די לעצטע 5 טעג איז מיר עס נולד געווארן. ווען איך עפן ווארד אדער עקסעל קומט ארויף אזא ווארענונג:
ער ציילט מיר ספירה. יעצט האלט עס ביי 25 טעג פארבליבן. וואס מיינט עס?
כ'קען גארנישט קיין קאמפיוטער שפראך, דעריבער העלפט מיר ביטע אין פלעין אידיש וואס כ'האב צו טון. א ריזיגן דאנק.
נאך 25 טעג פארבליבן; וואס מיינט דאס?
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: נאך 25 טעג פארבליבן; וואס מיינט דאס?
ביי מיר האט זיך דאס אויך אזוי אנגעהויבן א שטיק צייט צוריק,
היינט שטייט דארט אז מיין אקאונט איז נישט אקטיוו,
איך קליק קלאוז, און שוין, ס'ארבעט געהעריג ווייטער
היינט שטייט דארט אז מיין אקאונט איז נישט אקטיוו,
איך קליק קלאוז, און שוין, ס'ארבעט געהעריג ווייטער
The Divided States Of America
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5625
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
Re: נאך 25 טעג פארבליבן; וואס מיינט דאס?
אויב האט איר א געהעריגע לייסענעס אפשר טשעק מיט די פילטער קאמפעני אויב זיי זעהן עפעס א בלאק פון מייקראסאפט וואס לאזט נישט וועריפיין די לייסענס
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 905
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm
Re: נאך 25 טעג פארבליבן; וואס מיינט דאס?
די קאמפיוטער וואס די נוצט איז קאנעקטעד מיט די אינטערנעט? אז נישט ציהד עס אהן פאר אביסל און עס ווערט לכאורה ווערן מסודר.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: נאך 25 טעג פארבליבן; וואס מיינט דאס?
א דאנק פאר אלע וואס האבן געהאלפן ברבים און אינישי. ותשועה ברוב יועץ. בפרט פאר הער ------- וועלכער האט מיר אנגעבאטן צו לעזן די פראבלעם.
למעשה האבעך 'אים' געלאזט ציילן, ביז ווילאנג ער איז אנגעקומען צו 0, און דאן האט דאס וואונדערליכע פאסירט: גארנישט! גענוי ווי ביי @יש בו.
אפגעקומען מיט שרעק.
דאס קומט היינט ארויף:
מ'איז עס מקבל באהבה, מ'דרוקט עקס און מ'גייטצעך ווייטער.