איך זוך א גיטע ביזנעס איידיע

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

איך זוך א גיטע ביזנעס איידיע

תגובהדורך חידוש נפלא » מאנטאג אפריל 20, 2009 3:40 pm

רבותי עס הייסט איך בין א געלונגענער אינגערמאן, נישט צו קלוג (אלס לא לחכמים לחם) מענעדשינג סקילס (ד.ה. געדולד זיך אפצוגעבן מיט דיטעילס, זעהן אלעס זאל קלאפן וכו') און איך זיך צו מאכן בעזר השם עפעס א גיטע ביזנעס, ווער קען מיר עפעס ארויסהעלפן דערמיט מיט עפעס א גיטע ביזנעס איידיע פון קויפן און פארקויפן אדער "עניטינג". יישר כחכם

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג אפריל 20, 2009 3:43 pm

דו האסט געלט מיט וואס צו אנפאנגען?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מאנטאג אפריל 20, 2009 3:54 pm

איך האב עפעס געלט צו אינוועסטן אבער איך זיך נישט קיין זאך וואס מען דארף צו סאך אינוועסטן, איך זיך בעיקר 1) איך זאל נישט דארפן צופיל אינוועסטן (פארשטייט זיך אז עפעס מיז מען כמעט אלעמאל אבער דער עיקר נישט קיין ריזיגע אינוועסטמענט) 2) מען זאל נישט דארפן האבן צופיל אינווענטארי.
און עס זאל זיין א ביזנעס וואס עס האט א פאטענטשעל און מען קען מאכן דערויף אם ירצה השם אפאר טאלער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אפריל 20, 2009 4:06 pm

וואס זענען דיינע סעיל'ס סקילל'ס?..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מאנטאג אפריל 20, 2009 4:25 pm

וויכי די האסט געפרעגט דיין קשיא גאר אין זשענערעל, אז איינער וויל זיין א גיטע סעילסמען פעלט זיך אויס אז ער זאל באזיצן גאר אסאך מעלות
1)קענען גיט מסביר זיין
2)זיין רואיג און געשמאק
3)האבן א גיטע מאגן צו קענען פארדייען ווען יענער פאטשט דיך אן מיט א גרויסע זיי געזונט
4)האבן געדולד נאכצולויפן א מענטש איינמאל און נאכאמאל

און קען זיין נאך עטליכע זאכן וואס איך האב נישט אויסגערעכנט, איך וואלט געזאגט אז איך האב אביסל פון יעדע מעלה (איינס מער-איינס ווייניגער) און איך וואלט געטון אזא סארט ביזנעס, עס מיז אבער נישט זיין דוקא דאס, פארשטאנטא?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט