CID האט געשריבן:ווער עס איז נאך גרייט צו טייפן א ספר פאר א גיטע פרייז ביטע זיך מעלדן
שוין איבער א וואך וואס איך האב דיר געשיקט א אישית, אבער ווי איך זעה האסטו עס נאך נישט געליינט.
איך האב באקומען אסך ריפלייס איך ווייס נישט וועם צו נעמען אדרבה מען בעט די עולם זאל זיך מעלדן וויפיל מען בעט מען רעדט דא פון אותיות מריבעת - קען זיין מען קען עס מאכן אויף ליגעטאר איך האב עס אויף פי די עף (נאר עס טאר נישט האבן מער ווי 8 טעותם אין 10000 קלאפעס)
לכאורה קען מען אלעס אלעדיגן אויף אימעל - איך שיק א פי די עף - מען שיקט די געטייפטע - בצאלט אויף פע פאל הצלחה
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .
רבותי! ווער איז גרייט צו טייפן? איך פארמאג א שלל פון רעקארדירטע דרשות, אינטערוויוס אא"וו, ואין פוטה פה ומטפטייפ. אויב זענט איר גרייט דאס צו טוהן פאר א ריזענעבל פרייז, ביטע קאנטאקט מיך אין אישי
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
וויפיל רעכנט מען פער פייל, צו אפטייפן פון לשון קודש צו אידיש (דהיינו, ליינען פון לשון קודש און עס גראד טראנסלעיטן צו אידיש און טייפן גראד אידיש)? איך רעד פון א היבשע ארבעט.
ס'גייט אויף די שעה. אבער היות אז דער וואס לייגט אריין מער אין די שעה, בעט מער אויף די שעה…. קומט אויס די זעלבע פרייז געווענליך, דער חילוק איז נאר ווי שנעל דו קענסט עס באקומען.
ביי דרשות איז אבער אויך נאך אפאר פאקטארן: 1. ארויסנעמען די עמ'ס, אה'ס און יא'ס און 'קומט אויס'ס, 'זאגט ער'ס וכו'. 2. ארויסנעמען שוין ביים ערשטן מאל טייפן דאס איבערגעזאגן די זעלבע זאך דריי-פיר מאל. (וואס לגבי קערעקטערס ווערט עס ווייניגער… אבער ס'איז ווערד מער). 3. צוהאקן די דרשה לפי הענינים מיט קעפלעך. 4. די קלארקייט פון די רעקארדינג ווס. די קלארקייט פונעם בעל דרשן, ווס. די קלארקייט פונעם תוכן (…). ס'דא אומקלארע רעקארדינגס, און ס'דא וואס די רעקארדינג איז גוט, אבער דער בעל דרשן איז זייער הייזעריג אדער רעדט זייער שטיל, און ס'איז דא וואס מ'הערט זייער גוט, אבער ס'איז נישטא וואס צו הערן… ער רעדט פון הוט ארויס…
געווענליך ביי א גוטן רעדנער מיט א גוטע רעקארדינג - דארף ביים מאכן גוט'ן דזשאב (נומער 1 און 2 און 3) נעמען אומגעפער דריי שעה טייפן פאר יעדע שעה רעדן.