מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דונש
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך יולי 12, 2017 9:15 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
און וואס איז מיט שכר שבת?
בהבלעה מיט וואס?

מיט א גמ"ח קידוש לבנה[/quote]
;l;p- :smile:
פארגעס נישט צו געבן א שמייכל, עס קאסט אייך סייווי גארנישט.

שמו
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך יולי 12, 2017 8:06 pm

גיי שוין גיי האט געשריבן:משה קומט אהיים מיט ליידיגע הענט פארגעסנדיג אז היינט איז זיין דריטע אינעווערסעטי,
די פרוי זיינע רופט זיך אן צו אים אינגאנצען באליידיגט,
משה איך האב טאקע נישט קיין שום חשיבות ביי דיר?
וויאזוי וואלטסטו געפילט ווען דו קומסט אהיים און דו זעסט מיר נישט פאר די אויגן??,
משה: זאל איך דיר זאגן דעם אמת!? עס וואלט מיר בכלל נישט געבאדערט!!

נעקסטע טאג משה קומט אהיים און ער זעט טאקע נישט זיין פרוי.
צומארגנס. עודך. ער זעט איר נישט.
צום דריטן טאג ...,, האט שוין משה געפילט סך בעסער. ער האט איר שוין געקענט באמערק פון די זייט פונעם רעכטן אויג,,,

אוטש!!!
כשמ"ו כן הוא

עצל פוילשטריק
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 7:23 pm

תגובהדורך עצל פוילשטריק » דאנארשטאג יולי 13, 2017 11:40 pm

העלאו האט געשריבן:שכוח שמאטע פארן ברענגען די ווערטל פון ר' אברהם מרדכי

גראדע האט ער געזאגט דארט נאך א טייער ווארט
אז די רעבעצין פון ר' שלום אליעזר מראצפוט זצ''ל איז געוועהן א אשה מלומדת און די חסידים פלעגן זיך טשעפענען מיט איר
האט איינער אמאל געזאגט פאר איר אז פרויען זענען ערגער ווי א בהמה וייל מען מאכט שלא עשני אשה און מען זאגט נישט שלא עשני בהמה איז דאך משמע אז פרויען זענען נאך ערגער ממילא זאגט מען שלא עשני אשה וייל מען כאפט אהן די ערגעסטע זאך
האט זי גענטפערט ניין שלא עשני בהמה קענט איר נישט מאכען וייל עס איז א ספק ברכה לבטלה ....

געהערט פון א. ש. ש. שו"ב, און ער האט מוסיף געווען ע"פ וואס שטייט אין ספר שבת של מי (פון א ספרד'ישן גדול פון צוויי דריי הונדערט יאר צוריק) פאר ער הייבט אן צו מפרש זיין פרק במה אשה, שרייבט ער בערך אזוי אין באלד: למה נסמכה פרק במה אשה לפרק במה בהמה, משום הקרוב קרוב קודם, ולא לחינם הלך זרזיר אצל עורב...., יעדער קען עס נאכקוקן, האט ער געזאגט אז לויט דעם איז מען שוין יוצא דעם שלא עשני בהמה ביי שלא עשני אשה דארף מען שויניש מאכן אן עקסטערע ברכה....

העלאו
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » פרייטאג יולי 14, 2017 6:46 am

עצל פוילשטריק האט געשריבן:

יא יא א באויסטע שבת של מי

העלאו
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » פרייטאג יולי 14, 2017 6:51 am

אפשר אביסעל צו שפעט אבער נאך אלץ א גוט ווארט

האב איך געהערט פון א בעל דרשן בדרך צחות אז וואס האט בלעם קודם נישט געמעגט גיין און נאר נאכדעם האט די אייבערשטער עהם געלאזט גיין ?
האט ער געזאגט קודם האט בלעם נישט באקומען קיין היתר צו גיין האט ער געטאנעט אבער אז ער דארף א היתר וייל עס איז דאך לצורך פרנסה וייל בלק גייט עהם געבן מלא ביתו כסף וזהב
האט דער אייבערשטער געזאגט אויב אזוי לצורך פרנסה דעמאלטס מעגסטו אבער איך וועל דיר לייגן א פילטער שם לו רסן בפיו און נאר וואס איך וועל דיר לאזן רעדן וועסטו קענען זאגן

העלאו
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » מאנטאג יולי 17, 2017 5:30 am

א רב פלעגט באקומען יעדע פרייטאג א גליון מיט שיינע תורות האט ער געהאט וואס צו זאגן ביי שלש סעודות

איין וואך האט זיין אימעיל נישט געארבעט און ער האט נישט באקומען די תורות

עס איז געקומען צו שלש סעודות פרעגט עהם די גבאי די רב וויל זאגן תורה ?

זאגט די רב אם אין קמח אין תורה אויב עס איז נישט דא קיין מעיל איז נישט דא קיין תורה

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 17, 2017 8:34 am

געהערט פון מו"ר ר' יעקב הארענשטיין זצ"ל מיוצאי וויען
אויפען וועק צוריק פון אמעריקא האט זיך לובלינער רב ר"מ שפירא זצ"ל אפגעטשעלט אין וויען
האט מע אים געפרעגט ווי אזוי זעט אויס אמעריקא?
האט ער דערציילט
א רב וואס א גאנצע וואך האט ער נישט ג'עפענט א ספר, ש"ק אינדערפרי ביים ליינען איז ער
געווען טרוד, ביי מנחה האט מען דאך שוין געליינט נעקסטע וואך
קומט צו סעודה שלישית "וועלכע סדרה?"
האט ער געזאגט אזוי
די ערשטע רש"י די וואך איז דאך מוראדיג שווער די מפרשים מוטשען זיך
דארף מען פארשטיין ווי קען דאס זיין ? רש"י הקדוש וואס ......... א גאנצע אריכות..........
נור דער עול הגלות און דער עול הפרנסה ....
ובא לציון גואל ומלאה הארץ דעה ......

נו וואדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג יולי 17, 2017 2:29 pm

איינער זאגט מיר נעכטן אז אויפן באס האט זיך אראפגעזעצט לעבן אים א גרויס שטיקל שוויץ מיט אביסל מענטש ארום............
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג יולי 17, 2017 2:30 pm

איינער זאגט מיר היינט אז מ'ברויך מאכן שלאף פילן מיט די זעלבע אינגרידיענס אווי זיין רב'ס דרשה ווייל דארט שלאפט ער אייביג גראד איין !!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג יולי 17, 2017 2:30 pm

ווען א מאן וויל וויסן וואסארא ארבעט ער דארף טוהן אינדערהיים...................זאל ער זיך פלעין אראפזעצן אויפן קאוטש !!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג יולי 17, 2017 2:31 pm

א שוטה האט אמאל אנגערופן חבירים אז ער זיצט אין זיין קאר און ער איז איינגעשפארט ווייל ער האט בטעות געלאזט די שליסלעך אינדערויסן

און ער ענדיגט צו " קומטס ווי שנעלער ווייל סיז זייער פארוואלקענט און ס'זעהט אויס ווי ס'גייט רעגענען עני מינוט און..............מיין דאך איז אפען !!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

זבחי צדק
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג יולי 17, 2017 2:31 pm

העלאו האט געשריבן:א רב פלעגט באקומען יעדע פרייטאג א גליון מיט שיינע תורות האט ער געהאט וואס צו זאגן ביי שלש סעודות

איין וואך האט זיין אימעיל נישט געארבעט און ער האט נישט באקומען די תורות

עס איז געקומען צו שלש סעודות פרעגט עהם די גבאי די רב וויל זאגן תורה ?

זאגט די רב אם אין קמח אין תורה אויב עס איז נישט דא קיין מעיל איז נישט דא קיין תורה

דער סענדזשארדזשער רב רמ"ה קאהן ז"ל פלעגט עס זאגן, אם אין קמח, אז ס'יז נישטא אין די 'מעיל' [א טשעק...], אין תורה...

נו וואדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג יולי 17, 2017 2:32 pm

א קינד בעט פון זיין טאטע זאל אים קויפן א "ספינער"
פרעגט אים די פאטער , וואס איז דאס

זאגט אים די קינד , מ'לייגט דאס ארויף אויפן פינגער און ס'דרייט זעך

זאגט אים דער טאטע ,"נאו וועי פאר 30 יאר צוריק האבעך ארויפגעלייגט עפעס אויף דיין מאמע'ס פינגער און זי דרייט זיך נאך ארום מיר ביזן היינטיגן טאג !!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג יולי 17, 2017 2:35 pm

א מאן זאגט פאר זיין ווייב איין צופריה , שפרינצא כאב הארץ ווייטאג כ'מיין כאב א הארץ אטאקע קענסט אפשר רופן די הצלה

זאגט זי , וואס איז די פעסווארד פון דיין פאון ?

זאגט ער ,אקעי ס'ווערט מיר שוין בעסער !!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג יולי 17, 2017 2:36 pm

דאס לעבן איז קורץ

סאו לאכטס ווילאנג איר האט נאך ציין !!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג יולי 17, 2017 2:36 pm

ס'גוט צו האבן א אפענע קאפ

אבער ניש אזא אפענע אז די מוח זאל ארויספאלן דערפון !!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג יולי 17, 2017 2:37 pm

תשנ"ז : דער ... רויט לייט פארוואס טוישט ער זעך ניש אויף גרין

תשע"ז: דער ... רויט לייט פארוואס טוישט ער זעך גרין ווען כ'האלט נאך אינמיטן טייפן !!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג יולי 17, 2017 2:37 pm

צוריק צו די ארבעט

כאמיר געבענקט
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

עצל פוילשטריק
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 7:23 pm

תגובהדורך עצל פוילשטריק » מאנטאג יולי 17, 2017 2:43 pm

קיקיון האט געשריבן:געהערט פון מו"ר ר' יעקב הארענשטיין זצ"ל מיוצאי וויען
אויפען וועק צוריק פון אמעריקא האט זיך לובלינער רב ר"מ שפירא זצ"ל אפגעטשעלט אין וויען
האט מע אים געפרעגט ווי אזוי זעט אויס אמעריקא?
האט ער דערציילט
א רב וואס א גאנצע וואך האט ער נישט ג'עפענט א ספר, ש"ק אינדערפרי ביים ליינען איז ער
געווען טרוד, ביי מנחה האט מען דאך שוין געליינט נעקסטע וואך
קומט צו סעודה שלישית "וועלכע סדרה?"
האט ער געזאגט אזוי
די ערשטע רש"י די וואך איז דאך מוראדיג שווער די מפרשים מוטשען זיך
דארף מען פארשטיין ווי קען דאס זיין ? רש"י הקדוש וואס ......... א גאנצע אריכות..........
נור דער עול הגלות און דער עול הפרנסה ....
ובא לציון גואל ומלאה הארץ דעה ......

דער ר' יעקב האט חתונה געהאט נאכן קריג אין וויען, ער פלעגט דארט פארלערנען א פעסטע שיעור אין גמרא יעדן טאג, איין טאג האט ער באמערקט אז ר' גבריאל פישער - פון די טעגליכע משתתפים ביים שיעור - פעלט היינט, האט ער זיך נאכגעפרעגט די סבה פארוואס, איז געקומען די תשובה אז זיין שוועסטער האט היינט חתונה און ער איז טרוד, נעמט ער זיך לאכן "וואס הייסט, איך בין דער חתן..."

עצל פוילשטריק
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 7:23 pm

תגובהדורך עצל פוילשטריק » מאנטאג יולי 17, 2017 2:52 pm

פארוואס גייען די ליטווישע מיט קורצע רעקלעך?

ווייל אין מדבר זענען דאך די קליידער מיט געוואקסן מיט די מענטש, אבער די ליטווישע טוען זיך אויס די רעקלעך ביים לערנען זענען די רעקלעך נישט געוואקסן בשעת'ן לערנען, במילא איז דאס געבליבן קורץ.

(געהערט פון י. י. ק.)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 17, 2017 3:27 pm

עצל פוילשטריק האט געשריבן: דער ר' יעקב האט חתונה געהאטנאכן קריגאין וויען, ער פלעגט דארט פארלערנען א פעסטע שיעור אין גמרא יעדן טאג, איין טאג האט ער באמערקט אז ר' גבריאל פישער - פון די טעגליכע משתתפים ביים שיעור - פעלט היינט, האט ער זיך נאכגעפרעגט די סבה פארוואס, איז געקומען די תשובה אז זיין שוועסטער האט היינט חתונה און ער איז טרוד, נעמט ער זיך לאכן "וואס הייסט, איך בין דער חתן..."

אני הפעוט דא האט געשריבן:

.................. וואס איך האב געהערט פון זיינס א תלמיד אין נייטרא
ווען ער איז אנגעימען קיין נייטרא האט ער אויסגעטוען די בעקישע משום כבודו פון הגה"צ ר' חמ"ד זי"ע
ער איז שוין געווען א מלמד אין וויען אלס חתן, דעם ערשטען טאג פון די ימי משתה איז ער געווען על משמרתו ,
איינער פון די כלה'ס ברידער איז געווען אין זיין כתה און האט געפעלט דעם נעקסטען טאג זאגט ער אים און אז א שוועסטער האט חתונה ...

---------------------------------------
נאך א מעשה וואס ער האט געהערט פון לבולינער רב
ער איז דא געווען בשעת דעם PROHIBITION און די צייטונגען זענען געווען וואס האט אין SUBWAY אראפגעלאזט א פעקיל מיט פלעשלעך בראנפען
און מען האט אים מעניש געווען ,,,
ר' מאיר האט זיך ג'חידושט ווי קען מען זיין אזא בטלן גיין מיט בראנפען אויף די באן
האט מען אים מסביר געווען בכוונה אלס רעקלאמע אזוי וועט די גאנצע שטאט וויסען ווי מען קען קויפען

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 17, 2017 3:52 pm

קיקיון האט געשריבן:מו"ר ר יעקב הארענשטיין זצ"ל איז געווען און לאנדאן בשעת WW2
ער איז געווען אין פאסט אפיס ווען מען האט געהערט די דייטשע V2 באמבעס קראכען איינס נאך דעם צווייטען
פרעגט דער פאסט איינגעשטעלטער
WHAT IS THEIR RUSH
__
מען פלעגט דאמאלט זאגען די אמעריקאנער, רוסען, און ענגלענדער זענען שותפים ALLIES
די אמעריקאנער געבעו געלט
די רוסען מענטשען
די ענגלענדער צייט

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג יולי 17, 2017 3:54 pm

נו וואדע מיר האבן זיך געבענקט נאך דיר!

נאדיר א ;l;p- פאר יעדע תגובה וואס דו האסט אריינגעווארפן דא איצט! ביזט אונז גאר שטארק מהנה!
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
לאנדאן שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm

תגובהדורך לאנדאן שטופער » דינסטאג יולי 18, 2017 9:16 am

T&C
צוגעלייגטע
image.png
קרעדיט קנאפער ידען
image.png (40.69 KiB) געזעהן 1446 מאל
שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר

אוועטאר
דונש
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג יולי 18, 2017 5:11 pm

פיין ! גאר גוט!
פארגעס נישט צו געבן א שמייכל, עס קאסט אייך סייווי גארנישט.

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Yahoo [Bot], מה שמו און 21 געסט