קוויקבוקס וכל שום וחניכא דאית לי'

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

בען בלישעם
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2008 9:58 pm

קוויקבוקס וכל שום וחניכא דאית לי'

תגובהדורך בען בלישעם » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 5:06 pm

איך וויל ביי אייך א קשיא פרעגן.
איך האב לעצטנס אנגעהויבן צו ארבעטן ביי איינעם אין אפיס, און ער פארלאנגט פון מיר איך זאל קענען פירן דעם גאנצן אפיס, אזויווי איך בין געווען מורא'דיג דעספערעט פאר א דזשאב האב איך אים געזאגט א גרויסן ''יא! איך קען די גאנצע מעשה!''.
האב איך עס באקומען.
יעצט שטיי איך דא, איך האב דעם דזשאב און איך האב מיך געבראכן קאפ אויף אלע פראגרעמס ביז אין די נאכט אריין, און איך האב מיר דערלערנט מער ווייניגער דעם קוויקבוקס מיט אלע אנדערע זאכן, אבער עפעס שטימט מיר נישט... עס איז עפעס צו גרינג.
האב איך מיר נאכגעפרעגט, זאגט מיר איינער ''דו מיינסט האסטעס דורכגעבראכן, הא? ווארט נאר ווארט!''.
עפעס האט ער געבאמבערט אז ''ריקאנסיילן'' (איך מיין אז איך האב עס גוט נאכגעשריבן...)איז די זאך.
איז אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פונקטליך וואס איך דארף מיר נאך אויסלערנען אז איך זאל קענען ''גוט'' קוויקבוקס?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 5:16 pm

כ'וועלעס לאזן פאר די פראפעשענעלס, אבער ריקאנסיילן, איז נאר שווער ווען ס'שטימט נישט.

ריקאנסיילן מיינט, מ'נעמט די סטעיטמענט'ס, למשל פון די באנק, אדער פון קרעדיט קארד'ס, און מאכן זיכער אז ס'שטימט מיט דאס וואס מ'האט אריין געלייגט אין קוויק בוקס.

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 8:07 pm

שאלעםלייכם ר' בעןבלי מאכטס אייך היימיש

פיל דיך נישט געקלאפט, עס איז מעגליך אז דו האסט יא געכאפט די בעסיקס. אז דו וועסט האבן א ספעסיפיק שאלה וועט מען דיר פרובירן ארויסצוהעלפן.
דערווייל ליין אביסל פון אונזערע פראפעשענאלס ווי ר' לחיים און ר' שוועמל, וועסט הנאה האבן.

הצלחה
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

בען בלישעם
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2008 9:58 pm

תגובהדורך בען בלישעם » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 8:34 pm

א גוטן, ר' איך הער.
אז דו זאגסט אז ריקאנסיילן איז נישט שווער, דאן וואס יא?

שטרויזאק.
שכח פאר די חיזוק. בעסיקס מיין איך אז איך האב שוין געכאפט. PO, SO, INVOICES, BILLS, PAYMENTS, א.א.וו. טוה איך שוין כזקן ורגיל. נאך אלעם, שפיר איך מיך גאנץ גוט אז איך האב זיך דאס אלעס אליינס אויסגעלערנט (מיין באסס ווייסט נאכנישט -ביזדערווייל- אז איך האב גארנישט געקענט פארדעם...)
נאר וואס, עס קוקט מיר אויס עפעס צו גרינג אז דאס זאל זיין קוויקבוקס. וויל איך מיר אויסלערנען שנעל די איבעריגע פאר ער הייבט אן צו כאפן...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 8:53 pm

כ'האב אייך געזאגט, אז כ'וועלעס לאזן פאר די וואס קענען דאס בעסער פון מיר, אבער די בעיסיקס האב איך מיך אויך אליינס אויסגעלערענט, און כאנישט געהאלטן אז קוויק בוקס איז שווער, שווער איז צו האלטן סדר אין אפיס, אויפן טיש, און ארום די טיש, און אז אלעס זאל זיין קער גענומען.

איינע פון די כללים, וואס ס'דארף ווערן געטון נישט קיין חילוק ווען, אין די מינוט וואס דו האסט אן איבריגע מינוט, טו עס, עסט נישט חרטה האבן.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 9:55 pm

כ'בין שרעקליך אנגעשטרענגט אין צייט, אבער ליין'זשע מיינע ארטיקלען ווי כ'בין מסביר די אקאונטס אא"וו.

אפשר קען איינער ברענגען לינקס דערצו? כ'האב פשוט נישט די צייט, אנטשולדיגט.

בען בלישעם; כ'פארשטיי זייער גוט דיין מצב. קענסט מיך קאנטאקטן אין אישית און כ'וועל זיך פארבינדן מיט דיר אי"ה מארגן אויפדערנאכט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 9:58 pm

מיין מיינונג:
דער אמת איז, אז מיט אביסל שכל און ריסורטש, קען איעדער וואס קען בעסיק קאמפיוטער'ס און האט שטיקל ביזנעס קאפ פירן די קוויק בוקס אין א קליינע אפיס מיט אביסל באגלייטונג פון א עכטן בוקקיפער סוף יאר, עפטער אלל איז קוויק בוקס דעזיינד אז א יעדער יוקל זאל עס קענען נוצן, און נישט אומזינסט ווערן פארקויפט מיליאנען ביכער פון קוויק בוקס פאר דאממיס, און איינער וואס איז נישט קיין דאמי דארף ניטאמאל קיין בוק זיך צו לערנען קוויק בוקס , ווי עס טוט מעיד זיין אונזער בען בלי שעם, נאכדערצו א איד וואס איינס ער האט א גמרא קאפ און צוויי אז ס'מאכט זיך אמאל א אמת'דיגע פראבלעם... איז דאך דא די קרעטשמע...

נאר וואס דען? די טבע פון א מענטש איז אז ווען ער הייבט אן צו ארבייטן צום ערשטן אין א זשאב וויל ער נישט ריזיקין קיין רעספאנסיבילעטי ער האט מורא ער וועט זיין שולדיג אויב ער מאכט א טעות, דעריבער האלט ער אין איין איבערחזר'ן פאר זיין ארבייט'ס געבערדעם פאקט אז ער קען נישט, אבער די זאך איז אז איינער נעמט אויף אן ארבייטער וויל ער יא אז יענער זאל נעמען רעספאנסעבילעטי, און יא ער וויל אז אויב וועט געשען א מיסטעיק זאל ער יא קענען האבן טענות, און ער וויל 'נישט' הערן א גאנצן טאג "איך קען נישט - איך קען נישט", וואס הייסט דו קענסט נישט? לערן דיך אויס! מאך ריסוירטש! פרעג איינעם! נעם 'אליינס' קער יא צו קענען! דעריבער וויל ער פון דיר הערן דעם ערשטן טאג אז דו קענסט אלעס - אפילו ער ווייסט ביי זיך אז דו ביזט א בר ביה רב דחד יומא - און ווען ס'וועט קומען דערצו אז דו וועסט עפעס נישט וויסן זאל עס זיין 'דיין' פראבלעים, און יא ער טראסט דיך אז דו וועסט דיך קענען 'אליין' ספראווען דערמיט.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

בען בלישעם
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2008 9:58 pm

תגובהדורך בען בלישעם » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 11:04 am

לחיים, א גרויסן שכח.

פאקט, ניחמתנו והחייתנו.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 7:40 pm

בען בלישעם; נאדיר 3 לינקס. ס'איז דא נאך ארטיקלען, קוק איבער דעם פארום.

אקאונטינג - די וויכטיגקייט דערפון
Chart of Accounts
Double Entry Bokkeeping
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

בען בלישעם
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2008 9:58 pm

תגובהדורך בען בלישעם » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:55 pm

איך ווייס פלעין נישט וואס דיר צו ענטפערן. איך וועל עס לאזן ביי דעם
יישר כח!!!

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 9:13 pm

איך_הער האט געשריבן:איינע פון די כללים, וואס ס'דארף ווערן געטון נישט קיין חילוק ווען, אין די מינוט וואס דו האסט אן איבריגע מינוט, טו עס, עסט נישט חרטה האבן.


גיט געזאגט, מ'זעהט עס בחוש איך זאג דיר עס אויך עסט נישט חרטה האבן! ומכלל לאו אתה שומע הן.

נאך א כלל מער נוגע צום קוויקבוקס, אלעס זאל אלעמאל שטימען צום דאט. דאס מיינט צום פעני, נישטא אזא זאך אין אקאונטינג בכלל און אין קוויקבוקס בפרט אז עפעס זאל נישט שטימען אויפן האר. ביים ריקאנסיילן אדער ביים מאכן ריפארטס קען מען קיינמאל נישט אריינקוועטשן אפילו א סענט אין טראכטן 'רוב שטימט דאך דעע פעני מאכט גארנישט אויס', אונטער דעם פעני קען זיין באהאלטן שווערע טויזנטער דאלארן, און געדענק ווי פריער די כאפסט דיך אלס גרינגער וועט עס זיין, מעמארייז דיר ריפארטס וועכנטליך אין ריקאנסייל וואס מעגליך יעדן טאג (אויב די דאונלאודס עס דורכן אינטערנעט), בהצלחה.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

בען בלישעם
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2008 9:58 pm

תגובהדורך בען בלישעם » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2008 4:45 pm

אה. איך זעה שוין מיין ''שוועריגקייט''.
מיין בעה''ב האט ביז איצט געפירט (געמישט...) די ביכער. זעהט אויס אז ער האט נאר ליב צו קוקן די פיקטשערס :cry:
איר ווילט נישט וויסן ווייטער וואס דא טוט זיך.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2008 5:04 pm

צו פאררעכטן א בוך דארפסטו שוין אביסל הילף לכאורה
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 10:11 pm

ר בעני, איצט שטיי איך אויף דיין מצב, היינט זוכענדיג א דשאב, האביך אנגעטראפען איינער, די ערשטע קשיא איז די קענסט קוויק-בוקס?
איך איך מיט א זיכערהייט ענטפער יא! אבער באמת קען איך "ףגארנישט" אפשר זאגסטו מיר ווי דו האסטיך אויסגעלערנט די בעסיקס?
איי ניד עני העלפ עי עס עי פי.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט