גוטע ביזנעס געלעגנהייט!

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

גוטע ביזנעס געלעגנהייט!

תגובהדורך 3x0 » זונטאג מארטש 22, 2009 2:40 pm

דאס האב איך באקומען פון א חבר אויף מיין פריוואטע אימעיל. ער האט מיר געבעטן צו דאס מפרסם זיין אין קרעטשמע.

אפאר יאר צוריק האב איך אנגעהויבן אימפארטן קלינינג פראדוקטן פון אויסלאנד. כ'האב קודם געמאכט א קליינע ארדער צו זעהן אויב ס'איז אינטערסאנט, און ווען כ'האב געזעהן אז ס'איז געווארן צוכאפט אין די געשעפטן, האב איך באשטעלט א גרעסערע ארדער.

די פראדוקטן וואס איך האב שוין פארקויפט, און געזעהן דערין הצלחה, זענען דריי.
1) "פעבריק ווייטענער", א פאודער צו ווייס מאכן אלע סארט ווייסע קליידער, ווי טליתים, ווייסע טיכלעך, ווייסע שירצלעך וכדו'. דאס איז נאר פארקויפט געווארן אין וויליאמסבורג מיט גרויס הצלחה. כ'האב שוין כמעט נישט דערפון גארנישט.
2) "פערמינאנט סטארטש", אנשטאט צו נוצן ספרעי סטארטש אויף העמעדער וכדו', לייגט מען דאס אריין אינעם וואש מאשין. דאס איז שוין נישטא אין די געשעפטן, און איך באקום כסדר קאלס און אימעילס (דורכ'ן וועבסייט) צו באשטעלן דעם סטארטש.
3) "סקארינג קלאטה", דאס איז א שמאטע צו ריפלעיסן סטיל וואל. דאס הייסט, ס'טוט די זעלבע פעולה וואס סטיל וואל, ס'קראצט אפ שווערע שמוץ פון טעפ, און מ'וואשט אויך די רעגולער געשיר דערמיט. ס'איז זייער בא'טעמ'ט צו האלטן אין קאנטראסט צו סטיל וואל וואס איז אן עקל און א גרויל. מ'קען דאס איבערוואשן אין וואש מאשין עטליכע מאל. ס'איז פארהאן אין 3 קאלירן פאר מילכיג, פארווע און פליישיג.
פון דעם סקארינג קלאטה האב איך נאך אסאך, ווארום כ'האב געדארפט באשטעלן צענדליגער טויזענטער דערפון צו קענען מאכן די 3 קאלירן, און ס'האט מיר געקאסט זייער טייער וואס האט צוגעברענגט אז אין געשעפט זאל דאס זיין גאר טייער.

למעשה, האב איך באקומען לעצטענס א נייע פרייז ליסט פון די קאמפאני אין אויסלאנד, וואס איז פיל ביליגע ווי ביז איצט. דאס הייסט, אז פיל מער מענטשן וועלן קויפן די פראדוקטן אויב ס'וועט זיין ביליגער. אויך, האבן זיי א גאנצע ליין פון קלינינג סופלייס וואס איז אויך געווארן ביליגער. זיי זענען הויך אין קוואליטעיט, און עקסעלענט אין סערוויס. די איינציגסטע חסרון איז אז מ'מוז צאלן פון פאראויס, וואס דאס שטעלט מיך ארויס פון ביזנעס. איך האב נישט קיין עקסעס צו קעש, בפרט אינעם איצטיגן עקאנאמיע.

ובכן, איך פיל ווי מיין גאנצע הארעוואניע גיי לאיבוד, דעריבער וויל איך איבערגעבן די ביזנעס פאר איינער וואס האלט אז ער וועט דאס קענען בויען, סיי לאקאל און אפילו אין די מרחקים אנליין אדער אין גרעסערע סטארס. איך פיהל נישט באקוועם צו ארומלויפן אין געשעפטן און איך האב שוין היינט ב"ה א גוט באצאלט דזשאב, על כן זוך איך נישט אפילו צו בלייבן א שותף דערין. נישט איך קען ארבייטן דערפאר, און נישט איך קען שאפן דאס געלט. וואס יא? כ'קען, און איך וועל זיצן מיט יענעם און איבערגעבן פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי צו פירן דאס ביזנעס, און אויך בל"נ שטיין צו די האנט ווען אימער ס'פעלט זיך אויס.

דאס איז די וועבסייט ווי איר קענט זיך אביסל באקענען מיט די ביזנעס.
פאר מער אינפארמאציע קען מען קאנטאקטן ביי פאון אדער אימעיל דורך די וועבסייט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג מארטש 22, 2009 2:46 pm

דאסיז טריאו, מ'בעט פאר הילף, און באלד איזעס עראונד, איך נעמעך אויס גאנצעטע זאכן, ער זאל שרייבן און איך וועל פעיסטן, אבער האט א פערטיגע מעשה, זייער שיין.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג מארטש 22, 2009 2:52 pm

די דאזיגע אשכול קוקט אויס היבש מזל'דיג, זינט דאס איז די הונדערט'סטע אשכול אין אונזער ביזנעס פארום. לאמיר האפן יענער וועט האבן אסאך הצלחה.

אגב, איך קען דעם בעה"ב פון די ביזנעס, ער האט טאקע אריינגעלייגט אסאך כוחות אין די ביזנעס, און איך האלט אז ס'איז דא א גוטע עתיד דערפאר. אין מיין קורצע ביזנעס ערפארונג האב איך שוין מיטגעהאלטן עטליכע ביזנעסער וואס זענען געווען אויפ'ן וועג ארויף און האבן זיך צוגעמאכט נאר וועגן א מאנגל אין געלט צו אינוועסטן.

ביי מיר אין שטוב, ווי אויך מיין גאנצע משפחה, נוצט די פראדוקטן און זיי זענען שטארק צופרידן דערמיט. אגב, מיין ווייב טוט שטארק באדויערן דער סטארטש וואס ווערט דערמאנט אז מ'קען דאס נישט באקומען. טריאו, אפשר קענסטו יענעם פרעגן אויב ער האט נאך עטליכע שטיק דערפון?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג מארטש 22, 2009 3:01 pm

מיין חבר האט געשריבן:איך האב שוין גארנישט! איך באקום יעדע צווייטע טאג אימעילס פון מענטשן וואס בעטן ספעסיפיקלי פאר דעם אייטעם, ס'איז אלעס אויסגעגאנגען.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג מארטש 22, 2009 3:33 pm

ב"ה פאר דעם.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » דינסטאג מארטש 24, 2009 8:01 pm

אפשר שרייבסטו מיר אין אישית פון בערך וויפיל געלט ס'איז די רעדע?
איך קען אפשר האבן עמיצן וואס האט די איבעריגע פאר דאלאר צו אינוועסטירן, אבער יענער וויל נישט "ארבייטן"... דער פראבלעם איז אבער אז דיין חבר וויל זיך דאך שוין אויך נישט אפגעבן מיט די טאג-טעגליכע ווירטשאפט, אפשר קען איך זיין א שדכן פאר א דריטן וואס קען טאן די ארבייט פאר א וועידזש.
און גראדע האב איך אן איידיע וואו נאך ער קען פרובירן צו פארקויפן איינע פון די 3 פראדוקטן,

עניוועי, אן אישית פליז.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט