גוטע ecommerce shopping cart פראגראם

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

גוטע ecommerce shopping cart פראגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

די מעשה איז אזוי איך וויל זיך איצט אריינלייגן און עפענעם א ecommerce shopping cart סייט, ד"ה צו קענען פארקויפן פראדוקטן אויפן געוועב א שטייגער ווי STAPLES אדער יעדע אנדערע סייט וואס פארקויפט דורכן טשארדשן קרעדיט קארד און שיפן, אבער זיכענדיג אביסל האב איך זיך אנגעשטויסן און הונדערטער
e commerce סייטס, יעדער האט זיך אנדערע אפציעס, וואס איז נישט שייך אויסצורעכנען, בעיקר וויל איך וויסן וואס מען ברויך וויסן פארן עפענען אזא סייט, און צו האט איינער עקספריענס מיט  https://goemerchant.com/ דאס האב איך געטראפן דא איך זיך א סייט צו קענען פארקויפן ארום 1000 אייטעם'ס, איך זיך נישט אנצופאנגן מיט א גרויסט טרעפיק פארקער צום סייט, לוינט זיך צו קויפן אן איינמאליגע סייט אדער 'האוסטן' ביי א קאמפעני וואס שטעלט אלעס צו?

שיעור פארגעסן צו זאגן איך קען באשטיין אליינס צו דיזיינען די סייט מיט די גרינגע אפציעס וואס קומען מיט אזעליכע פעקידשעס, כ'קען נישט קיין HTML.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דו דארפסט וויסן בעפארן עפענען, וואספארא סארט פראדוקטן דו גייסט פאקויפן, וויפיל אפשענס, וויפיל פיעטשורס, שיפפינג, פראמאשענס וכו' וכו'.

מ'האט שוין גערעדט דעפון אין קרעטש אמאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

באמת האב איך שוין אלעס אויסגעארבייט איך זיך נאר איצט א גוטער "האוסטער", ליינענדיג רעוויו'ס איבער האוסט קאמפעניס שרייט יעדער עפעס אנדערש, קיינער איז נישט צופרידען מיט קיינעם, מיין פראבלעם איז איצט נאר ווער איז די 'בעסטע פון די שלעכטע' ווייל קיין גוטע האוסט איז ממילא נישט פארהאן, איך האב שוין לאנג א וועבזייטל פאר מיין ביזנעס אבער דאס דאס איז נישט די פאדעמאנט פונ'ם ביזנעס עס איז נאר געמאכט פאר אינפא. אויב איינער וויל זיכן אויף מיין קאמפעני. איצט זיך איך אבער דייקא א אי-קאמערס האוסטער וואס עס טאר נישט זיין קיין דאונטיים איז ווער איז די בעסטע פאר דעם??? 
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

ווייסט איינער ווי מען קען קויפן גוטע templates פאר ביליג ?
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

ecommerce shopping cart volusion
אז יענער קען קענסטו אויך
פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2011 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר דוקא »

ווען אאינער דא ענדיגט מאכען די ריסיורטש זאל ער מיר ביטע איינמעלדען אי/ טראכט אויך אז עס איז שוין גאנץ נאנט צי די צייט אז אי/ זאל מאכן א ויפיצו
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

פאר דוקא האט געשריבן:ווען אאינער דא ענדיגט מאכען די ריסיורטש זאל ער מיר ביטע איינמעלדען אי/ טראכט אויך אז עס איז שוין גאנץ נאנט צי די צייט אז אי/ זאל מאכן א ויפיצו
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=13460&p=712830#p712830
אז יענער קען קענסטו אויך
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

איך זיך צו עפענען א וועבסייט וואס גייט פראמאטען ספעשעלס פון א געוויסע ליין, איך זיך א שיינע וועבסייט צו קריעטן אליין איך מאך ריסערטש פאר סייטס וואס קענען סערווען מיינע געברויכן וואס האבן גיטע טעמפלעטס, מיין קשיא איז אויב מארגן גייט זיך צומאכן די סייט ווי מען קען אליין מאכן סייטס צו איך גיי פארלירן מיין סייט, קען זיין סא דאם קשיא אבער מיין עקספיריענס און די ליין איז היבש מצומצם און ווער סאט מער אינפארמעישן קען עס שערן דא
בראנפן
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2007 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראנפן »

איז פארהאן א קאמפעני וואו מקען בילדן א אי-קאמערס וועבסייט אבער איך זאל קענען אליינס טשארזשן די קרעדיט קארדס און נישט דורך די קאמפעני (למשל איך זאל באקומען א אימעיל מיט די קאסטומערס' קרעדיט קארד אינפא אדער עס קענען זעהן אנליין) ?
בראנפן
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2007 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראנפן »

מיין ציל איז אז די קאסטומער זאל זעהן מיין נאמען אויפן קק סטעיטמענט (אזוי וועט ער וויסן וואס די טשארזש איז), אויב די קאמפעני וועט דאס טון וואס גייט ארויפקומען אויפן סטעיטמענט ?
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”