קוויקבוקס קלאסן אין אידיש

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

קוויקבוקס קלאסן אין אידיש

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג יולי 12, 2009 1:41 pm

געזען היינט א צעטיל אין ביהמ"ד אין קרית יואל
איבער א נייע קלאס אין קוויק בוקס דורך א היימישער יונגערמאן
וועט אויסלערנען קוויק בוקס אין זעקס וואכען דריי מאל א וואך

כא געוואלט וויסן וויפיל לוינט זיך עס דאס זיך אויס צילערנען לגבי די צייט און געלט וואס מדארף אינוועסטן בעיקר צייט
סטייטש וואסערע בענעפיטן קומען מיט נאכן אריבער גיין א אקונטינג קלאס?

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » זונטאג יולי 12, 2009 2:14 pm

פאטאקי אויב האסטו געלערנט אקאונטינג דאך פארפאסטו נישט גארנישט אויסער קענען א פראגראם וואס הייסט קוויקבוקס
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג יולי 13, 2009 12:18 am

זייער אסאך שטעלע'ס פארלאנגן אז מען זאל קענען דעם פראגראם, אטאמטיש אז מ'קען דעס איז גרינגער צו געפינען א שטעלע ערגעץ ווי.

דרך אגב, איך האב אויך געזען דעם צעטל זיי האבן אויך לעקציע'ס פון פראגראמינג שפראכן, דאס קען אויך זיין א גוטע מקור פאר פרנסה.

אוועטאר
AbiYiddish
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2009 11:00 am

תגובהדורך AbiYiddish » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 5:56 pm

קוויקבוקס איז זייער א גרינגע פראגראם.
געווענליכע קוויקבוקס קלאסן וועלן לערנען בוקקיפינג\אקאונטינג מער ווי די פראגראם אליינס.

אפילו אויב דו האסט נאך קיינמאל נישט געארבעט אויף קוויקבוקס און דו ווילסט זיך דאס גוט אויסלערנען, קען זיך דיר ענדערש לוינען צו צאלן פאר א וואן-אן-וואן טיטשער פאר א שעה צוויי. ס'וועט דיר מסתם זיין ביליגער ווי צו נעמען א פולע קלאס און דו וועסט ארויסבאקומען פונקטליך וואס דו דארפסט, און אפשר נאך מער עדווענסד.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 7:30 pm

איך האב געזען א צעטל [נישט ממש א צעטל, נאר א סקרין] אז מען קען זיך לערנען [נישט לערנען, נאר דערלערנען] קוויקבוקס דורך פראגעס און ענטפערס און ווערן ממש א עקספערט דערין. עס איז גענצליך פריי און ווערט געלערענט 24-7 ווען אימער דורך א באגאבטער טיטשער

ה"ה כש"ת מורינו רבי קלאץ-מוח שטרויזאק שליט"א.


ערענסט גערעדט, לויט מיין שאצונג קען מען זיך לערנען קוויקבוקס פול בעסער פון אייגענע ערפארונג. כסדר נוצן און זיין אקטיוו דערינען וועט סך מער אויפטוהן.
איך נוץ עס שוין צוויי יאר און ס'יז ממש הימל און ערד פון ווען כ'אב אנגעהויבן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 8:30 pm

אזוי ווי אבי אידיש האט שוין ערווענט אז א קוויקבוקס קלאס טיטשער וועט אויסלערנען מער בוכהאלטינג און אקאונטינג וואס דאס מוז מען זייער וויכטיג וויסן ווייל פון קוויקבוקס אליין קען מען גארנישט אויב קען מען נישט בוקקיפינג...

איך האב מיך געלערנט קוויק בוקס אין קיפיוטערס keyputers און איך קען ענק איין זאך זאגן איך האב קלאר נישט חרטה איך האב אזויפיל ארויסגענומען פון דארט אז עס איז ממש אין לשער. ענדערש מער די בוכהאלטינג חלק ווי די קוויקבוקס חלק.. עס האט מיר נישט געקאסט צופיל 350 דאללער און איך בין ארויסגעקומען פון דארט זייער קלאר..

אבער א קלאס איז גוט ווען איינער זוכט א פרנסה ווען ער האט נאכנישט און ער ווייסט נישט וואס פארא דזשאב ער גייט טרעפן דארף ער וויסן אלע מינע זאכן ווי אינוועטארי און עסטימעיטס וכו' אפילו ווי ער גייט ארבייטן גייט נישט ברויכן האבן דאס אלעס אבער וויבאלד ער ווייסט נישט וואס ער גייט טרעפן איז ראטזאם אז ער ווייסט אלעס אזוי שפירא ער זיך איבעראל אינדערהיים...

אבער א אינגערמאן וואס האט שוין א דזשאב אדער ער האט א אייגענע ביזנעס ווייסט געווענדליך וואס ער דארף האבן וואלט זיך פאר אים געלוינט זיך צו לערנען ביי א פרייועט טישטער פאר אפאר שעה אלעס וואס "ער" ברויך וויסן און פאטעראנייסעק...

איך האב א חבר וואס גיבט פריוואט קוויקבוקס לעסענס אויב איינער איז אינטערסירט ביטע זיך פארבינדן מיט מיר אין אישית...
א חתימה ברויך מען האבן ?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט