בלאט 3 פון 11

געשריבן: מאנטאג אפריל 16, 2007 3:42 pm
דורך Anonymous
קרעזי, האסט שוין א דשאב?????

שוין אזוי לאנג דורוך פין ווען די האסט געזיכט א דשאב, אין האסט ניט געמאלדן אז האסט שוין געפינען. מיין הארץ גייט אויס, ביטע מעלד מיר ווי פריער דיין מצב

דרך אגב, אין פאל אויב האסט נאך ניטש געטראפן א דשאב האב איך א גיטע עצה פאר דיר. זאג מיר ווי די האלסט

געשריבן: מאנטאג אפריל 16, 2007 3:50 pm
דורך נאטורליך
איך זיך אויך א דזשאב, איך האב ב"ה א פיינע פרנסה אבער בעסער האט קיין שיעור. אז איך טרעף עפעס בעסער'ס גיי איך פון דאחנען.
איין מינוט מיין בעל הבית'טע איז דא, ביי

געשריבן: מאנטאג אפריל 16, 2007 5:21 pm
דורך קרעזי
ניין, רבותי. איך האב נאך נישט קיין שום דזשאב, און איך בין נאך פעסט אויף דער יאגד.

ווער עס קען באשטייערן, זאל זיך אנרופען ווארים. די גבאים וועלן ארומגיין במשך די וואך צוזאמנעמען דאס געלט....

געשריבן: מאנטאג אפריל 16, 2007 5:45 pm
דורך Anonymous
געלט וועל איך דיר בל"נ נישט געבן, ווייל איך וויל נישט אז זאלסט ווערן אדיקטעט צי מתנת בשר ודם - עס איז פאר דיין טובה וועגן

איך האב פאר דיר זייער א גיטע עצה, אויב וועסט מיר פאלגן וועסטע ביז א וואך צויי טרעפן א דשאב
אבער געדנק עס איז א גיטע עצה, נישט זאגען 40 טעג שיר השירים, אינזינען האבן ביי חלה נעמען, בלא בלא בלא



נאר פשוט,


זאלסט גיט זיכען, אז די וועסט עס טיען, איז בדוק ומנסוה אז וועסט עסט טרעפן
אין געדענק, נישט זיכען ביינאכט ווען עס איז טינקעל, ווייל דעמלאטס איז שווער צי זען אין מ'קען נישט טרעפן, ס'הייסט נישט געזיכט
זאלסט זיכען דייקא בייטאג ווען ס'ליכטיג , אין מ'זעט וואס טיט זיך

געשריבן: מאנטאג אפריל 16, 2007 6:08 pm
דורך צייטליך
צו מאכן גרינגער פארן ציבור, וועליך געבן די נומער פון ארבעטס פארמיטלונג אין וויליאמסבורג:
718-387-8700

אויב זיכט איר פאר אייער שטוב א דזשאב, דאן איז די נומבער:
718-387-4660

אבער געדענקט: ארבייטן מיינט נאך נישט אז די היימישע קרעטשמע איז פארשפארט, מ'קאן טאן ביידע, אז איינער טרעפט א דזשאב, זאל ער געדענקן ווייטער פון אונז, מיר סערווירן יעדעם, ארבייטער ווי נישט ארבייטער, ובזה יצאתי ידי חובתי, שכויעך למפרע.

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2007 11:35 am
דורך סאכדעס
צייטליך, דיין תגובה איז נאך העולה על כולנה.

אבער זינט ווען ארבעטן שטובער....

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2007 11:42 am
דורך איך_הער
איך האב אמאל געהערט פון איינעם אז דערפאר טאר מען נישט קוקן אויף טעלעוויזשען, ווייל מ'קען זען שטובער טאנצן.

נו, אז שטובער קענען טאנצן, קענען זיי ארבעטן אויך.

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2007 11:43 am
דורך סאכדעס
שערקויעך יאכער, אה איצט ביניך רואיגער.

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2007 1:22 pm
דורך איזאק
איך_הער האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט פון איינעם אז דערפאר טאר מען נישט קוקן אויף טעלעוויזשען, ווייל מ'קען זען שטובער טאנצן.

נו, אז שטובער קענען טאנצן, קענען זיי ארבעטן אויך.


סהאט מיר געקאסט א געלעכטער אויסקראך

געזיכט ארבעט פאר גאר טויגליכע פרוי

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 8:29 pm
דורך חייםחסיד
שלום עליכם טייערע חברים, סאיז נישט צוה גלייבן די ריזאלטאטן פין פאוסטן אויפ די מקום, א קידוש השם ווי אזוי טייערע יודען וועלן טוען אלעס מעגליך צוה העלפן
אין יעצט צום ענין, מיין ווייב איז גאר טויגליך אין געשיקט, אין איז א english teacher צוויי מאל א וואך אין די איבריגע צייט גייט זי ליידיג אין בעיקר ביינאכט פין 8 אזייגער ווען די קינדערליך שלאפן וואס זי האט נישט וואס צוה טוען אין אסאך מאל פארמיטאג האט זי די זעלבע פראבלעים אין די מצב טויג נישט אזוי ווי פארשטענדליך אין זי איז מסכים אנצונעמען freelance jobs אז זי קען זייער גיט basic computers אין טייפט זייער שנעל ענגליש, ווייסט איינער ווי מפאוסט אזא דשאב אין די היימישע געגנטער פאר גיטע ריזאלטאטן, אדער פין איינער וואס זיכט אמאל א פארט טיים דשאוב {לכתחילה אבעטן פין אידערהיים}
אדער א organization וואס קען ניצען איהר הילף ,
א גרויסע יישר כח {ביטע מודיע זיין אויב סאיז נישט אין די ריכטיגע קאטעגאריע}

געשריבן: זונטאג אקטאבער 06, 2013 11:30 am
דורך זאלץוואסער
וואו וואוינט איר?

האט איר א קאמפיוטער צוטריט אינדערהיים?

קען זי ארויסגיין ארבייטן אויך?

(ענטפער מיר ביטע אויף מיין אימעיל, ווייל איך בין לעצטנס נישט אזויפיל דאהי אין דעם וועלטל [email protected]

געשריבן: זונטאג אקטאבער 06, 2013 1:27 pm
דורך לכתחילה אריבער
זאלץוואסער האט געשריבן:...........
(ענטפער מיר ביטע אויף מיין אימעיל, ווייל איך בין לעצטנס נישט אזויפיל דאהי אין דעם וועלטל [email protected]

וכדי ביזיון וקצף....

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 11:54 pm
דורך הערליך
לכתחילה אריבער האט געשריבן:וכדי ביזיון וקצף....

looking for a job

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:05 am
דורך יוחנן
bs"d looking for a job

i have ebay and amazon experience almost 2 years

listing items and solve customer issues and more



you can send me a massage here via i velt

thanks

געשריבן: דינסטאג יאנואר 28, 2014 12:46 am
דורך ליסקא
איך זיך סיי וואספארא ארבעט אין די אווענט אדער פארטאגס שעה'ן, ווער עס ווייסט פון עפעס ביטע זיך פארבינדן אין אישית, ותבא עליו ברכה

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 10:58 pm
דורך דניאל
התאחדות אברכים האט זייער גיטע אפציעס פאר טשאבס

געשריבן: פרייטאג פעברואר 07, 2014 7:50 am
דורך מאנ-יימער
וואס?

איך זיך א גוטע דזשאב...

געשריבן: זונטאג מארטש 23, 2014 10:48 am
דורך זיי געזונט
איך זיך א גוטע דזאב פאר מיין ווייב...
די מעשה איז אז זי איז א טיטשער אין א סקול און ב"ה פיין מצליח לעצטענ'ס האט זי גענומען א דיגריע אין איז ארויף מיט וועיטש און עס האט זיך נישט נאמער גלוינט צו בלייבן דארט א גאנצע טאג נישט צו פארלירן ... ודי ...
זיכט זי נאך עפעס א קליינע דזאב צו קענען אנפילן די טאג... און פארשטייט זיך צו מאכן אפאר דאלער...
ס'ווערט געזיכט אין די מאנסי געגנט ... אויב איינער האט א גוטע אפער פון ארבעט וואס מ'קען טון אינדערהיים איז זיכער זיכער די בעסטע פאר מיר...
דאס איז שוין גלייך נאך פסח...

אבער אויף די זימער איז דאך נישט דא קיין סקול זיכט זי א געהעריגע דזאב פון 9:00 ביז 2:00 ... בערך אזאנע שעות (ס'מיז נישט זיין פונקלטילך די שעות)
אויב איינער האט עפעס א גוטע אפער וועל איז זיך שטארק פרייען צו הערן
תודה למפרע

געשריבן: דינסטאג מארטש 25, 2014 12:53 am
דורך עמרם יודא
דניאל האט געשריבן:התאחדות אברכים האט זייער גיטע אפציעס פאר טשאבס

ווייס איך פין אסאך אינגעלאט וואס האבן זייער מצליח געווען מיט
טרעפען א גיטע פרנסה

געשריבן: דינסטאג מארטש 25, 2014 8:55 am
דורך קוטשמע מאכער
א גוט יאר טייערע ידידים און חברים,
כ'קוק אזוי ארויס פון די עק פון מיין גלעזער און כ'זעה אז אידן זוכן פרנסה אפפערס און סייד זשאבס.. און ווי אזוי פלעגט מיין זיידע זאגן אז דו גיבסט שוין יא פעטש זאל עס כאטש וויי טוהן.. און אז מ'זוכט שוין יא קען מען אפשר העלפן מיין חברותא א וואוילער אינגערמאן מיט א קאר ער קען פיין קאמפיוטער (כ'מיין די עיקר טייפינג און גרעפיק אויסשטעל) ער איז זייער טויגליך אבער וויל נישט ארויסגיין ארבייטן משום כבוד בית אב. ער טיטשט ענגליש נאכמיטאג און א געלויבט מוסד.. אויב איינער ווייסט פון א זשאב וואס בעיקר דארף עס ווערן געטוהן ווי למשל מענעזשן א בילדונג אדער עניטינג פארט טיים נישט צווישן מענטשן.. קען מען מיר לאזן וויסן אויף מיין אימייל..
[email protected]

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:29 pm
דורך בערקא
א חבר מיינער, א אינגערמאן גלייך פון די שבע ברכות ארויס, מיט צוויי חדשים כולל עקספיריענס, זוכט א דזשאב, בעיקר פיזישע לעיבאר, וועירהאוז א.ד.ג.

קאנטאקט מיר אין אישי אדער אויף [email protected]

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:42 am
דורך moshele11211
וועלכע געגענט וואוינטער ?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:50 am
דורך להגדיל שמו
בערקא האט געשריבן:א חבר מיינער, א אינגערמאן גלייך פון די שבע ברכות ארויס, מיט צוויי חדשים כולל עקספיריענס, זוכט א דזשאב, בעיקר פיזישע לעיבאר, וועירהאוז א.ד.ג.

קאנטאקט מיר אין אישי אדער אויף [email protected]

tell your friend to be so kind and look for a office job. I remember my self in the same position, and I thought that office is not for me, I didn't knew nothing about computers etc. But he could get the same training when he starts in office . Plus he will have the opportunity to grow in business, but in a wearhouse he will stay at the same position for years.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:54 am
דורך בערקא
moshele11211 האט געשריבן:וועלכע געגענט וואוינטער ?

מאנסי

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 2:27 pm
דורך שנאפס
להגדיל שמו האט געשריבן:
בערקא האט געשריבן:א חבר מיינער, א אינגערמאן גלייך פון די שבע ברכות ארויס, מיט צוויי חדשים כולל עקספיריענס, זוכט א דזשאב, בעיקר פיזישע לעיבאר, וועירהאוז א.ד.ג.

קאנטאקט מיר אין אישי אדער אויף [email protected]

tell your friend to be so kind and look for a office job. I remember my self in the same position, and I thought that office is not for me, I didn't knew nothing about computers etc. But he could get the same training when he starts in office . Plus he will have the opportunity to grow in business, but in a wearhouse he will stay at the same position for years.


מען קען גיין צו א יודזשעיאו קורס אד"ג פאר אומזיסט זיך צו לערנען די בעסיקס