עצה געזוכט אויף א געוויסע סארט קוויק בוקס טרענזעקשען

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

עצה געזוכט אויף א געוויסע סארט קוויק בוקס טרענזעקשען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

איך זיך א לעזונג וויאזוי צו אריינלייגען א געוויסע סארט טרענזעקשען אין קוויק בוקס אין איך האף זייער אז צווישען די פילע עספערטס דא אויפן פורם וועט שוין זיין ווער עס זאל ארויסהעלפן,
איז אזוי, איך טיה אין ריעל עסטעיט אין און בילדונג מענעדשעמענט
יעדע בילדינג איז א עקסטערע קארפערעישען אין יעדער בילדינג האט א באזונדערע באנק קאנטע,
איז ווויבאלט די בילדיג וואס איך מענעדזש זענען אייגענע במילא אויב עס פעלט זיך אויס ערלויב מיך אמאל צו טרענספערען פאנדס פון בילדינג נומבער 1 צו דעקען די באנק פין בילדונג נומבער 2 מיט א חשבון עס צוריקצוצאלען,
כדי צו האלטן חשבון אויף די אלע געלטער וואס גייען אהין אין צוריק האב איך גיעפענט א קוויק בוקס "פערענט" אקואנט מיטן נאמען "געבארגטע געלט" אין אינטער די אקאונט איז דא אסאך סוב אקאונטס מיטן נאמען פון יעדע בילדינג, לאמיר מאכן א משל אז די בילדינגס הייסען ראובן שמעון לוי יהודה, יעצט ווען ראובן בארגעט פאר יהודה גייט עס ארויס פון סוב אקאונט "געבארגט פאר יהודה" דערנאך בארגט שמעון אויך פאר יהודה איז די אקאונט ווייטער "געבארגט יהודה" אין די זעלבע איז ווען לוי בארגט פאר יהודה,
ווידער אויבט בארגט יהודה פאר לוי וועט עס ארויסגין פין "געבארגט פאר לוי" סוב אקאונט,

דער וועג האט אבער אפאר גרויסע פראבלעמען,
פראבלעם 1:
עס איז זייער שווער צן מאכן א סך הכל וויפעל געלט עס איז ארויסגעגאנגען פין יעדע פראפערטי צו בארגען פאר אנדערע, ווייל למשל ווען איך גיי צי די היסטארי פין סוב אקאונט "געבארגט יהודה" וועל איך טאקע זעהן אלע געלטער וואס איז 'אריינגעקומען צי יהודה' אבער עס איז נישט דא א געהעריגע וועג צו זעהן אלע געלטער וואס איז ארויס פין יהודה צו ראובן שמעון אין לוי, ווייל ווען איך גיי צי די אקאונט 'געבארגט לוי' וועט עס ווייזען וואס עס איז אריינגעקומען צו דעם אקונט פין אלא פראפערטיעס נישט דוקה נאר פין יהודה,
א שטיקעל עצה צו דעם האב איך יא געטראפען אז וויבאלט יעדער פראפערטי איז א באזונדערע "קלעס" קען מען מאכען אז אלע געלטער וואס גייען ארויס למשל פין יהודה צו סיי וועלעכ פראפעאטי וועט עס אייביג זיין פין 'קלעס' יהודה אין נישט פין די קלעס ווי די געלט גייט איז במילא וועל איך קענען גיין צי די היסטארי פין די 'פערענט אקאונט' אין מאכען א קאוסטעם סוירטזש אין סעלעקטען נאר קלעס יהודה וועט עס יא ווייזען אלעס וואס איז ארויס צי סיי וועלעכע פראפערטי אין נאר פין יהודה, איך האב עס נאכנישט פראבירט אבער ווי נעמט מען די נערווען צריקצוגיין צי אלע אלטע טרענזעקשענס אין עס עדיטען?

פראבלעם 2:
איך נעם ארויס 500.00 צו בארגען פאר יהודה גייט עס ארויס פין 'געבארגט פאר יהודה' יעצט ווען איך וויל ריקארדען די דיפאזיט דארף איך סעלעקטען פין ווי ס'געקומען וועל איך וויטער אריינלייגען 'געבארגט יהודה' וועט אויסקימען אז די אקאונט האט א זירא בעלענס ווייל 500 פאזעטיוו אין א 500 נעגאטיוו איז 0, שטימט? איז במילא דארף איך גיין אויסרעכענען מענויעלי אלע נעגעטיוו טרענזעקשיענס

פראבלעם 3:
ווען יהודה וויל צירוקצאלן פאר ראובן וויאזוי מאכט מען דאס? פשטות וואלט מען געזאגט אז עס זאל ארויסגיין פין די זעלבע אקאונט פין ווי ס'איז אריינגעקומען בימלא וועט זיך עס אויסגראדען, אז טאמער איז די געלט ארויס פין 'געבארגט פאר יהודה' איז ווען מ'צאלט צירוק זאל עס אויך ארויס פין דארט, דאס איז אבער נישט קיין מהלך ווייל עס איז אריינגעקומען געלט צי 'געבארגעט יהודה' פין מער ווי איין פלאץ אין ס'נישטא א וועג צו זעהן פאר וועם ער האט צירוקגעצאלט אין צווייטענס עס וועט זיך קיינמאל נישט אויסגראדען וויל ביידע איז א נעגאטיוו דאס הייסט ווען איך האב געשריבען א 500 טשעק פאר יהודה איז דא א בעלענס פין 500 אין ווען איך שרייב אויס א טשעק פין 500 אויף צי באצאלן וועט ווערן א בעלענס פין 1000 אנשטאט א 0

דערוויל האב איך נישט קיין גיהעריגע מהלך אין ווען איך וויל זעהן דעם חשבון פרינט איך ארויס א מיליאן ריפראטס אין איך מאך 2 פלאס 2 = 4

איך בין זיכער אז עס איז דא אסאך א בעסערע אין גרינגערע וועג דערצו אבער איך האב עס נאכנישט אויסגעפיגערט

אויב די פארשטייסט נישט וואס איך שרייב דאן פרעג איבער…
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

עס קען זיך אמאל דאכטן ווען מען זעהט אן אשכול אין די ביזנעס אפטיילונג אן קיין תגובות אז דער שואל איז נעבעך געבליבן אן א תשובה,
אין עס וואונדערט זיך ווי עס קען זיין אז אין אזא ריזיגע נעטווארג פין מיליאנען פראפעסיאנאלע ביזנעס לייט זאל קיינער נישט האבן אן ענטפער,
דער אמת איז אז איך האב אויך אזוי געמיינט ווען איך האב דא צום ערשט ארויפגעלייגט מיין קוויק בוקס קשיא אין עס איז דורך א טאג צוויי ואין קול ואין עונה,
איך האב מיר אבער אביסעל נאכדעם איבערצייגט אז ווען עס איז נישטא קיין ריפלייס איז לאו דוקא אז דער יעניגער איז נישט געווארן קער גענומען אין גיוואיר געווארן בין איך עס איין טאג ווען איך האב אריינשפאצירט אין די קרעטשמע ארמארי געביידע צו זעהן עפשער דאך האט זיך איינער מרחם גיווען, איך גיי גראד צו צום ביזנעס אפטיילונג איך כאפ א בליק אויפן בלעקבארד אויב איינער האט שוין עפעס צוגעשריבן אבער איך זעה אז דערווייל ליידער נישט,
איך בין שוין גיווען כמעט צוריק אינדרויסן ווען פלוצליג הער איך אויסריפען אויפן הויכהילכער אז וואדקע האט א באזיכער אין די אישי אפטיילונג!
איך רייס אהין די שנעלסטע וואס מעגליך אין דארט ווארט שוין אויף מיר שטרויזאק מיט א ליבליכע מינע אויפן געזיכט אין זאגט מיר אז ער איז דא צו העלפן ער פרעגט מיר איבער מער פרטים איבער מיין שאלה אין זאגט מיר אז ער וועט זעהן צו ארבייטן דערויף אבער אזויווי ער יאגט זיך אביסעל גיט ער מיר זיין ביזנעס קארד מיט זיינע קאנטאקט אינפארמאציע אין זאגט אז מען וועט זיין אין פארבינדונג,
אזוי האט זיך אנגעהויבן א קאמיוניקאציע הין אין צירוק אויף טאלק אין אויף אימעל ולא נח ולא שקט ביז איך בין גיוועין צופרידען,
ממש א צדיק נסתר!
עכ"פ וויל איך ארויסברענגען די מעלות פין די חשובע חבירים דא ווי יעדער איז דא ארויסציהעלפען שלוא אל מנת לקבל פרס,
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

שטרויזאק מיר וואלטן ווען זייער הנאה געהאט ווען דו לייגסט דא ארויף דים ענטפער ווייל עס קען אמאל צוניץ קומען
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

א גרויסען דאנק הרב שטרויזאק פארן ארויסהעלפן אונזערס א קאלעגע!
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

זייער גערן,
ווער קען רעזיסטען א גלעזל וואדקע?

איך וועל בל"נ אויפזיכן אין מיינע ארכיוון די טשעט היסטארי און וועל אי"ה ארויפלייגן די עייצה.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

איך האב געהאלטן אז די בעסטע וועג איז צו מאכן טרענפערס פון איין אקאונט צו די אנדערע.
נאכדעם מאך א Custom transaction detail report,
פילטער עס אז עס זאל נאר ווייזן די טרענספערס, טאטעלט ביי אקאונט.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”