בלאט 1 פון 2

UPC / BAR CODE הילף

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 22, 2008 2:59 pm
דורך כסף וזהב
ווייסט איינער ווי אזוי מען באקומט א יו. פי. סי. אויף אן אייטעם?

ישר כח

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 22, 2008 9:37 pm
דורך לחיים ולברכה
כ'בין געווען אזוי זיכער אז מיר האבן שוין אמאל גערעדט דערפון, אבער נאכ'ן זוכן און נישט טרעפן, וועל איך מקצר זיין.

ס'איז פארהאן אן אינטערנאציאנאלע ארגעניזאציע וואס רופט זיך GS1 (ביז יארע '05 האט דאס געהייסט Uniform Code Council, Inc), וואס זיי פארקויפן און האלטן קאנטראל אויף די Universal Product Codes (גערופן אין קורצן UPC). די קאמפאני איז דער מקור און בעה"ב אויף די UPC קאודס, זיי פארקויפן א 'פריפיקס' - ד"ה די ערשטע פאר נומערן - און דערויף קען דער קויפער בויען טויזענטער אייגן פאבריצירטע UPC קאודס דורך א פראגראם אדער אפילו אנליין (אנליין איז א נייע זאך ביי די קאמפאני, וואס כ'זעה דאס יעצט צום ערשטן מאל).

דער קויפער ווערט א מעמבער ביי זיי, און דארף צאלן יערליך א סכום צו אנהאלטן די בעלות אויף די קאודס. אמאל האט דאס געקאסט $750 צו אויפסיינען, און נאך $150 יערליך (דאכט זיך, כ'זעה נישט אויפ'ן מאמענט די היינטיגע פרייזן). נאכאמאל, מ'רעדט פון א פריפיקס, וואס דער קויפער קען מאכן דערפון א גרויסע סכום קאודס.

די מעלות צו קויפן ביי זיי דירעקט איז ווי פאלגענד:
1) דו ביזט פארזיכערט אז דו ביזט דער איינציגער אויפ'ן וועלט מיט דעם קאוד.
2) דו ביזט פארזיכערט צו בלייבן דערמיט אויף אייביג.
3) דו קענסט פארקויפן די פראדוקט אין 'אלע' געשעפטן (זעה באלד).

פון די אנדערע זייט, פאר איינער וואס דארף נאר עטליכע קאודס איז דאס א געוואלדיגע הוצאה.

דערפאר, זענען דא עטליכע אנליין קאמפאניס, וואס קויפן און זענען מעמבערס ביי GS1, און זיי פארקויפן דיר וויפיל קאודס דו ווילסט פאר אסאך ביליגער. די מערסט באקאנטע צווישן היימישן עולם איז Buy a Bar Code, וואו א קאוד קען קאסטן אזוי ווייניג ווי $25 - און נאר איינמאל, מ'דארף נישט צאלן מעמבערשיפ. אוודאי פאר א קאמפאני וואס פארקויפט הונדערטע פראדוקטן, איז ביליגער די ריכטיגע וועג, צו קויפן פון GS1, אבער פאר קליינע ביזנעסער מיט עטליכע פראדוקטן, קומט דאס אויס פיל ביליגער.

די חסרונות דערפון זענען:
1) דו מוזט זיי גלייבן אז זיי געבן נישט ארויס דיין בארקאוד פאר א צווייטן...
2) וואס טוטסטו אויב זיי גייען ארויס פון ביזנעס און הערן אויף צאלן מעמבערשיפ, און א צווייטער רוקט זיך אן מיט די זעלבע בארקאוד.
3) ס'פארהאן עטליכע גרויסע טשעין-סטארס, און אויך אסאך אוטלעט סטארס, וואס פארלאנגען צו זעהן די סערטיפיקעט פון GS1, אנדערש ווילן זיי נישט אננעמען די סחורה.

אגב, אויב דו קויפסט פון GS1, געבן זיי דיר א באר קאוד לויט וועלכע אינדעסטרי די פראדוקט איז. למשל עסן פראדוקטן הייבן זיך אן מיט א געוויסע נומער, און קליידער מיט אן אנדערע נומער.

איך האב יא געקויפט פון Buy a Bar Code, און כ'האב נאך דערווייל קיינמאל געהאט פראבלעמען דערמיט.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 22, 2008 9:46 pm
דורך לחיים ולברכה
כ'האב זיך יעצט דערמאנט פון א חסידי'שע עצה... לדוגמא, דו פארקויפסט אן עסן פראדוקט, גיי'זשע אריין אין שיך סטאר, און שרייב אראפ די באר קאוד פון א פאר שיך און נוץ דאס פאר די עסן... א חוץ וואלמארט, איז כמעט נישט קיין סטאר וואס פארקויפט שיך אין גראסערי...

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 22, 2008 9:53 pm
דורך Tech
לחיים! איך האב א קשיא אויף די שורה
די מעלות צו קויפן ביי זיי דירעקט איז ווי פאלגענד:
1) דו ביזט פארזיכערט אז דו ביזט דער איינציגער אויפ'ן וועלט מיט דעם קאוד.

אויב ווען איך הער אויף צי צאלען מעמבערשיפ גיבן זיי די קאוד פאר איינעם אנדערש, קומט אויס אז יענער וואס צאלט יא האט שוין די זעלבע קאוד ווי איינעם, סא מה הואילו חכמים בתקנתם?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 22, 2008 10:54 pm
דורך לחיים ולברכה
קודם, אז דו טוסט אויפגעבן דיין מעמבערשיפ, איז פשט אז דיינע סחורה זענען שוין נישט אויפ'ן שעלף, ד"ה דו פארקויפסט זיי נישט מער. איז צו וואס האסטו מורא?

צווייטענס, די עיקר מעלה איז אויפ'ן פארקערטן ריכטונג. היות די ריסעלערס, למשל Buy a Bar Code, געבן דיר נישט קיין סערטיפיקאט, קענען זיי געבן די זעלבע קאוד פאר א צווייטן 'אפילו אין די זעלבע טאג' (נישט אז זיי טוען דאס, נאר זיי קענען דאס טוען). משא"כ ביי GS1 וואס דאס איז אן אינטערנאציאנאלע אגענטור.

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2009 11:22 pm
דורך בן יועזר
נו אז מדברט שוין פון UPC וויסט איינער ווי מקען באקומען א דעטעבעס פין UPC קאוד, למשל איך האב א באקס רייז, וויל איך אז ווען כ'סקען עס זאל איך קענען באקומען א פיקשר פונעם אייטם אין אזוי אויך א דיסקריבשן

געשריבן: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:57 pm
דורך ביזנעסקאפ
דא האסטו א לינק דערצו
gepir.gs1.org/V31/xx/gtin.aspx?Lang=en-US

דאס איז אויך גוט ,אינפארמאציע איבער באר קאדס

www.adams1.com/faq.html#upclist

געשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2009 1:33 am
דורך פארצייטישע
ווייסט איינער וואו מ'קען באקומען פאר ביליג, אדער בחנם, די פראגראם Label Matrix וואס מאכט באר קאוד'ס.

געשריבן: זונטאג אפריל 26, 2009 3:38 pm
דורך ווער בין איך?
פארצייטישע האט געשריבן:ווייסט איינער וואו מ'קען באקומען פאר ביליג, אדער בחנם, די פראגראם Label Matrix וואס מאכט באר קאוד'ס.



קאנטאקט מיר אין אימעיל

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 1:58 pm
דורך תו השמיני
רבותי איך ניץ כסדר די וועב זייטל צו מאכן באר קאדס:
http://www.waspbarcode.com/Barcode_Maker/generator.aspx

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 2:49 pm
דורך thefact
אריין אין פעוואריט'ס אריין... (קרעדיט:קרעמער! ביי מיר הייסט עס גראדע בוקמארקס...)

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2009 10:19 pm
דורך תו השמיני
עס איז גאר א פיינע זייטל, אבער אביסל קאמפלעציערט, היות איך האב שוין קריעיטעט כמה וכמה בארקאדס דארט, איז אויב די האסט עני פראבלעס שיק מיר אריין און אישות און איך וועל זיין גלעד דיר מסייע צו זיין

געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2009 9:55 am
דורך thefact
תו השמיני :
פארוואס בלויז אין אישי? זאל יעדער הנאה האבן!

BAR CODES

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 02, 2009 1:41 pm
דורך הויכער
איך זיך ווי מען קען האבן א פראגראם וואס מאכט BAR-CODES
בחנם צו פאר געלט
איך ווייס פון יארן צוריק ווען איך האב דאס נאך געמאכט אויך WINDOWS 95 האב איך גענוצט BARWIN אויב איינער ווייסט צו עס איז נאך דא די פראגראם און וואס מען נוצט היינטיגע צייטן פארדעם

אויב מעגליך ביטע ענטפערט ווי שנעלער ווייל איך האב א קאסטומער וואס ווארט פאר דעם

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 02, 2009 1:52 pm
דורך שמערי בערי
ס'איז שוין דא א אשכול דערויף

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 02, 2009 2:01 pm
דורך תו השמיני
http://www.waspbarcode.com/Barcode_Maker/generator.aspx
איך ניץ דאס שוין א לענגערע צייט, ממש א מחיה, מקען דאנלאדען די בארקאוד אויף וועלעכע רעזעלוציע מען וויל.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 02, 2009 2:06 pm
דורך פוילישער

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 02, 2009 2:13 pm
דורך תו השמיני
thefact האט געשריבן:תו השמיני :
פארוואס בלויז אין אישי? זאל יעדער הנאה האבן!

ווער זאגט בלויז!?

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 02, 2009 3:00 pm
דורך הויכער
ש'כח אלע פאר'ן העלפן

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 4:38 pm
דורך מיליאנער
ווייסט אפשר איינער פון א פראגראם פאר א BB צו קענען סקענען א UPC, און ווי מען קען עס בייקומען? (בחינם איז רעקאמענדעד)

געשריבן: מיטוואך ינואר 05, 2011 1:08 am
דורך babaganush
for the BB:

its called scanlife

געשריבן: מיטוואך ינואר 05, 2011 11:04 pm
דורך מיליאנער
יישר כח
ווי קען איך עס בייקומען?
מה יקר?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 1:05 am
דורך leiby
ס'איז אומזיסט, http://appworld.blackberry.com/webstore/content/1102
אבער די רעטינג קוקט אויס זייער שוואך, ס'איז סייווי בחינם וואס קאסט צו פרובירן.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 1:34 pm
דורך מיליאנער
א גרויסן יישר כח, מ'וועט עס פרובירן

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 3:25 pm
דורך 1x1
מענין לענין ס'מיר געפאלן צו זען די איידיע פון UPC/BAR CODE אויף דעם נייעם סידור פון מצוה פעמילי.

http://www.mitzvahfamily.com/product_de ... cat_id=new