טעקס שאלה

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

ביזנעס
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2009 5:43 pm

טעקס שאלה

תגובהדורך ביזנעס » זונטאג פאברואר 08, 2009 6:54 pm

איך האב א פארט טיים ארבייטער, וואס מאכט פאר מיר דעליוועריס מיט זיין קאר, דער דיל איז אז איך באצאל אים די קאר אינשירענס מיט א טשעק פון מיין ביזנעס.

איז דאס ליגעל? כ'מיין צו פרעגן, דארף איך צאלן פעיראל טעקס אויף דעם?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג פאברואר 08, 2009 10:51 pm

וואס זאגט דיין אקאונטענט? אייגענטליך פארוואס זאלסטו נישט דארפן געבן פאר יענעם א 1099?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג פאברואר 09, 2009 2:46 pm

לויט ווי איך פארשטיי, קען עס ווערן גערעכנט פאר א ביזנעס עקספענס.

איכער, א 1099? צו וואס? יענער ארבייט פאר אים, אויב עפעס, קענעס ווערן גערעכענט אויפן W-2...

אדער ווייסעך נישט גענוג דיטעל'ס....
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג פאברואר 09, 2009 8:00 pm

דער חילוק פון דארפן א W-2 צו נישט איז זייער קאמפליצירט. וואס די איי. אר. עס. זאגט: אויב איז יענער משועבד צו א צייט, למשל ער דארף ארבייטן פאר דיר פון 9 ביז 12, הייסט ער דיין ארבייטער און דאס דארף א W-2.

אויב איז ער נישט קיין ארבייטער, נאר איינער וועם דו נוצט אלץ סערוויס, ווי א קאר סערוויס, דארפסטו אים באצאלן אויף די דזשאב וויפיל ער בעט. א קאמפאני וועט דיר געבן א ביל, און פאר א פריוואטע מענטש וועסטו געבן א 1099.

צאלן יענעמס קאר אינשורענס, איז ביי מיר ווי צאלן יענעמס גראסערי ביל... האסט אמאל געהערט אז מ'זאל צאלן א בי ענד עיטש ארבייטער מיט גיפט סערטיפיקעטס? אדער אן המספיק ארבייטער מיט א מעדיקעיד קארד? אדער... ערענסט גערעדט... איז אמאל געהערט געווארן אז א מלמד באקומט באצאלט מיט קיופאנס??? מ'קען אפשר צאלן קאר אינשורענס אלץ טיפ, אבער כ'גלייב נישט אלץ פעי.

און וואס זאגט טאקע דיין אקאונטענט?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג פאברואר 09, 2009 9:02 pm

לחיים ולברכה האט געשריבן:
צאלן יענעמס קאר אינשורענס, איז ביי מיר ווי צאלן יענעמס גראסערי ביל... האסט אמאל געהערט אז מ'זאל צאלן א בי ענד עיטש ארבייטער מיט גיפט סערטיפיקעטס? אדער אן המספיק ארבייטער מיט א מעדיקעיד קארד? אדער... ערענסט גערעדט... איז אמאל געהערט געווארן אז א מלמד באקומט באצאלט מיט קיופאנס??? מ'קען אפשר צאלן קאר אינשורענס אלץ טיפ, אבער כ'גלייב נישט אלץ פעי.



חיים ברוך, האסט אמאל געהערט פון פארסאנעדזש (parsonage), עס איז דא אזא זאך, ביי די איי אר עס, אז מען צאלט יענעם דורכן צאלן זיינע הוצאות, עס האט אסאך פרטים, וואס דארפן זיין כדי צו זיין אויסגעהאלטן לעגאל, איך האב יעצט נישט קיין צייט מאריך צו זיין אין די נושא פון פארסאנעדזש, אבער א מלמד קען באצאלט ווערן און מען דארף נישט געבן קיין W2, סאו עס איז נישט אזוי ווי בי ענד עיטש צאלט מיט גיפט סערטיפיקעטס...

אויב עס איז דא א פארלאנג וועלן מיר בלי נדר געבן א שיעור אין די נושא פון פארסאנעדזש.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג פאברואר 09, 2009 10:38 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:אויב עס איז דא א פארלאנג וועלן מיר בלי נדר געבן א שיעור אין די נושא פון פארסאנעדזש.

נאך ווי איז דא א פארלאנג! איך פארלאנג דאס בתוקף... כ'ווער דא געוואויר א נייע זאך. מיר זענען דאך דא צו זיך לערנען איינער פון צווייטן.

און אגב... א מלמד וואס באקומט נישט קיין W-2 האט אין מיינע אויגן נישט באקומען באצאלט... און, נישט שרייבן קיין פרטים איבער דעם, ס'איז דאך אן אלוועלטליכער דאט קאם...
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מאנטאג פאברואר 09, 2009 10:54 pm

לחיים ולברכה האט געשריבן:
סאדע_באטל האט געשריבן:אויב עס איז דא א פארלאנג וועלן מיר בלי נדר געבן א שיעור אין די נושא פון פארסאנעדזש.

נאך ווי איז דא א פארלאנג! איך פארלאנג דאס בתוקף... כ'ווער דא געוואויר א נייע זאך. מיר זענען דאך דא צו זיך לערנען איינער פון צווייטן.


כשטרוי ועוד לחיים, אבער איך בעט שיין "פלייייז"
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג פאברואר 09, 2009 10:57 pm

איך האב אויך געבעטן שיין, אבער בתוקף בעט איך שיין...
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 09, 2009 10:58 pm

לחיים;
איך זע נישט קיין חילוק ווען מען צאלט יענעם געהעריג אויף די סערוויס אדער יענעמס אינשורענס. ביידע פעלער וואלט מען געדארפט א 1099 לכאורה. יענער האט באקומען באצאלט, טא וואס א חילוק צי ער געט עס אויס פאר זיין גראסערי צי פאר זיין קאר אינשורענס.
אקעי א W-2 מסתם נישט ווייל ער איז נישט דיין ארבעטער און איז נישט משועבד צו גארנישט, ער איז בלויז פאר סערוויס, אזויווי מען רופט אן עלעקטרישאן.

סאדע;
דו רעדסט דברים של טעם, זיי אביסל מסביר פארסענאזש, די סוגיא חדשה פאר מיר. און מיט וואס איז עס אנדערש פון א 1099.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג פאברואר 09, 2009 10:59 pm

קאן זיין, כ'בין נישט באקאנט מיט דעם. אדרבה, עמיר ווארטן אויף סאדע, פאר מיר איז דאס אויך א סוגיא חדשה.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג פאברואר 09, 2009 11:00 pm

איך בעט אויך.

איז דא אזא זאך ווי צאלן א ארבעטער'ס הוצאות, און נישט דער ארבעטער און נישט דער באלעבאס זאלן דארפן צאלן טעקס דערויף?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג פאברואר 09, 2009 11:01 pm

גאמאנימעצארעף, איך בעט זייער שיין.... ר' סאודע, אנטשולדיג פארן באדערן, אפשר קענטסו פליז, ביטע, אויב ס'איז אייך נישט שווער....... אונז פארשטיין געבן אביסל די נושא פון פארסאנעדזש? שכח, א שיינעם דאנק אייך...

חיים ברוך, צו דיר וועלעך יא רעדן שטרענג! פארוואס קען מען עס נישט פלעין דידאקטן אלץ א ביזנעס עקספענס, ס'איז א ביזנעס קאר, ניין?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג פאברואר 09, 2009 11:02 pm

לחיים ולברכה האט געשריבן:און אגב... א מלמד וואס באקומט נישט קיין W-2 האט אין מיינע אויגן נישט באקומען באצאלט... און, נישט שרייבן קיין פרטים איבער דעם, ס'איז דאך אן אלוועלטליכער דאט קאם...


עס איז יעצט צען נאך עלעוו ביינאכט, און איך בין נאר דא צו וואונטשן א גוטע נאכט, ממילא וועט מיין שיעור אין פארסאנעדזש דארפן ווארטן אויף מארגן,
אבער איין נקודה וויל איך יא באטאנען, עס איז הונדערט פראצענט לעגאל!!! עס איז נישטא וואס זיך צוריקהאלטן פון שרייבן צוליבן פאקט אז אונזער קרעטשמעס לאקאציע איז אויפן אלוועלטליכער דאט קאם, אדרבא מאכט א זוך-אקציע (סוירטש בל' עם זר) אויפן וועלט ברייטן נעץ, וועט איר געוואר ווערן אז דאס איז א איי אר עס געזעץ.

אבער היות שאין לי פנאי עכשיו, ממילא אסיים מעין הפתיחה, אז עס וועט דארפן ווארטן אויף מארגן.



(נאך אפאר מאל פרובירן, זעה איך אז מען לאזט נישט דורך מיין תגובה, ווייל יעדע מאל ווען איך קליק שיק עס, קומט ארויף אז עס איז אריינגעקומען א פרישע הודעה אינדערמיט...)
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג פאברואר 09, 2009 11:04 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:(נאך אפאר מאל פרובירן, זעה איך אז מען לאזט נישט דורך מיין תגובה, ווייל יעדע מאל ווען איך קליק שיק עס, קומט ארויף אז עס איז אריינגעקומען א פרישע הודעה אינדערמיט...)


יא יא, די פארלאנג איז זייער גרויס, איך האב אויך געהאט דעם פראבלעם...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג פאברואר 10, 2009 9:28 am

סאדע_באטל

דו טוטסט עס עניווועית באט איך וועל מיך אויך צושטעלן מיט בעטן דעם שיעור, ווייל ווער נאך ווי איך ווייס אז עס לערנט זיך בעסער פאר מיט נאך איינעם ביים שיעור.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג פאברואר 10, 2009 10:42 am

וואו איך ווייס איז די חילוק פון א 1099 און א W2 אזוי:

א W2 באקומעט מען ווען מען צאלט טעקס דורכאויס די יאר. ד.מ. ווען איינער מאכט $1,000 דאללאר א וואך; איז זיין טשעק בערך $890 (למשל). באקומט ער סוף יאר א W2 וואס דארט שטייט וויפיל געלט ער האט געצאלט טעקס דורכאויס די יאר.

א 1099 באקומט מען אויב מען באצאלט נישט אינמיטן די יאר טעקס. למשל ווען מען מאכט אויף אן אקאונט אין טשעיס באקומט מען $100 פרי. ווען די באקומסט די געלט באקומסטו די גאנצע געלט. ווען ס'קומט סוף יאר דארפסטו דעמאלטס צאלן פאר די איי. אר. עס. די $10-$20.

פליז קארעקט מי איף איי עם ראנג.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג פאברואר 10, 2009 10:44 am

.... און סאדע באטל, איך ווארט אויך אויף די שיעור פון פארסאנידש.

מעען שאלה איז אזוי: וואו איך פארשטיי דארף די מוסד/קאמפאני נישט צאלן טעקס אויף פארסאנידש. איך וויל נאר וויסן צו די ארבאטער קען האבן פראבלעמען מיטן נישט צאלן די טעקס.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » דינסטאג פאברואר 10, 2009 11:11 am

the difference between a w-2 and a 1099 is as follows:

an employee gets a w-2 where the employer witholds a portion of the check for payroll taxes, and the company pays half the medicare and social security taxes
an independent contractor gets a 1099 where the company cant withold anything and the entire taxes goes out of the contractors pocket.

the exact distinction between the two can get blurry and has to be decided on a case-by-case basis.
the keyword is control how much the company controls the when, where, and how the job gets done.

p.s. sorry for the english, i might retype in yiddish at night.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג פאברואר 10, 2009 2:30 pm

ליגעל דעסקלעימער: קיינער זאל זיך נישט פארלאזן קיין כי הוא זה אויף וואס דא גייט שטיין, קיינמאל זאלט איר גארנישט טוהן אין דער ענין פון טעקסעס, פארן זיך דורכרעדן מיט א פראפעסיאנאלער אקאונטענט. ע"כ.



אז אזויפיל אידן בעטן צו געבן א שיעור, קען מען נישט אפזאגן....

(אהעם אהעם, יעצט איז שוין מיין שטימע שיין און קלאר.)

קודם אן הקדמה'לע, איך זעה אז דער עולם איז געווארן מוראדיג פרייליך, און ווארט קוים געוואר צו ווערן וויאזוי קען מען זיך פטר'ן פון טעקס. פארסענעדזש איז נאר ביי א רעליגיעזע מוסד!!!

(דריי פערטל מקשיבי השיעור, טוען זיך אן די הוט און רעקל, און שפאצירן ארויס....)

לאמיר אנפאנגען אזוי, די ווארט פארסאנעדזש מיינט די רעזידענץ און וואוין ארט פון א רעליגיעזער באאמטער צוגעשטעלט דורך די רעליגיע, למשל א תיפלה וואס שטעלט צו א הויז פארן גלח וואו צו וואוינען, אדער להבדיל אלף אלפי הבדלות, די הויז וואס א קהלה שטעלט צו פאר א רב צו וואוינען.

ע"כ די באדייט פון די ווארט פארסאנעדזש.

יעצט אזוי, עס איז דא א געזעץ פון די איי. אר. עס. אז פארסאנעדזש איז טעקס עקסעמפט. דאס מיינט, אז סתם אזוי, אויב ראובן ארבעט פאר שמעון און שמעון באצאלט אים פארן ארבעט דורכן באצאלן זיין רענט, דארף ראובן צאלן אינקאם טעקס אויף וויפיל שמעון האט באצאלט פאר זיין רענט, ווייל דאס איז זיין אינקאם.
משא"כ אויב א מלמד ארבעט פאר א חדר, און ער איז א רעליגיעזער איינגעשטעלטער, און דער חדר צאלט אים פארן זיין א רעליגיע-לערער זיין רענט און זיין יוטיליטיס, הייסט דאס פארסאנעדזש, מען דארף דאס אויפסעטן דורך אן אקאונטענט, דער מלמד דארף נישט צאלן קיין אינקאם טעקס, ווייל ער האט נאר באקומען באצאלט פארסאנעדזש.

אבער ביי סתם אן ארבעטער, איז נישט דא אזא זאך ווי נישט צאלן שטייער. איך וויל אייך אלע איבערבעטן, טאמער איר האט שוין די נאכט גע'חלומ'ט פון מאכן די נייע ווארט וואס סאדע_באטל האט פארציילט און נישט דארפן צאלן קיין שטייערן.

יעצט להשלמת הענין, וועל איך מבאר זיין די חילוק פון א W2 און א 1099,
א W2 מיינט, אז טאמער ראובן איז עמפלויד ביי שמעון, דאס הייסט אז שמעון איז זיין ארבעטסגעבער, דארף שמעון אראפנעמען (withhold) שטייערן, די טעקס ווערט אנגערופן fica, דאס איז בערך 14-15 פראצענט, און אין דעם איז נכלל סאשעל סעקיוריטי טעקס אין מעדיקעיר, דער בעה"ב, שמעון, נעמט פון די ארבייטער'ס טשעק האלב דהיינו 7 און א האלב פראצענט, ווען ער גיבט אים א טשעק, צו עס איז וועכענטליך, צו יעדע צוויי וואכן, צו חודש'ליך, און שמעון דארף יעדע 3 חדשים, ד.ה. יעדע קווארטל, ארויפשיקן צו די איי. אר. עס. די שטייערן וואס ער האט איינקאסירט, און ער דארף משלים זיין די איבריגע 7 און א האלב פראצענט פון זיין טאש. אזוי קומט אויס אז די איי. אר. עס. האט באקומען 15 פראצענט FICA טעקס, פון די ארבעטער. און סוף יאר גיבט די ארבעטסגעבער, שמעון, א W2 פאר זיין ארבעטער, ראובן, און דארט שטייט א פונקטליכער חשבון פון די פארלאפענע יאר, וויפיל ער האט למעשה פארדינט, groos income, און וויפיל מען האט אראפגענומען פון זיין טשעק, דהיינו די זיבן א האלב פראצענט וואס איז געווען withheld, און אט די אינפארמאציע דארף ער, ראובן, אריינלייגן אין זיין 1040, זיין אינדיווידיועל טעקס ריטוירן.

אבער דאס איז נאר ביי אן ארבעטער מיט אן ארבעטסגעבער, employer and employee, אבער עס איז דא אן אנדערע אופן וויאזוי מען מאכט געלט, למשל, לוי ארבעט פאר שמעון, און זיין ארבעט איז אז ווען עס פעלט זיך אויס, א קאמפיוטער טעקנישען זאל ער קומען, און במשך די יאר האט שמעון געצאלט פאר לוי 7,500 דאלער, דארף שמעון געבן פאר לוי, א 1099, אז לוי האט פארדינט פון אים 7,500 דאלער, און די גאנצע FICA דארף יעצט לוי באצאלן, ווייל טעקניקלי, איז לוי סעלף עמפלויד, און ער, לוי, לייגט אריין אין זיין 1040 וויפיל ער האט פארדינט און מען מאכט סוף יאר די חשבון, וויפיל פייקע ער דארף געבן.

איז די בעיסיק חילוקים פון א W2 און א 1099 איז אז ביי א W2 צאלט מען FICA יעדעס מאל ווען מען באקומט א טשעק, און מען צאלט נאר זיבן א האלב פראצענט, און ביי א 1099 צאלט מען סוף יאר, (אויב דאס וואס מען דארף צאלן, איז מער ווי מען איז עלידזשעבל צוריקצובאקומען, אויב נישט ווערט דאס אראפגערעכנט פון די קרעדיטס, און מען באקומט ווייניגער, אבער היות א 1099 מיינט אז מען איז סעלף עמפלויד, איז דא פארשידענע עקספענסעס ואכמ"ל בזה), און מען צאלט די גאנצע 15 פראצענט.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג פאברואר 10, 2009 2:44 pm

יעצט הרב אויפשטויס וואסער דעקל שליט"א
מיר דאנקן אייך זייער פארן אראפ געבן די וויכטיגע נקודות, אבער איך וואלט אייך זייער געבעטן אויב קענט איר מיר מסביר זיין וויאזוי עס גייט צו מיט די עקזעמפשאנס וואס מען גיבט איין אויפן W-4? ד.ה. וויפיל ווייניגער טעקס דארף מען אפגעבן מיט יעדע דיפענדענט?

א דאנק
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג פאברואר 10, 2009 3:08 pm

ליגעל דעסקלעימער: קיינער זאל זיך נישט פארלאזן קיין כי הוא זה אויף וואס דא גייט שטיין, קיינמאל זאלט איר גארנישט טוהן אין דער ענין פון טעקסעס, פארן זיך דורכרעדן מיט א פראפעסיאנאלער אקאונטענט. ע"כ.


א W4 איז א צעטל וואס אן ארבעטער גיבט אריין פאר זיין בעל הבית, פונקט אזוי ווי א W2 איז א חשבון סוף יאר וויפיל מען האט למעשה אראפגענומען, איז א W4 א צעטל וואס מען גיבט אריין אנפאנג יאר, וויפיל מען זאל אראפרעכענען.

אבער א W4 באציהט זיך צו פעדעראל טעקס, דאס מיינט, אז אפילו איינער איז פולקאם עקזעמפט פון צאלן פעדעראלע שטייערן, אבער FICA דארף ער נאך צאלן, די W4 באציהט זיך נאר צו פעדעראל טעקס (באקס 2 אויפן W2).
יעדע דעפענדענט איז היום יום אן עקזעמפשאן פון 3,500 דאלער, און דאס איז בנוסף צו די עקזעמפשאן פון א חתונה געהאטע קאפל, למשל אויב א קאפל האט פארדינט 20,000 דאלער דארפן זיי צאלן פעדעראל טעקס נאר אויף 2,100 דאלער ווייל אויף די ערשטע 17,900 דארף מען נישט צאלן קיין טעקס, אויב אבער האט די קאפל געהאט א קינד, וואס דאס איז אן עקזעמפשאן פון נאך 3,500 קומט אויס אז אויף די ערשטע 21,400 דארף מען נישט צאלן קיין פעדעראל טעקס. אויב מען צאלט יא איין, איז סוף יאר באקומט מען צוריק וויפיל מען האט איבערגעצאלט
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

ביזנעס
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2009 5:43 pm

תגובהדורך ביזנעס » דינסטאג פאברואר 10, 2009 3:34 pm

אי קען בעליו, ווי מיין ערשטע תגובה האט איבערגעדייט. כ'האב הנאה אז איך ביןנישט דער אייניגסטער וואס דאס וויל וויסן.

א גרויסן שכח מיסטער סאדע באטל פאר דיינע ערקלערונגען.

דו רעדסט פון א 1099 פאר א קאמיפיטער טעקנישן. וואס איז אויב די טעקנישן נעמט געלט צו זיין קאמפאני? ער האט א למשל א קאפערעשין, דאן ווערט עס דאך גערעכנט ווי א געהעריגע ביל. אט דאס איז געווען מיין פראגע. מיר גייט נישט אן אויב פארוועם איך דארף צאלן די קאר אינשוירונס וועט עס דארפן איינגעבן. איך וויל וויסן צו עס הייסט ביי "מיר" דאס הייסט מיין קאפערישן, א ביל וואס איך האב באצאלט, אדער איך "מוז" עס מאכן פאר א 1099?

א גרויסן שכח פאר'ן ענטפערן.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג פאברואר 10, 2009 3:51 pm

ליגעל דעסקלעימער: קיינער זאל זיך נישט פארלאזן קיין כי הוא זה אויף וואס דא גייט שטיין, קיינמאל זאלט איר גארנישט טוהן אין דער ענין פון טעקסעס, פארן זיך דורכרעדן מיט א פראפעסיאנאלער אקאונטענט. ע"כ.


א 1099 דארפסטו נאר געבן פאר א אינדיפענדענט קאנטראקטער וואס האט גע'ארבעט פאר דיר. (אזוי הייסט יעדער ארבייטער וואס ארבעט פאר זיך)
אבער טאמער למשל, דו ביסט געבילט געווארן 1000 פאר א דעליווערי, למשל דו האסט גענוצט יו.פי.עס. וואס דאס איז זיכער אז יו.פי.עס. ארבעט נישט פאר דיר..... ממילא דארפסטו נישט געבן קיין 1099 פאר זיי, נאר דאס הייסט אן עקספענס מצדך, איך קען נישט פונקטליך די מציאות פון דיין סענעריא, סאו מיין פארשלאג איז, פארבינד דיר מיט אן אקאונטענט, און ער וועט דיר ענטפערן פונקטליך אין וואספארא גדר דו גייסט אריין.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג פאברואר 10, 2009 8:26 pm

לאמיר אריינווארפן מיינע צוויי צענט.
1) ס'איז דא אן ארבייטער, וואס איז משועבד צו זיין בעה"ב צו ארבייטן אויפ'ן שעה. צו ס'איז פון 9 ביז 5, אדער פון 8 ביז 9. דאס ארבייט מיט א W-4 און א W-2.
אגב, דא קענט איר אויסרעכענען אייערע דיפענדענטס. (בן בוזי, דאס קען דיר אסאך ארויסהעלפן).

2) דערנאך איז דא א סעלף עמפלאויד, אדער ווי סאדע רופט דאס "אינדיפענדענט קאנטראקטער", וואס ער באקומט סוף יאר א 1099.
אגב, ס'איז א חילוק פון באקומען געלט דורך עפענען א באנק אקאונט, באקומען א מתנה פון א קרוב וכו', אדער מ'פארדינט געלט ווייל מ'ארבייט. יעדער מענטש מעג באקומען געלט אלץ מתנה, און מ'דארף גארנישט איינגעבן פארדעם, נאר סוף יאר באקומט מען א 1099. משא"כ איינער וואס ארבייט פאר איינעם, למשל א טייפסעטער, דארף איינגעבן פאר'ן לאקאלן קאונטי אז ער טוט ביזנעס אונטער זיין נאמען (אדער דורך א ביזנעס נאמען), און סוף יאר פיילט ער א סקעדזשול C מיט זיין טעקס רעטורן (קוק דא). און ביי דעם איז נישט שייך א 1099, נאר ער שיקט בילס פאר זיינע קאסטומערס, אזוי ווי נומער 3.

3) און צום לעצט איז דאס פשוט'ע, א קארפארעישאן, וואס יענער (דער קארפארעישאן) פיילט זיך זיינע טעקסעס אן קיין W-4 אדער 1099... ער ווערט באצאלט דורך שיקן אן אינוואויס, און באצאלט עקספענסעס נאכ'ן באקומען א ביל.

סאדע, בין איך גערעכט?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג פאברואר 10, 2009 8:45 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:חיים ברוך, צו דיר וועלעך יא רעדן שטרענג! פארוואס קען מען עס נישט פלעין דידאקטן אלץ א ביזנעס עקספענס, ס'איז א ביזנעס קאר, ניין?

אזוי? אויף וועמענס נאמען איז דער קאר? נאך מער, אויף וועמענס נאמען איז דער אינשורענס?

וועסטו זאגן אז דער ביזנעס 'בארגט' דער קאר? קען זיין... אבער פארוואס צאלט דער ביזנעס פאר'ן אינשורענס? און אז דער ביזנעס דינגט דעם קאר, וואו איז דער דער רענט דערפאר? ס'פאני, נישטאזוי?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט