געלט און פרנסה ביי חסידישע אידן

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

געלט און פרנסה ביי חסידישע אידן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג ינואר 20, 2009 10:07 pm

דורך: יואל גרויזאמער

זיצענדיג ביי א שמחה לעצטנס האט מען דיסקוסירט דעם אויסגעדראשענעם נושא צו עס לוינט זיך צו זיין א דעמאקראט אדער א רעפאבליקען.

ווי דער סדר ביי אחינו בני ישראל אז לכבוד דעם וואס עס גייט זיי באמת נישט אן די גוישע גאס, פראבירט מען מיט אלע כוחות זיך צו מאכן אז מען ווייסט "יא" פון וואס מען רעדט, און מען שיסט אריין טאנען פון ידיעות אין איין סטעיטמענט. "ער וועט מיאוס אפהאקן, אזויווי קענעדעי האט אין 1476 אפגעשניטן ווען ער האט... בלא בלא בלא". עס זענען פארהאן די וועלכע האבן שוין אפגעמאכט ביי זיך אז זיי זענען פון די הערערס, עס האט טאקע א חסרון אז מען מוז זיצן שטיל, ווייל וואנס מען רעדט אריין איין ווארט, קומט אזא "נעעעע!!!! וואס רעדסטו? חא חא" און די "רעדערס" נעמען זיך טייל אן פאר אים, און טייל נישט. אבער ס'רוב פון מיינע נאנטע ביים שמחה זענען געווען פון די משפיעים, נישט פון די מקבלים.

נו, איז דאך אוודאי דער שמחה צו קליין צו געבן די געלעגנהייט פאר יעדעם באזונדער ארויסצופאקן אלע זיינע ידיעות וואס ער האט קונה געווען פון דער שטערן עף בי איי ארטיקל. איבערהויפט ווען דער רעדנער רעדט, און עס קומט די רייע פאר די משפחה צו זוכן און זינגען ניגונים, און מען מוז דאך ווייזן אז מען איז אן אדם מן השורה אויך, א ציוויליע בעל הבית, תורה וגדולה במקום אחד. דעריבער איז אין לנו להישאר נאר אז אין די קארגע שעה, דאן גייט אזאלכע שימפערייען אויף דעם פאליטישן, און אויף יענעם אידעאלאגיע, אז מען מוז בעל כרחך איינגיין אויף א סוס פייער.

איך, כאטש נישט אייביג בין איך אזוי, האב באשלאסן ביי דעם שמחה, צוליב א שווערע מינוט, צו זיין פון די מקבלים. א געשעפט האב איך, זיי דארפן אז איך זאל בלויז העלפן דעם שמועס און זיי זאלן האבן פון וואס צו ציען פעדעמער אז איך זאל איינזעהן אז מיואלי עד יואלי לא קם כיואלי. געב מיך א בראך. נישט פאר מיר.

האט זיך קלמן משה (פיקטיווער נאמען) אזוי תחת אחד השיחים ווי ער האט פראבירט משפיע צו זיין אז ער איז א "רעפאבליקן" הו הא!, האט ער מסביר געווען דעם שיטה מיט א דערהער:

קלמן משה [האט געשריגן] האט געשריבן:יא, זאל יעדער ארבייטן! איך ארבייט שווער פאר מיין געלט, און איך וויל נישט אז קיינער זאל נהנה זיין דערפון. פארוואס זאל איך ארבייטן און יענער נישט? מיין געלט דארף גיין פאר יענעם? פארוואס!!!??? ווייל יענער וויל זיצן אויפן סאפע און איך זאל ארבייטן פאר יענעם? עס איז ממש לא יאומן כי יסופר!


אברהם זלמן [האט געשריגן] האט געשריבן:קאם אן! שטותים! קלמן משה, זאלסט נאר וויסן וואס טוט זיך היינט אויפן גאס. וויאזוי קענסטו אפילו רעדן אזוי? ווייסט וויפיל אידן דרייען זיך נעבאך אנע פרנסות. זיי זוכן ארבעט! הלואי וואלטן זיי געטראפן "וואו" צו ארבייטן. זיי האבן נישט!


קלמן משה [האט געשריגן] האט געשריבן:וואססססססס!!!?????????????? (א"ה: כאן המשיך יותר משלשלת) זאג עס איבער??? נעבן מיין הויז איז דא א גראסערי וואס שטייט דארט שוין דריי חדשים א צעטל אז זיי זוכן איינער זאל צוזאמענשטעלן די ארדערס! פארוואס וויל קיינער נישט קומען? איך ווייס פארוואס! ווייל מען דארף בכבוד'יגע דזשאבס! מען דארף זיצן אויפן קאמפיוטער אגאנצן טאג. מען איז נישט גרייט צו זיין א ארבייטער לשם ארבייטער! זאל זיך זיי מוחל דער יעניגער ארויפציעל די ארבעל, ארבעטן לשם פרנסה! (א"ה: און ווערן א רעפאבליקן?). ער זאל ארבעטן פאר פופצן דאלער א שעה! נישט זיין קיין שיינע איד!

און לאמיר שוין רעדן פון די ארבעט וואס מען באקומט יא בעסער באצאלט, באס דרייווערס, טעקסי דרייווערס, היילאו דרייווערס, דעליווערי. הישמע כזאת? פארוואס זאלסטו נישט ווערן קיין גרויסע "באס דרייווער" און אהיימברענגען נארמאל פרנסה, ווייל דו ווילסט זיין א מארגעטדש בראוקער, א גרעפיק דעזיינער, א אינשורענס אגענט, הא??? זיי מוחל, אויב אזוי זוך ארבעט!, די סדר העולם איז בהחלט נישט אז איך זאל דארפן ארבייטן פאר דיר ווייל דו ווילסט זיין א שיינע איד!


דער שמועס האט זיך פארצויגן אהין און צוריק, ווען אינמיטן צעטיילט זיך די גרופע אין קלענערע טיילן צו באזונדערע שמועסן, און קומט צוריק צו גרעסערע טיילן. יעדער לאזט הערן זיין דעה.

דאס אויבנדערמאנטע האב איך ציטירט פונעם לאנגן קאנווערסאציע צוליב א סיבה. עס איז עמוק עמוק. עס איז א נושא וועלכע מוז אויסגעשמועסט ווערן אין די שפאלטענעס פון אונזער אויסגאבע (א"ה: דאס איז געשריבן אין קעיס אן אויסגאבע וויל עס קאפירן אן רשות).

*

יעדער האט ליב צו הערן קאמפלימענטן, און חסידישע אידן - וגם אני בתוכם - נאך מער. מיר קוקן אראפ די וואס קוקן אונז אראפ. און אזוי דארף זיין. פארט אבער מוזן מיר למען השם זיך שפיגלען מיטן רעאליטעט. און פארוואס? ווייל חסידישע אידן האבן אייביג געהאט שיינע פרנסות, מען האט זיך דוקא פארלייגט נישט צו שפארן קיין טירחא צו קענען געוואויר ווערן וואו די בוים געלטער וואקסן. און דעריבער ווען דער עקאנאמיע האט געזאגט המפיל איז אויך די רייע געפאלן אויף אונז, ווי אויף פיל אנדערע. און רבותי! מיר מוזן זיין די ערשטע וועלכע געפונען א וועג ארויס!. מיר מוזן אפירזוכן די געלט! ביי מתן תורה איז אויך די גאנצע וועלט געשלאפן, און אידן זענען געווען די גליקליכע, אלזא מיר מוזן אנהאלטן דעם טראדיציע, אז אידן זענען גליקליך!

וועט איר אלזא באמערקן אויפן היימישן גאס אינגעלייט וועלכע קוקן אן דעם עקאנאמיע אישו ווי א "דערציילונגען פון צדיקים" מעשה, זיי ווייסן נישט וואס מען וויל, וואס מען רעדט זיך אפ. "אלעס פארט פיין, עס איז סתם דמיונות, וועקטס ענק אויף און גייטס ארבייטן".

ווידער אנדערע ווייסן פון וואס מען רעדט, אבער זיי "קומען אויס".

אבער ליידער, מען זאל נישט וויסן, דער אנדערער זייט פון די מטבע איז ביטער ווי א גאל, און מיט א אויפגעהויבענע למ"ד. עס איז דא מענטשן וועלכע ווייסן נישט איינמאל און נישט צוויי מאל פון וואס די רעדע איז.

איז דאך עס איינגעטיילט אויף דריי. פשט איז, אז די אינגעלייט וואס ווייסן נישט פון קיין בראך צו זאגן זענען ארבייטער וועלכע קומען באצאלט פער שעה צו פער וואך, זיי גייט אן די מצב האינדאסטריע ווי די פאריעריגע שניי. זיי האבן נישט קיין אהנונג וואס עס טוט זיך אונטערן פארהאנג.

די צווייטע טייל זענען בעלי בתים, וועלכע האלטן מיט פונדערנאנט די מצב, אבער זיי גייען קונצליך צווישן די קוליסן, מען שניידט דא און דארט, מען הייבט זיך מיט מער סעילס און קוואליטעט. זיי "סטראגלען". עס גייט טאקע נישט ווי אמאל. אבער... מען שטופט די שניי מיטן שאוועל.

און די דריטע טייל זענען די "וואן פוינט פייף" בעלי בתים. און לאו דוקא די וועלכע האבן געהאנדלט מיט סטאקס, מיט ריעל עסטעיט. נאר די רעדע איז פון די וועלכע דער בזיעת אפיך תאכל לחם איז אזא דזשאוק וועלכע ווערט דערמאנט בלויז ווען מען רעדט צו אנדערע, עס איז א סלאגאן פונקט ווי יעדע קאמפאני האט א סלאגאן. וואנס מען איז נישט קיין כולל אינגערמאן קען מען זיך מיט א גאוה באטיטלון מיטן סלאגאן, "הע? סנישט גרינג, בזיעת אפיך תאכל לחם".

ווי דערמאנט איז אונז חסידישע אידן גוט געגאנגען די אלע יארן די שארטקאטס, די אומוועגן. און צוליב דעם האט זיך מערדערליך אריינגעזעצט דעם מהלך אז צו מאכן געלט דארף מען האבן שכל. מען דארף קענען רעדן. מען דארף קענען אויפקומען מיט גוטע רעיונות. הלמאי, מיר זענען חסידישע אידן, קיין קאלעדזש דעגרי האבן מיר נישט. איז די איינציגע וועג צו גיין אזוי U, מיטן רעכטן הענט אויפן לינקן אויער. און יא, מיר האבן אלע יארן חתונה געמאכט די קינדער און אייניקלעך אויף דעם אופן.

איז קיין וואונדער פארוואס מען זעט יעדן טאג, ליידער ליידער, פרישע רעיונות, פרישע אויסגאבעס, פרישע פאטענטן, אויפבליצן אויפן היימישן מארקעט. און א יאר דערויף ליגט דערויף א גרויסן ריגל. ווייל די אלע האבן געמיינט די וועג וואס אונזערע עלטערן און אונז זענען געגאנען אלע יארן וועט אנהאלטן ווייטער.

"יעדער" אן אויסנאם ווייסט אז אין די גוישע וועלט ארויסצוקומען מיט א רעיון דארף מען אינוועסטירן שווערע מיליאנען. איך רעד שוין נישט פון ארויסנעמען א פאטענט דערויף. אבער בכלל. ווען א גוי'ל באשלוסט זיך א שיינעם טאג אז ער וויל ארויסקומען מיט עפעס א נייע מין סערוויס, וועט ער די ערשטע זאך צאלן פאר שטודיעס, ער וועט לאו דוקא מאכן אייגענע שטודיעס, ער וועט -לדוגמא - גיין צום ניו יארק טיימס וועלכע האלט גאר פונקטליכע חשבונות אויף זייערע ליינער, וויפיל פרויען וויפיל מענער, פאר וועמען עס אינטערסירט דעם נושא פאר וועמען יענע, און וויפיל פון די וואס אינטערסירט דעם נושא וואוינען דא, און וויפיל זענען פארהייראט דערפון, און וויפיל זענען אינגערע און וויפיל עלטערע וכו' וכו' דאס זענען מים עמוקים!. ער וועט זיי צאלן א שיינע פאר דאלער און מעגליך דערנאך געוואויר ווערן אז אויב למשל וויל ער גיין אין ניו יארק איז די מארקעט גאר שוואך, ווייל זיין סערוויס איז נאר גוט פאר מענער, און מענער אין ניו יארק אינטערסירט נישט אזוי שטארק דעם נושא, אבער אין וואשינגטאן קען זיך זיין ביזנעס גאר גוט אויסארבעטן. וועט ער יעצט גיין קיין וואשינגטאן און אריינגיין נאך טיפער אין די וואשינגטאנער מענטאליטעטן.

משא"כ ווען א איד'ל דאווענט אביסל א לענגערע שמונה עשרה און עס פאלט אים ביי א בייפאל, נישט נאר ער "וויל" דאס נישט אזוי שנעל מיטטיילן פאר עטליסט 100 מענטשן מען זאל אים קענען געבן פשוטע עדווייס, ער "קען" נישט, אפילו ער וויל, געוואויר ווערן די אמת איבער דעם. ווייל דער איד און דער בלאט האבן נישט קיין אהנונג איבער זייערע ליינערס קיין כי הוא זה, און קול מבשר האט אויך נישט קיין אהנונג איבער איר צוהערער, און קיינער אין די וועלט וועט דיר נישט קענען זאגן דעם אמת איבער דעם סערוויס ביי חסידישע אידן. דער איד און דער בלאט וועלן נישט ארויסגעבן אז זיי פארקויפן בלויז 8 צו 10 טויזנט עקזאמפלען א וואך, און צומאל פיל ווייניגער, און דער צייטשריפט וועט נישט ארויסגעבן אז אין די גוטע צייטן פארקויפן זיי אונטער 3000. עס איז נישטא קיין שום שטודיע דערהער ביי אונז. און ווען איינעם פאלט עפעס איין איז פשט - האלטסט מיט?- אז היות ער איז א חסידישער איד, מיט דעם מהלך המחשבה פון א חסידישער איד, וויפיל אנדערש ווי אים קענען שוין זיין די אנדערע 300 טויזנט חסידישע אידן איבער די וועלט? דעריבער וועט זיין פראדוקט גיין פאר 300 טויזנט מענטשן, און ער גייט ווערן א ביליאנער.

און דאס גייט נישט נאר ארויף אויף חסידישע אידן, די רעדע איז בכלל. קיין שום גרונטליכקייט אין מציאות איז נישטא צווישן ארטאדאקסישע אידן.

איך פארשטיי אז אויב אזוי קען זיך נישט די ביזנעס מארק אפהאקן, אבער זאל דער וויי געשריי דערהערט ווערן איינמאל פאר אלעמאל, אז ווען דו קומסט ארויס מיט א פראדוקט צו א סערוויס פאר אידן טוסטו א גאר ריזיקאלישע שריט אפילו דיין סטראטעגיע האט נישט קיין שום לעכער. ווייל עס איז לכתחלה אפגעפרעגט! דו גייסט אריין אין וואנט. און דו וועסט זיין בלויז א בר מזל אויב עס וועט "יא" מצליח זיין.

אבער דאס איז בלויז איין דוגמא מני אלף וויאזוי די גרינגע וועג פון מאכן געלט האט זיך איינגעגעסן ביי אונז גאר גאר שטארק.

ווען מען וועט אריינקלערן טיפער פריוואט קען מען דאס זען אויף אונזער מהלך המחשבה אויף יעדן טריט און שריט ווען עס קומט צו ביזנעס. ווי מען וועט נישט וועלן קיין ברעקל ארויסגיין פון די "פשוטע ארבעט", און אלץ גיין ארום און ארום אז עס זאל זיין ווי פשוטער און אויבערפלעכליך.

צו האבן א ביזנעס פאר די גוישע וועלט איז ווידעראום פיל גרינגער צו האבן א ניכטערן בליק אויף די שיכט קונדן וועלכע קענען דיר ברענגן געלט. "אבער" רוב מאל וועט מען דארפן ארבעטן פיל שווערער צופרינדצושטעלן גוישע קונדן. אבער דאס טייטשט בזיעת אפיך תאכל לחם...

וואס יא, אינעם היינטיגן אינטערנעט עפאכע ווען די וועלטס אינפארמאציע איז פיל מער צוטריטלעך ווי סיי ווען, איז פיל גרינגער דעם פרט פון זיך דערגרינטעווען צום גוישן וועלט. און צו פארברייטערן א מארקעט פיל ווייטער ווי פון די ד' אמות.

אט הארכט:

גוגל האט א כלי וועלכע ערלויבט צו וויסן וויפיל זוכערייען מענטשן זוכן אויף ווערטער, למשל איך קען אין איין רגע געוואויר ווערן וויפיל מענטשן עס האבן געזוכט satmar אויף גוגל דעם לעצטן יאר, און די דורכשניטליכע סורטש דערויף פער חודש. דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אז ווען איך וויל פארקויפן אויפן אינטערנעט סיי וואס קען איך פארדעם געוואויר ווערן וויפיל מענטשן זוכן עס באמת אויפן אינטערנעט. ממש א מציאה! איך האב שוין א האלבע שטודיע כשולחן הערוך.

דא איז די לינק: https://adwords.google.com/select/KeywordTool מען דארף האבן אן עדווארדס אקאונט ביי גוגל, וועלכע איז געמאכט זיך צו אדווערטייזן אויף גוגל.

דערציילט מיר א אינגערמאן אז ער האט זיך היפש ארומגעשפילט מיט דעם כלי, געזוכט און געזוכט, און אויפגעקומען מיט א ווארט וועלכע עס זענען פארהאן בערך 90 טויזנט סורטשעס דערויף א חודש! די מעלה פון יענע ווארט איז געווען אז עס האט נאכנישט געהאט קיין רעגיסטרירטע דאמעין נאמען. למשל די ווארט איז געווען computer און computer.com איז נאך געווען עוועילבל. האט ער געקויפט דעם דאמעין נאמען, און געפענט א שטיקל וועבזייטל דערויף, נאך אפאר וואכן איז ער שוין ארויפגעקומען די ערשטע ווען איינער האט געזוכט computer, (ער האט געדארפט ארבעטן אויף די רענקינג, דאס איז א סוגיא פאר זיך) ער האט זיכער געמאכט די קעפל זאל זיין צוציענד, און אינעווייניג האט ער געלייגט אינטערסאנטע אינפארמאציע פון קאמפיוטערס. ער האט ארויפגעלייגט אויפן זייטל גוגל אווערטייזמענטס וועלכע צאלט פאר דעם בעל האתר פאר יעדן קליק וואס א מענטש געבט דערויף (בערך 25 צענט, הכל לפי העד). און ער האט טויזנטער וויזיטער און הונדערטער קליקערס וועלכע ברענגט אים אריין א שיינע הכנסה.

דאס איז אבער געווען א חסידישע ווערסיע פון גרינגע געלט, אבער פון א פשוט'ן שכל הישרדיגע וועג. ער האט געוואוסט אין וועלכע עסק ער לאזט זיך אריין, ער האט געוואוסט וויפיל מענטשן עס אינטערסירט באמת דעם נושא (ביטע מיך נישט פרעגן מער פרטים פון דעם ספעציפישן וועבסייט).

צוריק צום ענין, די וואס זוכן צו זיין אן אייגענע בעל הבית פאר זיך, שפילן זיך מיט ריזיקאלישע שריט, איבערהויפט אין די היינטיגע צייטן. די צייטן ווען "בזיעת אפיך תאכל לחם" האט נישט געמיינט "בזיעת אפיך תאכל לחם" איז שוין א פ-א-ר-ג-א-נ-ג-ע-נ-ה-י-י-ט.... מענטשן קויפן נישט היינט אזוי שנעל, מענטשן צאלן נישט אזוי שנעל. מענטשן לאזן זיך נישט קאסטן פאר זאכן וועלכע קוקן אויס ביי דיר אין מח ווי א רעוואלוציע.

יא, די עקאנאמיע איז שווער!!! און די וועג פון אויסשפילן דעם סיסטעם איז: ארבעטן [שווער]! און דאס איז היינט דער חסידישער ווערסיע וועלכע וועט אונז אלע מאכן רייך מער ווי אלע גוים. ווייל אונזער שכל האלט אונז מער נישט ביים מאכן רייך, בלויז אונזערע "נאזן שווייס" (זיעת אפיך).

מיט דעם האב איך מיך היפש אנגענומען פאר קלמן משה'נען, אבער איך בין נישט פולי מיט אים. איך האלט אז מען זאל יא אינוועסטירן "שכל" בעפאר מען לאזט זיך אריין צו ארבייטן ביי יענעם. און נישט ווערן אזוי שנעל אן "ארדער צוזאמענשטעלער" אין א גראסערי. נאר מען זאל זיין "אויפען מיינדעד" צו א פרנסה וועלכע די וועידזשעס קענען בלויז וואקסן. און קיין רעפאבליקן וועל איך בלי"נ קיינמאל נישט זיין.

איך בעט איבער ווער עס שפירט זיך געטראפן פונעם ארטיקל. די זענען די יראי ורכי הלב וועלכע האבן זיך געמוזט באהאלטן אין די שעלטערן בעפאר דעם יעצטיגן אטאקע.

ועוד עטי נטויה בעזה"י.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 20, 2009 11:08 pm

WOW

באלאנגט דאס נישט אין ביזנעס פארום?

איך האף אז די ביזנעסלייט און ארבייטער בתוכינו וועלן געהעריג באארבעטן דעם ארטיקל, נעמנדיג אין באטראכט אז דאס איז א זעלטענע געלעגנהייט צו הערן פון גרויזאמער אליין זיין געדאנקנגאנג אויף די היינטיגע ביזנעס וועלט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך ינואר 21, 2009 12:52 am

גרויזאמער, ווי אלעמאל, איז ער אריין אינעם טיפסטן טיפסטן טיפעניש, וואס איז נאר מעגליך צו גיין פונ'ם אויבערפלאך. ס'טייטש אזוי, ער האט גענומען א זאך פון וואס מיר אלע רעדן און פלאפלען אן אויפהער, און ער האט עס געפענט געפענט, כמעט ביז צום אריינפאלן.
קודם האבן מיר געזעהן אז מיר האבן נישט געכאפט וואס עס טוט זיך אינ'ם היימישן עקאנאמיע, און צווייטנס האבן מיר נישט קיין אנונג וואס מיר זענען נישט אייניג מיט די גוי'אישע עקאנאמיע.

יישר כוחגדול גרויזאמער.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך ינואר 21, 2009 10:31 am

גרויזאמער, איך ווייס נישט ווי אנצופאנגען און ווי צו ענדיגן. האסט דא אראפגעלייגט א מייסטער ארטיקל! (נאך גוט די האסט געלייגט דעם ווארט "אויסגאבע". עס וועט זיכער זיין ערגעץ ווי..)

אבער די האסט דא בעיקר גערעדט פון אייגענע ביזנעסער, ווי למשל וויפיל מ'דארף זיך דורטראכטן און שטודירן פאר מ'מאכט אפ אז מ'גייט אריין אין א פרישן ביזנעס.

לויט ווי איך - מיט מיין שכל - פארשטיי איז היינט צוטאג בכלל נישט דער מצב פון עפענען נייע ביזנעסער און אויפטרעפן נייע אייידיע'ס, הגם מ'קען צו יעדע צייט אויפטרעפן א פלאץ פון וואס מ'קען ארויסקוועטשן געלט אויך אין די שוואכע צייטן.

אבער היינט צוטאג, אויב איינער זיכט ארבייט/געלט, וואלט איך געזאגט ער זאל טרעפן א פלאץ ווי ער גייט ארויף אויף א וועכענטליכער פעיראל און אזוי קען ער דערווייל רואיג דורכלעבן.

איך קען עטליכע אידן, - שיינע אידן ביז עטליכע וואכן/חדשים צוריק - וואס האבן נעבעך פארלוירן זייערע פארמעגענס אדער דזשאב אין די לעצטערע שווערע צייטן. ס'איז דא אזעלעכע וואס האבן גלייך גענומען זיכן סיי וועלעכער דזשאב ווי מ'באצאלט אום א וועכענטליכער געהאלט, די אידן האבן ווייטער פון ווי צו לעבן, כאטש נישט אזוי בכבוד'דיג ווי פריער, אבער זייער געז און לעקטער, גראסערי און רענט קען ווערן באצאלט.

ווידעראום זענען דא אזעלעכע וואס קענען זיך נישט ערלויבן צו גיין ארבייטן ביי א צווייטן נאכן פארלירן אלעס (מ'זאל נישט געפריווט ווערן) און זיי זיצן אין זיכן אויף ווי מ'קען מאכן גרויס געלט, א נייע ביזנעס, א נייע דערהער, די אלע פארליייבן יעצט אנע געלט און גייען נעבעך מטה מטה.

אלנפאלס, גרויזאמער, איך האב שטארק הנאה געהאט פון דיין "חסידישע פרנסה לעקציע" און איך ווארט שוין קוים אויף דיין ווייטערדיגער שיעור.

(אגב, דיין בעה"ב (ער האט נאך דא א ניק?...) האט מיר היינט פונקט געזאגט אז די קענסט פארלייבן עטליסט נאך א וואך אין דיין וויקאציע, ער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט.. ער וויל נאר הערן דא פון דיר.)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » מיטוואך ינואר 21, 2009 11:21 am

א גוטן יואלי'ש; א_ווי די פריערידגע - באמת שיין אין זייער שיין צולייגט ס'גאנצער ענין, לדעתי איז דאס עמוק עמוק, מען קען פון די טעמע אריינגיין אין א שווערן סכסוך, מיט וועלעכע זאך אידישער וועג אין ביזנעס איז ארגער ווי דער גוי, אבער אין געוויס זאכן איז "יא" פארהאן ווי דער אידל מיט זיינע מדבריות'דיגע השגות קען אנקומען גענוג גוט.

איך גיי מיר נישט פארמעסטן יעצט מיט דיין ארטיקל, עס איז רייך אין ארגינעל געשריבן, לאמיר נאר אפיר נעמען איין זאך: (אדרבא איך קען באשטיין צו הערן נאך פון דיר איבער דעם).

זאגסטע אז דער גוי וועט נישט אריינשפרונגען אין א ביזנעס, ער ווערט בעפאר אויספארשן די גאנצע ארום, מאכן ריסוירטש - צו עס לוינט זיך, וויפיל מענטשן דאס אינטערעסירט א.א.וו. - איא? איה"נ! למשל: א גוי וועט אויך נעווער עווער אנהייבן זיין קאריער אין א זאך וואס עס פאדערט זיך אביסעלע סקול/קאלעדזש דיגערי. משא"כ א איד, וועט זיך צוריק האלטן פון טוען שטדורינג, ער וועט תיכף ומיד טוען וואס אומער ער האט צו טאן, אלעס צו מאכן א גראצער.

וואס איך מיין צו זאגן איז: אז די טעמפאָ וואס א איד האט צו מאכן געלט איז סך מער ווי ביי דעם גוי, די הויפט סיבה אין מיינע אויגן, פארוואס דאס איז אזוי; ווייל דער אינגערמאן א טאג נאכן ארויס טרעטן פון די כולל כאלאט'ל - איך רעד איינמאל מען שוועבט אריין אינעם עולם המוסחר, האט מען שוין אויף זיך א ביל אין גרארסערי, רענט, פעמפער-געשעפט, קליידונג, שאַפינג, אין אָלמאָסט האט מען די ביל אין פלעי-גרופ. (אין די מיען טיים, ווארט מען שוין אויף נאך א שמחה). נאך אביסעלע מוז מען שוין גיין באקוקן די תפילין ווייל מען האלט שוין נאך שנה ראשונה אין מען האט אזוי בדרך כלל דא-אין-דארט הוצאות וואס מען איז נישט גערישט. וואס טוט מען? מען זוכט יעדעס קוואָדער'ל ווי מען קען רייך ווערן, מען וועט טוען אלעס אין די וועלט וואס מען האט געחלומ'ט אז דאס וועט ברענגן די געלט. - אין די אָדער הענד; דער גוי ער האט נאכנישט די שטוב וואס ער מוז אויסהאלטן, לייגט ער זיך אריין אינעם געשעפט אביסעלע לענגער פאר ער שפרונגט אריין דערינען.

***
בכלל האב איך אן אלטער קלער וואס עס האט געברענגט צו דער עצם פוילקייט וואס אונזער דור האלט נישט ביים ארבעטן - אקעגן וואס אונזערע טאטעס האבן געארבעט.

אמאל: איז נישט געווען די טעכניק אזוי ווי היינט, האסט געוואלט נייען א סוועטער, האטע געמוזט טרעפן א "טעילער/שניידער" אין יענער האט געארבעט פאר דיר.
היינט: דארף מען אפיר זוכן די מאשין וואס וועט טאן ס'מערזסטע ארבעט - אין דערנאל וועט מען דאס געבן פאר א שניידער יענער וועט שוין צולייגן וואס עס פעלט זיך אויס.

אמאל: ווען מען איז שוין יא געווען א מיניסטער אין מען האט געארבעט פארן באנק, למשל א בראוקער; האט באמת שווער געארבעט, ער האט געוואויסט וואס ער פילט אויס אינעם פאפיר, מען איז געזיצן אין אויסגעאבעט יעדער זאך, אן אקאונטענט האט געמיינט שטודירט ביכער, אין געקענט רעכענען, אין געוויסט וואס עס מיינט 1+ 6 איז נישט אייביג 7, אין אזוי ווייטער.

היינט: אלעס גייט מיטן הילף פון די קאמפיוטער, מען לייגט נישט צו קיין ברעקל מוח צו גארנישט, אין דאאאאאס האט אראפ געברענגט אונזער "כח" פון וועלן אריינלייגן א מינוט שוועער צו קענען מאכן א טאללער, מען האט אוועק גענומען די חשק, מיטן צושטעלן אלעס ביי די האנט. דאס איז מיין קלער.

א דוגמא: מען איז אויפגעוואקסען מיט ספעל טשעק... ואידך פירושא זיל גמור.

(נאך דא אסאך צו שרייבן, ס'צייט ערלויבט נישט יעצט. אפשר ווען מיר וועלן זיצן וואקאציע אזוי ווי ר' יואל'יש גרויזאמער)


ייש"כ יואלי'ש.

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » מיטוואך ינואר 21, 2009 11:43 am

WOW WOW... לאמיר אלע קלאטשען פאר גרויזאמער הי מעיד איט, דאס איז די אויסדערוועלטע ארטיקל פון יאר (הונדערט...). עס איז באמת עמוק עמוק אזוי קלאר און שיין ארויסהאבן דאס חסידישע געביזנעאכטס, מעכטיג איז נישט דאס ווארט, די פעדער איז צו ארעם צו באגיסן דיין ארטיקל מיט לויב, מען ברויך נעמען דאס ארטיקל און ארויפקלעבן אויף די מזרח ווענט פון די כוללים, זיי זאלן וויסן אז ס'איז דא אסאך צו וויסן איידער מען מיינט אז מען איז שוין אן 'אלץ ווייסער', אויב גרויזאמער גיבט רשות זאלן די אחראים ארויסנעמען די ארטיקל פון דאנעט און אריינשטעלן אינ'ם ביזנעס פארום אז אלע וואס זיכן עפעס ביזנעס אינפארמאציע זאלן דאס גלייך קענען טרעפן.

שטעלט זיך די פראגע פארוואס האט 'ביזנעסקאפ' אזוי הנאה דערפון? [אגב קלער'ך אז גרויזאמער וואלט געדארפט נעמען מיין נאמען נאר וואס זאל איך טאן אז כ'וויל נישט הייסן גרויזאמער, העכסטענס קען מען מאכן גרויסע ביזנעסקאפ (גרויזאמער) און קליינע ביזנעסקאפ (טאקע 'ביזנעסקאפ')], פארוואס דיין ארטיקל האט מיך אזוי ארויסגענימען פון די כלים איז צוליב דעם וואס דו האסט דיך אויסגעטאן די חסידישע גלעזער אין וואס מיר קוקן שטענדיג אויף ביזנעס, און אנגעטאן אנשטאט דעם גאלדענע (קיינער זאל נישט ווערן באליידיגט ח"ו...), זיך אומגעקוקט מיט א טיפן בליק וואס גייט פאר אינ'ם אנדערן לאגער, און אריבערגברענגט די אינפארמאציע אהער אז מיר אידן זאלן וויסן און פארשטיין ווי עס כאפט אונזערע פראבלעמען, און פארקערט וואס איז די סוד פון זייער הצלחה, און כ'האף אז ס'וועט טאקע אפעס אויפטאן מיר זאלן זיך כאפן און וואספארא ריכטונג מיר גייען, און פארשטיין פארוואס ביי אונז איז ביזנעס נישט אזוי פויגעלדיג, פארוואס דער פאלנער גוי קען עפעס ארויסנעמען פון זיין ביזנעס, אבער ביי אונז קומט דאס אן מיטן גרינעם גאל.

אוודאי קענען מיר זיך נישט צוגלייכן צום גוי, צוליב דעם וואס זיין לעבענס-שטייגער איז פילפאכיג אנדערש ווי א תורה טרייער איד, און דאס מאכט זיי אויך אין ביזנעס אויסקומען בעסער, מיר קענען נישט גיין אויף אלע זייערע ביזנעס און טרעד-שאוס, מיר קענען זיך נישט געהעריג אינטעוויאן אויף TV טשענל'ס, וכו' וכו' אבער זיך אפלערנען די פאדומענטעל ביזנעס פרענציפן פון זיי, דאס מעגן מיר יא טאן.

לאמיר געבן א קליין דוגמא: גרויזאמער האט אראפגעברענט א משל פון א אינגערמאן וואס האט זיך דערגרינטעוועט וויאזוי צו מאכן א טאלער דורך גוגל'ס עדווערטייזינג פראגראם, וואס טוט א חסידישער איד ווען ער ליינט דאס? ער קלערט לאמיר אים נאכמאכן!.. ער הייבט אן זיכען און זיכען ווערטער...

|||

סטאפ שטעל דיך אפ. אטע דאס מיינט דער פסוק, נישט ווען מען הערט עפעס ברויך מען גלייך אריינשפרינגען אהה כ'האב געטראפן וואו דער הונט ליגט באגראבן! פון דעם גיי איך ווערן א מיליאנער, והא ראי' א צווייטער איז געווארן פון דעם. ניין ניין אבסעלוט נישט. גיי מאך אביסל ריסערטש פארשטיי קודם וואס די זאך איז, טוה עס גוט דורך און נאכדעם מוז אויך נישט זיין אז דאס איז געאייגנט פאר דיר און וועס עפעס מאכן דערפון.

עס מיינט אויך נישט אז אלע גוים מיט קאלעדש דעגרי'ז האבן שיין פרנסה, א דעגרי איז נישט קיין אי זי פעס פאר הצלחה, אמת אין קיין איין נארמאלע אינסטעטוציע וועט ער נישט טרעפן ארבייט נאר אויב ער האט א דעגרי, אבער סאיז פארהאן גענוג און נאך גוים וואס אן א דעגרי זענען זיי אנגעקומען, און פארדינען שענער ווי אנדערע מיט א דעגרי, די זעלבע איז ביי אונז אידען, כ'מיין נישט צו זאגן אז מען ברויך גיין אין קאלעדש, עס זענען דא ביי אונז אסאך היימישע וואס פארדינען זייער שיין אן דעם, אבער די שליסעל צו הצלחה און סוקסעס איז: וויסן און פארשטיין וואס דאס בוכשטאב 'ביזנעס' באדייט, נישט נאכטאנצן יעדן שמויגער וואס רעדט זיך (און דיך) איין אז ער מאכט געלט, נאר מאכן אייגענע ריסערטש, אליינס שטודירן יעדע זאך.

איך בעט די אחראים נאכאמאל דאס אריינצושטעלן אינ'ם ביזנעס פורום, דאס וועט זיין לטובת הכלל. יש"כ פון פאראויס
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מיטוואך ינואר 21, 2009 1:30 pm

איך האב נישט וואס צו צולייגען, אבער שטיל בלייבן קען איך אויך נישט, וויל איך דיר זאגן א גרויסן ישר כח גרויזאמער, האסט עס זייער גוט ארויסגעברענגט.

איך האלט מיט די שמועס פון דערזייט.

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » מיטוואך ינואר 21, 2009 2:55 pm

איך האב נישט קיין ווערטער.

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מיטוואך ינואר 21, 2009 3:54 pm

גרויזאמער צו דער זאך, א יוד האט מיר פארציילט אז ער האט אריינגנומען זיין זון און ביזנעס, האט עם זיין זון פרובירט צו געבן גוטע איידיעס, האט עם די טאטע געזאגט, מיט איין וועג קען מען מצליח זיין נאר אויב מען ארבייט, סתם איידעיעס ברענגט נישט קיין הצלחה, צו מאכן געלט דארף מען ארבייטן שווער,

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » מיטוואך ינואר 21, 2009 4:13 pm

וועלוועלע, הער איין! דו זאגסט זייער ווארע זאכן, אז מ'ברויך ארבייטן און נישט האקן אין קאפ מיט פאנאזיערייען, אמת, אבער עס ברויך באטאָנט ווערן אז ארבייטענדיג און זייענדיג איבערגעבויגן איבערן מאשין אויב פאלט ביי עפעס וואס קען זיין אינטערסאנט, מעג מען דאס אויסליפטערן, ס'קען זיין אז ס'קען עפעס ברענגען! עכ"פ מען קען ארבייטן אויף ביידע פראנטן, אבער נישט "נאר" אויף איידיעס אליינס.

און אגב גראדע האב איך ארויפגעארבייט מיין טאטענס ביזנעס, ס'איז נישט קיין כלל דאס וואס די זאגסט, צומאל קענען אינגערע כוחות בעסער פארשטיין ווי די לאגער געליטענע.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך ינואר 21, 2009 8:02 pm

גרויזי, האסט מיך גוט צוגעפיקסט, דו שרייבסט אנארטיקל וואס לכאורה קען מען זיך דינגן איבער דעם פוינט אויב עס איז אמת אבער נישט, דערווייל געסטו א נעם צוזאם ביידע זייטן און דו ביסט מודה אז קלמן משה איז נישט 'פולי' גערעכט, סאו וואס זאל איך טון? זאל איך זיין אויף וועלכע זייט?

א ריזן ארטיקל מיט שטארקע פונקטן, עס איז א שאד אז דיר איז נישט בייגעפאלן עפעס אן איידיע פון וואס דו זאלסט קענען מאכן א טאלער און האלטן די פיס ארויף און אונז מהנה זיין.

יישר כח.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך ינואר 21, 2009 8:39 pm

גרויזי, זיך היבש צולאזט, קיינעהארע, און זאגסט גוט אפילו ווען כ'וואלט ווען נישט געווען איינשטימיג מיט דיר, און כל שכן ווען כ'בין יא.

באט דאס וואס דו שרייבסט, אז ווען איינער קומט ארויס מיט א סערוויס פאר אידן, טוט א נארישקייט, וואלטעך צוגעלייגט צוויי זאכן, קודם כל אז ס'איז נישט קיין כלל, און נאכדעם וואלטעך ענדערש מסכים געווען, ווען דו שרייבסט חסיד'ישע אידן, משא"כ אידן, איז שוין יא דא א גרעסערע פעלד, כאטש מ'דארף אויף זיי אויך פונקט אזוי מאכן ריסערטש א-ווי דו שרייבסט פריער.

יישר כח.

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מיטוואך ינואר 21, 2009 8:59 pm

ביזנעסקאפ איך האב עס נישט גוט אויסגעשמועסט, אוודאי אויפקומען מיט נייע יידיע'ס, נאר יענע יונגערמאן האט געמיינט די נייע איידיעס און זיך גרינגער מאכן די ארבייט,

אגב איז אייביג גוט צו וויסן אז ווי שווערע מען ארבייט אלץ ווייטער קומט מען אן, איך וועל עם געבן א משל מיט א אמת'ע מעשה און די שטאט לאס אננדזשעלעס, געפינט זיך א יוד א באקאנטע פילאנטראפ, ווס ער האט אונטער זיך איטליכע האומ'ס, און פארשטטיט זיך אז ער האט און זיין באזיץ איטליכע צענדליגע ארבייטער'ס אויב נישט מער, און פארשטייט זיך אויך אז די ביזנעס מוז אייביג צוקומען צו די גאס, ווי למשל סופלייער'ס וכדו', אבער ער האט נישט און זיין ביזנעס קיין אינטערנעט, בעלייו איט אר נאט, איך קען עם און איך וויס עם, און ער טענה'ט אז דעריבער קומ ער סאך ווייטער אן,און עס עס איז זייער פשוט, ווייל למשל קיין יעדער ארבייטער וואס ער האט ארבייט, ווען ער וויל עפעס שיקן צו איינעם קען ער נישט זיצן אויסגעשטעקן אויפ דרייענדיגן בענקל, און געבון א קוועטש א קנעפיל, און א ריק די מויז, און די זאך וואס ער האט געדארפט שיקן איז שוין ביי יענעם, נאר ער מוז ארויספרינטן די צעטיל גיין צום פעקס און עס ארויס פעקסן מילא נעמט עס חענגער און עס קאסט מער ארבייט, מילא זיצן די ארבייטער קיינמאל ליידיג און מען איז אנגעשטעקט מיט א גייסט פו ארבייט,

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » מיטוואך ינואר 21, 2009 9:22 pm

דאס איז אמת וועלעעניו, אז ווי שווערער מען ארבייט אלץ ווייטער קומט מען אן, און אזוי אויך אן אינטערנעט קען מען זיך באגיין, אבער ס'איז נישט גרינג, היינט מיט די טעכנעלאגישער וועלט וואס אלעס איז אנגעבינדן צוזאמען און א קאמפעני אן א אימעיל איז בלויז צו געפינען אין עמיש-טאון, איז אזא איינער וואס פארמאגט דאס נישט איז נאר אויב זיין ביזנעס איז שוין אזוי אראפגעשטעלט פון פאר די אינטערנעט עפאכע, אדער אויב ער ברויך נישט צוקומען צו זיין פארבינדן מיטן וועלט, איז דער פילאנטראפ פון וועם די רעדסט, זיינע האום'ס לויפן שוין מיט א פונקטליכן סדר לכאורה יארן לאנג, דערפאר קען ער זיך בדוחק באגיין אן די נייע טעכנעלאגיע, אבער אין אלגעמיין איז האבן פארבינדענגען מיט די טעכנעלאגישע וועלט מער מעלה ווי חסרון, מיט די אלע פראבלעמען ואס ס'האט.

און דאס וואס יענער זאגט אז די ארבייטער ארבייטען פלייסיגער אויב מען דארף טראגן - ברענגן, קען זיין, אבער פינאנציעל איז דאס אוודאי נישט אויסגעהאלטן. ואכמ"ל.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

פישל גוטביין
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 17, 2009 11:44 pm

תגובהדורך פישל גוטביין » מיטוואך ינואר 21, 2009 11:12 pm

פאר איך וועל צוריקומען צו רעדן פון דער ווייט\בלוי קאלער דשזאב'ס, און פון מעין\סייד דשזאב'ס, פיל איך א פליכט צו לאזן פאלן א תגובה לכבודו פונעם ארטיקל שרייבער זעלבס, ער האט אראנגעלייגט א מייסער ווערק, און צולייגט א ענין אויף מוציא מיט מצה.

יישר כח.

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 11:14 pm

ר' יואל, די ביסט עפעס מורא'דיג, צולייגט א אייגענע אבער אמת'ע אויסטרעף אזוי אויף פיץ-פיצלעך.

דיין הויפט פוינט איז געווען דאס וואס מ'מאכט נישט גענוג ריסורטש בעפאר מען טאנצט אריין אין א געשעפט. גראדע האלט איך אז דער הויפט סיבה פארוואס אונזערע טאטעס און זיידעס האבן מצליח געווען אין ביזנעס טאקע ווייל זיי האבן אריינגעשפרינגן, ווען זיי זאלן ווען מאכן ריסורטש וואלטן זיי אין ערגעץ נישט אנגעקומען.

עניוועי, כ'האף אז די ביסט נאך אויף וואקאציע (כ'האף אז די רעדסט נישט פון א ביזנעס וואקאציע וואס אסאך ביזנעסער האבן יעצט...), און די האלסט טיף אינמיטן שרייבן דעם קומענדיגן ארטיקל.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » פרייטאג ינואר 23, 2009 10:45 am

קודם שכוח פאר גרוזאמער זייער שיין ארויס געברענגט
אלטעבחורל האט געשריבן:

א דוגמא: מען איז אויפגעוואקסען מיט ספעל טשעק... ואידך פירושא זיל גמור.

ייש"כ יואלי'ש.

;l;p-

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » פרייטאג ינואר 23, 2009 11:56 am

זייער א גוטע טעמע וועלכע האט זיך אויסגעצאלט דאס צייט פונעם ליינען. גרויזאמער האט מיט זיין געשליפן פעדער'ל און ברייטע אפשאצונג מצד אחד שיין ארויסגעברענגט דעם אנדערן צד פון דער מטבע, אבער מ'קען פון א געוויסן זין באטראכטן דעם מצב אביסל אנדערש. בסך הכל זעט מען פון גרויזאמערס ארטיקל, אז עס קוועטש אים דער פאקט אז אינגעלייט מיינען אז א 'דאללער' וואקסט אויפן בוים. זיי לערנען נישט (בעסער געזאגט: זיי ווילן נישט וויסן) דעם טריקענעם פשט פון דעם "בזיעת אפיך תאכל לחם", און דעריבער טוהן זיי אנווענדן אלע סארט מיטלען און דריידלעך וויאזוי אנצוקומען צו א גרינגן דאללער. אין זיין פאל איז דער הונט באגראבן (ליין: דער פראבלעם) אז אינגעלייט טאנצן אריין אין געשעפטן וכדומה בעת זיי האבן נישט דעם מינדסטן אנונג מיט וואס זיי האנדלען און וויאזוי צו האנדלען, און דעריבער קומט ער צו א מסקנה אז דער פראבלעם איז דאס שטודירן און נאכגיין דאס געברויך פונעם געשעפט. לשיטתו קומט אויס, אז וואלטן ווען די אידעלעך זיך נישט סומך געווען בלויז אויפן אתה חונן ביים לאנגן שמונה עשרה וואלטן זיי ווען נישט אנגעקומען צום איצטיגן מצב.

צייטליך ווייטער רעדט פון א צווייטער סארט קאטאגאריע, נעמליך די ארבעטארערס. ער זאגט, און מיט רעכט, אז די וואס ווילן מאכן א גרינגן דאללער זענען היינטצוטאגס ליידער זייער אין א פארבלעמאטישן מצב, אבער ליידער דער פראבלעם שטעקט נישט בדייקא ביי די סארט אינגעלייט. ליידער, ליידער דרייען זיך נעבעך ארום צענדליגע אינגעלייט וועלכע וואלטן גערן יא געגענגען ארבעטן פאר א געהאלט, דער פראבלעם איז נאר אז ס'שווער צו טרעפן ארבעט-געבער.

דערויף איז געקומען דער ניק אלטער בחורל און במתק לשונו מסביר געווען צוויי באזונדערע זאכן:
1] אז דער שורש פון גרויזאמער'ס פראבלעם נעמט זיך פון דעם "רחיים על צווארו" וועלכער פאלט אויף יעדן חסידישן אינגערמאן ביי די ניינצן-צוואנציג אויף מארגן פון די שבע ברכות, וואס ביים גוי להבדיל איז אזא סארט בעגריף כמעט ווי נישט פאראן. ער שטודירט ביז די 25 לערך, דאן מיט א דעגרי אין דער האנט (און צומאל מיט אפאר דאללער צו דער זייט אויך) טוט ער שידוך און הערשט דעמאלט הויבט אן צו זוכן א פאסיג פרנסה, און אפילו שוין נאך דער חתונה האט ער נישט די גרויסע הוצאות וועלכע עס פאדערן זיך פאר א חסידישע שטוב.
2] און אפילו אזוי טענה'ט ער אבער אז די טעכנאלאגיע איז שולדיג אויף דעם גרינגן דאללער איינרעדעניש. ער צייגט אן אז אונזערע זיידעס וועלכע האבן געטון אין געשעפטן האבן אבער פארט געשוויצט פיזיש פארן דאללער און קעגנזאץ צו די היינטיגע אינגעלייט וועלכע ווילן בלויז דעם געשעפט אנעם שוויץ דערצו.

ס'אמת, דא פארווארפן זיך עטליכע באלערנדע תגובות, וועלכע יעדע פאר זיך בארירט אן אנדער נושא. יעדע פאר זיך וואלט געקענט אויסגעשמועסט ווערן אין א באזונדער אשכול. אבער אז ס'איז שוין אויסגעפאלן אלעס אונטער איין דאך וועל איך אויך אריינווארפן מיינע הערות:

איך וועל זיך בעיקר באציען צו דעם חלק כלל ישראל וועלכע טוען אין מסחר אדער אין אומנות. גרויזאמער איז גערעכט מיט זיין יסוד אז מ'וויל מאכן א גרינגען דאללער, אבער זיין מסקנה איז נישט ממש אינגאנצן ריכטיג. איך שטים מיט צו "צוביילטער'ס" בעהויפטונג. אונזערע היימישע אידילעך שפרינגען אריין אין עולם המסחר (=הפרנסה) גלייך נאך א שטיקל גמרא. מיר לערנען נישט אין קיין קאלעדזשעס, מיר באקומען נישט קיין קאלעדזש דעגרי און אויך נישט קיין אינסטראקציעס וויאזוי זיך אומצוגיין אין געשעפטן, און מיט דעם אלעם האבן מיר אלעמאל געוואוסט אז די אומשטודירטע צוריקגעבליבענע אידעלעך מיט זייער אידישן קאפ קומען אן סאך טיפער און ווייטער ווי די אזוי גערופענע געלערנטע. די סיבה דערפאר איז פשוט, ווייל מיר ניצן קאפ און פארשטאנד בעת ווען דער שטודירטער האלט זיך בלויז לויט זיינע פארשריפטן. נאך א געשפרעך מיט א געלענטן ביזנעסמאן וועט ער דיר אלעמאל ענטפערן: "וועל, דעטס דע ראלל". גוט, דעטס דע ראלל, אבער, סיר, ס'דאך סאך קלוגער און בעסער צו האנדלען דעם אנדערן וועג, וועסט דאך סאך מער מצליח זיין? וועט דער תי' זיין: "מעיבי יור רייט, לעט מי טעיק עי לוק אין ... ריסורטש בוק וואט הי איס טינקינג עבאוט איט". פירושים זענען איבעריג.

אונזערע עלטערן האבן געהאט פאר זייערע אויגן איין זאך: ברענגען אן ערליך דאללער אין שטוב אריין, און פאר דעם זענען זיי געווען גרייט צו טוהן וואס אימער ס'זאל נאר זיין. זיי זענען אריינגעשפרינגען אין ריזיגע אינוועסמענטס אדער אין גרויסע פאבריקן אן קיין שום ספעציעלע עקספיריענס; אן קיין שום פארשריפטן אדער קאלעדזש דעגרי, און האבן מצליח געווען דערביי טיילמאל למעלה מן המשוער. און אלץ פארוואס? גע'ארבעט פלייסיג און שווער, און גענוצט דעם אידישן שכל און קאפ. אודאי, אז אין לויף פון זייערע יארן האבן זיי באקומען עקספיריענס אין זייער פאך, נאך אלעם לערנט זיך א מענטש דאס מערסטע און בעסטע פון זיינע אייגענע דורכפעלער, אבער אין די בראשית יארן פון זייערע געשעפטן זענען זיי געווען דערין גרינע. זיי האבן פשוט און גראד געארבעט מיט אייפער און קאפ.

היינט צוטאגס זענען מיר אין דער בחינה וואס 'אלטער בחור' האט אראפגעלייגט. מיר זענען למעשה שוין אויפגעוואקסן אונטער די ברייטע השפעה'ס פונעם 'אנקל סעם' און מיר זענען נישט גרייט צו 'שוויצן' פארן דאללער. מיר כאפן התפעלות פון יעדן איינרעדעניש. היינט מיינען מיר אז ביי סטאקס מאכט מען א גרינגן דאללער, כאפט מען הענט און פיס און מ'בארגט זיך אן פון א האלבע שטאט שווערע טויזנטערס און מ'הויבט אן צו שפילן אין מארקעט. אינגערמאן, דו קענסט זיך אויס אין מארקעט? פארשטייסט דערצו? זיין תירוץ דערויף וועט זיין: "וואס דארף מען פארשטיין? מ'קויפט און פארקויפט, געמאכט געלט און געגאנגען ווייטער". גיב אים נאר א פרעג צו ס'איז אים אפילו בטעות איינמאל א געדאנק פארלאפן אז מ'קען דערלייגן אויך. דאס זעלביגע איז ביי ריעל איסטעיט, און דאס זעלביגע ביי די אלע אנדערע זאכן.

דער פאקט איז ביים היימישן עולם נאך היינט צוטאגס, אז די סארט אינגעלייט וועלכע זענען אריין אין ביזנעס 'און געארבעט' פאר'ן דאללער, נישט געזוכט צו מאכן אזוי פליפ פלאפס אדער דריידלעך ארויף און אראפ, די האבן על פי רוב מצליח געווען (פארשטייט זיך באגלייט מיט א סייעתא דשמיא). קיין חילוק צי זיי האבן געהאט א ידיעה אין דעם פעלד אין וועלכן זיי זענען אריינגעשפרינגען, צי נישט.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » פרייטאג ינואר 23, 2009 3:32 pm

זייער שיין גרויזאמער. גוט צילייגט, אבער איך וועל מער צושטימען צו ליפשיצען. זייער שיין ארויסגעברעגט, געוואלדיג...
איך וויל נאר צולייגן א קליינער פוינט,

קודם פאר איך הייב אן וויל איך צולייגן צו ליפשיצן.
אז אינזערע טאטעס אין זיידעס וואס האבען געעפענט ביזנעסעס אין זיי האבען שיין מצליח געווען, וואס דאס איז ווי פארשטייצעך געווען אן ריסערטש ביפאר, אויף אזוי ווייט אז היינט קען מען אפילו זאגן אז רוב אינדערסטרי איז אין אידישע הענט, אין פון די אנדערע זייט איז דא גענוג קאמפעניס וואס גוים עפענען אין מאכן צו נישט לאנג דערנאך, נאר וואס דען די ווייסט נישט דערפון, די ווייסט נאר פונעם איד, ווייל דעם איד קענסטו אדער זיין חבר וואס דערציילט דיר עס.

אין צו דיר גרויזאמער וויל איך טאקע זאגן איך בין פון די מענטשען וואס ליידן נישט איינער וואס זיכט צו קלאפען דעם אידישן סטייל, אין כל שכן ווען ער איז נישט גערעכט, (סארי פאר ביאינג סוי אגרעסיף..) ווייל ווי באקאנט דעם סלאגען "א איד געט זיך אן עצה אין דער גוי קלאפט זיך די פלייצע" איז זייער אן אמת ווארט, טאקע פארדעם ווייל ער מיז נאכגיין זיינע פארשריפטן אין זיין ריסערטש ווי אזוי מען ריפט עס..

אין יעצט דעם קליינער פוינט וואס וויליך דא צולייגן, אז דער גוי ווען ער קומט ארויס מיט א ניי פראדוקט אדער אויפטרעף איז דער חילוק פון סוקסעס אין דוירכפאל זייער א גרויסער, וואס איך מיין אז דעם זעלבען פראדוקט קען ווערן פארקויפט פאר 10,000 מענטשען אדער 100,000 אין אויב איז דאס גאר גוט קען ער אפילו אריינכאפן 1,000,000 מענטשן צו מער וויל עס איז נארמאל אויסגעשטעלט פאר יעדן מענטש אויפן כדר הארץ, אבער דער איד וואס קומט ארויס מיט א עסן אדער אפילו א אנדערע פראדוקט וואס געווענדליך איז דאס נאר פאר אידן, איז דאס מערסטע וואס ער קען אנקימען אין מצליח זיין איז נאר ביי אינז היימישע אידעלע'ך אין עס איז נישט ווערט די געלט צו אינוועסטען אין ווארטן עס זאל ארויסקימען, ווייל ווער ס'וויסט איז דער חילוק פון א אידישער פראזשעקט אין א גויושער א קנאפער 4 יאר אדער מער ציליעבן 'ריסערטש' וואס זיי לייגן אריין

איז טראכט אריין אז לאמיר זאגן gafen זאל ווען ארבעטן אויף א נייע פראדוקט בערעך פיר יאר סוועט אים אפשר געלונגען עס צו מאכן בעסער אין עס וועט אפשר זיין מער קונים אבער די קאסטען פון די פונע די פאר יאר' ריסערטש' באצאלט זיך נישט פון די פאר צי אפילו 100 נייע קונים, אבער ביים גוי ווי פריער ערווענט איז נישט דא קיין שיער, וויפיל שעות 'ריסערטש' אזויפיל מער קונים ווייל גוים איז דא געניג
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » זונטאג ינואר 25, 2009 11:34 am

באמת קען מען זיך דינגען ווער ס'איז דא גערעכט, יעדער ברענגט ארויס אנדערע נקודות, און ס'קען זיין אלע זענען גערעכט, אין די ביזנעס וועלט ווער מאכט א דאלער? ווער עס קליגט איבער די פרינציפן און כללים, און דאס האבן די אידען טאקע אייביג געטאן, און דאס האט געברענגט דער גוי זאל אזוי ארויסשפרינגען פון די הויט, זיי האבן נישט געהאט קיין שנאת 'חנם', בשעת ווען זיי האבן דורך געליינט מיט א פאגרעסערונג גלאז די אינסטראקציעס, האט זיך דער איד ארומגשפילט און סאך שנעלער געכאפט דעם פאָרטל וואזוי דאס ארבייט, נו אודאי האט ער פיינט דער איד, דאס אידישע קאפ איז נישט אוועקצומאכן. אבער זאגן אז בלויז דערפאר וואס מען איז געבוירן מיט א אידישע קאפ איז שוין געניג? ניין און אוודאי נישט, עס גיבט נאר צו גרינגער צומאכן בעולם המסחר, ארבייטן שווער ברויך מען ווייטער, זיך האלטן צו די הויפט כללים ברויך מען ווייטער, פארבוכן הוצאות/הכנסות ברויך מען ווייטער, באצאלן פארן פעטער וועס ער פארלאנגט ברויך מען ווייטער, עכ"פ מען ברויך גיין אויף א דרך הממוצע וויסן ווי איין און ווי אויס, און נישט אינטערצושאצן דאס אידיש געריבן קעפל ער קען גרייכן גאר ווייט, אבער מיט שכל.

און דאס וואס מאנכע טענה'ן אז אונזערע עלטערן זענען אריינגעטאנצן און ביזנעסער און האבן שיין מצליח געווען, דאס איז אמת אבער צייטן האבן זיך געביטן און מיט די היינטיגע טעכנילאגיע איז שוין אסאך שווערער דאס צו טאן, מען ברויך וויסן וואס גייט פאר אויף די וועלט, מען קען נישט טאן וואס מ'וויל, עס דארף זיין אויסגעהאלטן עס זאל נישט 'קלעשן' מיט די ביזנעס מארקעט, ווען עס איז נאך נישט געווען קיין קאמפיוטערס, און דער זיידע האט באשלאסן צו עפענען א סוועטער פארבריק, האט ער זיך ארויפגעשארצט די ארבל, געקויפט א ניי מאשינקע, געארבייט עבודת הפרך, דאס אליינס ארומגעגאנגן סעילסן פארקויפט פאר זיינע שטאטסלייט פארבינדעטע געשעפטן, ביז ער האט זיך צוביליך ארויפגעארבייט מיט צענדליגע מאשינען, און האט איבערגענומען די מארקעט, היינט איז דאס שוין נישט שייך, א קליינע וועלט עס גייט שוין נישט ווי אמאל, אבער דאס איז טאקע די כלל וואס איז נאך היינט אויך דא, מען דארף זיין אייזן פעסט מיט וואס מען טוט נישט נאכלאזן, עה ס'גייט נישט אזוי גוט לאמיך פארבירן עפעס אנדערש, ניין פארוואס זענען אונזערע עלטערן יא אנגעקומען? ווייל ביי זיי איז גארנישט אוחף די וועלט שווער געווען, נאכן דורכמאכן אזא ביטערע קריג, דאס האט זיי אויסגעארבייט אז די וועלט איז נישט קיין האניג, און געלט מאכט מען נישט נאר פון זיצן און א פיין געהייצטן אפיס מיט א קאווע און דער זייט, און קלאפן אויפ'ן קאמפיטער, געלט מאכט מען נאר אויב מען ארבייט, אז ס'גייט נישט ארבייט מען שווערער, דאס איז די כלל 'ארבייט מאכט פריי'.  
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג ינואר 25, 2009 6:33 pm

א גרויסן יישר כח פאר די קאמענטארן, קאמפלימענטס און קריטיק צוגלייך. איך האב אסאך וואס צוצולייגן, אבער ליידער איז נישט יעצט די צייט אויף מיין זייט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » מאנטאג ינואר 26, 2009 5:56 pm

נכרים דברי ביזנעסקאפ, איינע פון די גרעסטע פראבלעמען פון די היינטיגע אינגעלייט, אז ווען מ'טאנצט אריין אינעם ביזנעס מיינט מען אז מ'גייט האבן גאלדענע גליקן, זיי כאפן נישט ווי שטארק דער מוצלח האט געשוויצט.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מיטוואך ינואר 28, 2009 1:37 pm

באמת וואלט איך ווען אויסגעוועלט צו זיין פין די צוהערער פין די שמיעס, און נישט אריינרעדען, אבער פין ווואו וועט יואלי וויסען אז איך האב עס געליינט? ע"כ האב איך אפגעמאכט אנצופירקלען אפאר וועטרטער.

איך וועל דיר זאגען דעם אמת, איך ווייס נישט פארוואס די מיינסט אז א ריפאבליקאנער, וועט קיינמאל נישט גיין ארבעטען ביי א דעמעקראט, אבער אן ארטיקעל האסטו דעליווערט א גוטע, די ברענגסט ארויס פוינטס אבער איך דארף פרעגען אין מקוה צו די ביזט גערעכט.

ישר כוח פארען וועקעישאן.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » מיטוואך פאברואר 25, 2009 2:31 pm

גרויזאמער א ישר כח פאר די נוצבארע אינפראמאציע וואס דו האסט מיטגעטיילט מיט אונז, עס האלט קלאר די געדאנקן אין ביזנעס, א דאנק.

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 3:05 pm

כבוד ר' יואלי ני"ו (מר. גרויסזאמער שליט"א)

כ'האב געלייענט דיין אינהאלטסרייכע ארטיקל, אין ווי פארשטייט זיך האב איך ארויס גענימען די פאר זאצן וואס כ'האב געהאלטן אז ס'באלאנגט צו מיר... ווי א היינטיגע יונגערמאן האב איך גענימען דיין (חבר'ס) איידיע, כ'האב געדריקט אויף'ן קנעפל אינמיטן דיין ארטיקל דארט ווי דער לינק פירט צו גוגל, אין 'יגעת ומצאת תאמן' . כ'האב געטראפן א גיט ווארט, געעפנט א זייטל דעראויף, אין ארויפגעלייגט קיען. כ'בין ב"ה אנגעקומען. כ'ווארט נאר אז דער עולם זאל גיין מעלקן די קיען דארט...

ס'קומט זיך דיר היבש מער ווי א גרויסע יישר כוח, פארן ארויסהעלפן יודן אין פרנסה. כ'האב אינוועסטירט דמים תרתי משמע, אין כ'האף אז ס'וועט זיך אויסצאלן צענדליגער טויזענטער מאל מער ווי כפל כפלים. ממש דו האסט מיר געעפנט א ביזנעס... ס'ברויך זיך נאר אויסארבייטן פון יעצט אין ווייטער.


ס'ווערט געברענגט אין ספר מחנה אפרים (אפשר אין שו"ע אויך) אז די גרעסטע אין חשובסטע צדקה איז. צו גיין צום ארעמאן אין זיך בעיטן צו אים אז דו ווילסט אים געבן געלט, כדי צו מאכן א שותפות מיט אים און זיין געשפטל וואס ער וועט מאכן מיט די דאזיגע געלט אין דאדורך וועט ער געהאלפן ווערן מיט פרנסה. אויב איז עס נישט בכדי שיעשו, זאל מען כאטש געבן 'מתן בסתר' , דאס מיינט אז קיינער פון די צוויי נישט דער טיילער אין נישט דער באקומער זאלן וויסן פון וועם אין צו וועם דאס געלט איז געגאנגען/אנגעקומען.

ס'מאכט זיך זייער שווערליך, אפשר גאר אינגאנצן נישט, אז מ'זאל קענען צונויפ-פלעכטן ביידע גרעסטע מדריגות אין צדקה אויף איין איינציגן עפיזאד. ווייל ווי קען מען יענעם צורעדן צו עפענען א געשעפטל אויב מ'רעדט נישט מיט אים פערזענליך? אבער איר אינזער חשובער מ'ראש הקהל ר' יואל זאל זיין געזונט האט געטיען מיט די הילף פון די היינטיגע טעכנאלאגיע, זאכן וואס אמאל האט מען עס נישט געקענט באגרייפן.

ווי וואונדערליך עס זאל אייך נאר נישט אויסקוקן, יא.. ס'גייען ארויף מלאכים.. גיטע מלאכים גייען ארויף פון אינזער היימישע קרעטשמע. זיי רופן, זיי שרייען, זיי רעדן מיט פארכט צום הייליגן באשעפער... קוקט נאר קוקט וואס א עם קדוש דו האסט.


אבער איין זאך בעיטן מיר אייך ר' יואל, מיר קענען זיך נישט אויס מיט די רענקינג פראצעדור. ביטע העלפט אינז ארויס דערמיט, שטייט אינז צו הילף אויך אויף ווייטער.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שלום הצינורות און 5 געסט