אידישע ביזנעס איידיעס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

אידישע ביזנעס איידיעס

תגובהדורך שעפטיל » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 7:59 am

ווי מען גייט און ווי מען שטייט, אלעס קרעכצעט אונטער 'די עקאנעמי'.. צו איז עס אין גראסערי ווי דער קעשיר מורמלט זיך אונטער 'היינט, קאסט איבעראל טייערער'.. אדער אין ביהמ"ד ווען מען זעט איינעם נאך צענע 'זאג, די האסט שוין אויך נישט קיין דזשאב'..?

פון די אנדערע זייט זעהט מען אבער יא עטליכע אידן וועלכע טענה'ן אין הדבר תלוי אלא בי. מען דארף זיין גרייט אביסל צו שוויצן פארן דאלער, ווי לויטעט דאס שפרעכווארט? 'מען דארף זיך אראפבייגן אויף צו הייבן ס'געלט'. דעריבער געפעלט מיר זייער שטארק ווען איך זעה אמאל א אדוועטייזמענט פון א נייע ביזנעס איידיע, אינטערסאנטע חידושים אין דעם עולם הביזנעס, ווי א איד טרעפט זיך אלץ א עצה צו מאכן א גרינגן (?) טאלער, דעריבער האב איך געקלערט ביי מיר צו עפענען אזא סארט אשכול אויסצולופטערן די אלע סארט ביזנעס געדאנקען וואס ברעכן אויס ביים היימישן עולם.

צום ערשט וועל איך פאר אייך פארליינען פון מיין פאסט קעסטל, וזה היא:

"דארפט איר מער צייט אין טאג?
דארפט איר איינקויפן, באצאהלן, אפווארטן, וכדומה, אבער איר קומט נישט אן דערצו?
זוכט איר א שליח, א רעכטע האנט, וואס זאל ערלעדיגן אייערע זאכן?

א שטאב פון געטרייע אינגעלייט וועלן עס טוהן פאר אייך!

רופט אריין און מיר וועלן אי"ה פראבירן צו צושטעלן פאר אייך די ריכטיגע הילף!
Tell 347-788-1JOB (1562)
noDaagah@gmail.com


סעמפל פון אונזער סערוויס


 Any help you may need with errands during this busy time
 Appointment Scheduling
 Bank deposits
 Bill payment service
 Car rental—let us find the best vehicle for you
 Elder visit -Just a Friendly visit
 Exchanges/returns
 Extra Pair of Hands at Home Or Office
 Find a replacement part on a appliance
 Hard to find items, antiques, or gifts
 Help with big projects or mailings
 House Sitting
 Key Holding
 Last minute presents. Buy, wrap, and deliver
 Lunch deliveries
 Online Research
 Personal Assisting
 Personal Shopping
 Phone calls
 Pick-ups & deliveries
 Post office/Fed Ex/UPS packing, shipping, pick-up
 Reminder services and wake-up calls
 Repairman Waiting Service
 Research and refer services based on your needs
 Service Professionals Research & Scheduling
 Shop for discount prices
 To Do Lists
 Vehicles for repairs/maintenance
 Wait in line
 Wait Service-At Your Home for Phone service, Package Delivery, etc



While You Are Away Services

גוטע געלעגנהייט

אויב זענט איר אינטרעסירט צו ארבעטן טעמפארערי ארבעט (נישט בקביעות)
באצאהלט אויף די שעה - טאג - וואך - אדער ארבעט".
עכ"ל.
שאנסן, ווי אזוי אזא פראיעקט קען מצליח זיין, לאז איך פארן זן ומפרנס לכל, עס ליגט עניוועי אין זיינע הענט. אבער די איידיע איז מיר געפאלן...

לעצטע טעג דרייט זיך א עד אין די טעגליכע אדוועטייזמענט בלעטלעך ווי פאלגענד: "זוכט איר א פאסיגן קאנדיטאט צו לערנען פריוואט מיט אייער זון/בחור? דאן רופט "דער נאמבער", 718-874-0201. "דער נאמבער" האט א ליסטע פון אלע פאטענציעלע קאנדידאטן וואס קענען איך זיין בייהילפיג".
ווידער איז עס מיר געפאלן, אן איידיע פון צאמנעמען אלע נאמבערס פון די וואס זוכן אינגעלייט צו לערנען מיט קינדער, צו פאקערט. אזוי מאכט ער א מינימאלן בראוקעדזש פי.

אזוי איז דא לעצטנס פארשידענע אינטערסאנטע איידיעס ווי אזוי מענטשן ווילן מאכן געלט אין אנפייפן די אמעריקאנע עקאנאמיסטן וועלכע שרייע "רעסעסיע".

ב"ה, לא אלמן ישראל, א איד גיט זיך אלץ אן עצה.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 8:59 am

אזוי איז דא לעצטנס פארשידענע אינטערסאנטע איידיעס ווי אזוי מענטשן ווילן מאכן געלט אין אנפייפן די אמעריקאנע עקאנאמיסטן וועלכע שרייע "רעסעסיע".

ב"ה, לא אלמן ישראל, א איד גיט זיך אלץ אן עצה.


זייער פיין שעפטיל פארן עפענען אזא אשכול ווי מען קען אויסליפטערן אזוינע איידיעס, די שאלה בלייבט אבער נאך אלטס "צו מאכט מען טאקע געלט דערפון???"

איך האב שוין אסאך געטאן אין מיינע בראשית יארן אין אזעליכע "היימישע ביזנעסער", פארדינט דערפון? לאו דווקא...

אבער נישט אוועקצומעכן ח"ו, דער עיקר איז אז מען רעדט פון פרנסה, היינט דארף מען נאר הערן דאס ווארט "געלט", אויך עפעס...
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 9:32 am

שוין דא ערגעץ אזא אשכול...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 9:38 am

שוועמל, די מיינסט אפשר די אינטערסאנטע אדוועטייזמענטס אשכול? דא רעדט מען פון סיריעס איידיעס צו מאכן געלט.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 10:25 am

געזוכט איינער זאל ארויסטראגן מיין נעגלוואסער, מיר ברענגן א הייסע קאווע פון סטארבאקס, אנווארעמען מיין קאר און עס צוברענגן פארנט פון מיין טיר, מיך טראגן אין ס'מעדרעש, זוכן א פארקינג, אנצונדן די שאוער ס'זאל זיין גענוג הייס ווען כ'גיי אריין, לויפן רוקן די קאר צוליב אלטערנעסייד, אויפזוכן מיין טו"ת, מיך דעמאנען צו זאגן מוריד הגשם, צוריקברענגן מיין קאר, מיך טראגן אין ארבעט, ליינען נייע אימעל'ס, אראפפארן פייטן מיינע פארקינג טיקעטס, גיין דעוועלעפן מיינע בילדער, טראגן מיין אשת חיל צו מעיסיס, שרייבן מיינע תגובות אין קרעטשמע, זיצן אין די וועיטינג רום ביים דענטיסט ביז ס'קומט מיין רייע, גיין אין קינדערגארטן אויפריינגין מיין צדיק'ל, מיך ברענגן א לאנטש פון ספרינקל'ס פון ב"פ, לויפן צו מיין דירה אויספאקן די גראסערי אדרער, אראפלויפן צום באס אפווארטן מיינע קינדעלעך, זוכן נייע קאסטאומער'ס פאר מיין ביזנעס, און די ליסט גייט אן און אן.. זעלטענע געלעגנהייט פארן פאסיגן פערזאן..

כ'מיין נישט חלילה אוועקצומאכן, כ'וויל פשוט ווייזן אין וואספארא געברויכן מענטשן זענען אנגעוויזן, און צו וואס יענער דארף זיין גרייט צו נעמען אויף זיך..
דער עיקר איז אז מ'טוט השתדלות "השלך על ה' יהבך והוא יכלכלך"

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 10:45 am

וואס ווילט איר צאלן?

איך האב א אינגערמאן פאר אייך
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

תגובהדורך תו השמיני » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 10:48 am

וכן הוא אומר: השלך השלך על השם, השלך על השם יהבך, אידעלע פארלאז דיך אלא על אבינו שבשמים (מיכאל ד' א')
"הניגון קולמוס הלב"

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 10:49 am

א אינגערמאן אדער א אידענע..?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 11:02 am

צום זאך, אויף אלעם בין איך מסכים, קענסט אלעס אוועקגעבן.. אבער דיינע תגובות דא אין קרעטשמע, דאס גיב נישט אוועק.. פארשטייסט?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט