פאסטעדזש

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

פאסטעדזש

תגובהדורך שטרויזאק » זונטאג מארטש 01, 2009 8:57 am

איך זוך א פאסטעדזש קאמפעני וואס איך זאל קענען ארויספרינטן סטעמפס פון מיין פרינטער און דאס געלט זאל אויטאמאטיש גיין פון מיין קרעדיט קארד/באנק אקאונט.

עס איז דא פארשידענע צב"ש פיטני באוס און סטעמפס.קאם, האט איינער עקספיריענס וועלכע עס איז גוט/ביליג?

איז דא איינער וואס קאסט נישט חודש'ליך נאר וויפיל מען נוצט?
איז דא איינער וואס נוצט נישט קיין ספעציעלע פרינטער נאר איך קען נוצן מיין אייגענע פרינטער?
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג מארטש 01, 2009 1:46 pm

איך האב עקספירינס טאקע מיט די צוויי וואס די האסט אויסגערעכנט...

פיטני באס דארפ מען צאלן פער חודש רענט פאר די מאשין, צו דעם צו דארף מען צאלן סופלייס, דאס איז טינט פאר די מאשין מיט אזעלעכע צעטלעך אויב די ווילסט נישט פרינטן גראד אויפן ענוועלאפ. און אויך פאר א באקס וכדו'.

סטעמפ'ס דאט קאם, מען דארף נישט דינגן קיין מאשין, (מען פרינט מיט די אייגענע פרינטער) אבער זיי האבן א חודש'ליכע אפצאל פלאס סופלייס, וואס עס קומט אויס צו נוצן.
צו דעם דארף מען זיך אויסלערנען צו נוצן זייער פראגראם וואס מען מוז אינסטאלן.

מיין עקספיריענס: אויב מען האט נישט גענוג פאסט עס זאל זיך לוינען א מאשין וואס סעמפט אליינס פון פיטני באוס (כ'ווייס אפילו נישט וויפיל ס'קאסט) דאן לוינט זיך צו קויפן און פאסט אפיס ראל'ס סטעמפ'ס אין עס אנקלעבן אויפן קאנווערט. עס איז פיל פיל שנעלער אין ביליגער.

פאר גרעסערע זאכן קען מען נוצן http://www.usps.com דארט קען מען פרינטן לעבעל'ס בחנם אין כסף, אבער חוץ סטעמפ'ס, דאס קען מען נישט פרינטן דורך זיי.

ביידע פון די אויבנדערמאנטע קאמפעני'ס האבן עפעס א פאליסי נישט אוועקצולאזן די קאסטומר'ס, סא אויב סיינט איר אויף פאר א פרי טרייעל זייט גרייט אויף א מלחה ווען ס'קומט די צייט פון קענסל'ן, זיי מאכן משוגע מיט אלע מינע טריק'ס אבי מען זאל נישט אוועקגיין פון זיי אפילו פאר איין חודש איז זיי ווערד.

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » זונטאג מארטש 01, 2009 2:18 pm

פאר מען טוט סיי וועלכע ערענסטע גרעסערע 'מעילינג' איז ראטזאם זיך דורכצורעדן מיט איינער וואס האט עקספריענס דערין, אז נישט קען מען האבן גרויס שאדן, אזוי ווי עס וועלן מעיד זיין די וואס האבן זיך אליינס געפארעט. פאר גלענערע מעילינגס איז יא בעסער אליינס צו מאכן. איך פערזענליך האב אביסל עקספריענס אין די סארט זאכן, פאר סיי וועלכע פראגע שעמט אייך נישט צו פרעגן.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » זונטאג מארטש 01, 2009 2:23 pm

u s p s .com
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » זונטאג מארטש 01, 2009 2:26 pm

יעצט זע איך אז היימישע איד האט עס שוין מזכיר געווען

תשואת חן לו
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » זונטאג מארטש 01, 2009 3:04 pm

ייש"כ אבער איך רעד פון סטעמפס, און אויך נישט פון קיין גרויסע זאכן.

ר' ביזעסקאפ: וואס קען מען אזוי שאדן האבן?
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מארטש 01, 2009 4:11 pm

די שאדן איז פשוט, עס קאסט דיר א מאנאטליכע אפצאל + סופלייס.
אויב טוסטו טויזענטער מעילינגס א מאנאט עס זאל דיר לוינען דאן איז גוט, אויב נישט איז ארויסגעווארפן געלט חוץ אויב ביסטו א באקוועמער מענטש און ביסט גרייט צו צאלן דערפאר.

חוצמזה, ביי גאר אסך מעילינגס קען מען אלס האבן דיסקאונטס, מען ברויך האבן די נויטיגע עקספיריענס און קאנעקשאנס
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » זונטאג מארטש 01, 2009 4:37 pm

איך זעה אז שוועמל ענפערט שוין. אבער אפי' סטעמפס אויב ביסטו א ארגענעזאציע א מוסד וכדו' דאן קענסטו האבן פאר גאר ביליג. א ביזנעס קאסט שוין אבער, און אפי' די ביזנעס דיסקאנטס איז אויך נאר פאר גרעסערע מעילינגס.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
דאס בין איך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2008 9:31 pm
לאקאציע: וואו איך בין

תגובהדורך דאס בין איך » זונטאג מארטש 01, 2009 5:32 pm

פאר איינער וואס שיקט באלק מעילינג איז דא זייער ביליגע פרייזן. איך ווייס אבער נישט ווי אזוי דאס ארבעט.
וואו איז יענער, וואס אויפטון קען ער, אז יעדער זאל לעבן פאר זיך?
און זאל יעדער פארשטיין, פאר זיך אליין, ווער בין איך? ווער בין איך? ווער בין איך?

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » זונטאג מארטש 01, 2009 8:13 pm

איינער ווייסט עפעס וועגן דיימא?
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » מאנטאג מארטש 02, 2009 6:03 pm

איך פלעג נוצן סטעמפס.קאם אבער מיט די צייט האב איך געזען אז גיין קויפן סטעמפס איז פיל ביליגער.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג ינואר 10, 2010 9:49 am

איך ס'איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אביסל דא אבער דאך וויל איך נאך אביסל קלארער ווערן
ווער עס קען העלפן למצוה גדולה יחשב

די מעלות פון סטעמפ.קאם ווייס איך שוין, דאס זאגט דאך די קאמפאני אליין
איך וויל אבער וויסן וואס זענען די חסרונות
זיי שרייבן אין ריזיג "נא ריסק" דעמאלטס וויס איך ס'איז צרות

בקיצור, נישט פאר ביזנעס, סתם מיינע צוואנציג חודש'ליכע ענוועלעאפס וואס איך שיק ארויס יעדן חודש לוינט זיך מיר דאס?

איך זיי געבן נאך א מאשין אויך צו קענען אפוועגן ווען ס'מאכט זיך מיר איינמאל א יאר צו שיקן עפעס א גרעסערע זאך, אנשטאט צו דארפן פארן אין פאסט אפיס קען איך עס אליין אפוועגן ביי מיר אינדערהיים און וויסן וויפיל ס'קאסט און תיכף פרינטן דעם סטעמפ
עני פראבלעם?

איז דא טשארדזשעס וואס זיי בעטן יעדן חודש? וויפיל איך האב פארשטאנען קאסט מיר עס גארנישט מער, איך דארף נישט מער ווי ארויספרינטן דעם סטעמפ און שוין
איז עס דען מער קאמפלאצירט ווי דעם

ווער עס ווייסט זאל ביטע ענטפערן

שכויעך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

הבל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 02, 2008 9:14 am

תגובהדורך הבל » זונטאג ינואר 10, 2010 10:25 am

ניין, עס לוינט נישט, סטעמפס.קאם האט א חודש'ליכע טשארדזש פון מינימום 9.99, פלאס די stamp sheets וואס מדארף קויפן (בערך 4 סענט א סטעמפ)

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג ינואר 10, 2010 11:20 am

איך פארשטיי נישט
ארבעט דאס נישט אז מען פרינט ארויס די סטעמפ פון קאמפיוטער סתם אויפן ענוועלעפ צו וואס?

און פארוואס זאגו זיי גארנישט אויפן פארשלאג צעטל אז דאס קאסט חודשליך, און פארוועם לוינט זיך עס יא אויב קאסט עס חודשליך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » מאנטאג ינואר 18, 2010 8:42 am

שטרויזאק האט געשריבן:איינער ווייסט עפעס וועגן דיימא?


דיימא קען מען שיקן אן חודשליכער אפצאל נאר די חאפ איז אז מען דארף נאר קויפן זייער פרינטער פאר הונדרעט דאלער
איך מיין אז סארבעט נישט מיט בראדער :roll: אדראבה ווער עס האט עקספריעס זאל ארויס העלפן
סאיז גראדע דאwww.endicia.com/Products/NoFee/
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דאנארשטאג אפריל 16, 2015 2:44 pm

געהערט א צייט צוריק אז stamps.com גייט אויסקויפן Endicia פאר 215 מליון
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
גראדער מיכל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 07, 2016 7:16 pm

תגובהדורך גראדער מיכל » זונטאג ינואר 14, 2018 5:40 pm

איך זוך ביליגע סטעמפס,

ווי קען מען שאפן?

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » זונטאג ינואר 14, 2018 5:48 pm

גראדער מיכל האט געשריבן:איך זוך ביליגע סטעמפס,

ווי קען מען שאפן?

סטעמפס האט א פרייז רעגולירט ביי די גאווערמענט ממילא איז נישט דא ביליגער ווי די אלגעמיינע פרייז.
אז די ווילסט קענסטו קויפן 1 סענט סטעמפס פאר ביליג :grin:

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » זונטאג ינואר 14, 2018 5:56 pm

splinter האט געשריבן:
גראדער מיכל האט געשריבן:איך זוך ביליגע סטעמפס,

ווי קען מען שאפן?

סטעמפס האט א פרייז רעגולירט ביי די גאווערמענט ממילא איז נישט דא ביליגער ווי די אלגעמיינע פרייז.
אז די ווילסט קענסטו קויפן 1 סענט סטעמפס פאר ביליג :grin:

נישט אמת.
היינט צוטאגס זענען דא צו באקומען די "פארעווער" סטעמפס, וואס קאסט וויפיעל עס קאסט, אבער אויב לייגט מען דאס אוועק, איז אפילו ווען די פרייז פון סטעמפס גייט ארויף פארט די ווערט דערפון אויך ארויף (עפעס ווי אין די גמרא 'קנה בזול ונתייקר השער...') אנדערש ווי אמאל וואס א סטעמפ פלעגט האבן א געוויסע ווערד, וו.צ.ב.ש א 45 צענט סטעמפ. זענען פארהאן מענטשן וואס האבן מיט יארן צוריק איינגעקויפט ריזיגע קוואנטומס פון פארעווער סטעמפס, לויט די דאמאלטסדיגע פרייזן, און פארקויפן דאס אביסל ביליגער פון דעם איצטיגן מארקעט פרייז.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » זונטאג ינואר 14, 2018 6:00 pm

גראדער מיכל האט געשריבן:איך זוך ביליגע סטעמפס,

ווי קען מען שאפן?

איבעי האט פון מאל צו מאל $10 off $75 (בערך) און דאן קענסטו קויפן סטעמפס, סירטש אויף dansdeals.com העסטו זעהן.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
גראדער מיכל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 07, 2016 7:16 pm

תגובהדורך גראדער מיכל » זונטאג ינואר 14, 2018 6:20 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:
splinter האט געשריבן:
גראדער מיכל האט געשריבן:איך זוך ביליגע סטעמפס,

ווי קען מען שאפן?

סטעמפס האט א פרייז רעגולירט ביי די גאווערמענט ממילא איז נישט דא ביליגער ווי די אלגעמיינע פרייז.
אז די ווילסט קענסטו קויפן 1 סענט סטעמפס פאר ביליג :grin:

נישט אמת.
היינט צוטאגס זענען דא צו באקומען די "פארעווער" סטעמפס, וואס קאסט וויפיעל עס קאסט, אבער אויב לייגט מען דאס אוועק, איז אפילו ווען די פרייז פון סטעמפס גייט ארויף פארט די ווערט דערפון אויך ארויף (עפעס ווי אין די גמרא 'קנה בזול ונתייקר השער...') אנדערש ווי אמאל וואס א סטעמפ פלעגט האבן א געוויסע ווערד, וו.צ.ב.ש א 45 צענט סטעמפ. זענען פארהאן מענטשן וואס האבן מיט יארן צוריק איינגעקויפט ריזיגע קוואנטומס פון פארעווער סטעמפס, לויט די דאמאלטסדיגע פרייזן, און פארקויפן דאס אביסל ביליגער פון דעם איצטיגן מארקעט פרייז.

דו ווייסט אפשר ווער ס'קען האבן אנגעסטאקט פון די סחורה?

פארקלאצט
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:22 am

תגובהדורך פארקלאצט » זונטאג ינואר 14, 2018 7:38 pm

אויב דו גייסט מיט א מעילינג קאמפעני אזוי ווי postage plus קענען זיי האבן גיטע דיסקאונטס ווען זיך וויפיל דו ווילסט שיקן

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג ינואר 14, 2018 8:49 pm

קאסטקאו איז ביליגער מיט א משהו אויף פארעווער סטעמפס

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » דינסטאג ינואר 16, 2018 11:02 am

גראדער מיכל האט געשריבן:איך זוך ביליגע סטעמפס,

ווי קען מען שאפן?
צוגעלייגטע
Screenshot_20180116-110110.jpg
Screenshot_20180116-110110.jpg (87.66 KiB) געזעהן 1329 מאל

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג ינואר 16, 2018 11:37 am

די פרייז גייט ארויף צי ¢ 50
Scan.jpg
Scan.jpg (269.31 KiB) געזעהן 1298 מאל


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט