ביזנעס אינשורענס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

ביזנעס אינשורענס

תגובהדורך salads » דאנארשטאג יולי 10, 2008 1:01 am

ווייסט איינער צו ס'לוינט צו מאכן "קאמביינד" אינשורענס, צו "עפאג" אינשורענס א.ד.ג. פאר א ביזנעס?

קען מען אמאל האבן ערנסטע רווחים?

אין אויב יא, וועלעכע קאמפאניע איז די בעסטע?
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » פרייטאג יולי 11, 2008 12:59 am

ס'איז שוין שפעיט אינמיטן די נאכט, די וועלט איז איינגעהילט אין א שטאק פינסטערניש, פון אינדרויסן הערט זיך שוין נישט קיין שארך, חוץ פון די פאר טעקסי דרייווער וואס שטיפן אפ די פאר שפעטע שעות ווארטענדיג פאר אפשר'נע קונדן וואס קומען אין אזא צייט כמעט נישט אן.

אין איך, די פיס מוסקלען זענען שוין הארט פאר ווייטוג פון אפמוטשענישן, דער קאפ דרייעט זיך שוין, די מוח איז פארנימען אין א פעסטע געראנגל מיט אויגן לעפלען זיי זאלן נאך עספיען אויפן צו בלייבן ביז מ'וועט אנקומען צו די לעצטע דעסטינאציע ווי מ'גייט אפצושטאטן א דרימל זיך צוצולייגן פאר די פארטוגס שעות.

אבער ס'נוגט ביים הארץ, ווי קען כ'זיך שוין אנידער לייגן אין אויסציען די אויסגעמאטערטע ביינער, בעפאר כ'ווייס וואס ס'טוט זיך מיט די אינשורעס, זאל איך עס מאכן? וועל כ'עס קענען נוצן אין נויט?!
אין אויב יא, וועלעכע לוינט זיך די מערסטע.

כ'עפן אויף די פארלאשענע סקרין, ס'שיקט א סיגנאל פאר די פארגלאצטע פליגן אז דא קען מען זיך אזדיקעווען אויף איינעם, וואס האט שוין נישט די סטרענגט זיך צו פארמעסטן מיט זייער אנדלאזע כוחות. כ'ווארף מיין האנט פלאך אויף איין זייט, אבער אויף די צווייטע זיין קוקט אויס אז א דאזן ריפלעסט יעדן באזונדער.

כ'מאך זיך צו די אויגן אויף ווי ווייט מעגליך, אז כאטש דארט זאלן זיי נישט אריינפליען, כ'כאפ זיך ארויף אויף דעם אינטערשטן געוועבעכץ, אין כ'ווארט שוין קוים קוים צו זעין וואס ס'טוט זיך מיט די ביזנעס אינשורענס, וואס וויאזוי אין ווען, וועלעכע קען מען, אין לוינט זיך צו ארלעדיגן.

אבער שטעלט אייך פאר וואס כ'האב געטראפן, כ'קען נישט גלייבן...
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג יולי 11, 2008 10:51 am

איך ווייס נישט פונקליך וואס דו פרעגסט, אבער איך האב ביי מיר אין ביזנעס 'קאפעק'ס' אינשארענס צו קאווערן אויב א קאסטומער צאלט נישט, אויב מיינסטו דאס דאן איז דער ענטפער זייער פשוט, אויב דיין ביזנעס באשטייט פון קאסטומער וואס הייבן הויכע בילל'ס דאן איז נישט קיין ספק אז מען ברויך עס האבן, אבער אויב די האסט א ביזנעס וואו דו האסט טויזענט קאסטומער וואס קיינער האט נישט קיין הויכע אוטסטענדיג'ס דאן איז דער ענטפער ניין.

דאס איז אלעס נאר אויב דו רעדסט פון די אינשארענס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יולי 14, 2008 12:34 pm

סעלעד'ס, זיי ביטע מסביר אין מער דיטעילס פון וועלעכע אינשורענס דו רעדט'סט!

די קאפעק'ס אינשורענס פון וואס יאנאש רעדט, איז וויפיל איך ווייס נישט אינטערעסאנט, ווי די אינשורענס קאמפאני וועט נאר אינשורען א קאמפאני וואס האט א גוטע רעקארד, און א קאמפאני וואס האט נישט אזא גוטע ראקארד, וואס פאר זיי דארפסטע בעיקר די אינשורענס, וועלן זיי געבן זייער ווייניג קאווערידזש, און ס'לוינצעך נישט פאר דעים צו צאלן אזא טייערע פרייז.

בקיצור, אויב רעדט'סטע פון די סארט אינשורענס, און די ווילסט וויסן מער דיטעלס, לאז וויסן, און כ'ווען פראבירן די מאקסימום וויפיל כ'ווייס, ווייטער אויב רעדט'סטע פון עפעס אנדערש, לאז וויסן, און כ'וועל פראבירן צו העלפן, אויב כ'וועל קענען!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג יולי 14, 2008 1:50 pm

וויכי, איך האב שוין איינגעקעשט ביי מיין פריערדיגע אינשארענס קא. איבער א מאה און עס איז געווען אויף א קאמפאני מיט א שלעכטע רעקארד.

אינשארענס איז פונקט אזוי נויטיג אויף קאמפאניס מיט גוטע רעקארדס ווי פאר די מיט שלעכטע.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יולי 14, 2008 6:22 pm

יאנאש, לאמער גיין צו שטייטעלעך, וויפיל פרימיום האסטע געצאלט? און וויפיל האסטע קאלעקטעד?

די האלסט טאקע אז די אינשורענס קאמפעני איז משוגע? זיי ווייסן זייער גוט וויזוי צו מאכן געלט! זיי טשארדזשען זייער טייער פאר אזא אינשורענס פאליסי.

מיינס א חבר, האט געהאט דעי אינשורענס פאר זיין ביזנעס, און נאך אפאר יאר האטער געמאכט א ס"ה, און ער האט אויפגעהערט צו צאלן פאר די פאליסי.

די סיבה דערצו איז זייער פשוט, (יאנאש, אויב האסטו א בעסערע פאליסי, אדרבה, לאז וויסן א צווייטער קען הנאה האבן). די קאמפאני גיבט א לימיט וויפיל זיי קאווערן פאר יעדע קאמפאני, און די פראבלעים דערפון איז, אז די גוטע קאמפאני'ס, וואס פון זיי האטער נישט מורא אז זיי גייען עם אנזעצן (למשל, B&H, א גרויסע קאמפאני מיט א גוטע רעקארד) זיי זענען געקאווער'ד אפ טו $1,000,000, אדער מער, משא"כ שוואכע קאמפאני'ס, וואס ער האט מורא יעדן טאג אז זיי גייען עם אנזעצן, (למשל. ???) זיי ווערן געקאווער'ד נאר פאר $10,000,-20,000, און זיי קומען עם כסדר דאפעלט אדער מער פון דעים, און פרימיום בעט מען פארדעים בערך $20,000, (זיי קאווערען דעך אפ טו $20,000,000,) אבער באמת, די קאווערידזש וואס ער דארף בעיקר, איז נישט מער ווי $50,000, $60,000, (נאך א דידאקטעבעל פון $30,000)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג יולי 14, 2008 9:05 pm

איך ווייס נישט פארוואס עס זאל זיין א חילוק צווישן די אינשארענס און אנדערע אינשארענסער, דו מיינסט אז א פייער אינשארענס קאמפאני איז משוגע, דו צאלסט אפגעריסענע דריי הונדערט דאלער און זיי געבן דיר א הונדערט טויזענט? אלא מאי איז דא א סיסטעם וויזוי זיי מאכן געלט און דאס איז זייער פשוט, וויפיל קאסטעמער'ס גייען א יאר אחד עשרה? ביי מיר איזעס געווען איינס אין פינף יאר, ביי אנדערע איז עס נאך ווייניגער, יו געט מיי דריפט?

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דינסטאג יולי 15, 2008 12:27 am

ישר כוח
יאנאש מיט ווכטיג.

כ'האב בכלל נישט געוויסט פון אזא סארט אינשורענס, אין ס'איז מעגליך ס'וועט מיר שטארק צונוצקומען.


אבער איך האב גערעדט פון א אנדער סארט ביזנעס אינשורענס.
כ'זיך אזא אינשורענס, וואס אויב א ארבייטער קען נישט קומען ציליב א מיחש, זאלן זיי באצולן פארן ארבייטער. אין אויב ס'איז שייך אויך פאר די ביזנעס, ציליב די שוועריקייטן פון דעם ארבייטער'ס פעילן.

קאמביינד אינשורענס, איז שטארק אנגענימען פאר די סארט זאכן. אבער זיי האבן זיכער קאמפאטישאן'ס, וואס ס'איז מעגליך אז זיי דעקן מער, אין גרינגער.

דעריבער פרעג איך, אויב ס'איז מעגליך אז איינער קלאר שטעלן דאס ענין.
ווער דעקט די מערסטע/גרינגסטע?!
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג יולי 15, 2008 1:10 pm

ס'איז דא אזא זאך וואס הייסט דיסעבילעטי אינשורענס, ס'איז געמאכט געווארן אויב איינער קען נישט ארבייטן צוליב וואס ער איז געווארן גע'אינדזשער'ד, צאלט די אינשורענס פאליסי זיינע וועידזשעס.

ס'איז דא זייער אסאך קאמפאני'ס וואס האבן דעי פאליסי, אבער ס'איז דא זייער ווייניג קאמפאניס וואס האבן 'גוטע' פאליסי'ס.

יעצט גייסטע אוודאי פרעגן, וואס מיינט גוט? האט מיר אמאל א עידזשענט געזאגט א גוט ווארט, א אינשורענס פאליסי באשטייט פון דריי זאכן:

פרימיום.

בענעפיט.

קליינע ווערטער.

די אינשורענס קאמפעני לאזט דיך וועלן צוויי פון דריי זאכן, אויב די וועלסטעך די בענעפיט מיט די קליינע ווערטער, וועלט זיך די קאמפאני די פרימיום, אויב אבער די וועלסטעך די פרימיום מיט די בענעפיט, וועלט זיך די קאמפאני די קליינע ווערטער (ליטטעל ווארד'ס) ד.מ. ווי לאנג זיי זאלן באצאלן, וואס מיינט דיסעבל'ד.

א גוטע פאליסי דארף האבן, די מעקסימום קאווערידזש, פאר די לענגסטע צייט, און ס'דארף האבן א גוטע דעפינישען פון דאס ווארט "דיסעיבל'ד, על פי רוב, זענען די גרופ דיסעבילעטי פאליסי'ס זייער ביליג, און שוואכע פאליסי'ס, אבער אויב א בעה"ב וויל טריטען זיינע ארבייטער'ס און זיי געבן עדישענעל בענעפיט'ס, לוינצעך צו קויפן אינדעווידזשעל דיסעבילעטי פאליסי'ס פאר יעדן באזונדער.

הרב סעלעד'ס כ'האף אז דיין פראגע איז פארענטפערט, אויב נישט, דא נאט העזיטעיט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דינסטאג יולי 15, 2008 8:40 pm

הרב וויכטיג, א גרויסן יישר כוח. גיט ארויסגעברענגט.


אבער יעצט, תכלית.
לאמיר זאגן אז טאקע, כ'וויל געבן פאר מיינע ארבייטער א גיטן טריט. וועלעכע קאמפאניע וועט מיך די מערסטע קאווערן, פאר די לענגסטע צייט?!

למשל אויב וואלט כ'געמאכט דיסעביליטי אינשורענס פאר איינעם אין די "אנדערע חדשים" , איז דא א קאמפעני וואס וועט צאלן די וועדזשעס ווייטער ביז זי וועט צוריק קומען ארבייטן מיטן קינד?!

אין נאך,
אויב איינער כאפט א שניט אינמיטן ארבייטן, ער איז נישט עמטליך דיסעבלד געווארן, אבער ער גייט אהיים זיך אויסריען פארן קומענדיגן טאג. וועלעכע קאמפאניע וואלט געצאלט די וועדזשעס פאר א האלבע/טאג צוויי?! (ביי מיר ארבייט מען מיט עסן)

אין די וויכטיכסטע פון אלעם,"באצאלן קאמפענסעשאן"!!


ווייסט איר פון א קאמפאניע וואס איז אויסגעשטעלט פאר מיינע באדערפענישן?! אדרבה, מיר ווארטן צו הערן.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 17, 2008 4:31 pm

יאנאש האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס עס זאל זיין א חילוק צווישן די אינשארענס און אנדערע אינשארענסער, דו מיינסט אז א פייער אינשארענס קאמפאני איז משוגע, דו צאלסט אפגעריסענע דריי הונדערט דאלער און זיי געבן דיר א הונדערט טויזענט? אלא מאי איז דא א סיסטעם וויזוי זיי מאכן געלט און דאס איז זייער פשוט, וויפיל קאסטעמער'ס גייען א יאר אחד עשרה? ביי מיר איזעס געווען איינס אין פינף יאר, ביי אנדערע איז עס נאך ווייניגער, יו געט מיי דריפט?


יעס איי גאט איט! באט איי דיסעגרי! ווייל אנדערש ווי פייער אינשורענס וואס די צאלסט 300-400 דאללער, און ח"ו אויב ס'געשעהט א פייער, באקומסטע 50,000-100,000 דאללער, משא"כ ביי דעי סארט אינשורענס, קודם קאסט עס 20,000-30,000 דאללער א יאר, און אפילו דו ביסט געקאווערט אויף $1,000,000 (פער קאמפאני) אויף די גרויסע קאמפאני'ס מיט גוטע קרעדיט, אדער אפילו מער, פארגעס נישט אז פאר זיי אליין וואלסטע נישט געקויפט קיין פאליסי, נאר פאר די קליינע קאמפאניס מיט א שוואכע קרעדיט, וואס פאר זיי ביסטע געקאווערט פאר $15,000-$20,000 (פער קאמפאני) און פארגעס נישט ס'האט אויך א דידאקשען פון $10,000 $15,000, סאו אז די רעכענסט אלעס אריין איזעס נישט אזא גוטע אינשורענס.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דינסטאג יולי 22, 2008 3:24 pm

יישר כוח הרב וויכטיג, פארן ענטפערן אין אישי.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 24, 2008 1:17 pm

יו אר וועלקאם! איף יו ניד עני אדער עדווייז, פיל פרי, ענד איי האופ יו גאט יור ענסער!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט