פארזיכטיג: שיקן א ארדער קיין פיליפיננס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

פארזיכטיג: שיקן א ארדער קיין פיליפיננס

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 10, 2009 5:03 pm

איך האב א קאסטומער וואס האט מיך געקאנטאקט פון פיליפיננס, ער וויל באשטעלן פון מיר סחורה, הונדערט שטיק. כ'אב אים געגעבן א דיסקאונט פאר 33 דאלער א שטיקל אנשטאט 43. ער איז צופרידן.

יעצט די שיפפינג האב איך אים געגעבן אן אפציע צו שיקן דירעקט פון מיין ווענדאר וואס האט א באזע אין טייוואן צו פיליפינס פאר $400 דורכן ים, אדער $1400 דורך עראפלאן (עיר פראכט).

דער קאסטומער זאגט ער וויל שיפן דוקא מיט א קאמפאני וואס ער האט ליב, און איך זאל אים געבן א פרייז וויפיל יענע קאמפאני בעט. זאג איך אים אויב אזוי וועט עס מוזן געשיקט ווערן פון דאהי ווייל איך קען נישט משוגע מאכן די ווענדאר אין טייוואן מיט מיין שיפפינג קאמפאני. האב איך געקאלט יענע קאמפאני און זיי געבן א פרייז פון $3000 דורכן ים, אדער $4000 דורך עראפלאן.

איך האב געאימעילט דעם קאסטומער אהין און צוריק, און ער איז געבליבן אז ער וויל שיקן מיט יענע קאמפאני פאר 4000 דאלער פון דאהי.
ער האט מיך היינט געקאלט און געגעבן א קרעדיט קארד מיט א אדרעס.

די גאנצע זאך קוקט מרי אויס פארדעכטיגט. וויל איך וויסן עטליכע זאכן.

וויאזוי קען מען טשעקן די אויטענטיסי פון א קרעדיט קארד?
לוינט זיך צו עפענען א פרישע באנק אקאונט וואהין דאס געלט זאל אריינגיין, און דערנאך גלייך ארויסנעמען און אפשפארן? (כדי אויב ער דיספיוט זאל זיין באנק נישט האבן פון וואו צוריקצונעמען דאס געלט)
איך וויל הערן פון מענטשן וואס האבן שוין עסקפיריענס אין די סארט ביזנעס וואס עס קען אלס ליגן אונטער דעם?
אפשר זאל איך מיך בכלל נישט אריינלאזן אין די גאנצע געשעפט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג פאברואר 10, 2009 6:09 pm

לגבי די גאנצע נושא, ווייס איך נישט וואס צו ענטפערן, און אז איך ווייס נישט, ענטפער איך נישט, ווייל איך וויל נישט עובר זיין אויף ולפני עור לא תתן מכשול.

אבער אויף די חלק וואס דו האסט געפרעגט צו מען קען מברר זיין די אויטענטישקייט פון א קרעדיט קארד, וויל איך דא מיטטיילן א שטיקל אינפארמאציע וואס איז אינטערסאנט סייווי.

עס קען אויסזעהן קאמפליצירט, אבער עס איז נישט. ליינט עס אדורך מיט ישוב הדעת.

א קרעדיט קארד איז צוזאמגעשטעלט פון 16 נומערען (מעסטער אין וויזא, אמעקס האט 15 אבער די חשבון שטימט דארט אויך), די נומערען האבן א באדייט, וואס טאמער די נומערען שטימען נישט מיינט אז די קרעדיט קארט נומער איז פאלש.

קודם כל, אמעריקען עקספרעס פאנגט זיך אן מיט א 3
וויזא מיט א 4
מעסטער מיט א 5

יעצט מען פאנגט אן פון די רעכטע זייט, מען פאנגט אן ביי די צווייטע נומער, איך גיי דא געבן א נומער פאר א משל, (עס איז נישט קיין עכטע נומער, אבער עס שטימט די חשבון, סאו עס קען זיין אז עס איז א עכטע נומער),
6475 7234 8724 5466

וואס מען טוט איז אזוי, יעדע צווייטער נומער פון די רעכטע זייט דאפלט מען און מען רעכנט צוזאם די דידזשיטס, און נאכדעם רעכנט מען צוזאם אלע איבריגע נומערען און די ענטפער מוז זיין 10,20,30,40,50,60,70,80,90,100 אין אזוי ווייטער, עס מוז זיין א נומער וואס צוטיילט זיך ביי צעהן.

לאמיר נעמען אונזער קרעדיט קארט נומבער,
די צווייטע נומער פון די רעכטע זייט איז 7, 7 מאל 2 איז 14
די צווייטער נאכדעם איז 6, 6 מאל 2 איז 12
די צווייטער נאכדעם איז 3, 3 מאל 2 איז 6
די צווייטער נאכדעם איז 7, 7 מאל 2 איז 14
די צווייטער נאכדעם איז 2, 2 מאל 2 איז 4
די צווייטער נאכדעם איז 8, 8 מאל 2 איז 16
די צווייטער נאכדעם איז 6, 6 מאל 2 איז 12
די צווייטער נאכדעם איז 5, 5 מאל 2 איז 10

יעצט שרייבט אראפ די אלע נומערען אין א שורה,
14126144161210
יעצט שרייבט אראפ די אלע איבריגע נומערען פון די קרעדיט קארט עס מיינט די ערשטע נומער פון די רעכטע זייט און דאן יעדע צווייטער, וואס ביי אונזער משל וועט עס זיין
54424764
לייגט עס צוזאם, דהיינו
14126144161210-54424764

יעצט רעכנט אלעס צוזאמען, מיט פלאס
1+4+1+2+6+1+4+4+1+6+1+2+1+0+5+4+4+2+4+7+6+4=70

פרובירט עס אויס מיט אייער קרעדיט קארטל, וועט איז זעהן אז די חשבון שטימט.
לעצט פאראכטן דורך סאדע_באטל אום דינסטאג פאברואר 10, 2009 7:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג פאברואר 10, 2009 6:16 pm

סאדא זייער אינטערעסאנט

זאג נאר סאדא פין ווי וויסט איר דאס ?
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג פאברואר 10, 2009 6:17 pm

WOW! דער סאודע באטעל האט אנדעקט אמעריקא! איך האב נאך נישט געהערט אזא זאך, ס'איז זייער איטערעסאנט!

סאודע! מעידזשער!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דינסטאג פאברואר 10, 2009 7:15 pm

נישט אלע וויזעס זענען מיט א 3

און נישט אלע מעסטער זענען מיט א 5

למעשה זאגסטו זייער א אינטערסאנטע חשבון איך גיי עס פראבירן בל"נ
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג פאברואר 10, 2009 7:25 pm

פויער, איך האב געמאכט א טייפינג מיסטעיק, און איך האב עס שוין פאראכטן
אמעריקען עקספרעס פאנגט זיך אן מיט א 3
וויזע מיט א 4
און מעסטער מיט א 5

איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן א קרעדיט קארד פון מעסטער וואס זאל זיך אנפאנגען נישט מיט קיין 5 (דעביט קארדס, קען זיין, ווייל לא ראינו אינו ראי' אבער מסברא לאזט זיך נישט הערן אז עס זאל זיין אנדערשט, ווייל עס איז דאך מעסטער, עס וואלט מיר געווען זייער אינטערסאנט טאמער דו קענסט ווייזן א פיקטשער פון א מעסטער קארד וואס פאנגט זיך נישט אן מיט א 5.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג פאברואר 10, 2009 7:30 pm

שוועמל, אנטשולדיגט פארן גורם זיין אז די טעמע זאל פארקריכן פון די אריגינעלע רעלסן,

אבער לעצם הענין, איך וואלט אים געפרעגט, פוינט בלענק, פארוואס ער וויל ספענדן 4000 שיפינג ווען די גאנצע וואס ער שפארט זיך ביי דיר איז 1000 דאלער, (צעהן דאלער אויף א אייטעם מאל הונדערט)

יענע גאנצע געגנט בכלל איז באקאנט מיט סקעמערס, ממילא כבדהו אבער געדענק דעם חשדהו.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג פאברואר 10, 2009 7:38 pm

דא האט איר א לינק צו א פראגראם וואס איר לייגט אריין א קרעדיט קארד נאמבער, און עס זאגט אייך צו עס איז פעליג

עס רעכנט עס אויס דורך די מעטאד וואס איך האב פריער אראפגעברענגט.

סיי דורך די מעטאד, און סיי דורך די פראגראם, קען מעןן נישט וויסן צו עס איז בפועל א גוטע קרעדיט קארד, מען קען נאר וויסן צו עס איז א מעגליכע קרעדיט קארד נאמבער.

http://www.retrodesigns.com/ccverify/
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג פאברואר 10, 2009 8:39 pm

סאדע, א גרויסן יישר כח. ס'איז זייער באלערנד.

שוועמל, איך וואלט מורא געהאט. כ'זאג נישט אז כ'וואלט דאס נישט געטוהן, אבער כ'וואלט שטארק מורא געהאט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 10, 2009 10:43 pm

יישר כח סאדע בפרט פאר דיין נוצליכע טול צו טשעקן א קרעדיט קארד 'נומבער'.

למעשה, די נומבער איז גוט.
כ'אב געוואלט טעסטן די אקאונט, האב איך אוטאריזירט בלויז א קליינע סכום דערויף און די טשארזש איז דורך, אבער ווען כ'אב אנגעצינדן די AVS איז עס נישט דורך. ער זאגט מיר נישט פארוואס, צי די נאמען, אדרעס אדער זיפ האט נישט געשטימט, עס איז בלויז דעקליינד.

עס איז פול מער סוספישוס ווייל די ק"ק אדרעס וואס ער האט מיר געגעבן איז פון לואיזיאנא סטעיט, און ער שיקט די ארדער קיין פיליפינס. . .
ווען איך סירטש יענע אדרעס קומט עס נישט ארויף, 1102 מעיפל גראוו, ליסוויל לואיזיאנא, 71466. (גראוו איז זיכער נישטא, אפשר סטריט. איך שרייב דירעקט אויף אידיש וד"ל).

מיין נעקסטע אפשען איז צו נוצן א מאני טרענספער סערוויס, למשל 'וועסטערן יוניאן', מאני גרעם, עסקרא.קאם, פעיפעל וכו'.
האט איינער עקספיריענס מיט דעם?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך פאברואר 11, 2009 1:29 am

אזוי זוכנדיג, בין איך געוואר געווארן אז די ערשטע זעקס נומערן אויפן קרעדיט קארד איז די באנק איידי נומער וואס אישוט דעם קארד. עס ווערט גערופן BIN אדער IIN נאמבער.
ביי פארדעכטיגטע טרענזאקציעס קאלט מען אן דעם באנק און מען וועריפייד צי די נאמען און אדרעס פאר די קארד שטימט מיט וואס די קאסטומער זאגט.

געוואר צו ווערן צי א BIN איז וועליד, איז דא פארשידענע טולס אונליין אומזיסט, אדער פאר געלט מיט פול מער אפציעס און אינפארמאציע.
איין לינק וואס זאגט גלייך צי ס'יז בכלל דא אזא באנק איז דא http://www.binbase.com/csv.php?module=search.

אין מיין פאל ווייסט ער נישט פון אזא BIN צו זאגן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך פאברואר 11, 2009 11:52 am

זיי מוחל, ווילאנג דו האסט דעם טוטער ביים קארג, מיש אריין די אויטאריטעטן. זאלן זיי אראפנעמען כאטש איין שווינדלער פון די גאסן.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך פאברואר 11, 2009 11:56 am

וויאזוי מישט מען אויטאריטעטן?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך פאברואר 11, 2009 12:19 pm

שוועמעל סקען זיין אז איך פאנטאזיר אבער סקען זיין אז ער וויל שיקען פארבאטענע ווארע אין יענער ארבעט מיט מיט עם איף עניטינג ווענט ראנג האסטו געשיקט די ארדער :!:

אזוי טו איך קלערען
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך פאברואר 11, 2009 1:48 pm

דער אונגארישער רעדט דברים של טעם! עס איז שטארק מסתבר

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך פאברואר 11, 2009 2:59 pm

שוועמל האט געשריבן:למעשה, די נומבער איז גוט.
כ'אב געוואלט טעסטן די אקאונט, האב איך אוטאריזירט בלויז א קליינע סכום דערויף און די טשארזש איז דורך, אבער ווען כ'אב אנגעצינדן די AVS איז עס נישט דורך. ער זאגט מיר נישט פארוואס, צי די נאמען, אדרעס אדער זיפ האט נישט געשטימט, עס איז בלויז דעקליינד.


שוועמל האט געשריבן:אין מיין פאל ווייסט ער נישט פון אזא BIN צו זאגן.


וויאזוי קען זיין אז דו האסט גע'טשארדשט, און עס איז אדורך; אויב עס איז נישטא אזא קארד?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך פאברואר 11, 2009 10:35 pm

כ'אב עס נישט געטשארזשט, כ'אב עס בלויז אויטאריזירט (געלייגט אויף האלד) צו זען אויב די קארד איז גוט.
די BIN האב איך נישט געזאגט עס איז נישטא, יענע דעטעבעיס האט נישט געהאט אזא BIN איז זייער סיסטעם.
און צווייטענס דאס איז איינס פון די וועגן פון פעלשען א קארד. (איך בין נישט באקאנט פונקטליך וויאזוי מען פעלשעוועט ארום אבער איך בין משער)

למעשה איז מיר די גאנצע זאך שטארק נישט גלאטיג. דער מאן וויל די אייטעם צי ער וויל "שיקן עפעס קיין פיליפינס" ? אויב וויל ער מיין אייטעם פארוואס האט ער נישט אנגענומען די 400 דאלער שיפמענט פון טייוואן. ס'יז קלאר אז ער האט עפעס א כוונה צו שיקן דוקא מיט זיין שיפינג קאמפאני. קען זיין אריינשווערצן סחורה ווי אונגארישער זאגט, קען זיין עפעס אנדערש.

דערווייל האב איך אים מודיע געווען אז די קרעדיט קארד איז דעקליינד און ער זאל מיר אריינפאקסירן א קאפי פון פראנט ענד בעק פון די קארד מיט די באנק נאמען און טעלעפאן נומער. אויב קען ער נישט צושטעלן די דאקיומענטעשאן וועל איך מוזן נעמען בלויז דורך וועסטערן יוניאן, אדער עסקרא.קאם.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וואלדעק
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 5:20 pm
לאקאציע: דא ערגעץ

תגובהדורך וואלדעק » מיטוואך פאברואר 11, 2009 11:32 pm

אז די האסט אים געבעטן א קאפי פון פראנט ענד בעק פון די קארד איז גוט, דאס איז די ערשטע זאך וואס מדארף טוהן און אזא פאל.
איך האב לעצטענס מיטגעהאלטן אזא ענליכע מעשה, דארט האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט געגנבט א קרעדיט קארד אינפארמעישן פון א צווייטן און עס גענוצט און סאיז אפילו דורך די ערשטע מאל, ווייל סאיז א גוטע קרעדיט קארד נאר נישט זיינס.

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » זונטאג פאברואר 15, 2009 9:55 am

סאם טינק נוז מר שוועמל?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג פאברואר 15, 2009 12:50 pm

זייט כ'אב אים געבעטן די קאפי פון די קארד און די אישואינג באנק, האב איך מער נישט געהערט פון אים.. ווי אין וואסער אריין
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג פאברואר 15, 2009 8:00 pm

אינאניש.... יאך וואלט געטון דאס זעלביגע. ברוך שלא עשני גוי

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מארטש 17, 2009 9:57 am

... און שוין ווידער האב איך א מעשה.

נעכטן קריג איך אן אימעיל פון א צווייטן שמוטשיק ער וויל הונדערט און פופציג סינקס, דאס מאל וויל ער עס שיקן קיין שוועדן.
(ביי מיר איז פארדעכטיגט די איווען נומבער פון 150... געווענליך א קאנטראקטער וואס בויעט וועט נעמען 149 און נישט קיין איינס מער... וואס עפעס הונדערט פופציג? לעצטע מאל איז אויך געווען א נומבער פון 100, וואס האט ארויסגערופן פארדאכט)
ער גיבט מיר א טראקינג קאמפאני איך זאל זיי רופן און איך זאל ערלעדיגן די פיק-אפ מיטן שיפמענט, ער צאלט מיר אלעס.

ער שרייבט זיך אונטער מיט אן אנדער נאמען. (לעצטע מאל איז געווען טערי, יעצט איז געווען וואלקער)

ביים ריפלייען האב איך בכוונה געשריבן "העללא טערי", איך האב אים געזאגט איך נעם בלויז US קרעדיט קארדס וואס שטימט מיטן שיפפינג אדרעס אדער וועסטערן יוניאן וכו'. (ער האט איגנארירט דעם "העלא טערי")

ער האט מיר געענפטערט יא, מען גייט ווייטער.




וואס טו איך מיט דעם שמויגער?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מארטש 17, 2009 10:30 am

פריער האט ער מיך געפרעגט צי כאב שוין אן ענטפער פאר אים פון די פראכט קאמפאני.

כ'אב אים געגעבן אבי אן ענטפער אז ס'קאסט 5 טויזענט דאלער. כ'אב געוואלט טאפן דעם דופק ביי אים'ן.

ער שרייבט מיר צוריק אז "פאר מי איטס טו מאטש, קען יו סענד מי די קוואויט דעי געיוו יו ?"

כ'אב אים געענפערט אז די קוואוט איז פון אונזער פראכט קאמפאני און מיר קענען נישט דיעלן מיט דריטע פארטי קאמפאניס, אויב ער וויל זאל ער עס אליינס טון.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג מארטש 17, 2009 11:43 am

שוועמעל
דאס נאט מעיק עני סענס טא מי אנילי וואט איי טאלד יו ערליער אן דיס שאו
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 18, 2009 10:45 am

נישט ממש, ווען ער מיינט ווען דראגס וואלט ער זיך נישט אפגעשטעלט ביי וועסטערן יוניאן. ער איז א פשוטער גזלן ער וויל קויפן סחורה און דערנאך דיספיוטן די קרעדיט קארד.

דערווייל האט ער מיר נאכנישט געענפערט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט