בלאט 1 פון 1

איך זוך א גיטע ביזנעס איידיע

געשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2009 3:40 pm
דורך חידוש נפלא
רבותי עס הייסט איך בין א געלונגענער אינגערמאן, נישט צו קלוג (אלס לא לחכמים לחם) מענעדשינג סקילס (ד.ה. געדולד זיך אפצוגעבן מיט דיטעילס, זעהן אלעס זאל קלאפן וכו') און איך זיך צו מאכן בעזר השם עפעס א גיטע ביזנעס, ווער קען מיר עפעס ארויסהעלפן דערמיט מיט עפעס א גיטע ביזנעס איידיע פון קויפן און פארקויפן אדער "עניטינג". יישר כחכם

געשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2009 3:43 pm
דורך סתם_אזוי
דו האסט געלט מיט וואס צו אנפאנגען?

געשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2009 3:54 pm
דורך חידוש נפלא
איך האב עפעס געלט צו אינוועסטן אבער איך זיך נישט קיין זאך וואס מען דארף צו סאך אינוועסטן, איך זיך בעיקר 1) איך זאל נישט דארפן צופיל אינוועסטן (פארשטייט זיך אז עפעס מיז מען כמעט אלעמאל אבער דער עיקר נישט קיין ריזיגע אינוועסטמענט) 2) מען זאל נישט דארפן האבן צופיל אינווענטארי.
און עס זאל זיין א ביזנעס וואס עס האט א פאטענטשעל און מען קען מאכן דערויף אם ירצה השם אפאר טאלער

געשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2009 4:06 pm
דורך וויכטיג מאכער
וואס זענען דיינע סעיל'ס סקילל'ס?..

געשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2009 4:25 pm
דורך חידוש נפלא
וויכי די האסט געפרעגט דיין קשיא גאר אין זשענערעל, אז איינער וויל זיין א גיטע סעילסמען פעלט זיך אויס אז ער זאל באזיצן גאר אסאך מעלות
1)קענען גיט מסביר זיין
2)זיין רואיג און געשמאק
3)האבן א גיטע מאגן צו קענען פארדייען ווען יענער פאטשט דיך אן מיט א גרויסע זיי געזונט
4)האבן געדולד נאכצולויפן א מענטש איינמאל און נאכאמאל

און קען זיין נאך עטליכע זאכן וואס איך האב נישט אויסגערעכנט, איך וואלט געזאגט אז איך האב אביסל פון יעדע מעלה (איינס מער-איינס ווייניגער) און איך וואלט געטון אזא סארט ביזנעס, עס מיז אבער נישט זיין דוקא דאס, פארשטאנטא?