בלאט 1 פון 6

טשעקס

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2006 10:57 am
דורך יאנאש
1. וואו איז א גוטע פלאץ צו באשטעלן טשעקס?

2. איך פלעג באשטעלן פון GG טשעקס, אדער איך האב פארלוירן זיין נומער, איינער קען עס?

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2006 2:32 pm
דורך איך_הער
קאמפעיוטער טשעקס איז די ביליגסטע ( אזוי מיין איך ) ביי טשעק אה מעטיק, קענסט אריין גיין דא און ס'געהערט פאר א יוד, גייט עס אריין אין כלל פון וחי אחיך עמך.
פריוואטע טשעקס איז די ביליגסטע ( אזוי מיין איך ) ביי טשעקס אנלימיטעד, קענסט אריין גיין דא, דאס געהערט שוין נישט פאר קיין יוד, עס אפ מיי נאלעטש.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2006 5:47 pm
דורך טאגליכט
יאנאש, וואס דארפסטו קאמפיוטער טשעקס? איך גיב דיר גערן אומזוסט.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2006 6:09 pm
דורך ניק
איך מיין אז טשעקס אנלימיטעד איז נאר ביליג די ערשטע מאל וואס מען באשטעלט ביי זיי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2006 6:38 pm
דורך איך_הער
איך ווייס נישט פארוואס דו טראכסט אזוי, גראדע האבן זיי זייער אסאך מאל זייער גוטע אפערס, און איך האב מיטגעהאלטן מיט איינעם וואס האט געקויפט פאר עטליכע וואכן צוריק, און יעצט נאכאמאל האבן זיי געגעבן א בעסערן פרייז.

געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2007 11:18 pm
דורך שוועמל
א הימלשרייענדע עוולה!!

איך האב יעצט געפענט אן אקאונט ביי סיגנאטשור בענק און מיט מיין תמימות זייענדיג א גרינער אינעם פעלד האב איך מיט מיין גוטסקייט באשטעלט ביי זיי 500 קאמפיוטער טשעקס, ווי וואלד רויבערס האבן זיי מיר גערעכנט גאנצע 125 דאלער דערפאר !!

נאכן זיך בארואיגן פון מיין עקסטייטמענט וואס קומט ביים עפענען אן אקאונט, האב איך סתם אזוי געזוכט אויף גוגל און געטראפן די זעלבע טשעקס פאר בלויז 43 דאלער !!!!!!!! נאך ביליגער ווי דעם לינק פון איך הער !

דא האט איר דעם לינק,
http://www.broadwaycomputerchecks.com/500lasprinch.html

געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2007 4:06 pm
דורך סאכדעס
איך האב אפאר וואכן צוריק באשטעלט ביי טשעקס אנלימיטעד, טאקע א דאנק יאכער.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 28, 2008 11:55 am
דורך דזשאמבא
פאר פריוואטע טשעקס ווי קען מען באשטעלן?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 28, 2008 12:16 pm
דורך לחיים ולברכה

געשריבן: דינסטאג יאנואר 29, 2008 10:38 am
דורך דזשאמבא
א גרויסן שכח, די זכות זאל דיר ביישטיין.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2008 1:04 pm
דורך פיקח
costco האט אויך זייער ביליגע טשעקס פאר ווער עס איז א מעמבער, איך האב יעצט באשטעלט 800 טשעקלעך פאר 20$.
דא איז די לינק
http://secure2.checks-and-forms.com/cos ... /start.dsp

טשעקס

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 08, 2009 10:25 am
דורך פוילישער
ישר כח פאר די אינפראמאציע

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 08, 2009 11:03 am
דורך וויכטיג מאכער
טשעקס אין די מעיל דאט קאם.

http://www.checksinthemail.com

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 08, 2009 11:03 am
דורך סתם_אזוי
סהאט גענומען אפאר מינוט, אבער איך האב געטראפן.

http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 7:03 pm
דורך פוילישער
איך האב באשטעלט 500 טשעקס ביי מיין באנק (קעפיטאל וואן) פאר'ן נישטיגן פרייז פון $47. איך האב עס באשטעלט אויפ'ן טעלפאון.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 7:24 pm
דורך וויכטיג מאכער
פוילישער!!! פארן נישטיגן פרייז? טשעק עס אויס...

געשריבן: מיטוואך יאנואר 20, 2010 11:49 pm
דורך פרייליכערהייט
איך ווייס נישט צו עס קומט אין די אשכול, אבער פארט נישט וויסענדיג ווי צו שטעלן אט די פראגע שטעל איך עס דא.

ס'איז מיר אפירגעקראצט געווארן, אלטע טשעקס, אין ווערט פון עטליכע הונדערט דאללאר, פון א קנאפע זעקס יאר צוריק... יא אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין עד...
מיין שאלה איז אזוי: קען איך פשוט אין פראסט אריינשפאצירן אין באנק, אויסשטעלן א דיפאזיט סליפ, און אהינגעבן די טשעקס און ערווארטן אז מען זאל קרעדיטירן מיין קאנטע מיט די געלט ? אדער וועלן זיי עס מיר פשוט און פראסט צוריק ווארפן אין פנים אריין, מיט א לעקציע, און א פלייץ פון געלעכטער, וועט זיך אויף זייער פנים באווייזן. און מיר פארשיקן מיט אזוינע בייזע בליקן, און איך וועל מוזן מיט א טרויעריגן פנים ארויסיאגן ?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 21, 2010 7:41 am
דורך למעלה משבעים
איך ווייס נישט וואס אין באנק גייען זיי טון, אבער גיבט א קוק, לכאורה ע"פ הלכה קען זיין איז עס נישט אויסגעהאלטן אן מודיע זיין דעם בעל הבית פון דעם אקונט, פארוואס?
איז אזוי, איך האב געהאט אזא מעשה, איך האב געגעבן א טשעק פאר אימעצען, און עס איז קיינמאל נישט דיפאזעט געווארן, האב איך געפרעגט מיין מורה הוראה וואס דארף איך טון, זאגט ער אזוי:
קודם זאל איך פרעגן פון יענעם ווי איז עס, אויב יענער געדענקט פון עס, און ער דערמאנט זיך אז ער האט עס טאקע נישט דיפאזט, זאל איך אים געבן א נייע טשעק.
אויב יענער זאגט איך געדענק נישט וואס איך האב געטון דערמיט, דאן איז המוציא מחבירו עליו הראיה, און איך בין פטור.
למעשה האט יענער געזאגט ער האט עס געגעבן פאר צדקה ווייטער, זאגט מיר דער מורה הוראה אז איך בין פטור, און אויב די צדקה גייט קומען מאנען פון יענעם עמער זען דאן.
יעצט, ביי אייער מעשה, אויב איז דאס א טשעק וואס איר האט באקומען פון איינעם נישט פון דער בעל אקונט, דאן איז לכאורה דער בעל אקונט פטור, און איך ווייס נישט אויב איר האט א רעכט ארויסצונעמען די געלט.
אבער פארוואס זאלט איר נישט בעטן פרישע טשעקלעך?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 21, 2010 10:33 am
דורך קרעמער
פארוואס ווייס איך אז נאך 6 מאנאטן איז א טשעק גארנישט ווערט?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 21, 2010 10:42 am
דורך סתם_אזוי
אבער אויב די באנק טעללער כאפט דיר נישט, דאן קענסטו עס דעפאזיטן.
אגב: כמיין סאיז 12 חדשים, נישט 6.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 22, 2010 7:10 am
דורך לאז געמאכט
ס'איז זעקס חדשים, איך האב געהאט א טשעק פון עטוואס מער ווי 6 דער טעללער האט עס בשום אופן נישט געוואלט אננעמען, זיי זענען געווארן זייער שטרענג אינדעם.

אמאל פלעגט עס דורך גיין זייער איזי, באט נישט זעקס יאר אלט פליז...

סתם אזוי איניש מענטש'ליך אריינצולייגן אזא אלטע טשעק ווייל אולי איניש דא קיין דעקונג, און יענער (און די אויך) וועלן דערפון האבן א געלט שאדן.

א יאר צוריק האביך מיטגעהאלטן אזא מעשה א אידן האט אריינגעלייגט א טשעק פון איבער א יאר אלט, די באנק האט עס גענומען באט ס'איז צוריק געקומען, ווייל די קאנטע אישוין געווען געשלאסן.

דער איד האט נאך געהאט די חוצפה צו בעטן די אפצאל וואס ס'האט אים געקאסט דאס צוריקקומען... א אוממענטש.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 04, 2010 9:55 pm
דורך לאז געמאכט
יעצט באשטעלט פיר קעסטלעך טשעק'ס פאר א טאטעל פון 16 דאלער! נישט קיין שיפינג נישט קיין טעקס, מחי'.

http://www.checksunlimited.com/PersonalChecksHome.aspx נוצט איינע פון די קאוד'ס ביים טשעק אוט: F724 or GM68

געשריבן: מוצ"ש פעברואר 20, 2010 8:40 pm
דורך אינגערמאן
לאז געמאכט האט געשריבן:יעצט באשטעלט פיר קעסטלעך טשעק'ס פאר א טאטעל פון 16 דאלער! נישט קיין שיפינג נישט קיין טעקס, מחי'.

http://www.checksunlimited.com/PersonalChecksHome.aspx נוצט איינע פון די קאוד'ס ביים טשעק אוט: F724 or GM68


דיינע קאודס ארבעטן מער נישט.

געשריבן: זונטאג פעברואר 21, 2010 7:04 pm
דורך לאז געמאכט
ס'איז נישט מיינע קאוד'ס... באט ס'אארבעט קלאר יא, כ'האב עס יעצט פרובירט.

עס איז נאר פאר ערשטמאליגע קאסטעמער'ס, (אלטע האבן אנדערע ספעשעלס) קען זיין די האסט שוין געקויפט ביי זיי אמאל ע"כ איזעס נישט דורך פארדיר.

געשריבן: זונטאג פעברואר 21, 2010 8:37 pm
דורך יוד איינער
יא! ביי מיר האט עס אויך געארבעט אמחי', נעכטן געקויפט צוויי קעסטלעך, דופליקעיט, פאר א דרייצן טאלער. עס איז שוין אויפן וועג...

שקויעך לאזי