בלאט 1 פון 1

שרייבן

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 11:31 am
דורך זיס
איך וויל אנפרעגן פון די עקספיריענץ פון די חברים:

וואס איז די פרייז וואס מען בעט אין די גאס פאר שרייבן ארטיקלען?

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 12:54 pm
דורך איך_הער
שוין דא אן אשכול דערוועגן, זיכעס אפיר.

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 3:19 pm
דורך חידוש נפלא
די פרייז גייט געווענליך לויט די קערעקטערס (בלע"ז, אותיות במאמע לשון) איך מיין אז מען בעט היינט ארום איינס אדער צוויי סענט פאר איין קערעקטער, איך האב אמאל געפרעגט א שרייבער וויפיל עס קאסט צו שרייבן עפעס אן ארטיקל האט ער מיר געזאגט אז ער רעכנט 100$ פאר 10,000 [צען טויזענט] קערעקטערס

איך ווייס אבער נישט פוקנטליך די כללים צו מען רעכנט מיט די ספעסעס צו אהן די ספעיסעס צווישן איין ווארט אין די אנדערע

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 6:19 pm
דורך שמערי בערי
געווענליך רעכענען זיי מיט די ספעיסעס.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2009 11:35 am
דורך למדן
אין WORD ביי TOOLS איז דא אזא זאך ווי "ווארד קאונט" און דארט איז דא אויסגערעכנט אויך "קערעקטער קאונט" מיט "ספעיסעס" אדער אן ספעיסעס.

איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי די שרייבער רעכענען, אבער א שרייבער האט מיר אמאל געזאגט אז ער ווארפט אלעמאל אריין א וויץ [געלונגענע... אדער אומגעלונגענע...] אינמיטן פון זיינע ארטיקלן... אזוי פארגרעסערט זיך אויטאמאטיש דעם קערעקטער קאונט... ווייל נאך יעדן וויץ דארף מען דאך שטעלן נאך דריי קערעקטערס... די באקאנטע: "..." [בלע"ז: דוי לאכט מען...]

געשריבן: מאנטאג יולי 27, 2015 12:20 pm
דורך לכאורה
אנומעלט האב איך באקומען א רוף פון א מיטגליד דאהי, וואס עס האבן זיך אים צונויפגעזאמעלט הערליכע פרקים פון סיפורי מעשיות איבער זיינע אור עלטערן און זייער אפשטאם, און ער גארט דאס צוזאמצונעמען לפנדק אחד און ארויסגעבן אין פארמאט פון א אידישע בוך. זוכט ער אבער א גוטער שרייבער וואס זאל קענען נעמען די צוזאמגענומענע חומר און צולייגן שמאלץ און זאלץ אזוי עס זאל זיך ליינען גאר געשמאק און אפעטיטלעך.

פארוואס האט ער מיך אנגערופן? ווייל צוויי אנדערע מיטגלידער פון דאהי האבן אים געזאגט אז איך וואלט געטויגט דערצו. און איך וויל זיי באדאנקן דערפאר, עס איז מיר א גוטע געפיל. אבער אויסער מיין פארנומענקייט מיט אנדערע זאכן, שפיר איך אז איך טויג נישט צו שרייבן א בוך פאר די גאס (קרעטשמע געשרייבעכץ איז גאר אנדערש ווי פארן פובליקום).

אלזא, נפשינו בשאלתינו, ווער קען געבן רעפערענץ צו א שרייבער וואס האט ערפארונג אין אזא סארט אונטערנעמונג???

יישר כחכם.

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2015 12:12 am
דורך לכאורה
טאמער מיינט איר אז ביי דעם איז עס געבליבן, האב איך נייעס פאר אייך: איך האב היינט במשך דעם טאג באקומען אין אימעיל און אין אישי עטליכע גאר גוטע נעמען, אלע קאנטאקטן זענען אריבערגעשיקט געווארן צום באטרעפנדן, און מען האפט אז עפעס וועט זיך דערפון אויסארבעטן.

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2015 12:24 am
דורך מיסטעריעז
און איך האלט נאך אימיטן שטודירן צו אייער נקודה אז נאר פאר דא זענט איר א גוטע שרייבער איז א ריכטיגע... לשוא

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2015 12:28 am
דורך פלטיאל
מיסטעריעז האט געשריבן:און איך האלט נאך אימיטן שטודירן צו אייער נקודה אז נאר פאר דא זענט איר א גוטע שרייבער איז א ריכטיגע... לשוא

ביינונז פלעגט מעניש שטודירן...

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2015 12:30 am
דורך גערעכטער
פלטיאל האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:און איך האלט נאך אימיטן שטודירן צו אייער נקודה אז נאר פאר דא זענט איר א גוטע שרייבער איז א ריכטיגע... לשוא

ביינונז פלעגט מעניש שטודירן...

כ'האב נישט געוויסט אז מעניש איז א שטודירטער..

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2015 12:31 am
דורך פלטיאל
יא ליידער.. שוין ער קומט נעבעך פון אזא משפחה...

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2015 8:01 am
דורך מזל מידיע
בס"ד
שמערי בערי האט געשריבן:געווענליך רעכענען זיי מיט די ספעיסעס.

אוודאי רעכנט מען די ספעיסעס, דאס דויערט צו קלאפן פונקט ווי עפעס אנדערש. נאך מער, עס גייט אפילו מיט מער קראפט.

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2015 4:50 pm
דורך לכתחילה אריבער
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
שמערי בערי האט געשריבן:געווענליך רעכענען זיי מיט די ספעיסעס.

אוודאי רעכנט מען די ספעיסעס, דאס דויערט צו קלאפן פונקט ווי עפעס אנדערש. נאך מער, עס גייט אפילו מיט מער קראפט.

חחח פאר די "מער קראפט"!!