א ביזנעס ווי מען קען מאכן גרויס געלט

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

גרוש
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 12:17 pm

א ביזנעס ווי מען קען מאכן גרויס געלט

תגובהדורך גרוש » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 11:50 am

א גרויסע קאמפעני וואס איז שוין אפען 37 יאר און האלט זיך יעצט אינמיטן עקסטענדען האט יעצט אסאך JOBS עוועילעבל פאר אינגעלייט, עס איז שוין דא עטליכע אינגעלייט וואס מאכן גרויסגעלט, איר קענט רופן 347-637-4835, פאר מער אינפארמעישאן קען איר קוקן די וועב סייט http://www.greatworkplan.com/100k
לעצט פאראכטן דורך גרוש אום זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 10:57 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 12:04 pm

א הויז אין פענסעלוועניע דריי בלאקס גרויס שטייט יעצט גרייט פאר אינגעלייט בני תורה וואס זוכן וואו צו אינוועסטירן זייער געלט, ביז 2 חדשים מופן אריין די טענענטס, און מען קען זען ביז 60,000 דאלער א חודש. עס איז קלייניגקייטן, רווחים גאראנטירט אויף 100 פראצענט. (מיר שלאגן דאס נישט פאר פאר גרויסע ביזנעסלייט, ווייל מיר ארבעטן לשם שמים, וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור וכו')
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:04 pm

א קרעטשמע וואס סארווירט שוין וויינען און אנדערע שארפע משקאות א שיינע פאר יאר, מיט א קליענטאל פון עטליכע טויזנט ניקס, גרייט צו סערווירן נאך לאנגע יארן פאר נאך הונדערטער ניקס פריי פון אפצאל. גוטע פאטענטשל. להלכה ולא למעשה. כל הקודם בוידעם.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 3:33 pm

אפשר מיינט עס דער גרוש (די ניק) ערענסט... וואס טרייבט איר שפאס?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2009 9:42 pm

ווייל מיר ווילן נישט אז מענטשן זאלן צו ערנסט אננעמען אזעלכע פארשלאגעס.

ווי מען זאגט אויף ענגליש: נעמט עס מיט א ברעקעלע זאלץ.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2009 10:12 pm

נייע ביזנעס מ'קען מאכן עפרות זהב.
א נייע פראדוקט מיטען נאמען 'מאלי-גאודשזי בעררי' (פארשענערט פון 'מעלה-גירה'), גאר שיין פרנסה פאר א 'סינגל' וואן פעמילי האוס.
נאר ערענסט פאראינטרעסירטע זאלן רופען.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2009 11:22 pm

די ברוקלין בריק, גרייט צו פארקויפן פאר איין טויזנטער, כל הקודם זכה.

ערנסט פאראינטערסירטע:
206.424.1989

גרוש
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 12:17 pm

תגובהדורך גרוש » מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2009 11:28 pm

איך פארשטיי פארוואס די עולם האט יך גענומען צו מאכן ליצנות, איך מיין עס גאר ערענסט אסאך אינגעלייט מאכן דערפון גרויס געלט, האט איינער שוין פרובירט צו רופן די נומער?

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2009 11:56 pm

פארוואס געט איר נישט מער דיטעילס?

רופן אזא נומער איז גארנישט אזוי פשוט.. מ'דארף זיין גענוג שטארק נישט אריינגעדרייט צו ווערן אין צווייפלהאפטיגע אינוועסטמענטס וואס דער אויפן טרייבל וועט זיכער אראפ לייגן ווי א גאלדענע געשעפט מיט פארזיכערטע רווחים בלא בלא..
ווייל אז נישט, וועט אייך יענער מיטן געשליפן צינגל תיקף אריינכאפן און ער וועט זיכער ארויסגיין מיטן ריוח וד"ל..

און אפילו איר וועט יא זיין גענוג שטארק ביי זיך, נישט צו ווערן איינגערעדט פון אומרעאליסטישע חשבונות, וועט אייך זיין שווער צו ענדיגן דעם שמועס מיט יענעם, ער וועט אייך פרובירן מיט אלע כוחות מסביר זיין אז ס'איז א איינמאליגע געלגנהייט וואס איר טארט נישט פארפאסן וכו' וכו'..

דעריבער בעט איך אייך: שעמט אייך נישט! שרייבט ארויס קלאר און דייטליך פון וואס די רעדע איז, און אויב מעגליך שרייבט די קליינע ווערטער (פיין-פרינט בלע"ז) מיט "קידוש החמה" אותיות, וירא הקהל וישפוט!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 1:42 am

צום זאך, איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו פרעגסט..

ער זאגט אז ס'איז דא א סטאק קאמפאני וואס האט "אופענונג'ס" פאר יונגעלייט, דאס מיינט דזשאב'ס..

איך זאג נישט אז ס'איז טאקע א גוטע דזשאב, ווארשיינליך רעד ער פון א סטאק בראוקער דזשאב, אבער ער רעדט נישט פון דעם אז דו זאלסט אינוועסטן דיין געלט.. ער רעדט פון די חלק הפרנסה, די דזשאב..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 2:06 am

ייש"כ פארן אויפמערקן, כ'האב טאקע נישט געכאפט אז ער מיינט דאס.
איך צי אבער נישט צוריק פון מיין ביטע, כדי איינער זאל זיך וועלן ארויסלאזן פארקויפען סטאקס פאר די פירמע, מוז ער זיך קודם איבערצוצייגן אז ס'לוינט זיך צו אינוועסטן אין די פירמע, ווייל אנדערש וועט דאך קיינער נישט קויפן.

גרוש
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 12:17 pm

תגובהדורך גרוש » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 10:39 am

איך האב מיר גענומען די מיה און גערופען , עס קוקט אויס זייער גוט, קאלן קאסט נישט קיין געלט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22109
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 10:47 am

ר' גראשן, זאגט מיר דעם אמת ביטע, אויף וואס איז דא גרעסערע שאנסן:
צו דערלייגן גרויס געלט, אדער צו מאכן גרויס געלט?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

גרוש
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 12:17 pm

תגובהדורך גרוש » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 10:51 am

דו קענסט אים רופן, אז עס געפעלט דיר נישט מוזט עס נישט נעמען, וואס קענסטו דערלייגן פון רופן?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט