בלאט 1 פון 1

וויאזוי צי מאכן א סעלס ארדער

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 7:48 pm
דורך בן יועזר
וואסי די ריכטיגע וועג צי מאכן א פעקאינג סליפ נאכדעם וואס כ'האב אריינגעלייגט די אינפ. ביי סעלס ארדער

ד.מ. אז ק.ב. זאל אטאמאטיש אריינלייגען אלע אייטמעס וואס מיין קלינעט האט געארדערט (א שטייגער ווי ס'טיט ביי אינוויסעס - נאך א ארדער)

נ.ב. מיין ק.ב. האט נישט א באטן גלייך צי פעקינג סליפ אזוי ווי סידא פאר סעלס ארעדער אין אינווויסעס!

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 11:15 pm
דורך שוועמל
אין קורצן:
א סעילס ארדער איז בלויז א "עקנאליזשמענט" אז דער קאסטומער וויל באשטעלן סחורה פון דיר, עס איז א "נאן-פאוסטינג" טרענזעקשאן.

איינמאל דו שיקסט די סחורה איז פשט אז דער קאסטומער איז דיר שולדיג געווארן געלט, דאן דארף מען עס "אינוואויסן" דורך מאכן אן אינוואויס פאר דעם קאסטומער (ק"ב וועט אויטאמאטיש ארויפברענגען דעם סעילס ארדער פון יענעם קאסטומער), עס ווערט רעקארדירט אז ס'יז אריינגעקומען געלט אינעם 'סעילס' אקאונט (און שפטער ווען דער קאסטומער באצאלט קומט אריין די געלט אין AR ד"מ אז דיין באנק האט מער געלט ).

א פעקינג סליפ איז א בלויזער פרינטינג לעיאוט, דאס קען מען טאן סיי פון אן סעילס ארדער, און סיי פון א אינוואויס.
אויבן ביי טעמפלעטס, דארף מען סעלעקטן "אינטואיט פעקינג ליסט" און סוועט זיך ארויספרינט די אינוואויס אן די פרייזן. מען קען עס פארשטייט זיך קאסטומייזן וויאזוי דו ווילסט ס'זאל אויסקוקן אין לעיאוט דעזיינער.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 4:10 pm
דורך שיבער
איז דא א וועג צי מאכען אפאר אינוואויסעס אויף איין מאל פון א סעלס ארדער?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 9:07 pm
דורך שמיי_דריי
דאס האט מען שוין אנגעפרעגט דא מיין איך. די תירוץ איז אז מען קען נישט.