קויפן א ביזנעס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

קויפן א ביזנעס

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג אוגוסט 24, 2008 6:17 pm

איך וויל פרעגן פון אלע ביזנעס לייט דא, ביטע מיר ארויסהעלפן.

ווען מען וויל אפקויפן אן עקזיסטירנדע ביזנעס, וויאזוי טרעט מען צו דערצו, און אויף וועלכע זאכן דארף מען קוקן קודם און אויף וועלכע נאכדעם.

למשל,
- די נאמבער פון יארן וויפיל די ביזנעס שטייט
- די פראצענט די נעט אקעגן די גראוס
- די פראצענט פון די נעט אקעגן דעם פרייז
- די סיבה פון פארקויפן
וכדו' וכדו'

איך ווייס נישט אויף וואס צו קוקן פריער און איך ווייס ניטאמאל מיטוואס אנצוהויבן, וויל איך בעטן, הועווער עס איז א ביזנעס מאן דא און האט עפעס א השגה אין די עניינים, ווער עס קען מיר עצה'ן אויף דעם.

און איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין דערויף, און אפשר אנדערע אויך.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובהדורך פריץ » זונטאג אוגוסט 24, 2008 7:44 pm

א ביזנעס איז נישט אז זאך וואס מען קויפט פון איין מינוט אויפן צווייטען
בכלל איז נישט מעגליך צי ענטפערען פאר יעדן די זעלבע

פאר איינעם וועל איך זאגען קוק אויף די פרייז קודם און פארן צווייטען וועל איך זאגען קוק אויף די סיבה פארוואס מען האט דאס פארקויפט
אא"וו

אונטערשטע שורה דאס וועט יעדער מודה זיין אז דאס איז אז זאך וואס מען דארף זיך דורך רעדן מיט א גרויסען מענטש מיט ישות הדעת

איינער וועט גיין צי זיין רבי'ן און נאכדעם צי א ביזנעס קונסאלטענט
א צווייטער וועט גיין קודם זיך דורך רעדן מיט איינעם וואס האט שוין הצלחה אין ביזנעס און ערשט נאכדעם גיין צי זיין ראש הישיבה א.ד.ג.
איינער וועט קודם זיך אנזאמלען גענוג געלט אויף אנציהייבן בשעת דער צווייטער וועט זיך פארלאזען אויף א לאון
כשם שאין דעותיהן שוות כך אין ביזנוסיען שוות...

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג אוגוסט 24, 2008 8:49 pm

יישר כח פריץ,

איך פארשטיי אז ביזן פאקטיש קויפן איז נאך א שטיקל וועג, איך וויל אבער וויסן מיט וואס הייב איך אן, ס'זענען דא טויזנטער ביזנעס'עס צום פאקויפן, און איך וויל וויסן, ווען איך גיי אנהייבן ארויסצוזיפן וועלכע איך וועל אנקוקן און וועלכע איך גיי נישטאמאל קוקן אויף זיין זייט, וועלכע איך וועל ארויפשטעלן אויף מיין ליסטע פון מעגליכקייטן, אויף וואס זאל איך קוקן.

און ווער נאך עס האט סיי וועלכע איפארמעישן אדער עדווייס וואס קען בייהילפיג זיין זאל טאן א חסד און עס אריינשרייבן דא.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

שיכור
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2007 1:52 pm

תגובהדורך שיכור » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 4:58 pm

איך וואלט געזאגט
1)קודם קוק אויף די פרייז וואס די קענסט זיך באמת ערלויבן וועט שוין אוועקפאלן א ריזיגע פארצענט
2)קוק וועלעכע סארט ביזנעס די האסט א געפיל אדער א ליין וואס די האסט עפעס עקספיריענס
3)די סיבה פארן פארקויפן (איך וואלט למשל נאר געקויפט פון א גוי אויב ער איז קראנק אדער צו אלט און זיינע קינדער טויגן נישט צו פירן דעם ביזנעס אדער זיי זענען לויערס דאקטוירים א,ד,ג)

וועט אוועקפאלן 99 פארצענט

נאכדעם וועסטו איבערבלייבן מיט א קלענערע ליסטע
און דעם זאלסטו זיך שוין ערנסטער אריינלייגן
לעצט פאראכטן דורך שיכור אום מאנטאג אוגוסט 25, 2008 6:48 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 5:49 pm

כ'האב נישט געפלאנט אריינצורעדן אין דעים ענין, אבער כ'האלט אז נאמבער 2 וואס שיכור שרייבט איז באמת די וויכטיג'סטע זאך, און ס'באלאנגט צו זיין נאמבער איינס!! א מענטש זאל נאר אריינגיין אין א ליין וואס ער פיהלט אז ס'איז זיין ליין, און ער וועטעס ענדזשויען, און דערנאך קומט די אנדערע זאכן, ווייל אויב דו ענדזשויסט נישט דיין דזשאב, אפילו דו מאכסט געלט, וועסטו נישט פיהלן קיין סעטיספיקעישען.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 5:02 am

זייער א גיטע פוינט, אבער דאס ווענט זיך באמת וואס די ווילסט, דאס הייסט אויב ווילסטו איבערנעמען א גיט גייענדע ביזנעס און די ביסנעס פארט ווייטער, למשל עס איז דא מענידשערס סעקרעטעריס ארבעטערס אדג. איז נישט קיין חילוק וואס עס איז,
אבער עניוועי די זיכט מן הסתם טאקע א ביזנעס וואס גייט שוין אן, אזוי פאר שטיי איך פון דיר. אבער טאמער ווילסטו אויך ארבעטען אין די ביזנעס דאן ווענט זיך שוין וואס די קענסט און אינדשויסט.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 7:07 am

וויכטיג מאכער זאגט א מורא'דיגע פוינט,

איך האב פאר א עטליכע יאר צירוק אנגעפאנגען מיין אייגענע ביזנעס פון דאסניי און איך זעה טריט און שריט אז מ'קען נישט פירן א ביזנעס אן קיין ריכטיגע הנאה, ב"ה אז איך זעה הצלחה אין די ביזנעס,

איך וויל נאר ציגעבען נאך א וויכטיגע עצה אז פאר די הייבסט אן סיי וואס פאר א ביזנעס זעץ דיך אראפ מיט א פראפעסינאליסט און שרייב א געהעריגע פלאן פון א יעדע דיטעל אפילו עס קיקט נאר אויס ווי א קלייניקייט ווייל אזוי קענסטי זיך איינשפארן זייער אסאך שוועריקייטען מיט איבריגע עגמת נפש, ס'איז נישט געניג סתם צי פלאנען אזוי אויבען אויף אין קאפ,

און דער עיקר איז, אסאך סייעתא דישמי'
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 4:52 pm

און א הארציגע ווינטש פונעם קרעטשמע !!!

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מיטוואך אפריל 03, 2013 5:45 pm

איך זיך צו קויפן א ביזנעס און די בארא פארק עריע, איינער ווייסט עפעס? זאלצי ווי ביסטו ווען מען דארף דיר?

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג אפריל 22, 2013 3:46 pm

איך האב יעצט באמערקט אז "גוגל" האט מיך געזוכט....
איך זוך געוויינליך אויף "גוגל" כככככ
דארפסט מיך האבן? הנני!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אפריל 22, 2013 4:40 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:כככככ

אז כ'האב דיך שוין דא, ווען גייט זיין די פורים אפטיילונג אויף קול מבשר?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
cash
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 10:06 am

תגובהדורך cash » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:38 pm

where can i look for a small business to buy?
is there any Jewish brokers ?
or is there any website i can search for?

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:40 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:כככככ

אז כ'האב דיך שוין דא, ווען גייט זיין די פורים אפטיילונג אויף קול מבשר?

וועלכע פורים אפטיילונג?

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:41 pm

cash האט געשריבן:where can i look for a small business to buy?
is there any Jewish brokers ?
or is there any website i can search for?


אויב האסטו מער דעטאלן פון וואס דו זוכסט, לאז מיך וויסן, איך דריי מיך אסאך ארום צווישן די לויטע און איך קען דיר ברענגען רעיונות אמאל גוטע.

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:52 pm

Lipa Steinberg
Business Brokerage

Tel: 845.783.5954 Ext 106

פארשטייטציך
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2013 6:37 pm

תגובהדורך פארשטייטציך » דינסטאג אפריל 30, 2013 7:28 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:
cash האט געשריבן:where can i look for a small business to buy?
is there any Jewish brokers ?
or is there any website i can search for?


אויב האסטו מער דעטאלן פון וואס דו זוכסט, לאז מיך וויסן, איך דריי מיך אסאך ארום צווישן די לויטע און איך קען דיר ברענגען רעיונות אמאל גוטע.

נו אפשר טיילסט עס מיט מיט די ציבור דא אויף IVELT

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » דינסטאג אפריל 30, 2013 9:05 pm

JewishJobs: A business opening a new concept store in Willamsburg seeks for a investor/s. Serious inquiries only. Email: businessspotny@gmail.com


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go און 13 געסט