זוכן אויף א אייטעם ווי ווייט עס איז גאנגבאר

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

זוכן אויף א אייטעם ווי ווייט עס איז גאנגבאר

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 5:56 pm

ווער ווייסט א סייט ווי מען קען טשעקן עני אייטעם, א רעיט וויפיל עס איז גאנגבאר בערך, ווי גוט עס פארקויפט זיך (עפעס אזוי ווי EBAY האט, דורך אדווענסד סיערטש, קאמפליט ליסטינג).

אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובהדורך ליסקא » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 7:05 pm

אגב פון דיין שאלה זעה איך אז אפשר קענסטו מיר ענטפרן א שאלה. ווי קען איך קויפן אייטעמס פאר ביליג, ווי למשל קלאז אוטס א.ד.ג.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 8:03 pm

נישט מעגליך צו ענטפערן אויף אזא שאלה.

די גרינגסטע איז צו קוקן ביי מינימום צוויי קאמפעטישענס וויפיל זיי רעכענען פאר א סימילער אייטעם.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 8:22 pm

גיי צו google.com דערנאך צו shopping
עס איז אין beta זיי האלטן עס אינמיטען איבערארבייטן אמאל פלעגט עס זיין froogle.com
עניוועי, דארט קען מען טרעפן די ביליגסטע פרייזען אויף עני אייטעם

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11873
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 9:10 pm

וואס איך פארשטיי פון יהי'לעס קושיא איז אז ער וויל ווערען א ריטעילער ער וויל אנפאנגען צו פארקויפן אייטעמס, אויף דעם וויל ער וויסען וועלכע אייטעמס זענען גאנגבאר...
אויף דעס האט ליסקע אויך געפרעגט אז ער קען אויך באשטיין אריין צוטאנצען און די די ליין פון פארקויפן און ער וויל וויסן וואו מ'קען שאפען גוטע סחורה פאר ביליג וואו א קלאוז אוט,

מיין תירוץ אויף דעם איז אז ס'איז נישט שייך קיין כלל, און דאס איז טייטש ביזנעס,
פראבירן,פארקויפן,אנזעצען, און אזוי גיין ווייטער,

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 10:11 pm

יישר כח יעדן איינעם
כ'העל בעסער מסביר זיין מיין פראגע, למעשה האבעך ערגעץ פון ווי איך קען באקומען אייטעם'ס פאר ביליג פון קלאוז אוט'ס וכדומה, נאר הוא הנותנת, ווייל ס'קומט פון קלאוז אוט'ס וויל איך טשעקן פארוואס די אייטעמ'ס האבן זיך נישט פארקויפט, צי דאס איז טאקע נישט קיין גאנגבארע סחורה, אדער עס האט זיך אזוי געמאכט אז די סחורה איז געבליבן שטעקן.
נאטורליך'ס עצה טו איך ביז איצט, אבער דאכצעך עס דארף זיין עפעס בעסערס.

און נאכאמאל א הארציגן יישר כח פאר אלע וועלכע האבן זיך גענומען און וועלן זיך נעמען די מיה, און זיך וויסענדיג מאכן פון מיר, אני הקטן

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 8:54 am

אפשר קען דיר דאס העלפן

גרויזאמער האט געשריבן:גוגל האט א כלי וועלכע ערלויבט צו וויסן וויפיל זוכערייען מענטשן זוכן אויף ווערטער, למשל איך קען אין איין רגע געוואויר ווערן וויפיל מענטשן עס האבן געזוכט satmar אויף גוגל דעם לעצטן יאר, און די דורכשניטליכע סורטש דערויף פער חודש. דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אז ווען איך וויל פארקויפן אויפן אינטערנעט סיי וואס קען איך פארדעם געוואויר ווערן וויפיל מענטשן זוכן עס באמת אויפן אינטערנעט. ממש א מציאה! איך האב שוין א האלבע שטודיע כשולחן הערוך.

דא איז די לינק: https://adwords.google.com/select/KeywordTool מען דארף האבן אן עדווארדס אקאונט ביי גוגל, וועלכע איז געמאכט זיך צו אדווערטייזן אויף גוגל


דא האסטו דאס גאנצע ארטיקל
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

בן יועזר
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

תגובהדורך בן יועזר » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 11:04 pm

מען דארף האבן אן עדווארדס אקאונט ביי גוגל, וועלכע איז געמאכט זיך צו אדווערטייזן אויף גוגל


לגמרי "נישט" גוגל געט ארויס די טאל פאר יעדעם איינעם אפי' די וואס האבן נישט קיין עדווארדס אקנט.

קליק דא

צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

תגובהדורך צווענגל » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 11:40 am

וואס גייט דא פאר ?????? ווער האט ענק אריינגעלאזט אין מיין אפיס?????? יאגטס אלע שוין אפ פון דא – אה!!! די שוועמעל די האסט געגאנבעט נעכטן ביי די פדיון הבן פון מיר די שליסל ווען דיינע ווייסע האר האט זיך איינגעהאנקערט "פורצופאל" און מיין שליסל אנשטאט אראפצונעמן דיין האר האסטו אראפגענומען מיין שליסל און אפגעטראגן און האסט יעדעם אריינגעלאזט אין מיין אפיס דאס אידעך מיין ביזנעס אה!!!!!!!!! - יהיה די ביסטעך אנגעקומען פאר שוועמעלן פון ביסטו אריינגעקומען???????? אה די ביסטדעך זיכער אריינגעטאנעצן פון פענטסער אריין דערנאך ארויפגעשלעפט ליסקאן מיט דיין הויזן טראגער

איי איי איי דערמאנט מיר עס דא צרוק נאך פון דער אלטער היים ווען מער פלעגן מאכן ביזנעס מיט די ריזיגע סחורים פון דאנציג מ'האט געקויפט און פארקויפט ס'איז געפארן א באן (איך מיין היינט הייסט עס א טרען ניין?) דערנאך נאך א שוערע טאג ארבעט האמער זיך צוגעלשעפט צו משקען דעם קרעטשמע איך בין גראדע אלץ געווען פון די שטילע איך האב געטעון וואס איך דארף צו טעון און זיך צוגעהערט צו אלע געשפרעכן פון די סוחרים דערנאך האב איך שוין געוואסט ווי צו מאכן ביזנעס דאס איז אבער אלעס געועון ווילאנג מ'האט נאך גערעדט צו די זאך אבער איינמאל דער עולם האט אנגעהויבן צו רעדן שטותים מיט לעבער דאס האט מיר שוין ארויסגענומען פון די כלים דעמאלט'ס האב איך מיר שוין געפענט דאס פיסק און מסביר געועון פארן עולם וואס דא טוט זיך

והך כוה די זעלבע מעשה נאר מיט א 120 יאר שפעטער טרעף איך מיר דא איין מיין קרעטשמע אבער אזונע שטותים צו רעדן דאס איז שוין עפעס וואס האט מיר אינגאנצען געפענט דאס פיסק איינער רעדט פון לאקשען ענטפערט דער צווייטער זמירות דער דריטער פערפל און דער פערדער פיש פארשטייט זיך אז אלעס עסט מען שבת ביי די סעודה אבער קאם אן ?? טראכט אביסל אריין פאר די ענטפערסט פאר יענעם צו די ווייסט וואס יענער האט געפרעגט?

אוודאי אלעס איז וויכטיגע זאכן צו וויסן און איך האף אז מיט די קומענדיגע שורות וועט אלעס ווערן פארענטפערט אבער אלעס דארף גיין מיט א סדר נישט אויסמישן הוידעל מיט........... נו וויאזוי הייסט עס אה בוידעל
איך וועל עס פורבירן מסביר זיין בקיצור נמרץ לפי קט שכלי ולפי ידיעתי און אויב איז איינער מחולק מיט מיר בכל הכבוד

די שאלה פון יהיה איז:
פשוטו כמשמעו ער וויל וויסן וויפיל מענטשן קויפן בכלל דעם מין אייטעם למשל ווען איך טרעף א קלאוזאוט פון לאמיר זאגן 100 שעמפא פאר 100$ יעצט קודם די ערשטע זאך וואס איך וויל וויסן איז בכלל צו מענטשן קויפן דעם פראדוקט און וויפיל פערצענט מענטשן קויפן דאס למשל אין ניו יארק וואוינען (מיינעך) 60 מיליאן מענטשן וויפיל פון די קויפן דעם אייטעם אויב למשל 1 מיליאן מענטשן קויפן דעם שעמפא איז עס אפשר א קלענערע פערצענט אבער פאר ניו יארק איז אפילו א קליינע פערצענט אויך ווערט צו אינוועסטן 100$ די זעלבע איז אינטערנעצינעל וויפיל פערצענט מענטשן אין די גאנצע וועלט קויפן דעם פראדוקט אדער נעציענאל וויפיל מענטשן אין אמעריקא קויפן למשל דעם טעלפאן אדער דעם זייגער

דאס איז באמת זייער שווער צו ענטפערן איך האב מיר אסאך געמועטשעט (גלייבט'ס מיר איך האב מיר עס געלערנט אויף די אייגענע ביינער) אבער דאך אפאר עצות קען איך אפשר געבן דערויף

1- אויף עמעזאן ביי דע בעסט סעללערס קען מען זעהן יעדע אייטעם וואס איז שוין אמאל געווארן פארקויפט אויף עמעזאן וויפיל דאס האט זיך פארקויפט למשל די האסט עפעס א מין זעג צו פארקויפן גייסטו ארויף אויף עמעזאן און די זעהסט אז למשל פון דעם קאמפעני איז דא 500 מינע זעגס פון דעה 500 זעגס איז דעה זעג וואס די ווילסט פארקויפן נומ' 36 די מערסטע וואס מענטשן קויפן דעם זעג און אויב איז דעה זעג למשל נומ' 1 מיינט דאס אז רוב מענטשן וואס זיכן א זעג קויפן עפ''י רוב דעם זעג (אבער דאס קענסטו נישט וויסן וויפל מענטשן בכלל קויפן א זעג ס'קען זיין אינגאנצען 10 מענטשן אין די גאנצע וועלט (ס'איז נאר א משל) קויפן א זעג און פון די 10 מענטשן האב די מערסטע גענומען דעם זעג - דאס מיינט אז דאס איז נאר זייער גיט צו נוצן אויף אן אייטעם וואס די ווייסט שוין קלאר אז ס'איז גאנגבאר ס'איז נאר דא אסאך מינע פוןדעה מין אייטעם קענסטו דארטן זעהן וועלעכע פון דעם מין פארויפט זיך דאס מערסטע)
2- די קוקסט אויב ס'איז דא אסאך קאמפעטישן דערויף איז א סימן אז דאס איז א גאנגבארע אייטעם ווי מער קאמפעטישן אלץ מער גאנגבאר איז עס אבער פארשטייט זיך נעם נישט קיין אייטעמ'ס וואס ס'איז דא גאר אסאך קאמפעטישטן ווי למשל קעמרעס פארמעסי אייטעמס ווייל לכוארה קענסטו נישט אראפגיין אזוי ביליג ווי דעה גרויסע קאמפעניס גייען
3- קויף קליינע לאט'ס און קליינע מיין איך טאקע ממש אונטער 100$ מ'קען אלץ טרעפן קליינע לאטס און אז די זעהסט אז דאס גייט קויף נאך דערפון און אזוי ווייטער מיט אנדערע אייטעמ'ס
4- קויף זאכן וואס די ווייסט זיכער אז מענטשן נוצן עס דאס ווערט אנגערופן necessaries


די שאלה פון ליסקא איז:
ער וויל וויסן א זאך וואס יעדע מענטש וואס טוט אין דעם ביזנעס וויל וויסן נאכדעם וואס איך ווייס שוין אויף אן אייטעם אז ס'איז גאנגבאר און איך וויל עס פארקויפן ווי טרעף איך עס פאר גענוג ביליג אז איך זאל עס אויך קענען פארקויפן פאר גענוג ביליג און אויך ארויפלייגן דערויף גענוג א שיינעם מארקאפ
אויף דעם איז דא 3 תירוצים און נאך אמאל 3 תירוצים און נאכמאל אלע צוזאמען דריי תירוצים
1- קאנעקשענס
2- קאנעקשענס
3- קאנעקשענס
אגב איך זעה אז די האלטס ביים קויפן, ווי צו פארקויפן האסטו שוין? אויב נישט וואס גייסטו טוען מיט די לאט'ס וואס די גייסט קויפן ? (איך וויל דיר נישט פליקן איך וויל פשוט ארויפברענגן דעם טעמא)


שוועמל האט פארשטאנען די שאלה פון יהיה איז:
(קודם איז ער זיך סותר מיניה וביה קודם שרייבט ער אז סאיז נישט מעגליך צו ענטפערן אויף אזא שאלה. דערנאך שרייבט ער זייער גיט אז די גרינגסטע איז צו קוקן ביי מינימום צוויי קאמפעטישענס וויפיל זיי רעכענען פאר א סימילער אייטעם דאס הייסט) נאכדעם וואס איך האב שוין אפגעמאכט אז דעה און דעה אייטעם איז גאנגבאר און ס'איז כדי זיך אריינצולייגן דערין וויל איך יעצט וויסן 2 זאכן קודם צו די קלאוזאוט איז טאקע ביליג דאס הייסט ווער זאגט למשל ביי די אויבערדערמאנטע משל ווען איך האב א לאט פון 100 שעמפאס פאר 100$ ווער זאגט אז דאס פארקויפט זיך פאר 6$ א שטיקל אפשר פארקויפט זיך עס נאר פאר 95 סענט א שטיקל אדער אפילו 1.50$ האט זיך מיר שוין אויך נישט געלוינט די גאנצע מעשה און אנדערע ווערטער ווי קען איך וויסן וואס איז די פרייז וואס מענטשן צאלן פארדעם און לויט דעם אויסרעכנען וויפיל מארקאפ איך קען ארויפלייגן דערויף
און אויף דעם האט שוועמל זייער גיט גענטעפרט אז די גרינגסטע איז צו קוקן ביי מינימום צוויי קאמפעטישענס וויפיל זיי רעכענען פאר א סימילער אייטעם (פארוואס נישט אויף דעם אייטעם אליינס?)
אדער אזוי ווי נאטורלעך האט גענטפערט זייער גיט
גיי צו google.com דערנאך צו shopping
עס איז אין beta זיי האלטן עס אינמיטען איבערארבייטן אמאל פלעגט עס זיין froogle.com
עניוועי, דארט קען מען טרעפן די ביליגסטע פרייזען אויף עני אייטעם
איך וואלט דיר גענטפערט ס'ווענד זיך ווי די ווילסט עס פארקויפן ס'איז דא פלעצער ווי די קענסט עס פארקויפן פאר גענוג טייער דארפסטו נישט טרפעפן א דיל פון אזוי ביליג נאכדערצו אויב פארקויפסטו עס ריטעל קענסטו זיכער קוקן לויט יענע מארקעט פרייזן צו די ביסט די ביליגסטע


די צווייטע זאך וואס מ'דארף צו וויסן יעצט איז : נאכדעם וואס איך ווייס שוין אז דאס איז א גאנגבארע אייטעם און אויך אז יא איך האב געכאפט א גוטן בארגן און ס'איז טאקע ביליג דארף מען יעצט צו וויסן וואס איז די סיבה פארוואס יענער גיט עס אוועק אזוי ביליג הלא דבר הוא עפעס שטעקט דא אויב ס'איז יא אזוי גיט פארוואס בעהט נישט יענער דארפאר מער געלט?????
די תירוץ איז:
די סיבה פארוואס א קאמפעני גיט עס אוועק פאר אזוי ביליג קען זיין ווייל זיי פארקויפן דיר אסאך אויפאמאל און פאר זיי לוינט זיך נישט זיך אפצוגעבן מיט יעדן שטיקל עקסטער משא''כ פאר דיר קען זיך עס יא לוינען אדער פאר סיי וועלעכע אנדערע סיבה פארוואס ס'קומט זיי בעסער אויס יעצט אוועקצוגעבן דעם אייטעם פאר ביליג
מ'קען באמת נישט וויסן איך ווייס פון אסאך מענטשן וואס זענען שוין מאוס אריינגעפאלען מיט די שווינלערייהען די בעסטע זאך איז אז מ'האט קאנעקשענס מיט מענטשן וואס האבן עקספיריענס אין דעם ליין און עפ''י רוב האבן זיי שוין א טביעת עין אויף א דיל צו ס'איז סתם א שווינדל אדער ס'לוינט אריינצוגיין דערין
נאך בעסער איז אז די בעהט'ס קודם ער זאל דיר שיקן איין סעמפל און די קוקסט צו ס'פעלט טאקע גארנישט דערפון צו ס'איז נישט אלט וכדו' וכדו'



אוי הערשלע הערשלע ס'דערמאנט מיר ווען איך פלעג לערנען מיט דיר אין ישיבה האסט אמאל געהאט א בעסערע קאפ (זעהט אויס די אינטערנעט האט געמאכט די זאך מיט דיר)
פון דעם גוגל קענסטו לגמרי גארנישט זעהן ממשתדיג וויפיל פון דעם אייטעם ס'איז געווארן "פארקויפט"

איך וועל ענדיגן מעין הפתיחה אז ווער ס'וויל מחולק זיין מיט מיר בכל הכבוד איך בין נאכנישט אזוי שטארק אין דעם ביזנעס ס'איז זיכער דא וואס ווייסן בעסער ווי מיר דעה זאכן וויאזוי ס'ארבעט אדרבה איך קען באשטיין צו ווערן אביסל קלוגער און דעם ליין (איזהו חכם הלומד מכל אדם)

אגב קלאזאוט'ס האבן אסאך נעמען ס'וואלט כדי געווען אראפצוברעגן אלע נעמען וויאזוי ס'הייסט ווער ס'ווייסט נאך זאל מודיע זיין
Closeout
Liquidation
Wholesale
Truckload
Auction
Hot deals
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 1:01 pm

אה צווענגל, איצט געליינט דיין לאנגע לאנגע לאנגע תגובה (כ'האף אז סיז שוין פארטיג, ווייל פון מיר אויס האבעך שוין תשובה פונם ערשטן פאראגראף)
כהאבעס געליינט אבער נאכן קריגן פון די אין אישי, בקיצור האסט זייער גוט פארשטאנען מיין פראגע, נאר לענ"ד לויט ווי איך באמערק, זענען די צווי זאכן מערסטנס פארבינדן, א אייטעם וואס איז פאר קלויז אוט און מען קען עס באקומען ווי די זאגסט א לאט פאר אונטער הונדערט דאלער, דאס גופא איז די גרעסטע סימן אז ס'יז נישט אזוי איי איי איי דערמיט, דוק ותשכח.

צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

תגובהדורך צווענגל » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 2:31 pm

http://www.shopzilla.com
דאס איז א גוטע סייט צו קוקן פרייזן און קאמפערן
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג דעצמבער 18, 2009 12:34 am

צווענגל הערשט יעצט געליינט דיין לאאאאאנגע תגובה.
זעהט אויס ווי דו טוסט אביסל דערינען. בהצלחה רבה.

אגב, שאפזילא, שאפינג.קאם, פרייס.קאם, וכו' די אלע סארטן ליסטינג סייטס זענען ע"פ רוב אייניג מיט קאמפעטישאנס ווייל יעדער לייגט ארויף זייערע ליסטעס איבעראל. (געווענטליך).
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט