נייע קאסטומערס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

נייע קאסטומערס

תגובהדורך זיס » זונטאג אוגוסט 23, 2009 7:03 am

ווי באקאנט איז איינע פון די וויכטיגסטע זאכן וואס מען דארף באזיצן אלס באלעבאס פון א ביזנעס, איז צו האבן שייכות מיט מענטשן פון אלע סארט און אזוי ציען פרישע קאסטומערס, ווי אויך אנהאלטן די אלטע קאנעקשנס מיט קאסטומערס.

למעשה, איז יעדער פון אונז אנדערש געבויעט, און ס'איז פאראן צווישן אונז עטליכע סארט טיפן מענטשן, איינער איז מער באלעבאטיש געשטימט בשעת דער צווייטער איז מער חניוקיש... אזוי איז פאראן עטליכע סארט מענטשן וואס אין פילע פעלער פארשטייען זיך נישט די מענטשן איינער מיטן אנדערן; אמת, ווען ס'קומט צו טון ביזנעס לאזט מען אלעס אין א זייט און מ'קוקט אויף דער עיקר, אבער די שאלה איז, ווי אזוי מאכט מען זיך ידידים פונעם אנדערן חדר בשעת דו ביזט אנדערש געשטימט פון יענעם? - ווי אזוי קען מען אויף אזא אופן שלעפן קאסטומערס אדער אנהאלטן די אלטע שייכות?

ווער ס'האט עפעס עקספיריענס דערמיט קען זיך לאזן הערן...

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » זונטאג אוגוסט 23, 2009 8:11 am

אין די אידישע מארקעט? אדער אין די דרויסענדע וועלט אויך? אסאך אידן וואלטן הנאה געהאט פון אזא אשכול. איך פערזענליך וואלט אויך געקענט נוצן אפאר עצות. שקויעך זיס פאר ארויפברענגען דער ענין.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג אוגוסט 23, 2009 12:35 pm

גם אני מצטרף איך קען שטארק הנאה האבן פון דעם אשכול און אין רעד ביים היימישן ציבור אין די אידישע מארקעט בפרט אין מיין ליין וואס איך מוז כסדר ציען פרישע קאסטומער'ס
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג אוגוסט 23, 2009 2:08 pm

אן עצה וויאזוי צוציען פארשידענארטיגע קאסטומערס?

שאלה יפה שאלת.

אבער איין מינוט:
וואס איז אבלאנגט שכנים, באקאנטע אין ביהמ"ד, קאלעגעס אא"וו.

אפשר קען מען פראפאזן די שאלה אויף אן אנדערן אופן:
וויאזוי קען מען קאמיוניקירן, אן געשטערט ווערן פון פארשידנהייטן?

דער פועל יוצא פון קענען היימיש קאמיוניקירן מיט פארשידנארטיגע מענטשן, איז א ישועה אויף זייער אסאך נקודות און געזעעלשאפטליכן לעבן.
ביזנעס איז נאר איינע פון זיי.

נו וואס איז טאקע די עצה...?

גראדע האב איך אסאך באקאנטשאפט אין די נושא, און כ'וועל פראבירן מסביר זיין אויפן שפיץ גאפל:
כ'האב געהערט פארשידענע שיטות אין קאמיוניקאציע, יעדע פון זיי לייגט דגוש אויף א צווייטע נקודה אינעם למעשה'דיגן חלק, אבער זייער ווייניג באציען זיך צום יסוד, וואס אויב לעבט מען דערמיט זעט מען, אויפ'ן לאנגן טערמין, גרויסע שנויים.

וואס מיין איך ווען איך זאג שנויים?
מיט די צייט באמערקט מען, ווי מענטשן וואס האבן זיך פון אים אויטאמאטיש ווייט געהאלטן, צוליב פארשינדנהייט, באציען זיך אנדערש צו אים, זענען רואיגער אין זיין געגנווארג, ועוד רבות על זה הדרך.

אצינד, דער יסוד אין איין פראז:
רעספעקטיר דעם מענטש אלס מענטש!

כ'וועל ענק פארגינען נאך איין טראפעלע הסבר:
הייב אן באמערקען אז דעם מענטשנס ווערד איז נשיט געוואנדן אין אויסקוק, נאטורן טאלאנטן און שיטות. נאר דער מענטש האט אן אייגנארטיגע ווערד אלס מובחר היצורים.

כ'מיין ווייט נישט טעאריע, איך רעד פון פאקטן וואס מען קען זיך אליינס איבער צייגן.

נאכאמאל, דער ערשטער טרעפל איז אין מוח: באמערק דאס חשיבות פון דער מענטשהייט, למעשה'דיגע זאכן קומען נאך.

ס'איז דא אין דעם אסאך צו רעדן, אויב וועט איר פרעגן, און איך וועל האבען אן ענטפער, וועל איך זיך פרייען צו ענטפערן כפי מיסת הפנאי.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

ליהודים
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 10:45 pm

תגובהדורך ליהודים » זונטאג אוגוסט 23, 2009 2:22 pm

קאסטומער סערוויס איז קאסטומער סערוויס. א חסידישע ביזנעס קען אויך צושטעלן פראפעסיאנאלע קאסטומער סערוויס. א שטייגער B&H אדער אפי' די קליינע G&G. עס איז נישט קיין שום חסרון ווען אללע העמדער האבן דעם סימבאל פון די פירמע און מ'פירט זיך אויף פראפעסיאנאל.

אויב דער בעה"ב פירט זיך כאניאקיש, וועט דאס אוטאמאטיש פארטרייבן אפילו כאניאקישע קאסטומערס. קיינער גלייכט נישט צו ווערן סערווירט דורך די אלט מאדישע סערוויס. אמאל פאר 20 יאר האט זיך יעדער באגנוגט מיט אן עד וועלכע איז באשטאנען פון א טייפרייטער צעטל אינעם "דער איד" אדער ביים מקוה שמש און ס'האט געדרייווט קאסטומערס און דער בעה"ב האט געקענט זיצן אין א צעווארפענעם געשעפט און רייכערן.... עס האט קיינעם נישט געשטערט.

היינט מוז מען זיך צושטעלן צום פאבליקום. וועכנטליכע שיינע קאלירטע עדס, א לעכטיגע און ערקאנדישנדיגע קילע געשעפט, מיט מסודר'יגע פאליצעס א.א.וו. אפילו די משוגענע א.ג. ברענדינג ארבעט אויך אויף די היימישע מוחות.

ירידת הדורות.

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » זונטאג אוגוסט 23, 2009 2:32 pm

ליהודים, האסט אביסל פאדרייט דעם אשכול,

אבער לגבי דיין נושא, ווייס איך נישט צו די ביסט אינגאנצען גערעכט,

ווייל דער פראבלעם פארוואס דער עולם גייט אוועק פון די כאניוקישע געשעפטען, (אויב מ'גייט) איז נישט ווייל ס'איז דא עפעס א חיסרון דערביי, נאר טאקע ווייל אנדערע געשעפטן שטעלן זיך אהער, גייט מען ענדערשט צו יענע, דאס מיינט ריכטיג קאמפעטישאן, אבער נישט ווייל די מענשהייט איז אנדערש פון אמאל.
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג אוגוסט 23, 2009 6:15 pm

איך האב אנגעכאפט איין נקודה (כניוקיש) וואס דער עולם האט זיך צו דעם באצויגן כאילו דאס ממש מיין איך... איך מיין אבער עפעס אנדערש (הגם דאס אויך); יעדע מענטש האט זיך זיין נאטור, איינער האט ליב צו דרש'ענען הויך און קען נישט פארליידן קיין שטילע מענטשן, אנדערע זענען פארקערט - איידל און שטיל, און זיי קוקן אן די בעלי-דרשנים ווי פון הימל געפאלן; ווידער זענען פאראן מענטשן וועלכע גלייכן מענטשן מיט שיטות און פרינציפן, ווידער אנדערע קענען דאס נישט פארליידן און האבן ליב לייכטקייט און רואיגקייט.

אצינד איז מיין שאלה;
ווי אזוי ציעט מען קאסטומערס וועלכע זענען נישט פון מיין טייג געקנאטן? - איך בין נישט זייער קאפ אף טי - איך בין נישט סובל זייער מהלך מחשבה און זיי זענען נישט סובל מיינע; נישט פשט אז זיי זענען אפגעפרעגט, נאר איך מיט זיי האבן פשוט נישט קיין שפראך.

ווי אזוי ציעט מען אזעלכע קאסטומערס?

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 1:43 am

כבוד הרב זיס הי"ו
אויב שוין יא צוריקגעקומען מסביר זיין דיין שאלה בפרטיות פארוואס זענט איהר נישט אינגאנצן מסביר . אייער שאלה זעהט אויס וואו א יסודות'דיגע און ברייטע, און איז ווייט נישט מוגבל וואס שייך צו געשעפטן און קאסטומערס, און ממילא איז וואו עס זעהט אויס פון די ערשטע פאהר תגובות פארדרייט און פארטייטשט געווארן דורך יעדן איינעם לויט זיין געשמאק, אויך די קעפל פונעם אשכול געט צו צום אומקלארקייט, נייע קוסטומערס איז א גוטע משל אבער דער נמשל איז באמת די שאלה, "שאלת חכם חצי תשובה" איז פארט א מאמר החכם , און פאר אזא זיסקייט וואו אייך וואלט געפאסט זיך ביי דעם צו האלטן, ניין?

די שאלה לויט וואו איך פארשטיי איז : "הלכות קומיאניקאציע", אדער "דרכי קומיאניקאציע", און עס קען זיך אויסשטעלן אויף כמה וכמה דרכים ואופנים, און נוגע זיין אין טאג טעגליכן לעבן, בין אדם לחבירו, בין איש לאשתו, בין אב לבתו, בין ביזנעסמאן לקוסטומער,וכ'ו וכ'ו וג'ו,

און די פראגע איז און קורצן: "וויאזוי קען איך מיך פארשטיין מיט איינעם מיט וועם איך מוז מיך פארשטיין בהכרח, אבער איך פארשטיי מיך מיט יענעם נישט, אדער וויאזוי קען איך קומיוניקעטן מיט איינעם וועם איך מוז, אבער איך וואלט נישט געקענט בלא ההכרח,"

ממילא איז עס שייך און פארשידענע אופנים און אומשטענדן, קלוג און נישט, כאניאקיש און נישט, פרום און נישט, יידיש און נישט, וכ'ו ענד דע ליסט גאוס אן ענד אן... אן א עק.

יעצט די שאלה קען זיין און זיך אויסשטעלן אויף צוויי אופנים:

א' איך וויל אז יענער וואס איז אנדערש זאל מיט מיר וועלן פארהאנדלען -האנדלען, יענער זאל מיט מיר וועלן רעדן, דילן, פארברענגן.
ב' איך וויל מיט יענעם קענען א ווארט האבן, און נישט ווערן צוריקגעהאלטן מחמת אונזערע פארשידנארטיגקייט.

יעצט א ווארט לגופו של ענין, די הויפט און עיקר סיבה פארוואס עס איז דא שוועריקייט און עס איז בכלל פארהאנען איז ווייל די אויבערפלעכליכע נאטור און געדאנקנגאנג ביי א מענטש לויפט אלעמאהל אזוי אז אויב יענער טראכט אדער פארשטייט אנדערש וואו איך זענען מיר שוין פון א אנדערן טייג געקנאטן, און געפאשעט און אנדערע פעלדער, און זיך געהאדעוועט אין אנדערע זאמד באקסעס, און ממילא אלס א דירעקטע תוצאה לעבן מיר ממילא אויף אנדערע פלאנעטן. עד כדי כך אז איך רעד פון הודו רעדסטו פון קוש, וכן הלאה...און איך מיט דו פארשטייען זיך נישט ווייל.. זעהסט דאך אליין! און מיר וועלן שוין און קיין שום זאך נישט האבן קיין געמיינזאמען שפראך און שוין.

בקיצור דאס וואס חז"ל זאגן אונז כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהם שוות, זעהט אויס וואו עפעס א מדרש פליאה, אדער וואו עפעס א סודות'דיגע אגדת'ה גמרא וואס מיינט עכט גארניש , און שוין..!

וואו האט נאר יענער געזאגט , אזוי ווי איך בין איז נארמאל זייער קלוג און נארמאל עהרליך , איינער וואס איז מער איז איבערגעקלוגט , און סתם א פרומאק , און איינער וואס איז ווייניגער איז א טיפש , און א קל שבקלים , און אנדערע ווערטער יעדער מעסט אלעס און יעדען אראם זיך מיט זיך.

און דאס איז פארשטייט זיך א גרויסע טעות , און א שקר גס וטיפשות , חז"ל לערנען אונז כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהם שוות ,און דאס איז א פאקט און א מציאות , נאר וואס די וועלט דארף דאך אנגיין , מענטשן מוזן דאך אנקומען איינער צום אנדערן , און אנדערש וואו בהמות וחיות דארף דאך א מענטש א חברה , או חברותא או מיתותא, האט שוין חוני המעגל גע'טענה'ט, פארוואס דער אייבערשטער האט אזוי באשאפן דער מענטש, איז א עקסטערע שמועס שאין כאן המקום להאריך, ממילא על כרחך מוז זיין אויף עפעס א אופן אז טראץ דעם וואס אין דעותיהם שוות, דאך זאל מען מחמת קיום העולם יא קענען זיך פארשטיין אויף וויפיל עס פעהלט זיך אויס לקיום העולם , א יא? שטימט ?!

ממילא איז די חכמה אלץ צו קענען צווישנשיידן בין אדם למהותו ובין אדם לשכלו, וויפיל ס'פעהלט אויס למה שנוגע לאותו זמן, ואותו צורך, דהיינו:דער מענטש איז סייווי -עניוועי אנדערש ווי דו, ער טראכט אנדערש, ער קוקט אנדערש,ער זעהט אנדערש, ער פארשטייט אנדערש ווי דו, און דאך מיזטו מיט איהם שערן די וועלט, און לעבן אין די זעלבע וועלט, שוין וועט שוין נישט אויסמאכן נאך א חילוק, און נאך א אנדערשקייט, קענסט ווייטער האבן פון יענעם וואס דו ווילסט פון איהם..

ודי בזה, הנראה לענ"ד כתבתי, ורצוני עז לשוב ולהאריך עוד בהנושא, בעזהשי"ת. שכתבתי רק מקצת דמקצת , מחמת חוסר פנאי,
לעצט פאראכטן דורך פרייליכערהייט אום זונטאג מארטש 14, 2010 12:20 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 7:24 pm

פרייליך ;l;p- זייער גוט ארויסגעברענגט.

יעצט, וואס איז דער דין, ווען איך האלט דערביי, דער פראבלעם איז נאר אז יענער דארף אויך האלטן דערביי - ווי אזוי ציעט מען יענעם צו זיך אז יענער זאל מיר וועלן אויסהערן?

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 7:53 pm

לענ"ד איז דער איינציגער וועג -בדרך הטבע- אז מען גיבט גיטע קאסטומער סערוויס. גיט א קוק למשל, יענע וואך האב איך זיך גענויטיגט אין א בעל מלאכה לכבוד דעם וואס דאס ווייבעל קומט אהיים פון קאנטרי. נו וואס טוט מען? איך עפן אויף דעם אידישען דירעקטארי און רוף אן אלע 6-7 בעלי מלאכות וואס זענען אדווערטייזט פאר דעם צוועק. אין ערגעץ האט מען נישט אויפגעהויבן א טעלעפון איבעראל האב איך געלאזט א מעסעדש קלאר און דייטליך לויט'ן פארלאנג. איינער האט געבעטן איך זאל זאגען דער דעיט ענד טיים וכדומה. יעדענס קאפריזען האב צופרידען געשטעלט. עס איז שוין דורך כמעט א וואך נאר איינער האט צוריק גערופען און נאך נישט אראפ געקומען געבען א פרייז ווייל זיין קאר איז אין קאנטרי, ער קען קומען נאר נאכען דאווענען 9:30 איי איך מיז זיין אינדרויסען פון שטוב שפעטסטענס 9 אזייגער. דעמאלס קען ער נישט.
זעה איך דאנערשטאג אין איינע פון די פליג בלעטער אין שוהל א עד לאותו דבר. איך רוף אריין און לאז א קלארען מעסעדש פון מיין משפחה נאמען און אלע צוגעהערן לויט זיין בקשה, למעשה האט ער נאך נישט גענטפערט.
היינט האב איך גערופן א גוישער קאמפאני, איינער האט גלייך אויפגעהויבן, געקומען, געגעבען א פרייז.
איך וואלט נישט גענומען די מיה צו שרייבען די שורות ווען נישט עס איז שוין ליידער אסאך מאל פארגעקומען. אוודאי איז דאס נישט ח"ו א כלל. אבער טייערע ביזנעס לייט פארוואס זעהט איר נישט איין אז איר הרג'ט זיך אוועק דעם נאמען און די ביזנעס צוליב אייער אומוויסענקייט אז אן א סערוויס וועט אייך קיינער נישט אנקוקען.

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 11:17 pm

כ'מיין אז די יסוד איז די זעלבע , די זעלבע וועג ווי דו קענסט נוצן איינעם פאר געוויסע צוועקן , כאטש כאטש כאטש עטס זענט'ס בכלליות פונאדערגעשייט און אנדערש אריענטירט , און עס איז נישט דא קיין סתירה ווייל כל זמן עס איז דא עפעס וואס באצוועקט אייער שייכות , איז דאס איבער גענוג עס אנצוהאלטן , און דו דארפסט נישט מער פון דעם , כן על דרך זה , ועל פי הנ"ל , וכפי מה שנתבאר לעיל , הכי נמי , דארפסטו קענען יענעם איבערצייגן , אז ער קען דיך יוזן - נוצן פאר זיינע פארברויכענישן , וכאמור, און דא האסטו די יסוד נאכאמאהל בתורת חזרה ,
פרייליכערהייט האט געשריבן: חז"ל לערנען אונז כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהם שוות ,און דאס איז א פאקט און א מציאות , נאר וואס די וועלט דארף דאך אנגיין , מענטשן מוזן דאך אנקומען איינער צום אנדערן , און אנדערש וואו בהמות וחיות דארף דאך א מענטש א חברה , או חברותא או מיתותא , האט שוין חוני המעגל גע'טענה'ט, פארוואס דער אייבערשטער האט אזוי באשאפן דער מענטש , איז א עקסטערע שמועס שאין כאן המקום להאריך , ואי"ה עוד חזון , ממילא על כרחך מוז זיין אויף עפעס א אופן אז טראץ דעם וואס אין דעותיהם שוות, דאך זאל מען מחמת קיום העולם יא קענען זיך פארשטיין אויף וויפיל עס פעהלט זיך אויס לקיום העולם , א יא? שטימט ?,
ממילא איז די חכמה אלץ צו קענען צווישנשיידן בין אדם למהותו ובין אדם לשכלו , וויפיל ס'פעהלט אויס למה שנוגע לאותו זמן , ואותו צורך , דהיינו דער מענטש איז סייווי -עניוועי אנדערש ווי דו ער טראכט אנדערש, ער קוקט אנדערש,ער זעהט אנדערש, ער פארשטייט אנדערש, ווי דו , און דאך מיזטו מיט איהם שערן די וועלט , און לעבן אין די זעלבע וועלט , שוין וועט שוין נישט אויסמאכן נאך א חילוק , און נאך א אנדערשקייט , קענסט ווייטער האבן פון יענעם וואס דו ווילסט פון איהם ,

און מאחר מיר האבן שוין גערעדט פונעם משל , לאמיר פרובירן צו געבן א שטיקל משל , דער דאקטער וואס דו באזוכסט , ער זאל דיר די טאנצלען באקוקן צו באקטיריע'שע באצילן האבן זיך נישט דארט באזעצט, איז דען א חילוק צו ער איז מחשיב חסידישע יידן אדער נישט ? , אדער אז דו רופסט א פלאמער צו פאררעכטן א ליעק אונטערן סינק ,איז דיר א נפק"מ צו ער לייגט רבינו תם'ס תפילין?, ניין אווודאי נישט , טא פארוואס ביזטו חושד אז צו דיר האלטן זיך אנדערע אפ מחמת דיין אריענטאציע ? ?...
עז לאנג עז דו אפפערסט דיין סערוויס , און דו צייגסט ארויס פראפעשינעליזם , און עקספיריענס , יו גאטטע העוו נאו פראבלעם....
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט