ברענגען טרעפיק צו א וועבסייט

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

ברענגען טרעפיק צו א וועבסייט

תגובהדורך לעווי » מיטוואך מארטש 04, 2009 11:54 am

ב"ה


לאמיר זאגן אז איך וויל עפענען א וועבסייט וואס וועט פראמאוטען אן אייטעם וואס ווערט פארקויפט דורך טויזנטער און צענדליגער טויזנטער איבער אמעריקא און איבער די וועב וועלט. איך אליינס וועל נישט פארקויפן דער אייטעם/ס, מיין וועב סייט וועט נאר פראמאוטען יענער אייטעם פון א געוויסע קאמפאני, און איך וועל באקומען קאמישאנס, אזוי אז איך האב נישט די העסעל און די אווערהעד וכדומה. מיין עיקר דזשאב יעצט איז צו דרייווען טרעפיק צו מיין וועב סייט. איך וויל נישט יעצט אריין גיין אין די אנדערע עספעקטס פון אזא סייט, נאר איך ווייל דא דוקא רעדן פון דרייוון טרעפיק צו די סייט.


לויט מיין ריסערטש איז דא אסאך וועגן דאס צו טון, אבער איך וויל בעטן די אלע וואס האבן נאלעדזש אדער עקספיריענס אין דער נושא פון דרייווען טרעפיק צו א וועבסייט זאל מיך (און אנדערע) ארויסהעלפן ביטע.


מיין עיקר שאלה וואס איך האב פאר היינט איז. איך האב געטראפן א סייט וואס העלפט ארויס מיט טרעפן קיווארד סירטשעס, http://freekeywords.wordtracker.com/
איך וויל טאקע וויסן אויב דאס איז די בעסטע סייט פאר קיווארד סירטשעס אדער עס זענען דא בעסערע ווי דעם.

אבער בעיקר וויל איך וויסן, איין מאל איך לייג אריין די קייוארדס אין מיין סייט, אדער אין אנדערע סייטס/בלאגס וואס פראמאוטען מיין סייט, ווי אזוי מאך איך אז דער סייט/בלאג וואס אנטהאלט דער קיווארד זאל ארויף קומען אויבן אן אויף די סירטש ענדזשינס ווי גוגעל וכדומה?

און בכלל וואס זענען די בעסטע וועגן צו מאכן אז מיין סייט זאל זיין אויבן אויף גוגעל?

אויך וויל איך וויסן אויב עס זענען דא אנדערע וועגן צו דרייווען טרעפיק צו מיין סייט? סיי פאר געלט און סיי בחנם.

יישר כח למפרע פאר אייער הילף.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 04, 2009 1:00 pm

ברענגען טרעפיק צו א סייט איז איינס פון די מערסט-באהאנדעלטע זאכן אויפן 'נעט.

א נייער סייט קען נעמען פון עטליכע חדשים ביז א יאר צי מער ביז ער ווערט גוט אפטימייזד ביי גוגל און יאהו און מען קומט ארויף אין ארגעניק רעזאלטס.
עס זענען דא צוויי הויפט וועגן וויאזוי צו ברענגען טרעפיק;
1) דורך ארגעניק רעזולטאטן - ארויפקומען אין גוגל און אין יאהו סירטשעס.
2) דורך אדווערטייזן. איז דא עטליכע סוב-קעטעגאריס;
אדער דורך PPC רעזולטאטן - 'פעי פער קליק' אין גוגל אדער אין יאהו וואס מען צאלט פאר יעדן קליק דורך א בידינג סיסטעם.
אדער דורךדי אומזיסטע Google Base = Product Search וואס לאזט ארויפשטעלן א פייל מיט אלע אייטעמס וכדומה, מיט אלע לינקס, פרייזן וכו'.
פארשטייט זיך ס'יז דא נאך צענדליגער וועגן פון אדווערטייזן אבער מיר וועלן נישט רעדן דערפון יעצט ואכמל.

כדי ארויפצוקומען אין ארגעניק רעזאלטס דארף מען קוקן אויף עטליכע זאכן;
Meta tags דארפן זיין גוט אויסגעפילט, דאס זענען דריי הויפט זאכן וואס שפילן א ראלע אין ארויפברענגען א פעזש ביי א סירטש קווערי. די מעטא טעגס זענען 'מעטא_טייטל_טעג, מעטא_דעסקריפשאן_טעג, און מעטא_קיווארדס_טעג.
די מעטא טעגס טארן נישט האבן צופיל קערעקטערס, נאר בלויז וויפיל עס פעלט אויס צו דעסקרייבן דעם פעיזש.

Overall site structure זאל זיין גוט געבויט, וואס ווייניגער סקריפטס, און נישט צו פול לינקס, לויט עקספערטן גוגל ליינט סייווי נישט מער פון 150 לינקס אויף א פעיזש. אויך זאל מען אנשטעלן אין די CSS אויב מעגליך אז צום ערשט זאל ארויפקומען די 'פעיזש דאטא' אין די סאורס און דערנאך די אלע דיפאלט סקריפטס און קאודס למשל די העדערס און פוטערס וכדומה.

נישט אלע סטענדערד אי-קאממערס סאלושענס קומען גוט אויפגעסעט פאר דעם צוועק. און אויב ווילסטו מאדיפייען צו אויסשטעלן פאר א גוטן אפטימייזעשאן קען עס קאסטן אסך ביי א וועב דיזיינער. דעריבער איז גוט קודם צו קוקן א סעמפל פון יענעם אי-קאממערס באטראכטן גוט די סאורסעס זעען וויאזוי די פעיזש קוקט אויס. אויב ווילסטו מאכן א אונליין סטאר צו 'פארקויפן' דאן בעט א סעמפל פאר א 'סטאר' צו זען וויאזוי די טעגס זענען ביי א פראדוקט פעיזש.
דערנאך איז דא די 'העד' עריע וואס דארף האבן די קאודינג פאר די סירטש ספיידערס וואס זיי זאלן טון אין דיין סייט. למשל אזא פייל ווי Robots.txt איז וויכטיג צוצולייגן אין די FTP ווייל גוגל זוכט עס גלייך אויף צו וויסן וועלכע פעיזשעס צו אינדעקסן און וועלכע נישט. לדוגמא קוק דעס.
אויך איז גאנץ וויכטיג צו פארמאגן א 'סייטמעפ' אין די FTP סיי פאר גוגל און סיי פאר יאהו. דאס איז אזא פייל וואס האט אלע לינקס פון דיין סייט קאמפיילד אויף איין פלאץ און ווען די סירטש ספיידער באמערקט עס קען ער אינדעקסן אלע לינקס דערפון. די פייל פאר גוגל דארף הייסן Sitemap.txt און פאר יאהו דארף עס הייסן urllist.txt.

סובמיטן א סייט, א פעזש אדער א סייטמעפ איז אויך גוט צו טון. גיי צו די לינקס
http://www.google.com/addurl/?continue=/addurl
https://siteexplorer.search.yahoo.com/submit
https://ecom.yahoo.com/dir/submit/terms קאסט געלט.
https://siteexplorer.search.yahoo.com/mysites
https://siteexplorer.search.yahoo.com/submit צו סאבמיטן א urllist.


די נעקסטע סטעפ איז צו אונטערנעמען א 'לינק בילדינג סטראטעגיע' דורך עקסטערנאל און אינטערנאל לינקינג צו פיעזשעס פון דיין סייט. מען קען דאס טון דורך לייגן לינקס אין דירעקטאריס וואס קאסטן געווענליך געלט, אדער דורך עקסטשעינזשן לינקס מיט אנדערע סייטס פון דיין ליין, מאך איין פעיזש וואס הייסט למשל 'ריסאורסעס' און שטעל דארט אריין לינקס פון אנדערע סייטס וואס קאנטאקטן דיך אדער דו זיי, און אלס אפצאהל שטעלן זיי א לינק צו דיין סייט אין זייער ריסאורס פעיזש. די אלע זאכן העלפן אז די גוגל 'פעיזש רענק' זאל ארויפגיין, ווי אויך אז עווענטועל וועסטו ארויפקומען ביי די פראזע וואס האט דעם הייפערלינק צו דיין סייט.


דאס אלעס איז לגבי ארגעניק רעזאלטס וואס נעמט צייט. כדי צו באקומען שנעלערע רעזאלטס איז דא די אנדערע מיטל פון PPC וואס נעמט איין מינוט ביז מען קומט ארוי אויף גוגל און יאהו.
לגבי אדווערטייזן דורך PPC דארף מען מאכן ריסוירטש וואספארא סארט קיווארדס מען זאל בידן אויף. און וויזוי א מענטש זוכט דעם פראדוקט וואס דו פאקויפסט. גוגל עדווארס אליינס האט אזוינע סערוויסעס מיט 'סוזשעסטעד קיווארדס' אבער ס'יז דא פול בעסערע טולס דערפאר. ווי אויך קען מען טרעקן וויפל מאל מענטשן זוכן דעם סירטש פראזע און ווי פאפולער עס איז און וואסערע רעזולטאטן עס קומען אלס ארויף.

די Google AdWords איז שוין דיסקוסירט געווארן דורך די העכסטע פערזאנען ארום די גלאוב. יעדער לייגט צו זיינע עצות און טיפס וויאזוי ווען וואס וואו ווער עס איז ממש ענדלאז, דא איז דא אפאר גוטע לינקס
http://www.seotoolset.com/tools/free_tools.html
http://www.digitalpoint.com/tools/keywords/
http://www.perrymarshall.com/google/
און דאס איז גאר א גוטע בוך פאר SEO בכלל http://www.seofaststart.com/

אויך האב איך גאנץ אן אינפארמאטיווע בוך פון The Rich Jerk מען קען עס דאונלאדן מייך איך. אויב נישט וועל איך עס שיקן
לעצט פאראכטן דורך שוועמל אום מיטוואך מארטש 04, 2009 1:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך מארטש 04, 2009 1:22 pm

א גרויסע יישר כח ר' שוועמל.

כאטש אפילו איך פארשטיי נישט אלעס וואס עס שטייט דא, האב איך אבער באקומען פון אייך אסאך אינפארמעישאן וואס איך קען יעצט ריסערטשען און נאכפאלגען. און אויב איר קענט טאקע מער מרחיב זיין את הדיבור וואלט איך עס שטארק אפרישיעיטעד.

איך וויל אבער פאוקעסען היינט אויף צוויי פרטים.

1)PPC אדער פעי פער קליק. איך וואלט געוואלט וויסן ווי אזוי עס ארבייט, וואס זענען די רעזאלטס, וויפול און ווי אזוי עס לוינט זיך צו שפענדען דערויף, און ווי אזוי ווייס איך אויב איך גיין אין די ריכטיגע דיירעקשאן.

2)ברענגען טרעפיק דורך בלאגס, וולאגס, און נעטווארקינג. וואס דאס איז דאכצעך גאנץ אן עפעקטיווע און בחנם'דיגע וועג. בלאגס און וולאגס ווערן גאנץ שטארק אויפגעכאפט דורך גוגעל און אנדערע סערטש ענדזשינס. די זאך איז נאר אז דארט איז דאך די סייט נישט מיינס, און איך קען עס נישט אויסשטעלן וויאזוי איך וויל. סך הכל קען איך אריין לייגן די קאנטענט מיט די קיווערטער. וויאזוי מאך איך אבער אז ווען א סערטש ווערט ענטערד אויף די קיווערטער זאל מיינס ארויף קומען פון אויבן אן PPC?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 04, 2009 1:34 pm

1) איך וואלט דיר געראטן צו אויפסעטן א עדווארדס אקאונט ביי גוגל, סיין אריין מיט זשימעיל און גיי https://adwords.google.com/select/snapshot, די אויפסעטן קאסט נישט קיין געלט חוץ ווען ס'יז דא קליקס אויף דיינע בידס.
וויפיל עס לוינט זיך? איך קען נישט דיין ליין, אויב בלייבט דיר עפעס איבער קען זיין ס'לוינט זיך ווייל פאקטיש דארפסטו גארנישט טון, דו דארפסט בלויז זשענערעיטן ליעדס.
נוץ זייערע גוטע טולס צו האלטן חשבון און טרעקן וויפל פראצענט וויזיטערס גייען טאקע ווייטער, וויפל פארלאזן דאס פלאץ, וועלכע פעיזשעס זיי קוקן אלס וכו'.

2) בלאגס דארף ווערן אויסגעשטעלט מיט חכמה אז ס'זאל זיין 'קאנטענט באזירט' און ניט פאר אדווערטייזמענט פורפאסעס ווייל גוגל קען בענען דעם בלאג.
עצה טובה איז צו מאכן א קורצע ווידיאו קליפ פון דיין ליין, זאל זיין אינטערעסאנט צו קוקן און גיב עס א נאמען לויט דיין ליין, דארפסט אויפקומען מיט עפעס א גוטס ווייל די נאמען איז קרושעל. אין דעם קליפ לייג שיינע סליידס און א לינק צו דיר, פאר מאר אינפא וויזיט ....

דו קענסט נישט מאכן אז דיין בלאג זאל ארויפקומען די ערשטע, ניין.
עס וועט נעמען צייט ביז עס ווערט אינדעקסט און אפשר קעשד אויכעט, אבער אז מען טוט אסאך אויף איינמאל איז דא בעסערע שאנסן.
דו ווילסט נישט צאלן פאר PPC? איך פארשטיי.
מיין חבר צאלט ארום 10 טויזענט אחודש פאר גוגל עדווארדס און ער האט אן איינצעלנעם סייט, ער זאגט ער מאכט נאך אלץ געלט און עס 'ברענגט' טראפיק.
אן אנדערער חבר צאלט ארום 40-50 טויזענט א חודש און האט גאר אסאך סעילס.

למעשה איז עדווארדס די "איינציגסטע" הכנסה פון גוגל !!
אלע אנדערע צענדליגער פראגראמען און טולס געבן זיי אוועק גענצליך אומזיסט ווייל זיי דעקן זיך פון עדווארדס... שוין איינמאל א דעקונג.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך מארטש 04, 2009 1:43 pm

שוועמל האט געשריבן:פאקטיש דארפסטו גארנישט טון, דו דארפסט בלויז זשענערעיטן ליעדס.


וואס הייסט איך דארף דזשענערעיטען לידס? איז דאס נישט וואס גוגעל טוט? טוען זיי נישט דזשענערעיטען די לידס פאר מיר?

איך האב נאך אסאך זיך צו לערנען, אבער פאר דערווייל וועל איך מיך אריין טון אין די עדווארדס לינק וואס דו האסט אויבן געגעבן.

סתם אפאר נאיווע שאלות פשוט ווייל איך וויל מאכן זיכער אז איך פארשטיי.

1)וואס מאכט אז איין סייט זאל ארויף קומען העכער ווי די אנדערע נישט ביי די פעיד סעקשאן?

2)וואס מאכט אז איין סייט זאל ארויף קומען העכער ווי די אנדערע ביי די פעיד סעקשאן?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 04, 2009 1:45 pm

זשענערעטן ליעדס מיינט ברענגען פאטענשעל קאסטומערס, דאס הייסט מענטשן וואס גייען עווענטועל קויפן דעם פראדוקט וואס דו פראמאוטסט.
אזוי האב איך פארשטאנען פון דיין ערשטע תגובה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך מארטש 04, 2009 1:52 pm

שוועמל האט געשריבן:זשענערעטן ליעדס מיינט ברענגען פאטענשעל קאסטומערס, דאס הייסט מענטשן וואס גייען עווענטועל קויפן דעם פראדוקט וואס דו פראמאוטסט.
אזוי האב איך פארשטאנען פון דיין ערשטע תגובה.


יא יא, גערעכט! כ'האב נישט געכאפט וואס איך שרייב.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 04, 2009 1:57 pm

כדי ארויפצוקומען העכער אין ארגעניק רעזאלטס דארפסטו האבן א גוטן לינקינג סטראטעגיע ווי דערמאנט פריער. שטעל הונדערטער לינקס צו דיין סייט דורך א הייפערלינק, לדוגמא אויב פארקויפסטו טשאקאלאדע מאך בערך אזא הייפערלינק:
Tasty Dark Chocolate - Buy Great chocolate bars with enriched flavor' dairy and non-dairy.

נאך א שטיק צייט וועט גוגל אינדעקסן און קעשן די אלע לינקס פון יענע סייט און וועט פארשטיין אז דיין סייט האט צוטון מיט שאקאלאדע. דאס וועט עווענטועל העכערן דעם PR פון דיין סייט פאר בעסערע שאנסן ארויפצוקומען אין די ערשטע פעיזש.
די לינקינג סיסטעם איז גוט אז עס ווערט דורכגעפירט דורך אן עקספערט וואס פארשטייט וועלכע פראזן צו נוצן. וויבאלד היינט איז דאך שוין דא ריזיגע קאמפעטישענס אין יעדן ליין דארף מען עטוואס אויסשפילן דעם סיסטעם דורך שטעלן הייפערלינקס וואס גוגל וועט ענדערש אויפכאפן.


ארויפצוקומען אין די PPC סעקשאן העכער איז גאר פשוט:
ווי העכער דיין ביד אלס העכער קומסטו ארויף. די העכסטע בידדערס קומען ארויף גאנץ אויבן העכער אלע ארגעניק רעזאלטס געווענליך. מקסימום דריי.

אויך קענסטו אנשטעלן וויפיל דו ווילסט בכלל ספענדן א טאג, טא דארפסטו נישט מורא האבן אז עס וועט די קאסטן די הויזן.

די בעסטע איז צו פראבירן. Test and test and test and test מען דארף כסדר קוקן וועלכער טאקטיק האט יא געארבייט און וועלכער נישט. און זיך לערנען פון די טעותים. קען זיין ביי איין קיווארד לוינט צו בידן אסך און ביי א צווייטע ווייניג. ביי איינס לוינט צו נוצן שלעכטע-ספעלינג (ווייל מענטשן מאכן טעותים, און זייער ביד איז פול ביליגער) ווערטער און ביי איינס נישט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך מארטש 04, 2009 2:04 pm

איך טראכט אויב אזוי אז עס לוינט ענדערש צו נוצן קיווארדס וואס האבן ווייניגער סירטשעס פער טאג. ווייל אויב איך וועל בידען אויף א קיווארד וואס האט 2000 סירטשעס פער טאג וועלן זיין אסאך קופצים דערויף, און די פרייז פער קליק וועט זיין העכער, משא"כ ווען איך ביד אויף א קיווארד וואס האט נאר 200 סירטשעס פער טאג דאן וועט דארט זיין ווייניגער קופצים און ממילא וועט די ביד זיין נידעריגער.


איז דער חשבן א ריכטיגע?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 04, 2009 2:18 pm

וועסט האבן טאקע ווייניגער קליקס אבער אויך ווייניגער סעילס ליעדס!
דו דארפסט קוקן צי דו ווילסט האבן סעילס צי בלויז אויפהאלטן א ביד :wink:

איך זאג נאכאמאל, סעט אויף אן אקאונט מיט עדווארדס און טעסט טעסט און טעסט. קוק וועלכער ברענגט און וועלכער נישט. קיינער וועט דיר מיט דעם נישט קענען העלפן בלויז דו אליינס.



לויט מיין אינפא איז דא צוויי סייטס וואס זייער סטרוקטשור איז אויסגעשטעלט צו זיין זייער SEO פריינטליך מיט די ריכטיגע טייטל און קיווארד טעגס ווי דערמאנט פריער. דאס זענען
http://www.volusion.com/
http://www.sitesell.com/
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך מארטש 04, 2009 2:27 pm

אהא, א גרויסער יישר כח פאר די אינפאו, אויב עס איז דא עניטינג עלס וואס דו האלטסטס אז עס קען זיין ניצליך אין דער נושא, וואלט איך עס שטארק אפרישיעיטעד.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » מיטוואך מארטש 04, 2009 6:45 pm

אגרויסע ישר כח שוועמל פאר די נוצליכע אינפראמעישן.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך מארטש 04, 2009 7:29 pm

Overall site structure זאל זיין גוט געבויט, וואס ווייניגער סקריפטס, און נישט צו פול לינקס, לויט עקספערטן גוגל ליינט סייווי נישט מער פון 150 לינקס אויף א פעיזש. אויך זאל מען אנשטעלן אין די CSS אויב מעגליך אז צום ערשט זאל ארויפקומען די 'פעיזש דאטא' אין די סאורס און דערנאך די אלע דיפאלט סקריפטס און קאודס למשל די העדערס און פוטערס וכדומה.


אקעי, אויב איך גיי יעצט ארבייטן מיט א בלאגספאט סייט, אדער ווארדפרעס וכדומה צו פרעמאוטען מיין סייט, איז די אויבנדערמאנטע שייך פאר מיך? איז דא עפעס וואס איך דארף וויסן איידער איך סעט עס אויף?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך מארטש 04, 2009 7:32 pm

סובמיטן א סייט, א פעזש אדער א סייטמעפ איז אויך גוט צו טון. גיי צו די לינקס
http://www.google.com/addurl/?continue=/addurl
https://siteexplorer.search.yahoo.com/submit
https://ecom.yahoo.com/dir/submit/terms קאסט געלט.
https://siteexplorer.search.yahoo.com/mysites
https://siteexplorer.search.yahoo.com/submit צו סאבמיטן א urllist.


וואס טוט אויף דאס סובמיטן די URL אדער די וועבסייט? וואו פארדין איך פון דעם?

איז דא א חילוק צווישן לינק נומער 2,4, און 5? און וואס איז די מעלה פון דער וואס קאסט געלט?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך מארטש 04, 2009 7:38 pm

אויך האב איך גאנץ אן אינפארמאטיווע בוך The Rich Jerk פון מען קען עס דאונלאדן מייך איך. אויב נישט וועל איך עס שיקן



אפשר שוקסטו עס טאקע? איך וויל נישט אויפסיינען צו זיין סייט און זיין ביזי מיט זיי.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך מארטש 04, 2009 8:03 pm

שוועמל האט געשריבן:כדי ארויפצוקומען העכער אין ארגעניק רעזאלטס דארפסטו האבן א גוטן לינקינג סטראטעגיע ווי דערמאנט פריער. שטעל הונדערטער לינקס צו דיין סייט דורך א הייפערלינק, לדוגמא אויב פארקויפסטו טשאקאלאדע מאך בערך אזא הייפערלינק:
Tasty Dark Chocolate - Buy Great chocolate bars with enriched flavor' dairy and non-dairy.


זאג מיר אויב איך האב גוט פארשטאנען.

דו זאגסט א איך זאל לייגן זייער אסאך לינקס איבער די ווארלד ווייד וועב, הייסט אויף אנדערע סייטס?

און דו זאגסט אז איך זאל עס הייפערלינקן מיט קי-ווערטער וואס זענען שטארק פאפולער?

און גוגעל כאפט אויף סיי די קי-ווערטער פון די הייפערלינק און סיי די URL?

אויב איך פארשטיי גוט וויל איך דיר פרעגן, העלפט עס נאר ווען איך לייג עס אויף אנדערע סייטס? אדער אפילו אויב איך נוץ דער הייפערלינק אלץ סיגניטשער אין אימעיל, פורומס, אדער נעטווארקינג סייטס?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך מארטש 04, 2009 8:07 pm

איך וויל דיר נאכאמאל באדאנקען פון טיפן הארצען. זאלסט וויסן אז דיין הילף וועט גאר שטארק ארויסהעלפן מיר און אנדערע עמי הארצים ווי מיר אין די לאנג טערם מיט פרנסה, דאס איז די ריכטיגע צדקה.


ווי גייט נא די וועלטס ווערטל?

גיב נישט דעם ארימאן פיש, לערן אים אויס צו כאפן פיש!

ווייל ווען דו גיבסט אים פיש האט ער עסן איין טאג, אבער ווען דו לערנסט אים אויס צו כאפן פיש האט ער עסן אלעמאל.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 04, 2009 10:54 pm

לעווי האט געשריבן:
Overall site structure זאל זיין גוט געבויט, וואס ווייניגער סקריפטס, און נישט צו פול לינקס, לויט עקספערטן גוגל ליינט סייווי נישט מער פון 150 לינקס אויף א פעיזש. אויך זאל מען אנשטעלן אין די CSS אויב מעגליך אז צום ערשט זאל ארויפקומען די 'פעיזש דאטא' אין די סאורס און דערנאך די אלע דיפאלט סקריפטס און קאודס למשל די העדערס און פוטערס וכדומה.


אקעי, אויב איך גיי יעצט ארבייטן מיט א בלאגספאט סייט, אדער ווארדפרעס וכדומה צו פרעמאוטען מיין סייט, איז די אויבנדערמאנטע שייך פאר מיך? איז דא עפעס וואס איך דארף וויסן איידער איך סעט עס אויף?


אויב נוצטו בלאגס וכדומה איז כמעט נישטא וואס דו קענסט אליין מאדיפייען, ביסט אנגעוויזן אויף יענעם סייט, וואס זיי געבן דאס האסטו.
אבער קענסט קוקן אין די סעטטינגס אפשר איז דא אפציעס פאר טייטלס, קיווארדס ערגעץ. אויב יא דאן שטעל אויס לויט ווי מען דארף.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 04, 2009 11:03 pm

לעווי האט געשריבן:
סובמיטן א סייט, א פעזש אדער א סייטמעפ איז אויך גוט צו טון. גיי צו די לינקס
http://www.google.com/addurl/?continue=/addurl
https://siteexplorer.search.yahoo.com/submit
https://ecom.yahoo.com/dir/submit/terms קאסט געלט.
https://siteexplorer.search.yahoo.com/mysites
https://siteexplorer.search.yahoo.com/submit צו סאבמיטן א urllist.


וואס טוט אויף דאס סובמיטן די URL אדער די וועבסייט? וואו פארדין איך פון דעם?

איז דא א חילוק צווישן לינק נומער 2,4, און 5? און וואס איז די מעלה פון דער וואס קאסט געלט?


סובמיטן טוט אויף אז גוגל וועט וויסן פון דיין עקזיסטענץ און דיך אינדעקסן. ווי אויך אויב לייגסטו צו נאך קאנטענט אדער פרישע פעיזשעס לאזטו מיט דעם וויסן גוגל אז מען זאל צוריקקומען צו דיר און דורכנישטערן דיין סייט.

לאמיר נישט פארגעסן, גוגל און יאהו ענד-ציהל איז צו זיין א גוטע 'סירטש ענזשין' צו געבן גוטע רעזאלטס ביי א סירטש קווערי, אפגעזען פון די אלע ארומיגע זאכן. דערפאר שיקן זיי רעגלמעסיג ארויס אזויגערופענע 'קראולערס' אדער ספיידערס און זיי סקענען אלע פעיזשעס וואס זענען פובליק. פארשטייט זיך אז כדי צו טרעפן דיין סייט דארף עס האבן קאנטענט וואס זאל זיך וועלן ליינען דורכן קראולער אזוי ארום וועט ער וויסן אז דער סייט האט צו טון מיט דעם און דעם.
כאטש סובמיטן אליינס איז נישט גאראנטירט פאר אינקלוזיע, אבער ס'יז נאך אלץ גוט צו טון און זיכער פאר א נייע סייט.

די לינקס זענען טאקע די זעלבע, כשר טעות פיסקל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 04, 2009 11:15 pm

לעווי האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:כדי ארויפצוקומען העכער אין ארגעניק רעזאלטס דארפסטו האבן א גוטן לינקינג סטראטעגיע ווי דערמאנט פריער. שטעל הונדערטער לינקס צו דיין סייט דורך א הייפערלינק, לדוגמא אויב פארקויפסטו טשאקאלאדע מאך בערך אזא הייפערלינק:
Tasty Dark Chocolate - Buy Great chocolate bars with enriched flavor' dairy and non-dairy.


זאג מיר אויב איך האב גוט פארשטאנען.
דו זאגסט א איך זאל לייגן זייער אסאך לינקס איבער די ווארלד ווייד וועב, הייסט אויף אנדערע סייטס?

און דו זאגסט אז איך זאל עס הייפערלינקן מיט קי-ווערטער וואס זענען שטארק פאפולער?
און גוגעל כאפט אויף סיי די קי-ווערטער פון די הייפערלינק און סיי די URL?

אויב איך פארשטיי גוט וויל איך דיר פרעגן, העלפט עס נאר ווען איך לייג עס אויף אנדערע סייטס? אדער אפילו אויב איך נוץ דער הייפערלינק אלץ סיגניטשער אין אימעיל, פורומס, אדער נעטווארקינג סייטס?


יא ריכטיג, אויף אנדערע סייטס וואס זענען אין רילעישאן צו דיין ליין. אויב דו פארקויפסט שאקאלאדע וועט דער עלעקטראניקס סייט נישט שטעלן א לינק צו דיר :smile:

הייפערלינק מיט קי-ווערטער וואס זענען טריקי! שטארק פאפולערע ווערטער זענען שוין אויפגעכאפט ביי גוגל דורך דיינע קאמפעטישענס וואס האבן שוין געטון די זעלבע סטראטעגיע ווי דיר. צו דעם דארף מען זיין א שטיקל מומחה און נוצן די ריכטיגע קי-ווארט וואס זאל צוביסלעך אוועקשטיפן דעם קאמפעטישן און דיין סייט קען ווערן העכער אין רעזאלטס.
גוגל פארשטייט ביידע, די קי-ווארט מיט די URL.

צו נוצן אין אימעיל איז גארנישט ווערט, גוגל ליינט סייווי נישט קיינעמס אימעיל. וואס דען? עס קען אפשר דינען אלס אדווערטייזמענט און עווענטועל ברענגען טראפיק פון יענעם וואס ליינט די אימעיל.
סיגניטשור אין פורומס איז גוט און סי'ז פרי. (דו רעדסט אוודאי פון אידישע וועלט פורומס :P ).
נעטווארקינס סייטס? וואס מיינט עס?

נקוט כלל זה בידך, אויב א קאמפאני "גאראנטירט דיר" צו האבן ארגעניק רעזאלטס, דאן טו נישט קיין ביזנעס מיט זיי. עס איז נישט מעגליך צו גאראנטירן עס איז בכלל נישט אין זייערע הענט, ווייל זיי קאנטראלירן נישט גוגל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 04, 2009 11:17 pm

לעווי האט געשריבן:
אויך האב איך גאנץ אן אינפארמאטיווע בוך The Rich Jerk פון מען קען עס דאונלאדן מייך איך. אויב נישט וועל איך עס שיקן

אפשר שוקסטו עס טאקע? איך וויל נישט אויפסיינען צו זיין סייט און זיין ביזי מיט זיי.

קודם שעפעלע ענדיג SEO FAST START נאכדעם וועסטו עס באקומען...
יענץ איז וויכטיגער ווי דאס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך מארטש 04, 2009 11:22 pm

שוועמל האט געשריבן:קודם שעפעלע ענדיג SEO FAST START נאכדעם וועסטו עס באקומען...
יענץ איז וויכטיגער ווי דאס.


עס לוינט זיך צו געבן מיין נאמען און אימעיל? (איי געס איך מאכן איינס ספעשל פאר דעם*) וועט ער מיר בעטן פאר געלט? איז עס א גאנצע פרעסידזשער?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » מיטוואך מארטש 25, 2009 11:49 pm

יישר כוח הרב שוועמל פאר דיינע ווארעמ-הארציגע ארטיקלען, אזוי ווי הרב לעווי האט שוין אויבן ארויסגעברענגט, אז דאס איז די גרעסטע צדקה וואס ס'איז נאר פארהאנען.
איר קענט באקוקן מיין ארטיקל ביי די אשכול פון "געלט אין פרנסה ביי היימישע אידן" וואס כ'האב געשריבן פאר ר' יואל גרויסזאמער. דער פשעטל דארט אינקלאדעט דיר אויך. (כ'וואלט ווען געלייגט א לינק צו יענער ארטיקל, כ'ווייס נאר נישט וויאזוי)


איך האב אבער אפאר שאלות.

1)וואס איז דאס הייפערלינק, אין וויאזוי מאכט מען עס?!

2)וויאזוי קען איך ארויף לייגן אויף אנדערע סייט'ס מיין לינק?! (אדער מיין הייפערלינק) [צו וועם ווענד איך זיך דערצו, אין וויפיל דארף איך אים אינטערשמיערן?! אדער צו טוט ער דאס פאר ריין גיטס-קייט?!]
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 12:24 am

פאר שאלה איינס, קוק דא.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 1:06 am

אויך קוק דא

פאר שאלה צוויי, קענסטו אינקלאדן דיין לינק אין דירעקטאריס וואס קאסט געווענליך געלט, אדער קענסטו "עקסטשעינזשן" לינקס מיט סייט וואס זענען אין דיין ליין, עס קאס נישט קיין געלט ווייל דו לייגסט צוריק א לינק פאר יענע סייט.

וואס דו דארפסט טון איז, מאך א פעיזש אין דיין סייט וואס הייסט למשל Directory אדער Partners וכדומה, און מאך די פאר נויטיגע קאטעגאריס פון דיין ליין. דערנאך זוך אויף ענליכע סייטס וואס האבן אויך אזא פעיזש, דאס באדייט אז זיי נעמען אן צו עקסטשעינזשן לינקס.
שיק אן אימעיל זיי זאלן ביטע אריינשטעלן דיין הייפערלינק, און דו וועסט אלס אפצאל אריינשטעלן זייערס אין דיין סייט.

איך באקום טעגליך די סארט ביטעס. אויב האט יענע סייט א PR פון 2 און העכער איז אינטערעסאנט אז נישט נישט.

די גרעסטע דירעקטארי סייטס זענען "גוגל דירעקטארי", גערופן DMOZ, עס קאסט נישט קיין געלט אבער מען קען שוין היינט נישט כמעט אריינשטעלן לינקס, איך האב שוין געשיקט עטליכע מאל און קיינער האט נישט געענטפערט. אן אינקלוזיע דארט איז גאראנטירט (?) צו קריגן א העכערע PR ווייל גוגל ליינט עס גוט.
די אנדערע דירעקטארי איז "יאהו דירעקטארי" עס קאסט דריי הונדערט דאלער, א מחלוקת העקספערטן צי ס'יז ווערט צי נישט.

די אנדערע גוטע דירעקטאריס וואס גוגל כאפט שנעל אויף זענען:
http://www.abilogic.com/dir/
http://www.joeant.com
http://www.hotvsnot.com/
http://www.aboutus.org
http://www.Jayde.com
http://www.webworldindex.com
http://www.littlewebdirectory.com
http://www.wikidweb.com


אין אמת'ן אריין, כדי צו סובמיטן אין דירעקטאריס איז א פשוטע זאך אבער נעמט אסך צייט. ס'יז דא טירד פארטי קאמפאניס וואס טוען דאס פאר אפאר דאלאר.
איינס פון זיי איז http://www.isellpr.com , http://www.isubmit.com .
זיי רעדן מער פון PR [פעיזש רענק] א סוגיא פאר זיך, אבער מען קען זיי נוצן.


הצלחה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט