ביזנעס מיט בלומען

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

ביזנעס מיט בלומען

תגובהדורך צו די זאך » מאנטאג יוני 22, 2009 1:41 pm

א גוטן טייערע ליינער.

די גאלדענע מידות דא ביים עולם איז דאך שוין ברייט באקאנט, האף איך אז איך וועל עס קענען אויסיאזען, ( אזוי ווי מטוט פאר די גוטע מענטשן)

די מעשה איז אזוי, איך ווייל אריין גיין אין ביזנעס, איז איינע פון די פלענער וואס איז דיסקורט געווארן ביי די העפטיגע מיטינגן מיט די עקרת הבית, איז אריינצוברענגען א געוויסע סארט בלום,

נו, די ערשטע זאך מאכט מען א סורטש אויף גוגעל, איז פון אפאר הונדרעט פעדשעיס, בין איך גארנישט געהאלפן געווארן,

איז אזוי, איך וויל פארשאפן א ליסט, פון איבער גאנץ יאניידיט סטעיטס, ווי ס'וואקסט אדער ווערט אנגעפלאנצן דעם סארט בלום, בפשטות דארף מען זיך ווענדען צו וואשיגטן, אדער צו עפעס א געוויסע יונעווירסטי, אדער עפעס א סוסיעשען, במילא ווער ס'קען מיר העלפען מיט סיי וואסערע אינפארמציע, ווי אזוי מפארבינד זיך, און צו וועם מדארף זיך פארבינדן, וועל איך זיין שטארק דאנקבאר, ממש א חסד של אמת
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » מאנטאג יוני 22, 2009 2:47 pm

www.usda.gov/
די לינק איז צו די יו.עס. דיפארטמענט אף אגריקולטור זיך דארט ארום וועסטו טרעפן אי"ה די בלום.

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » מאנטאג יוני 22, 2009 7:01 pm

יישר כח, פאר די שנעלער ענטפער, איך וועל דיר מעלדען אויב ס'האט ארויס געהאלפן

און ביז דערווייל ווער ס'ווייסט נאך עפעס, אל תמנע טוב מבעליו.
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט