וויאזוי רעכענט מען אויס APR פאר קרעדיט קארדס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

וויאזוי רעכענט מען אויס APR פאר קרעדיט קארדס

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 1:21 pm

קען איינער מסביר זיין אין קורצע ווערטער וויאזוי די קרעדיט קארד קאמפאניס רעכענען אויס וויפיל APR עס קומט זיך זיי?
וויפיל איך האב פראבירט אויסצורעכענען לויט מיין פארשטאנד האט עס קיינמאל נישט געשטימט מיט זייערע נומערן.

(איך רעד פון פשוטע קרעדיט קארדס און נישט פון קיין לאנג טיורם לאונס אדער מארטגעזשעס.)
איך באמערק זיי נוצן אן עוורעזש בעלענס, דאס כאפ איך נאך נישט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 2:05 pm

איך בין נישט זיכער צו נאכן מסביר זיין וועסטו עס יא כאפן, ווייל קוים זיי ווייסן וויזוי ס'ארבעט, זיי האבן א סיסטעם דערפאר, און וויפיל מאל איך האב זיי געבעטן זיי זאלן עס מסביר זיין, האבן זיי גענומען שיסן א טיץ מיט ווערטער, אז כאב נאר געקענט שאקלען מיטן קאפ און זאגן אהא אהא, איך האב אמאל געהאט אן עווריזש באלאנס פון פיר אהאלב טויזענט דאלער, אויף א קארטל וואס איך האב נאר געהאט קרעדיט דריי טויזענט, און כ'האב נישט אווער יוזד מיין קרעדיט.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 2:09 pm

וואס איז APR? די שטראף געלטער וואס מען צאלט אויב מען באצאלט נישט צייטליך?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 2:12 pm

אינטערעסט.

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 1:25 am

שוועמל האט געשריבן:איך באמערק זיי נוצן אן עוורעזש בעלענס, דאס כאפ איך נאך נישט.

עוורעדזש דעילי באלאנס:

רעכן צוזאם א סך הכל וויפיל דיין באלאנס איז געווען יעדן טאג,
צוטייל עס אין די נומבער וויפיל טעג איז דער ביללינג סייקל.

למשל:
א חודש פון 30 טעג,
די באלאנס אנפאנג חודש איז $100,
אין 11'טן האסטו געקויפט (געבארגט) פאר $10,
אינעם 21'טן האסטו באצאלט $50,

10 טאג (1-10) איז דער באלאנס געווען $100
10 מאל 100 איז 1,000

10 טאג (11-20) איז דער באלאנס געווען $110
10 מאל 110 איז 1,100

10 טאג (21-30) איז דער באלאנס געווען $60
10 מאל 60 איז 600

1,000+
1,100+
600
2,700

90=2,700/30
די עוורעדזש דעילי באלאנס איז $90
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 3:40 am

יישר כח שטרויזאק, איך וועל פרובירן איבערעכענען צי ס'שטימט.

אגב, די APR צאלט מען אויפן קעפיטעל נאר צי אפילו אויף אינטערעסט?
APR על גבי APR.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 10:35 am

וואס מיינסטו אינטערעסט?
פון דעם חודש, איז דאך די APR גופא די אינטערעסט.
פון פאריגן חודש, א ודאי וורט עס אריינגערעכנט אין די באלאנס.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 12:26 pm

i had a charge of $1500 that i disputed, but the company put it back on my account, after 2 years of fighting they took it finally off, but the interest they only took off like $5.00,
so how could i know how much the interest was just for this charge

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 1:15 pm

שטרויזאק האט געשריבן:וואס מיינסטו אינטערעסט?
פון דעם חודש, איז דאך די APR גופא די אינטערעסט.
פון פאריגן חודש, א ודאי וורט עס אריינגערעכנט אין די באלאנס.

איך רעד פון פאריגן חודש, דהיינו חודש א' איז געווען די ערשטע מאל APR.
חודש ב' איז דאך דא פרישע APR אויפן באלאנס אריינגערעכענט די ערשטע APR ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 1:21 pm

יא, דאס איז דאך קאמפאונד אינטערעסט compound interest

אזוי ווי ווען דו האסט א סעווינגס אקאונט פון $100 פאר 5%, די ערשטע פעריאד באקומסטו 5% אויף $100 דאס איז $5.
די צווייטע פעריאד באקומסטו שוין 5% אויף $105, אינטערעסט אויף אינטערעסט.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 3:29 pm

שטרויזאק, שיין מסביר געווען, יישר כחכם.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מלמד און 11 געסט