פרוכט מארקעט

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

פרוכט מארקעט

תגובהדורך פוילישער » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 4:38 pm

קינד און קייט ווייסט צו זאגן אז די פרוכט און וועטשטעיבלס אין די ניו יארקער גראסעריס קומען פונעם "מארקעט". די גרעסערע מבינים ווייסן אויך אנצוגעבן אז יענע גראסערי פארט אליין אראפ אין "מארקעט", און וועגן דעם האט ער בעסערע פרוכט. אמאל פלעגט מען הערן שרעקעדיגע מעשיות ארום די מארקעט. מען האט געשמועסט אז די מארקעט איז אונטער די קאנטראל פון די מאפיא. אזוי ווייסט מען צוזאגן פון די מארקעט נאך פארבארגענע זאכן. איך האב שוין געפרעגט אפאר מענטשן, אויב זיי ווייסן ווי אזוי די מארקעט ארבייט, און פונטקליך וואס דאס איז. אבער איך האב נאך קיינמאל נישט באקומען קיין ענטפער.

אפשר צווישן דער עולם דא, זענען דא בעלנים וואס ווייסן יא פון די מארקעט צו זאגן, אדער גאר שוין געווען אין מארקעט. דער עיקר פראגע, אויב איך וויל קען איך אויך גיין צום מארקעט איינקויפן?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 8:50 pm

איך האב געוואוסט אז די פיש מארקעט אויף פולטאן סטריט - נעבן דעם ברוקלינער בריק - איז געווען געפירט דורך די מאפיע, איבער די פרוכט מארקעט האב איך נישט געוואסט.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 9:02 pm

פוילישער האט געשריבן:די גרעסערע מבינים ווייסן אויך אנצוגעבן אז יענע גראסערי פארט אליין אראפ אין "מארקעט", און וועגן דעם האט ער בעסערע פרוכט.


גראדע האב איך מיר איבערצייגט אז די גראסעריס וואס נעמען זייערע פרוכט פון דיסטריביוטערס האבן בעסערע קוואלעטי..

חיים-שלמה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2009 9:53 pm

תגובהדורך חיים-שלמה » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 7:29 pm

די מארקעט איז נישט ווייט פון ווילי קענסט דיך אמאל אריבער כאפען סקאסט מיין איך צוויי טאלער פאר א קאר פער מענטש
באט אז די קענסט שרייבן מער דיטעלד וואס די ווילסט וויסן וועל דיר פריבירן צי ענטפערן

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 9:13 pm

די פיש מארקעט האט מען אויך אוועק געפירט קיין בראנקס צוזאמען מיט די פרוכט מארקעט ס'הייסט האנטס פוינט.
גראדע פונקט די וואך שבת האט דער פיש סוחר אין אונזער קאנטרי זיך אפגערעדט אז ווען ס'האט געהייסן די מאפיא קאנטראלירט די מארקעט איז עס געווען אויסגעהאלטענער און ביליגער און גרינגער, היינט ווען די רעגירונג קאנטראלירט אלעס איז יעדע זאך סאך שווערער.
ער האט געזאגט אז די גאנצע קאנטראל פון די מאפיא איז באשטאנען ווער ס'קען אריינפארן נאנט צו די סחורה, ס'האט געקאסט אפאר פיאסטער א חודש, און ווער ס'האט נישט געוואלט צאלן האט געפארקט אינדרויסן פאר צוויי טאלער יעדעס מאל עקסטער. היינט קאסט צען טאלער בלי שום טענה ומענה פאר יעדן און מ'שטייט ווייט.
כ'האב אים געזאגט אז ס'קומט אויס פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויס געווארפן, ס'איז אים געפאלן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » פרייטאג אוגוסט 14, 2009 12:40 pm

איך האב גערעדט מיט אינעם וואס פלעגט זיך דרייען אין מארקעט, זאגט ער מיר ווילסט גוט פארשטיין פשט אין די ווערטער הזן את העולם "כולו"?

גיי אראפ און מארקעט. וועסט משוגע ווערן וואס דאס מיינט שפייזען א שטאט ווי ניו יארק, מיט אירע מיליאנען איינווינער, מ'קען זאט ווערן פון זעהן אזויפיל מינים פירות, און פון יעדע מין וויפיל דיין אויגן קען זעהן, עס איז עמעזינג וואס דארט טוט זיך אפ.

אין דאס איז נאר אין ניו יארק, און נאר פרוכט, און נאר פאר מענטשן (להוציא בעה"ח, ביצי כינים, וכדו,), און יעדן איינציגן טאג ממש.

מיר זענען צו געוואוינט; צו שטעלן עסן פאר מענטשן?!, נא שוין געהערט אזאנס, איך זעה דאך דאס טעגליךאין מיין גראסערי, עס קומט אן יעדן טאג פרישע סחורה, פרוכט, ברויט, אייער, מילעכיגס, אויך מיר א קינץ. עס איז נישט אזוי אינטערסאנט, אבער ווען דו זעסט וואס עס טוט זיך אפ אין מארקעט יעדן טאג ווערט מען ממש צודרייט.

ער זאגט מיר ווילסט טראגן דיינע קינדער חול המועד האלטן? טראג זיי אין מארקעט. (עס איז נישט אינטערסאנט ווייל דער מארקעט פינקציאנירט נאר אין די ביינאכט שעות)
תכלית הידוע שלא נדע

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » פרייטאג אוגוסט 14, 2009 1:22 pm

חיים-שלמה האט געשריבן:די מארקעט איז נישט ווייט פון ווילי קענסט דיך אמאל אריבער כאפען סקאסט מיין איך צוויי טאלער פאר א קאר פער מענטש
באט אז די קענסט שרייבן מער דיטעלד וואס די ווילסט וויסן וועל דיר פריבירן צי ענטפערן


א גרויסן ישר כח פאר'ן ענטפערן און פאר מיר וועלן העלפן.

איך האב א ביזנעס וואס איך נוץ אסאך פרוכט און וועטשטעיבלעס, איך האב חשק אליין צו גיין צום מארקעט. ווען זענען די שעות? איז דא א מינימום וויפיל מען דארף קויפן? דארף מען זיין א מעמבער? וואס איז די סיסטעם דארט? א.א.וו.

א שיינעם דאנק.

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 12:21 am

געווען אמאל יאהרן וואס פאר אינטערעסאנטקייט פלעג איך גיין צומאל, צו דעם האנטס פוינט מארקעט.(ס'איז דא נאך איינס אין ברוקלין פאר אומזיסט, אבער סאך א קלענערער)

אזוי ווי ס'איז שוין געווען א היבשע צייט צוריק, ווייס איך נישט צו די דאזיגע באשטימטע פרייזן זענען נאך אקטועל היינט צוטאג אויך.

אמאל האט געקאסט א קאר אריינצופארן $5 אין יעדער מענטש $3 , צומאל אויב איז דער ביים בוטקע געוען א גיטער/גיטע האט ער/זי נישט געבעיטן דו עקסטערע $3 .

אין אינעווייניג האט מען געדארפט קויפן כאטש איין באקס. (פארשטייט זיך נאר אויב מ'האט געוואלט בכלל עפעס קויפן) מען קען נישט דארט קויפן אויף דו פונט, אין אויך נישט פער שטיקל, אין קיין פלאסטישע זעקלען איז אויך נישט צום געפונען, פאר בעסטע רעזולטאטן קומט מען מיט א טראק אין א עלעקטראנישע דזשעק. (פון דעם זעיט מען דארט אין דו טויזענטער)

דו הינקעדיגע, אין נעבעכדיגע, גייען מיט הענט טראקס, געגן דו מאדע...

אזוי פול יא:
ס'זאל זיך אייך נישט דאכטן. אז דארך כאפן א בליק דארט, אדער דארך גיין 2 -3 מאל, וועסטו שוין וויסן כאטש בערך וויאזוי דארט צו האנדלען.
מ'דארף אסאך סייעתא דשמיא, בכלל צו וויסן ווי אנציקומען, אין בפרט נישט אריין צו פאלן.(אוי.. איז שווער צו פארשטיין וויפול ס'ליגט אינטער דו דאזיגע עטליכע ווערטער)


אין וואס טוט זיך מיט דו מאפיא?!
אין מיין ווערטער בוך זיינען מאפיא, געוויסע הארטע מענטשן וואס גרופירן זיך אין לאזן זיך נישט באשווינדלען. אבער נישט אז זיי לויפן מיט שעדליכע וואפן אין קוילען אומשולדיגע ציווילע מענטשן אין דו גאסן ר"ל על לא עון בכפם.

דעריבער.
וואס גייט דיר אן וואספארארע צו-נאמען דער פארקויפער/פראדוסער טראגט מיט זיך פון הינטערוויילעכטס?
דו האנדל ערליך. קויף מיט קעש, אין באצול אויפן פלאץ. אין יעדער וועט זיך פרייען צו דיר.


אגב.
מען קען זיין א מעמבער אויך דארט. דיכט זיך אז $50 דולר א יאהר קאסט דער טראק מיטן דרייווער. מ'קען נישט איינטוישן דעם טראק מיט א אנדערן דרייווער, אדער פארקערט.
אין אויב יא, קאסט עס דו געהעריגע פרייז.

אין אויב כאפט מען דיר ביים וועלן שווינדלען, וועט דו סקיוריטי קער נעמען ה"י.

ביים ארויסגיין קען זיין א סעקיוריטי טשעק פוינט.

דו פרייז וואס מ'צולט איז פאר גאנצע אכט שעה. אבער ס'מיז נישט זיין אז מ'זאל דיר כאפן אויב דו בלייבסט לענגער. (כ'מיין אז מ'אינפארסירט עס נישט)

ס'איז אפגעשפארט פון בערך 3:00PM ביז 9:00PM אבער פון בערך 9:00AM פאנגען שוין אן מאנכע פראדוסער צו פארשפארן.

פאר בעסטע רעזאלטאטן קומט מען אן דארט בערך 3:00AM .

אין אינטער אלעם.
דאס פלאץ איז זייער גיט באשמירט מיט ווידיאוי קאמערע'ס, אין מיט פליישיגע אויגן. ליתר שאת, איז זייער נישט בא'טעם'ט דאס זיכער צו מאכן...


BTW
איר קענט זיכן ביי אונז און זייטל FITTED אינפארמעישן איבער אלע ענינים.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

חיים-שלמה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2009 9:53 pm

תגובהדורך חיים-שלמה » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:23 am

וואס מיינסטו מיט די ווערטער :
(אוי.. איז שווער צו פארשטיין וויפול ס'ליגט אינטער דו דאזיגע עטליכע ווערטער)
מיט וועם האסט די דיר אזוי אבגעבריט דארטן ?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 4:47 pm

אזוי נארמאל, זייער אינטערסאנט וואס די שרייבסט דא. יישר כח.

איך וויל אבער פארשטיין אלעס וואס עס ליגט אינטער די פינטלעך.. די סיקיורעטי און פחדנות איז דארט אויפן העכסטן גראד?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 10:05 pm

כבוד ר' חיים שלמה.

למשל טאמעטע, ווערט פארקויפט דורך צענדליגער/הונדערטער פראדוסער. א נו, ווי קויפט מען?!
נאר מען גייט ארום באקוקן יעדעם'ס סחורה אין מ'פרעגט זיך נאך דו פרייזן, אמת?

איז נאך וויפול פראדוסער'ס וועסטו זיין צופרידן? אין ווען דו וועסט האלטן נאך'ן פרעגן 20 חברה, וואס וועסטו אלס געדענקען? דו פרייז, צו דו גיטס'קייט פון דו סחורה? וויפול טיילענאל וועסטו דארפן אייננעמען בלויז אז דו קאפ זאל זיך דיר נישט דרייען? אין אויב דו ווילסט קויפן מערערע סארט געוויקסן, וויפול וועסטו ברויכן מיטשענען בלויז צו קענען האלטן דו אויגן גלייך?

אין נאכמער: האלטסטו טאקע אז דו ביסט אזא מבין אין פרוכט? דו מיינסט אז דארט איז נאר דא פיינע סחורה, האנט געקליבן? אין אויב דו ביסט שוין באמת יא א מבין אויף פירות, טראכסטו נישט אז דער סעלס-מאן קען גלייך כאפן אז דא איז דא איינער וואס איז רייף מ'זאל אים אריינשמירן עפעס וואס קיינער דארף נישט? ער קען למשל נעמען עטליכע גיטע פיטשעס, עס אויפשניידן אין ארויף לייגן אויף א סקיט מיט ברוינע פלייש פיטשעס! דאס זעלביגע קען זיין מיט מעלוינע, וואס ס'וועט דיר נישט זיין אזוי גרינג אויפצושניידן נאך א מעלוינע.

מ'דארף וויסן יעדע סארט פרוכט, ווער ס'האט געווענליך גיטע דערפון, פאר מעסיגע פרייזן. און ער דארף דיר אלס קאסטומער, דיך נישט אריינצו'נער'ן.

דאס איז בערך פשט און דו ווערטער, און ס'איז געשריבן געווארן רעכט. אבער ס'ליגט זייער אסאך אינטער דעם.


כבוד הרב צייטליך הי"ד.

אויבן אויף קוקט אויס אז ס'איז דא א לויזע ווערטשאפט דארט.
ס'הייסט, מענטשן אויף פארענדיגע מאשינען גייען אין קומען, מ'לאזט איבער סקיטס דא, מ'פארקט סקיטס אהין, אין מ'לייגט אראפ עטליכע באקסעס דארט.
ס'קען זיך דאכטן פארן דורכגייער אז ווער זעיט. צו אז דו עטליכע באקסעס קוקט אויס פארלאזט. אדער שוואכע קוואליטעט וואס איינער האט געוואלט ווארפן אין גארביטש.

דעריבער האב'ך אנגעזאגט אז ס'זאל זיך אים נאר נישט דאכטן! ס'איז נישט דא קיין הפקר דארט! (נאר וואס ס'ליגט אויסגעגאסן צושמעטערט אויפן גאדער, אדער אין גרויסן גארביטש קען. וואס אויב דו ווילסט זיין א שותף מיט דו גרויסע ווייסע פויגל קענסטו כאפן שריים אביסל.)
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט