בלאט 1 פון 3

קרעדיט סקאר: וואו קען מען עס טשעקן ?

געשריבן: פרייטאג יוני 12, 2009 12:27 pm
דורך שוועמל
וואו קען מען טשעקן איינעמס קרעדיט סקאר ערגעץ אונליין?

אדער ווער האט ערגעץ אן אקאונט צו קענען טשעקן?

געשריבן: פרייטאג יוני 12, 2009 12:34 pm
דורך אונגארישער
די איינציגסטע וואס געט דיר די עכטע סקאור וואס די בענק ניצען איז די "פייקא" סקאור סקאסט דרייצן טאלער פאר איינמאל

די סקאור פין די קרעדיט בירוא קען זיין געריקט פין זיי מיט 50 60 פוינטס אויף אדער אראפ

געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2009 2:36 am
דורך שוועמל
א לינק?

געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2009 4:16 pm
דורך טראק דרייווער
טייפ אריין אין גוגל free credit score וועסטו טרעפן פיל, ווער עס איז קראנט ווייסעך נישט, אבער מאך זיכער אז די מינוט נאך וואס די האסט דיין סקאר, זאלסטו גלייך אנרופן און קענסלען ווייל אז נישט וועסטו פלוצלונג זעהן די נעקסטע חודש אויף דיין קרעדיט קארד אז זיי האבן דיר גערעכנט, בדידי הוי עובדא

זיי זאגן טאקע עס איז פאר פרי אבער מען דארף קענען ליינען די קליינע אותיות

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 22, 2009 11:13 pm
דורך ליהודים
שוועמל זוכט נישט צו טשעקן דעם אייגענעם סקאר.... ער זוכט צו טשעקן יענעמ'ס... נעמליך פאר ביזנעס אנלעגנהייטן.

גראדע האב איך דאס אויך פראבירט, און עס איז א גאנצע פראצעדור דורכצוגיין. זיי ווילן זען פארוואס דו ברויכסט אזא סערוויס און נאך צענדליגער תנאים צוליב וואס איך האב מיך אפגעלאזט דערפון.

אויב דארפסט עס פאר א איינמאליגע זאך, בעט א חבר אין די מארטגעדזש ליניע., זיי קענען דאס באקוקן גרינג.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2009 1:06 pm
דורך צווענגל
https://www.creditchecktotal.com/Order1 ... 6EmaL_blt1
איך בין געגאנגען דא און געפענט אן אקאונט פאר מיר איך האב געזעהן מיין קרעדיט סקאר פון אלע דריי ביריואס דערנאך האב איך עס צוגעמאכט נאך פאר 30 טעג זיי האבן געזאגט אז זיי גייען נישט טשארדזשן די קרעדיט קארד למעשה האבן זיי יא געטשארדזט האב איך זיי אנגעקאלט און זיי האבן עס אראפגענומען

צו מ'קען טשעקן פאר א צווייטן אויך ווייס איך נישט לכוארה אז די האסט יענעמ'ס סאשל דארפסטו צו קענען עס טשעקן דארטן


אז מ'רעדט שוין פון טשעקן א קרעדיט סקאר ווייסט איינער ווי מ'קען טשעקן א "ביזנעס" קרעדיט סקאר וואס איך איך קען קעסלען מיין אקאונט נאכן עס טשעקן???

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2009 6:22 pm
דורך דער גראפיסט
צווענגל האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון טשעקן א קרעדיט סקאר ווייסט איינער ווי מ'קען טשעקן א "ביזנעס" קרעדיט סקאר וואס איך איך קען קעסלען מיין אקאונט נאכן עס טשעקן???

איך זעה קיינער האט נאכנישט געענטפערט און איך נויטיג מיך יעצט צו וויסן די קרעדיט סקאר פון מיין ביזנעס,
קען מיר איינער אפשר ארויסהעלפן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 23, 2009 9:49 am
דורך לאז געמאכט
איך ווייס נישט צו ס'דא אזא זאך אדער נישט אזויפיל ווייסעך אבער אז ווען א ביזנעס דארף קרעדיט עכ"פ א קליינע ביזנעס זיכער קוקן זיי אויף די בעה"ב פריוואטע קרעדיט סקאר, סא דעטס וואטס מעדער'ס.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 01, 2009 2:51 pm
דורך אייניקעל פון אהרן הכהן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 02, 2009 9:49 am
דורך צווענגל
אייניקל
איך זעה נישט ביי דיין לינק ווי מ'זאל קענען טשעקן א "ביזנעס"

ס'איז נאר פערסענל

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 2:42 pm
דורך צווענגל
לעצטענס געטראפן גיב איך עס דא פארן עולם


די בעסטע פלאץ איז וואס מ'נוצט אין די גאנצע וועלט
http://www.bbb.org/

אויך איז דא וואס מ'נוצט נאר אין usa
http://www.dnb.com/us/

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 5:48 pm
דורך CID
פאר פרזענליכע קרעדיט אן א סקאר גייט די אפיסל וועב
http://www.annualcreditreport.com איין מאל א יאר :!: מען נעמען יעדע ביארא עקסטער אזוי האט מען 3 געלעגען הייטען
:lol:

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 9:41 pm
דורך חידוש נפלא
איך האב נישט אפגעליינט אלעס, אבער ווי די טשעקסט נאר זאלסטו מאכן זיכער דאס צו קענסלען גלייך נאכ'ן טשעקן ווייל טאמער נישט גייען זיי דיר רעכענען דיין קרעדיט קארד אלס שכר פאר'ן טשעקן דיין קרעדיט, איך רעד פון עקספעריענס

געשריבן: זונטאג יאנואר 31, 2010 2:01 pm
דורך CID
חידוש נפלא האט געשריבן:איך האב נישט אפגעליינט אלעס, אבער ווי די טשעקסט נאר זאלסטו מאכן זיכער דאס צו קענסלען גלייך נאכ'ן טשעקן ווייל טאמער נישט גייען זיי דיר רעכענען דיין קרעדיט קארד אלס שכר פאר'ן טשעקן דיין קרעדיט, איך רעד פון עקספעריענס

די ביידע זענען גיט און בעטן נישט קיין קרעדיט קארט ווי פריערט דערמאנט :!:
מען דארף טאקע אבאכט געבן צו גיין צו די ריכטיגע פלעצער ווייל עס איז זייער געפעפערטע אזוי ווי די זאגסט :!: :roll:

געשריבן: פרייטאג יולי 01, 2011 11:56 am
דורך לייבעלע
איך דארף טשעקן פערסאנעל קרעדיט אויף נייע קאסטאמערס וואס אפלייען פאר קרעדיט.

וואס איז די סערוויס וואס קאמפאניס נוצן פאר דעם?
איך זיך עפעס נישט צו טייער.

געשריבן: פרייטאג יולי 08, 2011 12:44 pm
דורך לייבעלע
לייבעלע האט געשריבן:וואס איז די סערוויס וואס קאמפאניס נוצן פאר דעם?


געטראפן: weimark.com

געשריבן: זונטאג יאנואר 26, 2014 6:32 pm
דורך שנאפס
געוויסע קרעדיט קארד קאמפאניס האבן אנגעפאנגען צו לייגן דעם פייקא קרעדיט סקאר אויפן סטעיטמענט, איך באקום עס פון דיסקאווער, דאכט זיך אז נאך א קאמפאני האט עס אויך אנגעפאנגען צו טוהן

---

וועלכע נומער הייסט א גוטע נומער? למשל 650 איז גוט? וואס טוט זיך מיט 750? 800?

געשריבן: זונטאג יאנואר 26, 2014 6:53 pm
דורך והמבין יבין
שנאפס האט געשריבן:געוויסע קרעדיט קארד קאמפאניס האבן אנגעפאנגען צו לייגן דעם פייקא קרעדיט סקאר אויפן סטעיטמענט, איך באקום עס פון דיסקאווער, דאכט זיך אז נאך א קאמפאני האט עס אויך אנגעפאנגען צו טוהן

---

וועלכע נומער הייסט א גוטע נומער? למשל 650 איז גוט? וואס טוט זיך מיט 750? 800?

צווישן 626-699 הייסט שוואך
700-725 הייסט גיטע קרעדיט
726-850 גאר גיט

געשריבן: זונטאג יאנואר 26, 2014 7:57 pm
דורך היימישער איד
בארקלעי גיבט עס אויך אומזינסט. זייער א גוטע זאך.

געשריבן: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:47 pm
דורך פלעכטער
ביי טארגעט קען מען זיך יעצט אויפסיינען און באקומען אייביג דיין קרעדיט ריפארט בחינם.
טשעק עס אויס אויף דענס דיעלס.
 

געשריבן: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:49 pm
דורך פלעכטער
אויך ביי די 'קעפיטל איינס דזשערני' קארד, באקומט מען אויף יעדע סטעיטמענט די קרעדיט סקאר.

געשריבן: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:56 pm
דורך קנאפער ידען
פלעכטער האט געשריבן:ביי טארגעט קען מען זיך יעצט אויפסיינען און באקומען אייביג דיין קרעדיט ריפארט בחינם.
טשעק עס אויס אויף דענס דיעלס.
 

דאכטצעך אז זיי געבן קרעדיט מאנעטערינג (און דער קאמפעני גוט שוין דערצו אויכעט קרעדיט ריפארט), אבער נאר פאר איין יאר פריי.

געשריבן: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:58 pm
דורך קנאפער ידען
איינער ווייסט מיט וועלכע חשבונות קרעדיט-קארמע און קרעדיט-סעסעם רעכענען?
קארמע האט מיר געגעבן 718.
און סעסעם האט מיר געגעבן 710.
הייסט עס גוט אדער נישט?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:02 am
דורך מייקראסאפט
קארמע נעמט פין טרענס יאניען, אבער די נאמבער וואס זיי געבען איז ווייט פין מציאות.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:06 am
דורך AHA
כדאי צו זיין נארמאל דארף עס זיין העכער זיבען הינדרעט.