ווי אפט ווערט אייער אפיס מסודר?
די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי
ווי אפט ווערט אייער אפיס מסודר?
יעדער ווייסט אז פון די שווערסטע זאכן איז צו האלטן אן אפיס מסודר, קודם כל זענען פאראן פיל זאכן וואס האבן בכלל נישט קיין פלעצער און אנדערע זאכן וואס מען קען פלאצירן אין עטליכע פלעצער, בקיצור, ווען מען נעמט צוזאמען אן אפיס ווערט מען משוגע צודרייט און מען ווייסט נישט וואו צו פלאצירן די זאכן... עס איז אויך פאראן זאכן וואס מען ווייסט נישט צי דאס באלאנגט צו די קאטעגאריע פון זאכן וואס מען דארף באלד טון, אדער איז עס פון די זאכן וואס עס האט נאך צייט, אדער קען מען שוין גאר פארגעסן דערפון... יעדע אפיס לויט זיינע זאכן...
אצינד איז מיין שאלה צו די חברים דא:
א) ווי אפט ווערט אייער אפיס מסודר? - יעדן טאג, איינמאל א וואך, ווען עס קומט אויס, אדער קיינמאל נישט?
ב)ווי אזוי האט איר עס געזען פון עקספיריענס, ווי וויכטיג איז צו האלטן אן אפיס מסודר? - איז די ביזנעס געגאנגען בעסער ווען די אפיס איז געווען מסודר, אדער איז עס פשוט מנוחת הנפש און רואיגקייט?
לאמיר הערן פונעם עולם...

- למעלה משבעים
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9712
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6170
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
א. מיין אפיס ווערט מסודר, בדרך כלל, יעדן ערב שבת ויו"ט.
ב. ווען ס'אפיס איז מסודר איז מיר דער מוח אויך מסודר, ומכלל הן....
אגב, על פי רוב, האט מסודר'דיגקייט אין אפיס וכדומה, אסאך צו זאגן אויפ'ן פערסאנעליטי, הגם מסודר'דיגקייט איז נישט אלץ א מעלה,און אומ'מסודר'דיגקייט ווייזט נישט אלץ אן אויף חסרון.
אן אריכות אי"ה ביי א געלעגנהייט.

What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW
- AbiYiddish
- שר חמישים
- תגובות: 53
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2009 11:00 am
האסט דאך אזוי גוט געזאגט 'שטארק זיך'.
איך לייד צומאל פון מיין מסודר'דיגקייט. נישט אז איך בין עפעס מורא'דיג מסודר, אבער איך האב ליב דאס 'מסדר זיין' אליין, און איך ארבעט זייער שווער ווען זאכן פליען.
איך האב מיר געמאכט א שלעכטע מנהג צו לאזן אלעס אום געפיילט און נאך א שטיק צייט פיילן, ס'הייסט אז אלע פאפירן זענען אנגעפּיילט אין פּיילס און ווארטן צו ווערן געפיילט. די פראבלעם איז אז ס'ווארט שוין צו לאנג.
איך האלט פון מאכן א באשטימטע צייט איינמאל א וואך צו מער\וויינגער מסדר זיין, און יעדע צוויי-דריי חדשים מאכן א העווי סדר. ס'ווענט זיך אבער אויך אין די טייפ אוו אפערעישן פון יעדן אפיס, און אויך ווי פאריאגט מ'איז.
פלאצירן אפיס סופלייס איז די בעסטע אין לעדלעך, אדער אין קליינע באקסעס אויף שעלווס.

- שר חמש מאות
- תגובות: 632
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
- לאקאציע: אין מיינע גלייזן
- א. טראכטער
- שר האלף
- תגובות: 1376
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm
איך האב אויך כסדר געהאט דעם פראבלעם היינט ארבייט איך שוין ב"ה פאר א גרעסערע קאמפאני, און מ'רייניגט דארט יעדע נאכט, במילא איז דער צופלויגענקייט איינגעצוימט אין די לעדלעך, און ליתר שאת טוישט מען דארט ארום די זיץ פלעצער יעדע 6 חדשים וואס גיט א געלעגנהייט זיך נאכאמאל מסדר זיין און לויז ווערן פון די אומנויטיגע חפצים
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ריכטיג און 5 געסט