אויפהאלטן א טרעילער

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

בסייעתא דשמיא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 3:55 pm

אויפהאלטן א טרעילער

תגובהדורך בסייעתא דשמיא » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 12:28 pm

מיין ביזנעס האט זיך ב"ה פארברייטערט, ביז יעצט פלעג איך נוצן קאמפאניס צו דערלוויערן מיינע סחורה. היינט צוטאגס קען איך שוין אויפהאלטן א טרעילער א גאנצן טאג, איז די שאלה ווייסט איינער וויפיל עס קאסט היינט צוטאגס א נייע/גענוצטע טרעילער? וויפיל קאסט אינשורנס אויף א טרעילער? וויפיל צאלט מען פאר טרעילער דרייווער? אזלעכע ענדליכע קשיות, איך וויל וויסן און וואס איך לאז מיך אריין.

פארוואס איך טראכט אז עס לוינט זיך, ווייל יעצט מאכט געלט סיי דער בראקער און סיי דער דרייווער און אויך די טראקינג קאמפאני. אויב איך וועל קויפן, וועל איך אי"ה מאכן די געלט.

שכח פון פאראויס פאר'ן ענטפערן.

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 1:46 pm

וויפיל ס'קאסט ווייסעך נישט אבער אינשורענס ווייסעך יא אין ס'ווענד זיך וואסארא ביזנעס אין קאווערעדש
כ'וועל דיר מסביר זיין אויפן שפיץ גאפל (קיבארד בלעז)
קודם לייעביליטי פאר די טרעקטער
פיזיקעל דעמעדש
קאווערעדש פאר דיינע קארגא
קאווערעדש פאר דיין קלייענטס קארגא
אויב דעליווערסטו מער ווי אין איין סטעיט איז דא א מינומום וואס איז ריקווייערט ביי לאו פאר די קארגא

בסייעתא דשמיא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 3:55 pm

תגובהדורך בסייעתא דשמיא » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 5:07 pm

וויפיל קאסט עס? איך רעד פון דערליווערן אל אווער די יונטיינד סטעיטס.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 6:31 pm

הרב ר' שמעי', אויב איר דעליווערט אלל אווער די יו עס דאן דארפט איר נעמען אין באטראכט אז עמיצער דארף באצאלן פארן צוריק קומען, צוליעב דעם ברויך מען צוקומען צו בראקערס, זיי פארשאפן א לאוד פארן וועג צוריק, און אויב איז עס א איזאלירטע סטעיט וואס מ'ברענגט נישט גארנישט פון דארט קאסט שיפינג טייערער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 10:42 pm

אויסערדעם אויב מ'דעליווערט אינטערסטעיט דארף מען קאנסידירירן אויב און ווען מ'דארף צאלן שטייער אין יענע סטעיט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 11:06 pm

פרעג ר' יעקב שלמה ברייער, אדער ר' ? ווייס דער קאשויער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 11:26 pm

משה ווייס

בסייעתא דשמיא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 3:55 pm

תגובהדורך בסייעתא דשמיא » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 1:17 pm

א גרויסן דאנק פאר'ן פראבירן צו ענטפערן. איך וועל אייך מסביר זיין אפאר פרטים, איר זאלט זיין אביסל באהאוואנט אין די טראקינג אינדסדריע.

ווען איך דעליווער, איז עס אלץ ראונד טריפ, ווייל מען דארף מיך צוריקברענגן די קאנטעינערס אין וואס איך האלט מיין סחורה.

געווענדליך פאר איך נאר צו איין סטעיט, אבער אינמיטן די וועג שניידט מען דורך אסאך סטעיטס.

ביי טרעילערס איז דא א טשארדש, פאר די לופט וואס מען נוצט. יעדעס יאר דארף מען אריינשיקן וויפיל מייל מען איז געפארן, און יעדע סטעיט האט אן אנדערע פרייז פער מייל. עס לויפט צווישן 5 סענט און א דאלער.

יעקב שלמה ברייער האט נישט קיין אייגענע טרעילער, ער טוט עס נישט סטעדי, באקומט ער אנדערש באצאלט.

ר' משה ווייס האט א קאנטעינער קאמפאני. ער טוט נישט רעג. טראקינג, נאר פון די פארטס (ברעג) צו לאקאל פלעצער, איז דאס נישט וואס איך זוך.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 1:54 pm

כ'בין נישט זיכער, אבער דאכצעמער אז אין וומ"ס איז דא איינער מענדל ראזענפעלד, וואס אמאל פלעגטער טון אין טראקינג, היינט ווייסעך נישט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:01 pm

הרב ר' שמעי', יו דיד נאט געט מי רייט, אויסער די אלע ראוד פיס און שטייערן, דארף מען זיך רעגיסטרירן און צאלן שטייער אין יענע סטעיט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2008 10:23 am

איך האב גערעדט צו יעקב שלמה ברייער האט ער מיר געזאגט קלאר אז עס לוינט זיך ממש נישט צו מעינטענען אליינס א טרעילער, די הוצאות זענען מוראדיג. מוזט האבן לייסענס צו קענען ארבעטן און אלע סטעיטס, האטעלן פארן דרייווער, געוואלדיגע אינשורענס קאסטן, DOT פערמיטס וואס איז שווערע פראסעס.

און לאגיש דארפסטו אויסרעכענען נישט צו פארן ליידיג, נאר שטענדיג זיין פארבינדן מיט א בראוקער אדער מיט עטליכע וואס קענען דיר שאפן לאודס פון סטעיט צו סטעיט ווען דו פארסט דורך.

און נישט פארגעסן די געוואלדיג הויכע דיזל פרייזן.
(בקיצור, קיין חידושים אלעס שטייט שוין אויבן)

אויב דו ווילסט דאך עפענען א טרעילער, לאז מיך וויסן, איך האב סקידס צו שיקן אן אקקעישאן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

בסייעתא דשמיא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 3:55 pm

תגובהדורך בסייעתא דשמיא » זונטאג סעפטעמבער 21, 2008 1:57 pm

צו זאגן אז עס לוינט נישט איז נישט גערעכט, ווייל ווען עס לוינט נישט וואלסטו נישט געזען אזויפיל אנער אפערעיטערס אויפ'ן ראוד.

מען דארף נישט צאלן קיין האטעלן, די וואס פארן לאנג דיסטענט, לייגן זיך שלאפן אין זייער אייגענע שטיבל וואס מען האט אין בעק פונעם זיץ, עס איז היינט צוטאג זייער באקוועם אהער געשטעלט.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 5:36 am

האלא בסייעתא דשמיא.

וואס איז געווארן מיט דיין טרעילאר, האט זיך עס אויסגעארבעט?
איך טו שיפן סקיטס אינטערסטעיט גאנץ אפט, האלטסט איך קען דיך נוצן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

יוסעלע_גולם
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 11:47 pm

תגובהדורך יוסעלע_גולם » זונטאג ינואר 04, 2009 9:25 am

ביי אונז אין פראג האט מען נישט געהאלטן פון אייגענע טרעילארס, בסייעתא; ארבייט שווערער צו מאכן געלט פון דיין ביזנעס וואס די קענסט און לאז דעם טראקער טון זיין ארבייט וואס ער פארשטייט, אז די שיקסט אסאך סחורה מאך א דיעל דירעקלי מיטן טראקער פאר ביליג.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שמעלץ טאפ און 11 געסט