2018 1:38 pm

Goodmorning האט געשריבן:I want my child's moised to enforce an anti driving tekuna. We don't live in a mid bar. I know people who have more demanding medical situations with frequent trips and they wouldn't dream of driving.

אויב וואלט די טאטע געהאט א סמארטפאן אן פרעגן זיין רב וואלט די מוסד אויך ארויסגעווארפן זיינע קינדער ?

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג אפריל 24, 2018 1:54 pm

קאזאבלאנקא האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:צדיקים האבן געזאגט אז פאר משיח וועט קומען וועט די מהלך זיין מיט אהבה.

מקור?

דברי אמת להרה"ק מלובלין זי"ע פרשת כי תצא.
בית אברהם להרה"צ מסלאנים זי"ע חוה"מ פסח בשם הרה"ק הרבי רבי זושא זי"ע.

אוועטאר
יוד אלף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דינסטאג אפריל 24, 2018 2:08 pm

קאזאבלאנקא האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:דו ווייסט וואספארא נחת רוח דער אייבערשטער האט ווען א איד שרייט און זינגט ״איי לאוו השם״?? ער כביכול קוועלט פון נחת! .

מקור?

ליקוטי אמרים תניא פרק מ"ד (שצריכים לאומרו בפה אף שאין מרגישים- ואם עושים מה שצריכים כביכול הוא נח"ר לפניו)

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג אפריל 24, 2018 2:32 pm

קאזאבלאנקא האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:צדיקים האבן געזאגט אז פאר משיח וועט קומען וועט די מהלך זיין מיט אהבה.

מקור?

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:דו ווייסט וואספארא נחת רוח דער אייבערשטער האט ווען א איד שרייט און זינגט ״איי לאוו השם״?? ער כביכול קוועלט פון נחת! .

מקור?

קודם ישר כח פאר די וואס האבן זיך מטריח געווען נאכצוברענגן די מראה מקומות.

און צו דיר קאזאבלאנקא, דו דארפסט א מקור אז דער אייבערשטער האט א נחת רוח ווען א איד זאגט ״באשעפער איך האב דיך ליב״?? אדער אפשר איז דיין פראבלעם ווייל איך האב געשריבן אז ער זאגט עס אין די ענגלישע שפראך? ער איז דיין טאטע און ער ווארט צו הערן דיין קול.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג אפריל 24, 2018 2:34 pm

להודיע האט געשריבן:
קאזאבלאנקא האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:צדיקים האבן געזאגט אז פאר משיח וועט קומען וועט די מהלך זיין מיט אהבה.

מקור?

דברי אמת להרה"ק מלובלין זי"ע פרשת כי תצא.
בית אברהם להרה"צ מסלאנים זי"ע חוה"מ פסח בשם הרה"ק הרבי רבי זושא זי"ע.

א גרויסע שכח. ס׳איז דא פיל מער. כ׳העל מעתיק זיין און די קומענדיגע געלעגנהייט אי״ה.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » דינסטאג אפריל 24, 2018 2:41 pm

להודיע האט געשריבן:
קאזאבלאנקא האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:צדיקים האבן געזאגט אז פאר משיח וועט קומען וועט די מהלך זיין מיט אהבה.

מקור?

דברי אמת להרה"ק מלובלין זי"ע פרשת כי תצא.
בית אברהם להרה"צ מסלאנים זי"ע חוה"מ פסח בשם הרה"ק הרבי רבי זושא זי"ע.

אלעמאל געוואוסט אז דינען דעם אויבערשטן מיט אהבה איז א מדריגה וואס נאר צדיקים האבן געהאט,
געלעבט אין א טעות
ואכמ"ל

בדרך אגב, א ווארט פון בית אברהם, שקר החן והבל היופי אשה יראת ה' היא תתהלל, אז תאות פון חן ויופי, קען מען נאר בייקומען מיט יראה וד"ל, היפוך פון די פאלשע השפעה

יה"ר מלפניך ה' וכו' שיבנה בית המקדש במהרה בימינו וכו'

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אפריל 24, 2018 2:51 pm

להודיע האט געשריבן:
קאזאבלאנקא האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:צדיקים האבן געזאגט אז פאר משיח וועט קומען וועט די מהלך זיין מיט אהבה.

מקור?

דברי אמת להרה"ק מלובלין זי"ע פרשת כי תצא.

אין דברי אמת שטייט נישט דאס!

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בילדער, בעל דמיון און 13 געסט