אינוועסטירונגען; לייף אינשורענס, באנדס, מיוטשעל פאנדס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

אינוועסטירונגען; לייף אינשורענס, באנדס, מיוטשעל פאנדס

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 11:13 am

יעדער וואס איז שוין פאראיבער די שבע ברכות האט שוין מסתמא געהערט פון די אלע סארט נעמען מיט וואס די עיזשענטס לויפן נאך יעדן שנה ראשונה אינגערמאן, אויפקלערנדיג די וויכטיגקייט פון "שוין קויפן א פאליסי" ווייל יעצט קען מען זיך נאך פארפליכטן צו שפארן געלט ווען די הוצאות זענען נישט אזוי גרויס. און דערמיט זיך צו פארזיכערן מיטן עתיד אויף ווי ווייט מעגליך בע"ה.

די גאנצע 'עיזשענט' HUNT וואס איז היינט שוין נישט אזוי אין קראפט ווי אמאל, איז אין מיינע אויגן א בלויזע תוצאה פון טעלעקאם אדער זשולוועי, ווי כ'וועל מסביר זיין.

יעדער געדענקט ווען פיפיגע עיזשענטס פון די פירמע טעלעקאם (אזוי מיין איך) האבן זיך אנגעהויבן אריינצודרייען צווישן היימישן ציבור צורעדנדיג צו "שוויצן" זייער סערוויס פון בעל אטלענטיק צו זיי פאר פול ביליגער (לאנג איידער די סעלפאון עפאכע). יעדע צוויי און אהאלב כולל אינגעלייט זענען געווען בראוקערס פאר טעלעקאם אריינצוברענגען פרישע עיזשענטס. דאס ביסל פלענס וואס זענען פאקטיש פארקויפט געווארן איז דאן געווען א בחינה פון "איך נעם סערוויס ביי דיר און דו ביי מיר"..

ווען דאס האט געקראכט איז אפירגעקומען זשולוועי.
פיפיגע עיזשענטס האבן באוויזן אריינצוכאפן הונדערטער אינגעלייט צוזאגנדיג גאלדענע גליקן אויב ברענגט מען אריין נאך עיזשענס. טעכניש האבן די עיזשענטס גארנישט געברויכט טון מער ווי בלויז אריינברענגען נאך עיזשענטס.

נאטורליך האט דאס לאנג נישט געקענט אנהאלטן ווייל די וועלט וועט דאך מוזן אמאל אויסלויפן פון עיזשענטס, אבער ב"ה עס האט געקראכט שנעלער ווי געראכטן.


דאן האט דער ציבור אריבערגעשפרייזט צו אינשורענס.
מ'האט אנגעהויבן זען אינגעלייט מיט סוטקעיסעס און גלאנציגע בריפקעיסעס, מיט לעדערהעדס פון מעס-מיוטשועל, ניו יארק לייף אדער גארדיען. אנדערע האבן זיך צוגעכאפט צו אייראפעאישע בענק ווי די חתונה פאליסיס וכדומה. עס האט זיך געטון א געקויפאכץ און פארקויפאכץ ווי קיינמאל פריער. צום באדויערן אסך פון יענע פאליסיס שלאפן שוין היינט אויף אייביג טראץ נאכן איינצאלן שווערע אלפים די ערשטע יאר צוויי.

ויסעו מאינשורענס ויחנו בסטאקס.
די כוללים האבן ליטערלי געפירט וואל סטריט, ברצותו מייקר וברצותו מייזל. "כ'אב דיר געזאגט ס'גייט היינט ארויפגיין, זעהסטו!" אזוי האט מען כסדר געהערט צווישן די שתי שערות'ניקעס, הין און צוריק.

נאכן גרויסן סטאק מארקעט קראך האט זיך די באן אריבערגעריקט קיין ריעל עסטעיט.
נישט לאנג צוריק איז יעדער שמויגער געווען א גאנצער ריעל עסטעיט בראוקער, פליפער, בייער, אפרעיזלער, מארטגעזש לענדערס וכו'. אין קראלי ביהמ"ד איז געווען א פחד אריינצוגיין כידוע ווייל דער עולם פלעגט עמטליך געבן פאר די פושקעס אזוי פול ווי "פוינט טו פייוו" אדער "וואן פוינט זערא", און דאס איז געווען אין א פשוטע וואכן טאג.

היינט האט זיך שוין אויך ריעל עסטעיט געענדיגט. אבער נישט געזארגט דערווייל איז דער עולם אויף וואקאציע פון די לאנג פארצויגענע ביזנעס אקטיוויטעטן, ויסעו מריעל עסטעיט ויחנו בתחת.

***
פון די אמאליגע אינשורענס עיזשענטס זענען געבליבן ממש געציילטע וואס האבן באמת געטראפן זייער פאך דערינען און פארשטייען דערצו גרינטליך. און א טייל פון די מענטשן טוען נישט נאר אין אינשורענס, נאר אין פארשידענע סארטן אינוועסטירונגען ווי באנדס, מיוטשעל פאנדס, סטאקס, סידי'ס, וכו'.

ס'האט מיר אמאל מסביר געווען אן אינשורענס עיזשענט אז די סיבה פארוואס היינט קוקט מען אזוי אראפ אויף אינשורענס עיזשענטס איז ווייל דעמאלטס איז יעדער געווארן בראוקערס אן זיך צו לערנען געהעריג און פארשטיין פונקטליך וואס דאס איז. דערפאר האבן קאנסטראקטעד שלעכטע פאליסיס וואס דער פאליסי האלדער האט עווענטועל נישט געקענט נאכקומען און געלאזט לעפסן.
דעריבער האבן מענטשן אנגעהויבן טראכטן אז אינשורענס לוינט זיך נישט, און טייל האלטן ס'יז גאר א שווינדל וכדומה וויבאלד די עיזשענטס האבן שלעכט געהאנדעלט.


איך פערזענליך בין נישט קיין אינשורענס עיזשענט און איך פארשטיי נישט אזוי פונקטליך דערצו, אבער איך וואלט זייער געוואלט אויסשמועסן
לייף אינשורענס
אין לייף אינשורענס איז פאר יעדן באקאנט איז פארהאן צוויי הויפט קאטעגאריעס.
האל לייף אדער טיורם לייף.
טיורם לייף ווייסט דאך יעדער אז דאס איז נישט אויפן גאנצן לעבן, נאר ווילאנג דו צאלסט איין דאן אויב עפעס פאסירט ח"ו ביסטו אינשורד.

לעומת זה א האל לייף, צאלסטו איין כך וכך יארן און דערנאך בלייבסטו אינשורד. פארשטייט זיך כדי צו בלייבן אינשורד ברויך מען איינצאלן פול פול מער ווי ביי א טיורם לייף.

געוויסע מענטשן דערשרעקן זיך פון די ווארט "האל לייף אינשורענס פאליסי". אבער מען דארף וויסן אז די בענעפיטן פון א האל לייף פאליסי זענען פולפאכיג, עס קען גענוצט ווערן ווי א סעיף דעפאזיט באקס, ווי א פערסאנעל לאונער, ווי א חתונה פאליסי, א דיסעביליטי וועיווער, און אויך ווי א לייף אינשורענס.. ועד הרבה.

היינט צוטאגס וועט יעדער בראוקער צורעדן צו מאכן א האל לייף אלס די פריימערי אינוועסטירונג. דאס איז חוץ דעם וואס פון דעם מאכט ער די מערסטע געלט. אבער נאכן אדורכטראכן זעט מען באמת אז דאס איז די מערסטע פארזיכערטסטע אינוועסטירונג.
אבער א פאליסי איז צוגלייך זייער פלעקסיבל, און דארף זיין גוט געשריבן צוגעפאסט צום פאליסי האלדער, זיינע מעגליכקייטן און באגרעניצונגען. אז נישט וועט נישט טויגן און דער פאליסי וועט נישט לוינען.


איך האב נאר געשריבן אויבערפלעכליך און בכלל נישט אריינגעגאנגען בעובי הקורה. איך וועל דאס לאזן פאר די פראפעסיאנאלע עיזשנטס פון דא איבערצונעמען דאס ווארט און ענטפערן קאשעס פארן עולם.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 7:30 pm

זייער שיין באשריבן, איך האב א חבר א גאר גרויסע לייף אינשורענס אגענט וואס האט מיר אמאל פארשפראכן אהערצוקומען דא ענטפערן שאלות, איך האב עס געלאזט גיין שלאפן, אבער נאך דעם אשכול גיי איך אים נאכאמאל אהעררופן (אבער שוועמל... איך ווארט אויף עפעס!)
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

ראטגעבער
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 3:30 pm

תגובהדורך ראטגעבער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 9:34 am

א גרויסן שכוח שוועמל פארן ענטפערן, איך האב נאך אסאך קשיות וואס איך וועל לאזן פאר שפעטער.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 10:06 am

ביסט א ראטגעבער, אדער דו האסט קשיות?

גרויזי, וואו איז דיין חבר, איך האב גערעדט מיט עם, ער זאגט מיר אז דו נעמסט קעיר..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 5:01 pm

איך בין א לייף אינשורענס אגענט אי"ה מארגן וועל איך אריינגיין בעובי הקורה
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 10:14 am

עז פראמיסט וועל איך אביסל אריינגיין אין א הסבר אויף לייף אינשורענס
איך וועל נאר אנרירן בקיצור נמרץ די יסודות פון די פארשידענע פראדוקטן אין ווער עס האט מער פראגעס קען פרעגן אין איך וועל פרוואון ווי ווייט מעגליך צופרידענצושטעלן מיט ענטפערס
פארשטייט זיך אז אויב די שאלה איז מער קאמפליצירט אין פריוואט אדער שאלה'ס אויף עקזעסטירענטע פאליסיס וואס איר האט קען איר מיך שרייבן א פריוואטע הודעה
איך בין לעת עתה נישט פארבינדן צו קיין שום קאמפעני איז ממילא האב איך נישט קיין פערזענליכע נטויה וואן ווע אר דע אדער
lifeinsuranceny@gmail.com (347) 394-7715 :די באריכט איז געספאנסערט דורך


וואס איז לייף אינשורענס בכלל?
היות האדם לא ידע את עתו אין א מענטש איז קיינמאל נישט פארזיכערט מיט זיין לעבן, קומט אויס אז אויב חלילה פאסירט דאס אומגליקליכעס אין דער מענטש פארלאזט דעם עולם השפל פאר די צייט (זאל עס ביי קיינעם נישט פאסירן, אבער זאל זיך קיינעם נישט דמיונ'ען אז דאס פאסירט נאר צו א חברה שטארבערס), בלייבט די משפחה אן א ברויט געבער (ווען דער ארבייטער אין די משפחה שטארבט געווענליך דער טאטע) אדער אן איינער וואס זאל קאכן באקן רוימען אין זיך אפגעבן מיט די שטוב אין קינדער (געווענליך די מאמע) וואס די ביידע זאכן איז כמעט נישט במציאות אז ס'זאל אנגיין ווייטער אויפן בעסטען אופן אן א קאסע וואס זאל באצאלן פאר די אוימגעהויערע הוצאות וואס דאס לעבן קאסט אפ, אסאך מאל קען דאס זיך ציען יארן לאנג (ווען זיך ווען דער מענטש שטארבט אין וויפיל קינדער אין חובות ער לאזט איבער).

דערפאר האנדלט מען זיך איין א לייף אינשורענס פאליסי וואס איז דער טייטש אז מען צאלט א געוויסע סכום א יאר (פרומיום) פאר א אינשורענס קאמפאני וואס נעמט זיך דערפאר אונטער די ריזיקע צו באצאלן א גרויסע סכום (דעט-בענעפיט אדער פעס-עמאנט) ווען דער מענטש שטארבט וואס די יורשים (בענעפישיעריס) באקומען אינקאם-שטייער פריי, פארשטייט זיך ווי עלטער די מענטש איז, אדער וויפיל מער געזונטהייט פראבלעמן ער/זי האט, אדער ווי גרעסער דער פאליסי סכום איז אלץ מער ריזיקע איז דאס פאר די אינשורענס קאמפאני איז דערפאר וועלן זיי רעכענען מער.

ומכאן הקריאה יוצאת: א לייף אינשורענס פאליסי איז איינס פון די וויכטיגסטע זאכן וואס א מאן/ווייב טאטע/מאמע דארף קויפן בכדי נישט צולאזן לעבענסגעבליבענע אויפן וואסער (אדער בעסער זינקען אונטערן וואסער פון חובות אין נישט האבן פון ווי צו נעמען פאר ברויט), די אלע אפיעלס, פארטיס אדער טיי אווענטס וואס קומט פאר צו ראטעווען אלמנות ויתומים פון אונטערגאנג וואלט נישט פארקגעקומען ווען דער עולם האט שכל לראות את הנולד, ס'ווייסן אלע גוט ווי שווער דאס לעבן קען זיין ווען איינער ברענגט פרנסה אין שטוב אדער ווען די מאמע טוט די שטוב ווירטשאפט, נו שטעלט אייך פאר ווי פיל שווערער ס'איז אן דעם, ווען וועלט איז וועלט וואלט דער עולם נאכגעלאפן די אינשורענס אגענטן נישט פארקערט, שולדיג אין דעם זענען די אינשורענס אגענטן אליין פארן פרובירן צו שטופען טייערע אינשורענס מיט אינוועסמענטס פאר כולל יונגעלייט אדער מאכן א פשוטע זאך ווי א לייף אינשורענס פאליסי קאמפלאצירט כהלכות קינין ונדה, אין זיך דורכאויס פארשאפט א שווער נאמען ביים עולם, אבער ווערט נישט צומישט לייף אינשורענס איז שטערבליך (אדער ענדערש לעבענס) וויכטיג, אין מען טאר דאס נישט נעמען לייכט.
לייף אינשורענס בהלכה ובספרים עיין כאן: http://www.mediafire.com/file/thdvnobyh ... alacha.pdf

א צווייטע סיבה צו קויפן לייף אינשורענס איז איבערצולאזן ירושה פאר די קינדער לאחר מאה ועשרים

א דריטע סיבה צו קויפן לייף אינשורענס איז פאר שותפים אין א ביזנעס צו קענען אויסקויפן דעם שותף'ס חלק (באי-סעל אגרימענט) פון זיין משפחה אויב שטארבט ער, אדער פאר א בעה"ב פון א ביזנעס צו קויפן אויפן ארבעטער (קי-עמפלאיע) צו קענען שנעל אויפנעמן אנדערע ארבעטער אדער ארבייטערס אויב שטארבט ער.

א פערטע סיבה צו קויפן לייף אינשורענס איז פאר איינער וואס האט א גרויסע עסטעיט (לאטס, הייזער, פעלדער, ביזנעסער, גרויסע אינוועסמענטס, וכדו') צו קענען באצאלן אין ראטעווען די עסטעיט פון פעטער שמואל'ס הענט אין די פארם פון פראבעיטשען, עסטעיט שטייער אין קאורט קאסטן.

די פיפטע סיבה וואס איז איינע פון די שטערקסטע סיבות פארוואס מענטשען ווילן קויפן לייף אינשורענס אחוץ פון די עצם סיבה פון ריין אינשורענס, איז די אינוועסמענט חלק ווי מען קען שיין פארדינען במשך די יארן אין נישט ברויכן צו צאלן אינקאם שטייער ווילאנג די געלט זיצט דארט (משא"כ ביי סעווינגס אדער סידי אקאונט אדער געווענליכע סטאקס באנדס אין מיוטשעל פאנדס), אין אפילו ביים ארויסנעמן איז געוויסע חלקים פטור פון אינקאם שטייער.

די גאנצע איידיע פון פארדינען געלט אין אן אינשורענס פאליסי איז אן המצאה פון די אינשורענס קאמפאניס צו עטרעקטן דעם עולם אין פארשטייט זיך אז פעטער שמואל איז נישט צו פרייליך דערמיט ווייל ער קען נישט איינקאסירן אינקאם שטייער איז דערפאר האלט ער עס געצוימט מיט א שטארקע האנט וויפיל די מאקסימום וואס מען קען פארדינען איז, אין מכאן ואילך ווענט זיך עס אין די חכמה פון די אינשורענס קאמפאניס צו קענען אריינפאקן ווי מער פארדינסטן פארן קאסטומער (אין פאר זיך אויך) בתוך גבולי הגעזעץ.

יעצט וועלן מיר גיין ווייטער צו ערקלערן די פארשידענע פראדוקטן פון לייף אינשורענס, ואלו הן:
1. טורם לייף, 2. האול לייף, 3. יוניווירסעל לייף, 4. וועריעבעל לייף

1. טורם לייף > ריין אינשורענס (נישטא קיין שום פארדינסטען), זעלבע פרומיום פארזיכערט אויף צייטווייליג (10, 20 אדער 30 יאר וכדו'), גילטיג ביזן עלטער פון 70 אדער 90
2. האול לייף > אינשורענס מיט זיכערע פארדינסטען, זעלבע פרומיום פארזיכערט אויף שטענדיג, גילטיג ביזן עלטער פון 121
3. יוניווירסעל לייף > אינשורענס מיט פארדינסטען, פלעקסיביל פרומיום, גילטיג ביזן עלטער פון 121
4. וועריעבעל לייף > אינשורענס מיט פארדינסטען וואס ארבייטן דורך אינוועסמענטס אין מיוטשעל פאנדס, גילטיג ביזן עלטער פון 121

המשך יבא......
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 10:32 am

זייער א שיינער אנהויב!

מיר ווארטן אויף נאך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 11:08 am

יישר כח כהן, זייער קלאר און שיין אראפגעשטעלט די יסודות פון לייף אינשורענס.

האלט אן !

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 2:02 pm

פאראן אריין גיין אין מער דעטאלן איבער די פארשידענע פאליסיס וואס מיר האבן פריער אויסגערעכנט וועל איך אויסרעכענען אפאר וויכטיגע פרטים וואס זענען נוגע ביי קויפן לייף אינשורענס

* איעדע קאמפאני האט אפאר געזונטהייט קלאסן (רעטינג) פאר נישט-רייכערערס אין אפאר פאר יא-רייכערערס ווי אויך א אגאנצע ליסט פון קלאסן פאר מענטשען מיט פארשידענע געזונטהייט פראבלעמען, ווי נידריגער די קלאס אלץ טייערער איז די אינשורענס (ווייל דאס ווערט אויסגעטייטשט אז די מענטש וועט נישט לעבן אזוי לאנג איז ממילא איז דאס א גרעסערע ריזיקע פאר די קאמפאני דערפאר זענען די קאסטן טייערער).

* די זאכן וואס קענען עפעקטן די געזונטהייט קלאס איז: בלוט-טעסט רעזולטאטן, יורין-ספעסימען רעזולטאטן, וואג קעגען הויך רעכענונג (בי עם איי), בלוט-דרוק, פאולס, ניצן טאבאקא אדער ניקאטין פראדוקטן, אלקאהאל אדער דראגס, וויזיט צום דאקטאר, אויב מען איז דורכגעגאנגען געזונטהייט טעסטן אדער אפעראציע, געזונטהייט פראבלעמען, מעדיצינען וואס מען נעמט, אויב מען האט פארלוירן וואג, אויב מען איז געווען דיסעבעלט פאר א מער ווי 30 טאג, געזונטהייט פראבלעמען אין די נאנטע משפחה היסטאריע, דרייווינג רעקארד פראבלעמן, פארברעכן רעקארד, נישט געווארן אנגענומען ביי א צווייטע אינשורענס קאמפאני, אויב מען פארט ארום צו פארשידענע לענדער, אויב מען פירט פארשידענע וויהיקאלס וואס קענען זיין מער סכנה'דיג ווי א קאר (פליגער מאטאר-ביציקעל וכדומה), אויב מען שפילט עקסטרעם ספארטס, אויב די אקאפאציע (ארבייט פרנסה) דרייט זיך ארום שעדליכע מאטיריעל (ווי יונגער מען איז אלץ בעסערע שאנסן האט מען צו ווערן קוואליפיצירט אין א בעסערע געזונטהייט קלאס).

* ווען מ'קויפט אינשורענס וועט די קאמפאני אדער אגענט אראפשיקען אן מעדיקעל עקזעמינער צו מאכן א מעדיקעל אונטערזוך, די קאמפאני צאלט דערפאר אין די קאסטומער האט די רעכט צו בעטן קאפיס פון די רעזולטאטן, ווי אויך וועט די קאמפאני נאכגיין אלע מעדיקעל רעקארדס בכדי צו קענען קוואליפיצירן די קאסטומער אין א געזונטהייט קלאס אדער גאר זאגן אז דער קאסטומער איז צו קראנק צו קענען קויפן אינשורענס.

* אין א פאליסי קענען זיין פיר קלאסן מענטשען אויף דעם זעלבען פאליסי 1) דער אויף וועמענס לעבן מ'קויפט די פאליסי (אינשורט) 2) דער בעל-הבית אויף די פאליסי (אונער) 3) דער וואס צאלט (פעיאר) 4) דער וואס באקריגט די פאליסי געלט איינמאל דער אינשורט שטארבט (בענעפישוערי). דער געזעץ זאגט אבער אז די פיר מוזן האבן א פינאנציעלע אינטערעסע אינעם אינשורט (פאמיליע אין א גראדע ליניע זיידע-טאטע-אייניקעל ארויף אדער אראפ, אבער נישט קיין ברודער קאזין אדער פעטער וכדו' אדער ביזנעס אינטערעסע אין א ביזנעס פאליסי ווי ערווענט אויבן).

* א פאליסי ווערט געצאלט פאראויס (פאר די יאר וואס מען גייט זיין פארזיכערט) מען קען צאלן יערליך, צוויי מאל א יאר, יעדע פערטל יאר, אדער חודש'ליך. ווי מער מען צוטיילט דאס צאלן אלץ טייערער קומט דאס אויס פער יאר (ווייל די קאמפאני האט נישט די געלט פאראויס). אין ניין מען קען נישט צאלן מיט קרעדיט קארט!

* די מאקסימום סכום וויפיל אינשורענס מען קען באקומען ווערט באשטימט דורך די אינשורענס קאמפאני באזירט אויף פארשידענע פינאנציעלע פאקטן ווי פינאנציעלע ווערט (נעט-ווארט), יערליכע געהאלט, אויב מען פארמאגט א הויז, וויפיל אינשורענס מען האט שוין, צו מען איז פארהייראט, וויפיל קינדער מען האט, וויפיל מענטשען מען האלט לעגאל אויס מיט פרנסה, די סיבה פארוואס מען וויל קויפן די פאליסי וכדו'.

* די ערשטע צוויי יאר פון א פאליסי (קאנטעסטעבל-פיריאט) קען די אינשורענס קאמפאני צוריקקוקן אויפן אפליקאציע אין נאכפארשטען צו זען אויב אלע אינפארמאציע וואס מען האט געגעבן בשעת'ן קויפן די פאליסי איז אמת, אויב טרעפן זיי עפעס אינפארמאציע וואס וואלט דעמאלטס געקומען צו די החלטה אז מען קען נישט פארקויפן די פאליסי קען די קאמפאני למפרע בטל מאכן די פאליסי אין צוריקגעבן די פרוימיום וואס מען האט איינגעצאלט, אויב די אינפארמאציע וואס מען טרעפט וואלט נאר טייערער געמאכט די פאליסי מעגן זיי צובעטן מער פרוימיום אבער נישט בטל מאכן די פאליסי, נאך די צוויי יאר קענען זיי מער נישט נאכפארשטן אין כ"ש נישט בטל מאכן די פאליסי.

* מען טאר נישט לכתחילה מבטל זיין אן עקזענסטירענדע פאליסי בכדי מיט די געלט צו קויפן א פרישע פאליסי.
* מען קען אריינשרייבן אין די פאליסי ווער ס'זאל זיין די ממלא מקום אויב די ערשטע אונער אדער בענעפישוערי שטארבט אין ס'דארף ווי אויבן געשמועסט האבן א פינאנציעלע אינטערעסע אינעם אינשורט.

* ס'איז דא פארשידענע ביילאגעס (ריידערס) וואס מען קען צולייגן צו א פאליסי אין איעדע פראדוקט האט אנדערע ריידערס וואס מען קען פאר מער געלט צולייגן, די וויכטיגסטע ריידער איז א וועווער-אף-פרומיום דאס איז א ריידער וואס מען קען האבן ביז די עלטער פון 65 וואס זאגט אז אויב די אינשורט ווערט דיסעבעלט (נישט ביכולת צו ארבעטן מער) וועט די אינשורענס קאמפאני צאלן ווייטער די פילע פרומיום.

* מען קען נישט פארקויפן א פאליסי אן געבן פארן אינשורט/אונער א פונקטליכע חשבון (אילאסטראציע/אילאסטרעשאן) וויאזוי דער פאליסי גייט אויסקוקן במשך אלע יארן.

* דער אגענט וואס פארקויפט די פאליסי מוז זיין לייסענסט אין די שטאט ווי מ'פארקויפט די פאליסי.

* דער אגענט מעג נאר נעמען די ערשטע פרומיום דערנאך דארף מען עס אליין אריינשיקן צו די קאמפאני.

אז די קאפ שווינדלט אייך נאכנישט העלן מיר ווייטער מסביר זיין די פיר הויפט פראדוקטן פון לייף אינשורענס:

די בעסטע פראדוקט איז האול לייף ווייל די אינשורענס איז גילטיג אויף שטענדיג, די פרומיום איז פארזיכערט אויף שטענדיג (בלייבנדיג די זעלבע פרייז דורכ'ן גאנצן לעבן פון די פאליסי), אין די פארדינסטען זענען פארזיכערט, עס איז די בי עם דאבליו פון לייף אינשורענס אבער פארשטייט זיך אז כדי די פרומיום אין אינשורענס זאל זיין פארזיכערט אויף שטענדיג (ווילאנג דער מענטש וואס איז פארזיכערט לעבט) אין ווי אויך אז די פאליסי זאל ברענגען פארדינסטן קאסט עס אסאך טייערער פער יעדע דאלאר פון אינשורענס אין נישט יעדער קען דאס צאלען איז דערפאר קויפן רוב מענטשען טורם לייף וואס געט אסאך דעט-בענעפיט פאר א צענטל די פרייז.

טורם לייף איז רעקאמענדירט פאר ווער עס דארף די אינשורענס אבער קען נישט עפארדן די פרייז פון א האול לייף
האול לייף איז רעקאמענדירט פאר ווער עס דארף די אינשורענס אין קען יא עפארדן די פרייז פון א האול לייף
אדער קען מען קויפן א קלענערע סכום האול לייף אין די איבריגע טורם לייף

טורם לייף געווענליך קען מען שפעטער טוישן צו האול לייף איז דערפאר איז זייער שטארק כדי צו קויפן טורם לייף פון א אינשורענס קאמפאני וואס פארקויפט האול לייף (נישט אלע פארקויפן עס) אין האט גוטע האול לייף פראדוקטן מיט הויכע זיכערע פארדינסטן, אין א אינשורענס קאמפאני וואס איז אין א גוטע פינאנציעלע צושטאנד מיט א סאליט רעקארד.

ס'איז דא 4 רעטינג קאמפאניס וואס געבן ארויס כסדר'דיגע באריכטן אויף די פינאנציעלע צושטאנד פון די אינשורענס קאמפאניס ואלו הן: 1) עי אם בעסט 2) פיטזש 3) מאאדי'ס 4) עס & פי. פאלגנד זענען איז א שטיקל ליסט פון קאמפאניס וואס זענען דאס יאר ערשינען אויבנאן מיט גוטע רעטינגס: ניא יארק לייף, מעס מיוטשעל, נארוועסטערן מיוטשעל, גיווארדיען לייף, מעט לייף, פעסיפיק לייף, דזשאן הענקאק לייף, לינקאלן נעשיאנעל לייף, פרינסיפעל לייף. (מעט לייף למשל האט אין 2008 געשריבן 3 מאל אזויפיל אינשורענס ווי ניא יארק לייף אבער מעט לייף'ס רעטינג איז אסאך שוואכער ווי ניא יארק לייף ווייל מעט לייף טוט אסאך אינוועסטירען אין סטאקס משא"כ ניא יארק לייף נישט, ביי די מעדאף קראך האט מעט לייף אסאך דערלייגט אין ני"ל כמעט גארנישט).

די חילוק צווישן טורם לייף אין האול לייף איז פשוט די זעלבע חילוק צווישן צאלן רענט אדער מארדגעדזש פאר א דירה

רענט= מ'צאלט רענט פאר די צייט וואס מ'וואוינט אין די דירה איינמאל די ליעס איז אריבער אדער מ'ציהט זיך אריבער צו אן אנדערע דירה האט מען מער גארנישט מיט די געלט וואס מען האט איינגעצאלט.
טורם לייף= מ'צאלט פרומיום פאר די צייט וואס מ'איז פארזיכערט מיט לייף אינשורענס איינמאל די פאליסי יארן איז אריבער אדער מ'איז מבטל די פאליסי האט מען מער גארנישט מיט די געלט וואס מען האט איינגעצאלט.

מארדגעדזש= מ'צאלט געלט פאר די באנק פאר די דירה וואס מ'האט געקויפט א חלק געלט גייט פאר אינטערעסע אין דאס איבריגע געלט נעמט אראפ פון די הלואה (ד. ה. אז סוף טאג בלייבט די געלט אין טאש) איינמאל די מארדגעדזש יארן איז אריבער אדער מ'פארקויפט די דירה האט מען א אויסגעצאלטע דירה ווערט די גאנצע געלט וואס מען האט איינגעצאלט אדער נאכמער.
האול לייף= מ'צאלט פרומיום פאר די צייט וואס מ'איז פארזיכערט מיט לייף אינשורענס א חלק געלט גייט פאר אינשורענס אין דאס איבריגע געלט גייט פאר אינוועסטמענט (ד. ה. אז סוף טאג בלייבט די געלט אין טאש) איינמאל א געוויסע סכום יארן איז אריבער האט מען אין די פאליסי די גאנצע געלט וואס מען האט איינגעצאלט אדער נאכמער (ווייל די אינטערעסע פון די אינוועסטמענט חלק האט אריינגעברענגט מער געלט וויפיל ס'האט בכלל אפגעקאסט). אויסער דעם וואקסט די דעט-בענעפיט העכער ווי ס'איז געווען ארגעניאל.

די געלט וואס ליגט אין די פאליסי הייסט קעש-וועליו. וואס מ'קען טון מיט די געלט אין די פאליסי:
-מען קען אויפהערן צו באצאלן פרומיום אין די פאליסי וועט זיך באצאלען פון זיך אליינס(געוויסע מער טייערע האול לייף איז דאס פארזיכערט אין אנדערע נישט)
-מען קען באקריגן א יערליכע פארדינסט פון די פאליסי
-מען קען ארויסנעמען א געוויסע חלק פון די געלט (דאס שלעפט אראפ די דעט-בענעפיט)
-מען קען נעמן אן הלואה אנטקעגן די געלט וואס ליגט אין די פאליסי (די הלואה וועט וואקסן מיט אינטערעסע ווי א געווענליכע הלואה אבער ווילאנג די פאליסי לעבט איז מען נישט מחוייב צוריקצוצאלן די הלואה)
-מען קען מבטל זיין די פאליסי אין באקריגן דאס גאנצע געלט (מען דארף צאלן אינקאם-שטייער אויף די חלק וואס מ'האט פארדינט מער פון די פרומיום וואס מ'האט איינגעצאלט)
-מען קען מבטל זיין די פאליסי אין באקריגן א אויסגעצאלטע פאליסי (פאר ווייניגער דעט-בענעפיט)

א האול לייף האט אויך די מעלה אז אויב מען קען איין אדער צוויי יאר נישט צאלן פרומיום קען מען עס צאלן דורך אן הלואה פון די קעש-וועליו.
א האול לייף געווענליך האט די אפציע פון אריינלייגען מער געלט וויפיל די פאליסי פאדערט (ביז א געוויסע סכום) וואס זאל גיין צום אינוועסטמענט חלק.


יוניווירסעל לייף איז גלייך צו א טורם לייף אז די פרומיום פאר אינשורענס איז נישט אריינגעשפארט פאר די לעבן פון די פאליסי נאר קען ארויפגיין ס'איז אבער אויך גלייך צו א האול לייף אז ס'האט די אינוועסטמענט חלק וואס וואקסט ס'איז בעיקר רעקאמענדירט פאר מענטשען בערך 50 אין עלטער ווען האול לייף ווערט גאר טייער אין יוניווירסעל לייף איז פיל ביליגער.

וועריעבעל לייף איז אינשורענס מיט פארדינסטען וואס ארבייטן דורך אינוועסמענטס אין מיוטשעל פאנדס, ד.ה. אז ס'האט די מעלה אז מ'קען פארדינען אסאך מער געלט ווי אין א האול לייף אבער פון די אנדערע זייט קען פארלירן דאס גאנצע געלט (אפילו די פארדינטע געלט איז נישט פארזיכערט אחוץ אויב מען ריקט עס צוביסלעך אריבער אין א מער פארזיכערטע אקאונט) דערפאר איז לענ"ד די פראדוקט נאר פאר מענטשען וואס 1) קענען זיך ערלויבן צו פארלירן ד.ה. אז מען האט נאך אזא בערכ'דיגע סכום געלט ליגן ערגעץ אנדערש אין 2) פארשטייען אביסל וויאזוי סטאקס אין מיוטשעל פאנדס ארבעטן 3) פלאנען צו האלטן א אויג ווייניגסטענס איינמאל אין 3 חדשים ארומצוטוישען אינוועסמענט אקאונטס לויטן געברויך.

פארשטייט זיך אז מיר האבן נאר אנגערירט מיטן שפיץ גאפל ס'איז א פארצווייגטע סוגיא ויותר ממה שקרינו לפניכם קעש כאן, קויפן אינשורענס אן זיך דורכשמועסן מיט א פראפעסינאלן לייף אגענט צו זען וויפיל דעט-בענעפיט מען דארף קויפן אדער וועלכע פראדוקט ארבעט בעסער פארן אינדיווודעואל לויטן פינאנציעלען מצב אין לויט וועלכע צייט אין לעבן אדער עלטער אין ווי מ'געפינט זיך, איז ווי זיך שערן דעם קאפ אליינס (אן א שפיגל) אין האפן אז די פיאות בלייבט אויפן פלאץ אדער ווי שניידן פרוכט פאר א סאלאט מיט צוגעמאכטע אויגן אין האפן אז די פינגער וועט בלייבן אומגעשעדיגט, אוודאי קען עס געלונגען אבער בדרך כלל וועט עס נישט, קויפן לייף אינשורענס איז נישט צופיל אנדערש.
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 4:14 pm

איך מוז דיר זאגן, איך קען גוט די ליין, און דו האסט זייער גוט ארויסגעברענגט, (איך בין נייגעריג צו מיין עידזשענט וואלטעס אויך געקענט אראפשרייבן..) א הערליכע ארבעט, און דיין לעצסטע סטעיטמענט געפעלט מיר זייער.

אפאר פונקטן וואס איך האב געוואלט צולייגן, איך וויל נאר קלארשטעלן אז איך בין נישט 100 פראצענט דערמיט, איך קען איבערפרעגן, אדער זאג דו צו איך בין גערעכט.

דו שרייבסט אז ס'קען זיין אין א פאליסי פיר אנדערע מענטשען, אונער, אינשורד, בענעפישערי, און דער וואס צאלט... לויט ווי איך געדענק, איז אויב איז דא אינוואלווד מער ווי 2 מענטשן, ווערט די פאליסי יא טעקסעבל... (Mec)

וועגן וועריבל לייף, לויט ווי מיין עידזשענט האט מיך מסביר געווען, איז עס בכלל נישט א גוטע פראדוקט, אפילו פאר די וואס האבן געלט, ער זאגט אז אויב איך האב איבעריג געלט, זאל איך אליין לייגן געלט אין מיוטשעל פאנד'ס, איך זאל נישט לאזן די אינשורענס קאמפעני זיין אין קאנטראלל..

און ער האט מסביר געווען.. (אויב בין איך ראנג, זאג מיר..) אז די פאליסי ארבעט, אז יעדן חודש צו א באשטומט'ן טאג, (למשל, די 15טער) פארקויפט די קאמפאני אפאר שעיר'ס צו קענען קויפן אינשורענס, זיי רעכענען זיך נישט צו די שעיר איז ארויף אדער אראפ, זיי פארקויפן וויפיל שעיר'ס ס'לאצעך, ביז וויפיל געלט זיי דארפן האבן, משא"כ ווען איך בין אין קאנטראלל, וואלט איך געווארט צו פארקויפן א שעיר ביז א טאג ווען ס'איז אויף ארויף...

מער פון דעם געדענקעך נישט, אבער איך מוז דיר זאגן, אויב ביסטו אזוי גוט אויף סעיל'ס ווי גוט דו לייגסטעס דא אראפ, דארפסטו צו זיין א גוטע עידזשענט.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 4:52 pm

ר אייניקל

יאך האב א מיליאן דאלער טורם פאליסי פין גארדיען וואס גייט אטאמאטיש ביז די 80 יאר
(פארשטייט זיך אז עס איז גאנץ טייער דעמאלט)
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 5:26 pm

ר' אונגארישער, עס גייט ביז די אכטציג, אבער די גאראנטירטע ביליגע פרייז, וואס דאס איז די ספעשעלטי פון א טוירם, דאס גייט נאר אויף א באשטימטע צאל יאר. און נישט ביז די אכטציג.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 5:29 pm

נאופס סהאט א געראנטירטע פרייז
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 7:20 pm

אונגארישער, איך קען נישט דיין פאליסי, אבער איך ווייס וואסערע פאליסי'ס ס'איז פארהאן..

דו האסט ווארשיינליך א פאליסי וואס האט א "מאקסימום גאראנטי", אז ס'קען נישט גיין מער ווי א געוויסע אמאונט, אבער ס'גייט ארויף די פרייז יעדע פאר יאר, לויט דיין עלטער.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 2:43 pm

ר וויכי יא סגייט ארויף יעדעס יאר ווילסט וויסען מיט וויפיל ?

די ערשטע 10 יאר בערך 10 דאלער א יאר

יא ביי די 55 יאר לאו"יוש גייט עס קאסטן בערך 3500 א יאר
ביז די 65 יאר קען איך עס טוישען צי א האל לייף אן א נייע עקזעם

טאמער וויל איך עס האלטן דעמאלטס מיז איך "נישט" איבער נעמען א עקזעם
לעצט פאראכטן דורך אונגארישער אום מיטוואך נובעמבער 18, 2009 3:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 2:57 pm

איך קען די פאליסי, ס'איז זייער א גוטע פאליסי... ס'איז פון די בעסטע אויף די מארקעט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 3:11 pm

יע וויכי טענקס ווי נאו עבאוט איט
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 3:28 pm

פארוואס איז עס אזוי גוט?
מען קען דאך די זעלבע געלט איינצאלן פאר א האל לייף און נאכדערצו בעניפיטירן אויכעט ביים ארויסנעמען א לאון וכו'.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 3:32 pm

בדאיכא איז גיט, אבער בדליכא ?
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 4:14 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:דו שרייבסט אז ס'קען זיין אין א פאליסי פיר אנדערע מענטשען, אונער, אינשורד, בענעפישערי, און דער וואס צאלט... לויט ווי איך געדענק, איז אויב איז דא אינוואלווד מער ווי 2 מענטשן, ווערט די פאליסי יא טעקסעבל... (Mec)

וועגן וועריבל לייף, לויט ווי מיין עידזשענט האט מיך מסביר געווען, איז עס בכלל נישט א גוטע פראדוקט, אפילו פאר די וואס האבן געלט, ער זאגט אז אויב איך האב איבעריג געלט, זאל איך אליין לייגן געלט אין מיוטשעל פאנד'ס, איך זאל נישט לאזן די אינשורענס קאמפעני זיין אין קאנטראלל..

און ער האט מסביר געווען.. (אויב בין איך ראנג, זאג מיר..) אז די פאליסי ארבעט, אז יעדן חודש צו א באשטומט'ן טאג, (למשל, די 15טער) פארקויפט די קאמפאני אפאר שעיר'ס צו קענען קויפן אינשורענס, זיי רעכענען זיך נישט צו די שעיר איז ארויף אדער אראפ, זיי פארקויפן וויפיל שעיר'ס ס'לאצעך, ביז וויפיל געלט זיי דארפן האבן, משא"כ ווען איך בין אין קאנטראלל, וואלט איך געווארט צו פארקויפן א שעיר ביז א טאג ווען ס'איז אויף ארויף...


וויכטיג א גרויסען דאנק פאר די ווארעמע ווערטער

MEC אדער ווי מ'רופט עס אין יודיש: "מאדיפייט ענדאמענד קאנטראקט" איז בסך הכל א איינצומונג וויפיל געלט מען קען אריינצאלן אין א פאליסי, א 1988 פעדעראלע געזעץ וואס פאדערט די אינשורענס קאמפאני'ס צו לויפן אויפן קאמפיוטער א 7-יאר פרובונג אויף א יעדע נייע פאליסי (אדער אן אלטע פאליסי אויב מ'מאכט טוישן) צו זען אויב די געלט וואס גייט אריין אין די פאליסי איז נישט מער ווי די ערלויבטע סכום אויסגערעכנט דורך די איי אר עס, אויב ס'פאלט דורך די פרובונג ווערט עס א מעק אין ס'האט פארשידענע שטייער געזעצן אין שטראפן ווען מ'נעמט ארויס די געלט אנדערש ווי ביי א געווענליכע לייף פאליסי. (אויב מ'וויל נעמן א קלענערע האול לייף אין אריינלייגן אסאך עקסטרע געלט, וועט עס געווענליך ווערן א מעק, אבער ס'איז פארהאן פארשינעדע עצות וואס די אינשורענס קאמפאני'ס שטעלען פאר וואס קלוגט איבער דעם פראבלעם דורך צולייגן מער טורם לייף וואס דורך דעם קען מען צולייגן מער געלט).

די הויפט מעלה פון וועריבל לייף איבער מיוטשעל פאנד'ס איז אז מען דארף נישט צאלן קיין אינקאם שטייער ווילאנג די געלט ליגט אין די פאליסי (אוודאי קען מען אינוועסטירן אינקאם-שטייער-פריי אין א איי אר עי אדער 401K צו כדומה אבער דאס איז שוין א שמועס פאר זיך).

איך בין נישט אזוי קלאר לגבי דעם צו מען קען זאגן די אינשורענס קאמפאני וועלכע טאג צו קויפן שעירס, אבער מ'קען זיכער אויסוועלן פון א ליסטע פון פארשידענע ערליי פאנדס וואס די אינשורענס קאמפאני שטעלט צו, וויפיל פראצענט אדער באשטימטע סכום זאל גיין ווי (ס'איז דא מער קאנסערוואטיווע אין מער ריזיקע פאנדס אין די ליסטע, אין בדרך אגב אויפן פאליסי אפליקעישאן גייט מען פונקטליך אדורך וואס די ציל פון די אינוועסטמענטס איז אין וואספארא טיעפ אינוועסטערס מ'איז, אין דורך דעם ווייסט די אינשורענס קאמפאני וויאזוי צו אינוועסטן די געלט, אין מ'האט נאך די מעלה אז די קאמפאני שפילט מיט די אינוועסטמענטס פארן קאסטומער), צו פארקויפן וועריבעל פאליסיס דארף מען האבן א סעקוריטי לייסענס אין ס'איז א פארצווייגטע סוגיא (איך האב נישט אזא לייסענס).
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 5:00 pm

אבער דאס אז מער ווי צוויי מעטשען אינוואלוו'ד איז טעקסעבעל, איז יא גוט?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 12:31 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אבער דאס אז מער ווי צוויי מעטשען אינוואלוו'ד איז טעקסעבעל, איז יא גוט?


איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט אז צוויי פארטיס מאכט די פאליסי טעקסעבעל, עז פאר עז איי נאו איז עס נישט אמת, די איינציגע טעקס פראבלעם איז אז די פאליסי גייט אריין אין די אונער'ס טעקסעבעל עסטעיט פאר עסטעיט שטייער, אבער נישט פאר אינקאם שטייער.
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:13 pm

איך האב געזאגט אז "מער ווי" צוויי, ד.מ. אז דריי און מער, און איך האב עס נאכגעטשעקט, און ס'איז אמת, נישט אז ס'ווערט טעקסעבעל, ס'באקומט די זעלבע רול'ס ווי א מעק, אז טאמער מ'נעמט ארויס געלט, אפילו ווייניגער וויפיל מ'האט אריינגעלייגט, איז עס טעקסעבל.

איך האף אז דו האסט נאכנישט פארקויפט א פאליסי אויף דעם וועג.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 4:56 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האב געזאגט אז "מער ווי" צוויי, ד.מ. אז דריי און מער, און איך האב עס נאכגעטשעקט, און ס'איז אמת, נישט אז ס'ווערט טעקסעבעל, ס'באקומט די זעלבע רול'ס ווי א מעק, אז טאמער מ'נעמט ארויס געלט, אפילו ווייניגער וויפיל מ'האט אריינגעלייגט, איז עס טעקסעבל.

איך האף אז דו האסט נאכנישט פארקויפט א פאליסי אויף דעם וועג.


וויכטיג ווי האסטו עס נאכגעקוקט איך ווייס נישט פון אזא זאך אין כ'האב גערעדט צו מערערע אגענטן וואס ווייסן אויך נישט פון אזא זאך אז מעק זאל האבן צו טון מיט די נוממער פון פארטיס אינוואלווט.
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 6:02 pm

מר. כהן, נעם ארויס די ווארט מעק, איך האב נישט גוט איבערגעזאגט.

ס'ווערט א טעקסעבל פאליסי, ס'הייסט א טרי מען רול...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט