בלאט 1 פון 1

גייד צו קאלעקטן דעבט (חובות)

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 9:23 pm
דורך שוועמל
עמיצער איז מיר שולדיג געלט פאר מיין ביזנעס (א נישט-איד) און איך האלט אין איין שיקן אימעילס און בריוון, ער האט שוין אפילו געזאגט ער גייט צאלן צעביסלעך אהער אהין אבער למעשה זעהט מען נישט קיין געלט פון אים.

יעצט וויל איך עס איבערגעבן פאר א דעבט קאלעקטאר זאל טאן דעם זשאב פאר מיר. געווענליך די חברה דערשרעקן זיך דערפון ווייל זיי באריכטן עס און עס קען שאדן פאר יענעםס נאמען אדער קרעדיט סקאר.

וויל איך וויסן וואס זענען די געזעצן לגבי Debt Collection Practice Rules, עס זענען דא זאכן וואס מען דארף איינהאלטן אויב נישט קען מען נאך פארלירן דעם גאנצן חוב.
וויפיל מאל דארף מען אים קאנטאנקן בעפארן גיין צו דעבט קאלעקטארס?
אויף וועלכע וועג דארף מען קאנטאקטן?
ווילאנג מעג עס געדויערן?
איז אימעילס גענוג? אדער מוז זיין שריפטליך? אדער מונדליך?
מעג מען סטראשען?
וויאזוי באריכט מען דאס אנע גיין צו דעבט קאלעקטאר?
וכו' וכו'


שרייבענדיג טראכט איך מיר יעצט, אז איך קען אליינס שפילן אלס דעבט קאללעקטאר, כ'על שיקן א לעדערהעד מיט עפעס א פ.א. באקס און סטראשענען צו באצאלן. (אולי וועט עס העלפן וועל איך מיך שפארן די 50 פראצענט פארן דעבט קאלעקטאר..)
דארף איך האבן עפעס א נוסח פון א בריוו דערצו.


האט עמיצער עקספיריענס מיט דעם ענין?

דאנקע

געשריבן: זונטאג דעצמבער 13, 2009 8:28 pm
דורך גימעל
שוועמל וואס צו טוען ביי איד ווייסט איר יא, אויב זייט אזוי גוט און לערנט מיר, אויב נישט בעט איך פערזענדליך פון יעדן וואס ליינט מיינע ווערטער שעירט מיט מיר אייער נאלידז.
מיט דאנק.

געשריבן: מיטוואך ינואר 06, 2010 8:11 pm
דורך קבל את האמת
פרובירט דורך
ncourt.com
ביז 5000 דאלער
בדוק ומנוסה

געשריבן: זונטאג ינואר 15, 2012 2:39 am
דורך alte zida
א אידישע קאמפעני ARS קאלעקט געלט פארן עולם אין גרויסן זייער נומבער איז (845) 751-9398

געשריבן: זונטאג ינואר 15, 2012 11:38 am
דורך צולייגער
שוועמי, דא איז א א ליסטע פון בריוון

אויף שמחות

געשריבן: מיטוואך ינואר 13, 2016 4:58 pm
דורך בענקעל
העי נישט אזוי שטרענג!

ווער איז דאס.